לדלג לתוכן

פרדס יהודה בלעטל ויצא תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו פרדס יהודה בלעטל


ויצא

קפיצת הדרך פון יעקב

ויצא יעקב מבאר שבע וילך חרנה: (כ"ח ו) דער רמב"ן פסוק י"ז ברענגט באריכות אז דא איז געווען קפיצת הדרך: וילך חרנה אין דעם זעלבן טאג. אזוי ווי ביי אליעזר עבד אברהם וואס האט געזאגט ואבא היום אל העין היום יצאתי והיום באתי . אויך ויקם וילך (שם כ"ד י') בו ביומו. און דער זעלבע ביי יעקב: ויצא יעקב וילך חרנה. בו ביומו. (ב"ר ס"ח ח') רש"י זאגט אויך ביי ויפגע במקום: אז עס איז געווען קפיצת הדרך. לכאורה איז שווער אויפן רמב"ן וואס ער ברענגט אז ביי וילך חרנה איז געווען קפיצת הדרך! ווייל מיר ווייסן אז יעקב ווען ער איז ארויס פון באר שבע איז ער פריערט געגאנגען צו שם ועבר לערנען תורה.? נאר מען קען זאגן אז דער רמב"ן וואס ברענגט דאס פון מדרש איז מדייק נאר פון וילך חרנה. אז פון ישיבת שם ועבר צו חרן איז געווען קפיצת הדרך און נישט פון באר שבע.
(שמח זבולון המו"ל)

דער צדיק נעמט ער זיך גלייך צו עבודת השי"ת

ויקץ יעקב משנתו ויאמר אכן יש ה' במקום הזה: (כ"ח ט"ז) שטייט אויך ביי פרעה ויקץ פרעה וישן ויחלם שנית (בראשית מ"א - ד- ה) די קשר פון ביידע מאל ויקץ קומט אונז צו לערנען דעם חילוק פון א צדיק און א רשע, דער צדיק ווען ער וועקט זיך אויף נעמט ער זיך גלייך צו עבודת השי"ת, שטייט ויקץ יעקב: ער שטייט אויף און זאגט גלייך: אכן יש ה' במקום הזה. אבער פארקערט דער רשע ער לייגט זיך צוריק שלאפן. ויקץ פרעה ער שטייט אויף ויחלום שנית ער לייגט זיך גלייך צוריק שלאפן. די זעלבע אויפן קען מען אויף דעם פסוק 'ויחלום והנה סלם מצב ארצה וראשו מגיע השמימה (כ"ח י"ב) ווייל לויט די חלומות זעט מען וואס דער מענטש איז ווייל דער מענטש חלומ'ט נאר וואס ער טראכט ביי טאג, יעקב האט געטראכט פון העכערס האט ער געחלומט וראשו מגיע השמימה אבער ביי פרעה שטייט (מ"א ב') ויחלום והנה שבע פרות ער האט געטראכט וועגן קיען האט ער געחלומט וועגן קיען.
(ר' מאיר'ל מפרימישלאן)

א קליינע ישועה ביז דער גרויסע ישועה

כי לא אעזבך עד אשר אם עשיתי את אשר דברתי לך: (בראשית כ"ח ט"ו) הרה"ח ר' אליעזר קליוויר פון שטאט סערעט האט דערציילט א מעשה אז איינמאהל איז ער געווען אין וויזניץ ביים צמח צדיק און ער האט געהאט א ענין דורך צו שמועסן מיטן רב'ן, און ער דארף א ישועה, האט דער רבי געענטפערט אז דער אויבערשטער האט געזאגט פאר יעקב אבינו כי לא אעזבך עד אשר אם עשיתי וגו', לכאורה איז שווער ווייל עס איז משמע פון פסוק אז נאך דעם וואס ער איז מקיים זיין הבטחה, וועט ער אים אפּלאזן? מען קען דאך נישט זיין איין רגע אן דעם אויבערשטן?

האט דער רבי דערציילט א מעשה פון הייליגן בארדיטשובער זיע"א וואס עס איז געקומען צו אים א חסיד און ער האט זיך אפּגערדט זיין מצב אז ער האלט זייער שמאל, און פאר דעם איז ער געווען א גרויסע עושר און ער איז געווארן א גרויסע בעל חוב און מענטשען ווייסן נישט אז ער האט פארלוירן אסאך געלט. האט אים דער רבי געהייסן אז ער זאל קויפן א לאטערי (לאָטאָ). און איך בין מבטיח אז דו וועסט געווינען, האט דער חסיד געזאגט אז איך בין מאמין אז איך וועל געווינען די לאטרי, אבער עס קען זיין ערשט אין א פאר יאר ארום, און אין צווישן דארף איך חתונה מאכן מיין טאכטער און איך האט נישט קיין געלט איר חתונה צו מאכן? האט אים דער רבי צוגעזאגט אז עס וועט נישט נעמען לאנג און דער אויבערשטער וועט דיר צו שיקן די געלט נאך פאר די לאטרי, און אזוי איז געווען: די חסיד איז געפארן פון דארט אין א קרעטשמע און ער האט זיך דארט אראפּגעלייגט שלאפן. יענע נאכט איז אויך דארטן געווען א פּריץ וואס ער האט זיך אויך געלייגט שלאפן און דער פריץ האט זיך געחלומט אז דארט איז דא א איד וואס ער האט א לאטרי וואס וועט געווינען,און וועגן דעם זאל ער גיין און ער זאל אויפטוישן מיט אים די לאטרי און אזוי האט ער זיך אויף געוועקט ער האט זיך צוריק געדרייט שלאפן אבער ער חלומ'ט זיך דער זעלבן חלום, האט ער געזען אז דאס איז עפּעס, האט ער שנעל גערופן זיין משרת און געהייסן זוכן דעם איד און אים ברענגען.

איז מען געגאנגען און מען האט געטראפן דעם איד און מען האט אים גערופן צום פּריץ, האט דער פּריץ זיך אנגערופען אז ער וויל אויפטוישן מיט אים די לאטרי און ער וועט אים געבן פאר דעם אסאך געלט און אויך מיין לאטרי האט זיך דער חסיד געגעבן א רוף אן, אז ער וויל נישט און אפילו דו וועסט מיר געבן אסאך געלט וועל איך נישט טוישן, און דער שר האט אים געזאגט אז ער איז אים גרייט צו געבן טויזענט גאלדענע רענדלאך, דער איד זאגט: ניין! ווען דער פריץ האט געזען אז דער איד איז נישט מסכים, איז ער געווארן אין כעס און ער האט געזאגט פאר זיין משרת אז ער זאל עס צו נעמען מיט געוואלד. דער משרת האט אזוי געטאן. די פריץ האט זיך אנגערופן אז איך וויל נישט זיין א גנב און איך גיב דיר טויזענט גאלדענע רענדלאך און אויך מיין לאטרי! דער איד האט נישט געקענט אנקעגן שטעלן און געמוזט בעל כרחך מסכים זיין און האט געזאגט גם זו לטובה.

ער איז אהיים געפארן און חתונה געמאכט זיין טאכטר בהרחבה, ווייל ער האט פארדינט וואס דער פריץ האט אים געגעבן. נאך די חתונה איז דער איד געגאנגען צום הייליגן בארדיטשובער, ווען ער איז אנגעקומען האט דער רבי זיך אנגערופן אז איך האב געזען אז דו האסט נישט קיין מזל האב איך געמוזט שיקן דער בעל החלומות ער זאל איינרעדן דעם פריץ אז ער זאל אויפטוישן מיט דיר דעם לאטרי ווייל איך האב געזעהן אז זיין לאטרי וועט געווינען און נישט דיינ'ס. און די טויזענט גאלדענע רענדלאך איז ווייל דו האסט נישט געהאט געלט פאר די חתונה, איז דערווייל האסטו געהאט א קליינע ישועה, און באלד וועט זיין די גרויסע ישועה. דער חסיד איז אהיים געפארן מיט גרויס אמונה אין צדיק, און עס איז געווארן די גרויסע ישועה און ער איז געווארן א גרויסן עושר נאך מער ווי פון פריערט.

דאס האט דערציילט דעם הייליגן צמח צדיק פון וויזניץ: און האט מסיים געווען מיט דעם. דאס האט דער אויבערשטער געזאגט פאר יעקב אבינו: כי לא אעזבך עד אשר אם עשיתי וכו' דאס מיינט אפילו פאר די גרויסע ישועה וועסטו האבן א קליינע ישועה, און ווען דו וועסט זען די גרויסע ישועה וועסטו זען אז אלעס איז געווען לטובה.
(צמח צדיק בליקוטים , אבן שתיה)

רואה אנכי את פני אביכן כי איננו אלי כתמל שלשם: (ל"א ה') לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס דארף יעקב דערציילן אז ער זעט די פנים פון לבן? נאר די בני לבן האבן געזאגט לקח יעקב כל אשר לאבינו וגו' האט יעקב געוואלט ווייזן פאר זיינע ווייבער אז עס איז שקר. ווי אזוי? ווייל עס איז באוואוסט אויב מען נעמט עפעס צו פון איינעם קען מען דעם מענטש נישט אנקוקן אין פנים דעריבער זאגט יעקב רואה אנכי את פני אביכם. איז עס א סימן אז איך האב נישט צוגענומען פון אים גארנישט. אבער ביי אים שטייט כי איננו אלי: ער קען מיר נישט אנקוקן אין פנים איז א סימן אז ער האט יא צוגענומען פון מיר.
(הקדמות אמרי יוסף בשם בני יששכר)

מדור העובדות

וועגן נישט רעדן אין מיטן דאווענען א מעשה מיט רב ייבי און הרה"ק ר' ברוכ'ל ממעזיבוז

הרה"ק ר' יעקב יוסף מאוסטרהא מחבר ספר רב ייבי האט אלע זיינע יארן מרעיש עולמות געווען מיט מוסר רייד נישט צו רעדן אין מיטן דאווענען, הרה"ק ר' ברוך ממעזיבוז האט חתונה געהאט אין אוסטרהא און איז געווארן מקורב צו רב ייבי וואס איז געווען מגיד אין אוסטרהא.. נאך דעם איז ר' ברוך געווארן מגיד מישרים אין שטאט טאלטשין. איין מאל האט רב ייבי געדארפט דורך פאהרן טאלטשין, איז ער אריין אין הויז פון ר' ברוך'ל און ר' ברוכ'ל איז דעמאלטס נישט געווען און דער היים. זיין רביצין האט אים ווארעם אויפגענומען. און זי האט אנגעגרייט א סעודה פארן רבין. אין מיטן סעודה פרעגט רב ייבי צו עס איז דא וויין? האט זי געזאגט אז אין קעלער איז דא וויין פון אונגארן אבער איר מאן האט געזאגט אז ער מיינט אז עס האט א חשש. האט רב ייבי געזאגט מען זאל ברענגען די וויין! מען האט געברענגט די וויין און רב ייבי קוקט אן די וויין און זאגט אז די וויין האט נישט קיין חשש און נעמט פון די וויין און מאכט א ברכה. נאכען סעודה האט רב ייבי געדאנקט די רביצין און איז אוועק געגאנגען. אויפן וועג צוריק איז רב ייבי אויך א דורך די שטאט טאלטשין און דעמאלטס איז ר' ברוכ'ל שוין געווען און רב ייבי איז נאך אמאל איינגעשטאנען ביי אים, און זיי האבן זיך זייער געפרייט אז זיי קענען פארברענגען צוזאמען.

ר' ברוכ'ל האט אנגעגרייט א שיינע סעודה און אין מיטן סעודה האט רב ייבי נאכאמאל געפרעגט פאר וויין און ר' ברוך'ל האט געזאגט אז אין קעלער איז דא וויין פון אונגארן אבער ער האט מורא דאס צו טרינקען ווייל עס קען זיין אז עס האט א חשש! האט רב ייבי אים געהייסן ברענגען די וויין און רב ייבי קוקט אן די וויין און זאגט אז די וויין האט נישט קיין חשש. האט זיך ר' ברוכ'ל אנגערופען אויב דער הייליגער מויל איז מעיד אז דער וויין האט נישט קיין חשש וועל איך אויך טרינקען פון די וויין און נעמט פון די וויין און מאכט א ברכה.

ר' ברוך האט געבעטן רב ייבי אז ער זאל בלייבן ביי אים אויף שבת און ער האט מסכים געווען, אין מיטן סעודה האט ר' ברוך געבעטן פון רב ייבי אז ער זאל זאגן תורה און רב ייבי האט אנגעהויבן זאגן תורה מיט גרויס התלהבות און זיין גאנצע תורה איז געווען וועגן נישט רעדן אין מיטן דאווענען וואס דאס איז א גרויסער איסור און ער האט געברענגט ראיות פון ש"ס און פוסקים, און ספרים. האט ר' ברוך זיך אנגערופען אז וואס ער האט געברענגט ראיות פון ש"ס און פוסקים האב איך נישט מורא. נאר וואס ער האט געאסר'ט דעם רעדן אין מיטן דאווענען, מיט זיין מויל פון דעם האב איך מורא. רב ייבי'ס א אייניקל רבי יעקב יוסף אויך פון אוסטרהא האט געגעבן א הסבר אויף דעם וואס ער האט געזאגט אז ער האט נישט מורא פון די ראיות פון ש"ס און פוסקים: ווייל עס שטייט אין חז"ל אז ישעי' איז געקומען און ער האט אוועקגעשטעלט אלע מצוות אויף זעקס, איז געקומען עמוס און ער האט אוועק געשטעלט אויף 5, איז געקומען חבקוק און ער האט אוועקגעשטעלט אויף איינס: וצדיק באמונתו יחיה. די ענין פון דעם איז אז אין יעדן דור איז דא דער צדיק וואס וויל מאכן א שמירה און א תיקון לדורות אז מען זאל אפהיטן די תרי"ג מצות און די זעלבע זאך האט חבקוק געטוהן ער האט געטראפן אז דורך אמונה וועלן אידן היטן די תרי"ג מצוות. און די זעלבע האט ר' ברוך'ל געהאלטן אז רב ייבי איז געווען צדיק הדור און אויב ער האט מרעיש עולומות געווען און ער זאגט אז דאס איז א מצוה כוללות נישט צו רעדן אין מיטן דאווענען, דעריבער האט ער געזאגט אז ער האט נאר מורא פון צדיק וואס די מצוה איז כולל אלע מצות. אבער פון די ש"ס און פוסקים וכו' פון דעם האב איך נישט מורא ווייל זיי מאכן נישט קיין ענין צו מחמיר זיין ביי דעם מצוה מער פון אלע אנדערע מצות (קהל חסידים החדש) קומט אויס אז אויב מען היט דעם מויל פון רעדן אין מיטן דאווענען וועט מען קענען גרינג היטן די תרי"ג מצוות. (המו"ל)

קפיצת הדרך ביים קדושת יו"ט

איינמאהל האט אויסגעפאלן יוה"כ מיטוואך און ערב סוכות איז געווען זונטאג. דער הייליגע קדושת יו"ט האט געוואלט זיין אין צאנז ביים הייליגן דברי חיים זיע"א אויף סוכות. מוצאי יום הקדוש איז ער ארויס געגאנגען מיט א חבורה חסידים פון סיגעט. ערב שבת איז ער אנגעקומען קיין בארדיוב. דער בארדיובער רב האט אים איינגעלאדנט דער קדושת יו"ט און זיינע חסידים אויף שבת, ער האט זיי געפרעגט וואו זיי גייען האט ער אים געזאגט אז ער וויל זיין אין צאנז אויף סוכות! דער בארדיובער רב האט געזאגט אז עס איז אומעגליך אנצוקומען אויף צאנז נאך פאר יו"ט און ער בעט אים אז ער זאל בלייבן אויף יו"ט סוכות ביי אים און ער זאל פארן חוהמ אויף די לעצטע טעג. אבער דער קדושת יוט האט זייער שטארק געוואלט פארן קיין צאנז איז ער ארויס מוצאי שבת זוכן א בעל עגלה, קיינער האט נישט געוואלט פארן ביז ער האט צוגעזאגט איינעם אסאך געלט און יענער האט מסכים געווען. א גרויס חלק פון די חבורה האבן מחליט געווען צו בלייבן אין בארדיוב. אבער א חלק חסידים האבן געהאט אמונה אין רבין אז מען וועט אנקומען אין צאנז פאר יו"ט און זענען מיט געפארן. דער בעל עגלה הייבט אן צו פארן און מען זעט ווי די פערד פליען חוץ לדרך הטבע און אזוי זענען זיי אנגעקומען קיין צאנז נאך פאר יו"ט. זיי זענען שנעל געלאפן צו זייערע אכסניא אראפצולייגן די פעקלאך און זיך געשטעלט דאווענען. דערווייל האט שוין דער הייליגע צאנזער רב געענדיגט דאווענען אבער ער האט געשפירט אז די חשובע געסט זענען אנגעקומען, און הגם זיין מנהג איז געווען אז ער איז אריין אין זיין חדר גלייך נאכן דאווענען, אבער דא האט ער געווארט און ווען זיי זענען אנגעקומען אין שול האט דער צאנזער רב זיך זייער געפרייט מיט זיי, און ער האט געזאגט צום קדושת יו"ט בזה הלשון אבער ביסט גוט געפארן און נאך דעם אריין און זיין חדר.

נאך יו"ט האט דער קדושת יו"ט דערציילט פאר זיין הייליגן טאטן דער ייטב לב וואס האט פאסירט, האט אים דער ייטב לב געזאגט אז ביי מיר און דער הייליגן זיידן דער ישמח משה האבן מיר געהאט קפיצת הדרך: איינמאהל האט מען מכבד געווען דעם ישמח משה מיט סנדקאות אין א דארף לעבן אוהעל ערב שבת, און דער ישמח משה האט זיך געפירט אז ער פארט נישט ערב שבת נאך חצות, האט ער געזעהן ווי עס האט זיך געצויגן האט ער געהייסן מען זאל צו איילן די סעודה און גלייך בענטשן אז ער זאל קענען אנקומען קיין אוהעל פאר חצות, האט דער הייליגער ישמח משה אנגערופן אז די גאנצע וועג האט ער געזעהן א מענטש אנגעטאן מיט ווייסע בגדים און ער האט געטריבן די פערד און געשריגן שבת שבת! און אזוי זענען זיי אנגעקומען אין אוהעל פאר חצות. האט דער ייטב לב זיך אנגערופן צום קדושת יוט אז ער האט געזען דער מלאך פון קפיצת הדרך און ער האט אויסגעזען ווי דער מענטש וואס האט געטריבן די פערד און געשריגן שבת שבת!!

רבי ר' אברהם אלימלך אדמו"ר מקארלין זיע"א

4] המשך: דער רבי האט אנגעהויבן פירן און האט געצויגען א שיינעם עולם און די חסידות האט זיך פארשפרייט. דער רבי וויפעל ער איז געווען באהאלטן אבער די רבנים און צדיקים האבן געוואוסט זיין גרויסקייט אין ענוה און פון זיך מבטל מאכן פאר יענעם. ער איז ארום געפארן אין די אלע פלעצער וואו קארלינער חסידים זענען געווען און יענעם שבת איז געווען זייער א דערהויבענער און א פרייליכן שבת. ער האט געהאט א שטארקן קשר מיט הגאון ר' חיים עוזר זצ"ל אויך פלעגט ער פארן אין בריסק וואו דארטן איז געווען א קארלינער שול, און עס איז ידוע אז דער בריסקער רב האט געשיקט זיינע קינדער דאווענען ביי אונז אין שול. ווען ער איז געןןען אין בריסק איז דער רבי געווען אין זעלבן בנין פונעם רב.