לדלג לתוכן

פרדס יהודה בלעטל ויגש תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו פרדס יהודה בלעטל


ווער דארף א קנעכט א גנב

1] ויגש אליו יהודה ויאמר בי אדוני: (מ"ד י"ח) שטייט אין מדרש אר סימון בנימוסין שלנו כתוב ואם אין לו ונמכר בגניבתו וזה יש לו: דער מדרש איז א פליאה ווייל וואס דארף מען מחייב זיין יוסף א זאך וואס שטייט אין די תורה? איז וואס איז געווען די כוונה פון יהודה? נאר יהודה איז געקומען מיט א שטארקע סברא אז די תורה זאגט אז מען דארף פארקויפן א גנב פאר א קנעכט איז דאס א פלא. ווייל ווער וועט וועלן קויפן א קנעכט וואס איז א גנב? נאר מיר נעמען אן אז דער האט געגנב'עט ווייל ער האט נישט געהאט גענוג געלט, און ווען ער וועט זיין א קנעכט און דער בעל הבית וועט אים געבן געלט, וועט ער נישט זיין א גנב. דאס איז ביי א גנב וואס האט נישט קיין געלט, אבער א גנב וואס האט יא געלט און ער גנב'עט, וועט קיינער אים נישט קויפן ווייל ער וועט גנבענען ביים בעל הבית. איז דאס האט יהודה געטענה'ט פאר יוסף, אין די תורה שטייט נאר ואם אין לו ונמכר בגניבתו, אבער בנימין האט דאך געלט איז אויב ער איז א גנב לויט ווי דו זאגסט וועט ער זיין א גנב ביי דיר אויך איז וואס דארפסטו אזא קנעכט, איז דאך א סימן אז דו ווייסט דעם אמת אז ער איז נישט א גנב נאר מאכטס א בלבול אויף אונז דעריבער ויגש אליו יהודה.
(מפרשים)

פארוואס איז יוסף א מלך

2] כי כמוך כפרעה: (מ"ד י"ח) זאגט רש"י חשוב אתה בעיני כמלך, פרעגן די מפרשים אז יוסף איז דאך נישט געווען א מלך איז וואס האט יהודה געזאגט ביסט חשוב כמלך? נאר מען טרעפט אין גמ' (גיטין נ"ו.) אז צו אספסיינוס האבן די חכמים געזאגט שלום עליך מלך, ווייל ווען דו ביסט נישט א מלך וואלט מען נישט איבער געגעבן ירושלים אין דיינע הענט, איז כ"ש די הייליגע ברידער שבטי קה וואלט דער אויבערשטער נישט איבערגעגעבן אין די הענט פון א פשוטע מענטש, נאר פון א מלך, דעריבער האט יהודה געזאגט חשוב אתה בעיני כמלך.
(תורת משה חתם סופר)

פארוואס האט יוסף נישט געוואלט באווייזן צו די ברידער

3] ולא יכול יוסף להתאפק: (מ"ה א') פארוואס ביז יעצט האט זיך יוסף נישט געוואלט באווייזן צו זיי? נאר יוסף האט געוואלט אז די ברידער זאלן זיין אונטערטעניג צו אים אז דער חלום זיינע וואס אויף דעם האבן זיי געזאגט המלוך תמלוך עלינו (ל"ז ח') זאל מקויים ווערן, און ווייטער יוסף איז א מלך און מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול, אבער יעצט אז יוסף האט געזעהן ווי יהודה זאגט די גאנצע צייט עבדך און איז זיך מכניע צו יוסף און זעט דער חלום איז שוין מקויים, און אז מען איז מקבל יוסף אלץ מלך. דעריבער ולא יכול יוסף להתאפק.
(אוצר חיים בשם האמרי אמת מגור)

פארוואס האט יוסף ארויס געשיקט די מענטשן

4] ויקרא הוציאו כל איש מעלי: (שם) פארוואס האט יוסף געדארפט ארויס שיקן די מענטשן פון שטוב? נאר יוסף האט געטראכט ביי זיך, אויב די מענטשן וועלן זיך דערוויסן אז די ברידער האבן אים פארקויפט און יוסף איז געווען א מעביר על מדותיו און זיי נישט געשטראפט וועגן די מכירה, וועלן זיי זאגן פאר יוסף דו האסט געטאן א גרויסן זאך דא. און חלילה וועט ער קענען צו קומען צו גאות, דעריבער האט יוסף געזאגט הוציאו כל איש מעלי.
(פני מבין – פריד)

וואס איז די ראי' פון מילה אז ער איז יוסף

5] ויאמר יוסף אל אחיו גשו נא אלי: (מ"ה ד') ברענגט רש"י ער האט זיי באוויזן אז ער איז גע'מהל'ט: פרעגן אלע מפרשים אז אלע מצריים האבן זיך געמהל'ט איז וואס איז די ראי' פון מילה אז ער איז יוסף? נאר מיר ווייסן אז יעקב אבינו איז געווען מוהל ביי זיינע קינדער און א מוהל א ירא שמים לייגט אריין קדושה אין דעם רך הנימול. דעריבער האט יוסף געזאגט הראה להם שהוא מהול: דורך יעקב, און זיי האבן טאקע מרגיש געווען די קדושה אז ער איז יוסף.
(ראיתי)

גשו איז די אותיות שגו

6] ויאמר יוסף אל אחיו גשו נא אלי: (מ"ה ד') לכאורה פארוואס שטייט אל אחיו? עס וואלט געקענט שטיין ויאמר יוסף גשו נא אלי? נאר מען קען זאגן אז יוסף האט געזעהן אז זיי זענען געווארן פארשעמט, האט ער אנגעהויבן צו רעדן צו זיי מיט ליבשאפט: אל אחיו: מיינע ברידער. דאס זאגט די תורה גשו איז די אותיות שגו- די מכירה איז דאך געווען בשוגג און נישט במזיד. זאגט די תורה ווייטער: ויאמר יוסף אני יוסף אחיכם: די ברידערשאפט איז נאך דא, אפילו איר האט מיך פארקויפט, וועגן דעם ועתה אל תעצבו וגו'.
(ישמח ישראל- בעל כף החיים)

אלעס אין די זכות פון טאטן

7] והגדתם לאבי את כל כבודי במצרים: (מ"ה י"ג) וואס איז דער ענין פון והגדתם לאבי? נאר יוסף האט געהאלטן אז ער אליין איז נישט ראוי פאר גדולה, און אלעס וואס מען האט אים געגעבן מן השמים, סיי גדולה אין סיי כבוד איז נאר אין די זכות פון טאטן. דאס מיינט והגדתם: לאבי. אין זכות פון אבי איז כל כבודי במצרים.
(תורת אבות – סלאנים)

געזען די עשרה הרוגי מלכות

8] ויבך עליהם: (שם) זאגט דער אלשיך הק' אז די בכיה איז ווייל יוסף האט געזען די עשרה הרוגי מלכות, לכאורה וואו איז מרומז אין די ווערטער די הרוגי מלכות. נאר עליה"ם איז די ר"ת ע"ל י' ה'רוגי מ'לכות.
(פרדס המלך ר' פנחס סאסיש)

ביי חביבות איז תרי קולי משתמעי

9] ויגידו לו לאמר עוד יוסף חי: (מ"ה כ"ו) פרעגט דער אלשיך הק' פארוואס שטייט לאמר? עס האט געדארפט שטיין ויגידו לו עוד יוסף חי? ענטפערט ער אז יוסף האט געזאגט אז אלע ברידער זאלן זאגן אין איינעם צום טאטן עוד יוסף חי, איז לכאורה שווער אז די גמ' זאגט תרי קולי לא משתמעי מען קען נישט הערן צוויי קולות? נאר די גמ' (ר"ה כ"ז) שרייבט אז הלל און קריאת המגילה קענען זאגן א פאר מענטשן ווייל א זאך וואס האט א חביבות קען מען הערן פון צוויי מענטשן. דאס זעלבע האט יוסף געזאגט פאר אלע ברידער אז זיי זאלן זאגן עוד יוסף חי. איי תרי קולי לא משתמעי? דא וועט זיין א חביבות פאר יעקב, וועט ער הערן די קולות פון אלע ברידער.
(פרדס המלך- ר' פנחס סאסיש)

פארוואס האט יוסף געפרעגט העוד אבי חי

10] ויאמר וגו' אני יוסף העוד אבי חי וגו': (מ"ה ג') לכאורה איז שווער פארוואס נאך וואס ער האט געזאגט אני יוסף, האט ער גלייך געפרעגט העוד אבי חי? און אויב צו פרעגן די שאלה, האט ער שוין פריערט געפרעגט ווען זיי זענען געקומען (מ"ג כ"ד) השלום אביכם הזקן ויאמרו שלום? נאר מען קען זאגן אז ווען יוסף האט געזאגט: אני יוסף, האט ער מורא געהאט אז זיי וועלן אים הרגענ'ן, אדער ווייל ער האט זיי חושד געווען אלץ מרגלים, אדער ווייל זיי זענען געווארן פארשעמט פון אים פארקויפן. וועגן דעם האט ער גלייך געזאגט אני יוסף העוד אבי חי, ער האט זיי געוואלט דערמאנען וועגן טאטן אז זיי זאלן מורא האבן פון טאן עפעס שלעכטס, און דאס זאגט דער פסוק: ולא יכלו לענות וועגן די פחד פון זייער טאטן, ווייל זיי האבן טאקע מורא געהאט פון אים.
(ישמח ישראל - כף החיים)

וואס האט יעקב געזען אין די עגלות

11] וירא את העגלות: (מ"ה כ"ו) לכאורה וואס האט אים אזוי באנומען מיט זען די עגלות? (עיין רש"י) נאר מיר ווייסן אז מצרים איז געווען א פלאץ וואס שטייט שלא היתה פרה יוצאת! און דא זעט יעקב עגלות לשון רבים, טראכט ער ווי איז דאס מעגליך אז אזוי פיל עגלות האט מען ארויס געלאזט פון מצרים! מוז דאס זיין אז דער שולח איז א מלך, קומט אויס אז דער חלום פון יוסף איז מקויים געווארן דעריבער ותחי רוח יעקב אביהם.
(ראיתי)

מדור העובדות

דער קאזניצער מגיד איז מודה צום רב און איז מתקן א נשמה

הגאון הקדוש ר' שלמה זלמן עהרענרייך זצ"ל בעל לחם שלמה, האט געהערט פון הגאון הגדול הר' שלום מרדכי הכהן זצוקל דער דעת תורה ושו"ת מהרשם וואס האט דערציילט אז דער הייליגער קאזניצער מגיד זיע"א האט זיך געפירט אז אויב עס איז געווען א שאלה אויף א עסן ביי זיי אין שטוב האט מען זיך פארלאזט אויף א מורה הוראה, אבער אויב דער עסן איז געווען פאר'ן רבי'ן האט ער אליין געמוזט פסק'נען. איינמאל איז געווען א שאלה אויף א עוף און די רביצין האט נישט געקענט צו קומען צום רבי'ן פרעגן און פונקט דעמאלטס איז געווען ביי זיי א אורח א מורה הוראה, א גרויסער גאון און צדיק מפורסם, און זי האט אים געפרעגט און ער האט מתיר געווען די שאלה און די רביצין האט דאס געקאכט לכבוד שבת און גארנישט געזאגט פאר'ן רבי'ן. פרייטאג צו נאכט ווען מען האט דערלאנגט די זופ פאר'ן רבי'ן נעמט ער מישן די עסן און מישט ביז ער לייגט דאס אויפ'ן זייט, און רופט צו די רביצין און פרעגט איר וואס איז דא געשען! בתמימות ענטפערט זי דעם גאנצן אמת אבער זי האט זיך פארלאזט אויף דעם גרויסן מורה הוראה וואס איז געווען א אורח ביי זיי. דער רבי פרעגט דעם מורה הוראה אויף וועמען האט ער זיך פארלאזט צו מתיר מאכן דעם עוף? האט דער רב געזאגט אז עס איז ביי דעם א מחלוקת דער ש"ך און דער ט"ז וואס דער ט"ז האלט אז עס איז מותר לכתחילה און דער ש"ך איז מתיר בהפסד מרובה, ווען עס איז דא א גרויסע שאדן. רופט זיך אן דער קאזניצער מגיד אויב דער ש"ך איז מתיר נאר ביי הפסד מרובה פארוואס האסטו זיך פארלאזט אויפן ט"ז? דער רב וואס איז געווען א צדיק און א חכם, פארלירט זיך נישט און נעמט זיך פארענטפערן, אז דער רבי ווייסט דאך אז אין דעם עוף איז נתגלגל געווארן א נשמה וואס ווארט שוין א לאנגע צייט אויף א תיקון, און עס האט זיך געפירט בהשגחה אז דער עוף זאל אנקומען צו א איד און נישט צו א גוי, און איז אנגעקומען אין קאזניץ און נישט אין א אנדערע שטאט. און עס איז אנגעקומען צו די הויז פון רבי'ן און נישט די הויז פון א צווייטן, און בהשגחה האט מען דאס אנגעגרייט פארן רבי'ן און נישט פאר א צווייטן פון שטוב. איז אויב איך וואלט גע'אסרט דעם עוף וואלט דאך געווען א הפסד מרובה פאר דעם נשמה וואס ווארט שוין אזוי לאנג און דארף א תיקון. וועגן דעם האב איך זיך פארלאזט אויפן ש"ך וואס איז מתיר בהפסד מרובה, דער הייליגע רבי האט געמוזט מודה זיין צום רב און האט דערנענטערט צו זיך די עסן און עסט פון דעם לכבוד שבת. און דער נשמה האט שוין געקענט האבן זיין תיקון.
(ספר אמרי דבש)

מנהג ישראל לגבי נישואין בחודשי חשון וטבת

דער מנהג ביי חסידי סטאלין קארלין איז נישט צו מאכן חתונה אין חודש חשון און אויך נישט אין חודש טבת. בנוגע צו חודש חשון איז דא אסאך ערטער וואס מען מאכט נישט חתונה דעמאלטס, ווי מען זעט אין שו"ת לב חיים ח"ב סי' כ"ו צו הגה"ק ר' חיים פאלאג'י זצוק"ל. און דער שדי חמד שרייבט אז דאס איז מנהג ירושלים און מנהג קושטא. אויך איז דער מנהג חבד און מנהג רוזין נישט צו מאכן חתונה אין חודש חשון. לגבי חודש טבת טרעפט מען אין מנהגי חבד אז מען איז מחמיר, אזוי אויך אין סקווירא און אויך אין ראדוויל. אין שות מנחת אלעזר להגהק ממונקאטש זצ"ל (חלק ג' סימן ס"ו) איז דא א אריכות אין דעם ענין ווען מען מעג חתונה מאכן,און ווען מען זאל נישט. און ברענגט אז מען זאל מחמיר זיין אין חודש טבת ווייל אזוי האט זיך געפירט זיין פעטער הרב הצדיק מראזוואדואב זצוק"ל. פונדעסטוועגן, מנהג ישראל תורה היא. און אזוי ווי עס זענען דא מחמירים איז אויך דא מתירים און מען מאכט יא חתונה אין חודשי חשון און טבת, ונהרא נהרא ופשטי'.

רבי ר' אברהם אלימלך אדמו"ר מקארלין זיע"א

5] המשך: ווי געזאגט ביז יעצט אז דער רבי האט געהאט א גרויסע הצלחה אין בויען די חסידות אז עס האט זיך זייער צושפרייט, די שלעכטע רוחות אין יענע צייטן און בפרט צווישן די ביידע וועלט מלחמות איז געווען שווער בפרט פאר בחורים צו זיין א ערליכער איד, האט דער רבי געזען אז נאר דורך א ישיבה וועט מען קענען ראטעווען די יונגווארג און בערך אין יאר תרפ"ד האט ער געעפענט אין סארנא זיין ישיבה אור ישראל אויפן נאמען פון זיין הייליגן טאטן זיע"א, [סארנא איז געווען א ביסל ווייט פון שטאט קארלין אבער עס איז געווען א גרויסע שטאט און די באן איז פון דארטן געפארן אין גאנץ לאנד] ער האט גענומען הגאון החסיד ר' חיים מנדל קאסטרומעצקי זצ"ל צו זיין ראש ישיבה און אריין ברענגען א חיות דקדושה אין די בחורים.

ווען ר' חיים מענדל איז שוין געווארן עלטער און די הנהגת הישיבה איז געווען שווער, איז ער געווארן משגיח, און מען האט אויפגענומן הגאון ר' משה בערנשטיין זצ"ל דער איידעם פון הגאון הגדול ר' ברוך בער בעל ברכת שמואל, צו זיין ראש ישיבה. אין יאר תרפ"ט איז די ישיבה אריבער קיין לוניניעץ ]דאס איז שוין געווען נאנט צו קארלין און די באן איז אויך דארט געפארן[ וואס די ישיבה איז געווען א שם דבר וואס הרהג ר' אליעזר מנחם מן שך זצ"ל איז געווען פון די ראשי ישיבות און האט מעיד געווען אויף די גדלות פון די ישיבה, זיין בריוו וועגן די ישיבה איז געדרוקט אין אסאך ערטער און לעצטנס איז ארויס א ספר אויף הגאון הק' ר' שך זצ"ל און באשרייבט אויך די הייליגע ישיבה. ער שרייבט אז דער רבי פלעגט אסאך קומען קיין לוניניעץ פארברענגען מיט די בחורים און זיי געבן חיזוק.

איך האב געהערט פון הרב יאנובסקי שליטא וואס האט געלערנט אין די ישיבה, אז אסאך בחורים זענען נישט געווען פון די חסידים אבער אלע האבן געהאט א נאנטקייט מיטן רבי'ן וואס האט געוויזן א שטארקע חביבות צו די בחורים און אלע בחורים אפי' די ליטווישע פלעגן קומען צו זיינע טישן און בפרט צו די מלוה מלכה וואס דער רבי פלעגט פארברענגען שעות לאנג מיט סיפורי צדיקים. און מען האט געטאנצט די לעבעדיגע טענץ. דער רבי פלעגט טיילן פמ"ש (פ'דעהו מ'רדת ש'חת) א משקה געמישט מיט וויין און בראנפן יעדע מוצאי שבת וואס ער איז געווען אין לוניניעץ. (היינט אין סטאלין קארלין טרינקט מען די פמ"ש נאר זאת חנוכה און פורים) די חסידות האט זיך זייער פארשפרייט ביים קארלינער און ער האט אויך געצויגן די צווייג קיין ארץ ישראל וואס ער האט זוכה געווען צו פארן דארטן 4 מאל.
המשך יבא..