פרדס יהודה בלעטל האזינו שבת תשובה תש"ע
פרשת האזינו שבת תשובה
האזינו השמים ואדברה ותשמע הארץ אמרי פי: (ל"ב א) איינער פון די
גרויסע פשיסחא חסידים האט באגעגנט אויפ'ן וועג פארן קיין פשיסחא א
יונגע חסיד. האט ער אים געפרעגט, ביסט א חסיד? געענטפערט ער: הלואי
זאל איך זיין א פשוט'ער איד, האט אים דער אלטער חסיד געזאגט : ווען איך
בין געווען יונג אזוי ווי דיר, בין איך געפארן צום חוזה קיין לובלין, האב איך
געשטרעבט צו ווערן חאטש א מלאך, בין איך געווארן וואס איך בין, אבער
אויב דו שטרעבסט לכתחילה נאר צו ווערן א פשוטע איד, ווער ווייסט צו
וואס דו וועסט קענען דערגרייכן. מען דארף שטרעבן אויף העכער'ס. מיט
דעם קען מען טייטשן: האזינו השמים, אויב א מענטש שטרעבט אויף
העכערס, וואס איז מרומז אויף שמים, וועט דעמאלטס זיין ואדברה, א לשון
פון גדלות, דאס מיינט מען, וועט מען חאטש זיין א ערליכע איד, אבער אויב
ותשמע הארץ, וואס ארץ איז א קלענערע דרגא, און וועסט שטרעבן נאר צו
דעם מדריגה, איז דעמאלטס: אמרי, א לשון פון רכה א קלענערע דרגה פון
ואדברה, אזוי ווי דער פשיסחא חסיד וואס האט געשטרעבט אויף צו זיין א
מלאך איז ער געווארן א חסיד.
(שמח זבולון המו"ל)
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי כשעירם עלי דשא וכרביבים עלי
עשב: (ל"ב ב') מען זעט דא צוויי ענינים: מטר און טל, דשא און עשב, קען מען
מסביר זיין אז דער חילוק פון מטר און טל איז: מטר איז נישט אלעמאל ניחא
פאר די וועלט אבער טל איז אלעמאל ניחא. און דער חילוק פון דשא ביז עשב
איז: דשא איז די באדעקן פון גראז בכללות און עשב איז דער פרטיות פון
גראז. ווען מען וויל געבן מוסר און זאגן שטרענגע רייד, איז נאר ווען מען
רעדט צו א רבים, וואס דאס מיינט, יערוף כמטר לקחי, מטר איז נישט ניחא
אלעמאל און מען קען אמאל טשעפען איינעם מיט די לקח - מוסר רייד, איז
דאס איז כשעירים, א לשון פון שטרענגע רייד- עלי דשא- דאס קען מען
רעדן פאר א רבים, ווייל דער וואס דארף די מוסר וועט נישט ווערן
געטשעפט פון די מוסר רייד. אבער תזל כטל אמרתי, טל איז ניחא לעולם.
אמרתי, איז א ווייכן לשון- אמירה רכה-, און מיט דרכי נועם. כרביבים עלי
עשב: עשב איז דאך א פרט, ווען מען זאגט מוסר פאר א פרט א יחיד, דארף
דאס זיין מיט א נעימות און אין א ווייכן לשון, און נישט מיט א אופן פון
יענעם טשעפען.
(אוצר חיים - בשם חתם סופר)
יערוף כמטר לקחי וגו': (ל"ב ב') מטר: איז א סאך טל: איז א ביסל, זאגט דער אברבנאל אז תזל כטל אמרתי, ווען מען זאגט מוסר דארף מען זאגן א ביסל אזוי ווי טל אבער כמטר לקחי, וואס מען לערנט ארויס פון די דברי מוסר זאל זיין אזוי ווי מטר, מען זאל אסאך אפלערנען פון דעם. עפ"י ס' אוצר חיים, מען קען צושטעלן צו דעם די מאמר חז"ל (חגיגה ג:) אף דברי תורה פרים ורבים, וואס דאס איז די זעלבע בחינה ווי מען זייט איין א קערנדל וואקסט א בוים, מה נטיעה זו פרה ורבה. און אסאך צדיקים פלעגן רעדן ווייניג תורה אבער די חסידים האבן ארויסגענומען פון דעם גאנצע בנינים.
עס איז דא נאך א בחינה וואס מען זעט אז דברי תורה פון א צדיק האט א כח אז עס קען אויפטאן נישט נאר פאר די וואס הערן דאס פון מויל פון צדיק נאר אויך אנדערע מענטשן ווערן נשפע, אזוי ווי מען דערציילט אויף הרה"ק ר' אהרן הגדול מקארלין זצוק"ל וואס איז מקובל אז ער האט געמאכט פ"ד אלף בעלי תשובה: איז נישט ווייל ער האט גערעדט פאר אזוי פיל מענטשן, נאר ער האט גערעדט אין שוהל און זיין פנים איז געווען צום ארון הקודש און טויזנטער אידן האבן דאס געהערט און עס איז אריין ביי זיי און זענען געווארן בעלי תשובה. ווייל ד"ת פרים ורבים כנטיעה.
עס איז דא נאך א בחינה פון דברי תורה פרים ורבים, וואס יארן שפעטער
דורך די תורה פון צדיק ווערט א איד מחוזק א צייט שפעטער. ווי מען זעט
כמה ספרים פון צדיקים וואס האבן געזאגט דברי תורה און ערשט שפעטער
איז די ווערטער אריין ביי א איד און דורך יענע דברי תורה האט א איד
תשובה געטאן, ווייל ד"ת פרים ורבים ווי א נטיעה.
(שמח זבולו"ן - המו'"ל)
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי וגו' (ל"ב ב') זאגט רש"י ביי טל שהכל
שמחים בו אבער ביי מטר יש בו עצבים לבריות כגון בהולכי דרכים ע"כ. ביי
טל פרייען זיך אלע. אבער ביי רעגן איז דא וואס זענען טרויערדיג פון דעם. קען מען
זאגן א רמז אין כוונת רש"י: ווייל כמט"ר לקח"י 417 איז בגימ' יו"ם הכפורי"ם
417 , וואס ספרי חיים וספרי מתים זענען אפען, וועגן דעם זענען דא וואס
פרייען זיך, און עס איז דא וואס זענען טרויערדיג. תז"ל כט"ל 496 איז בגימ'
ח"ג הסכ"ת 496 וואס דאס איז זמן שמחתינו. דאס מיינט רש"י תזל כטל:
וואס אלע פרייען זיך אין יום טוב סוכות.
(חמרא טבא –בארנוב)
לו חכמו ישכילו זאת יבינו לאחריתם: (ל"ב כט) שטייט אין ספרים הק' אז
תקיעת שופר אין ראש השנה איז א הכנה פאר די ימי הרצון פון יום כיפור,
סוכות און שמיני עצרת. קען מען דאס מרמז זיין ווייל: תקיע"ה 585 איז
בגימטריא כ"י ביו"ם הז"ה יכפ"ר עליכ"ם 585. וואס דאס איז מרומז אויף יום
כיפור. אין די פסוק שטייט: ל"ו חכמ"ו ישכיל"ו זא"ת, און זא"ת איז מרומז
אויף יום כיפור ווי עס שטייט (ויקרא ט"ז ג') בזאת יבא אהרן, און די ווערטר ל"ו
חכמ"ו ישכיל"ו 486 איז בגימ' סוכ"ת 486, און זא"ת יבינ"ו לאחריתם 1175 איז
בגימ' השמינ"י עצר"ת 1175, אזוי ווי עס שטייט יום השמיני עצרת, זעט מען אז
די דריי זמנים יום כיפור סוכות און שמיני עצרת זענען מרומז אין דעם פסוק.
(חמרא טבא –בארנוב)
קען מען צולייגן און מסביר זיין אז שבת תשובה האט די הארות פון ראש
השנה און אויך פון די קומענדיגע וואך ווייל דער שבת פארן יום טוב גיט
השפעות וקדושה פאר די קומענדיגע וואך. אזוי ווי מען זאגט ששת ימים
המקבלים קדושה משבת קדשיך. און שבת תשובה איז אייביג פאר יום כיפור
און סוכות, איז דאס די קשר וואס שבת שובה איז מקשר ראש השנה מיט יום
כיפור און סוכות.
(שמח זבולון)
הרה"ק ר' זושא ווען דער הייליגע מגיד האט געזאגט תורה אויפן פסוק ושבת עד ה' אלקיך, איז געווען א גרויס פחד ביי די תלמידים פון וואס דער מגיד האט געזאגט, און מען האט אריין געטראכט די טיפקייט און כוונה פון הייליגן מגיד, האט דער רבי ר' זושא זיע"א געזאגט בפשטות אז מיין תשובה איז: תמים תהיה עם ה' אלקיך, שויתי ה' לנגדי תמיד, ואהבת את ה' אלקיך, בכל דרכיך דעהו, השיבנו ה' אליך ונשובה.
די גרויסע סטאלינער רבי ר' אשר זצ"ל האט א מאהל געזאגט ערב יום כיפור
עס שטייט אין חז"ל לא כמדת הקבה מדת בשר ודם , בשר ודם כלי ריקן
מחזיק , כלי מלא אינו מחזיק ואילו מדת הקב"ה כלי מלא מחזיק , כלי ריקן
אינו מחזיק (סוכה דף מ') האט זיך דער רבי אנגערופן וואס בין איך איך האב
גארנישט אבער ער האט זיך גלייך מחזיק געווען אויב אזוי בין איך א כלי
מלא בושה וכלימה בין איך א כלי מלא קען איך מקבל זיין די ברכה פון אויבן.
(אוצר חיים פרשת בשלח)
מדור העובדות
הרב החסיד ר' צבי הירש רפפורט ז"ל משמש בקודש פון הרה"ק ר' דוד משה מטשארטקוב זצוק"ל בן הס"ק מרוזין זיע"א האט דערציילט וואס ער האט אליין געהערט פון זיין רבי'ן, וואס איז געשען ביים הייליגן מגיד הרה"ק ר' ישראל פון קאזניץ זצ"ל. וואס איינמאל איז געווען א איד וואס האט געהאט א קרעטשמע פון א פריץ וואס האט אים געברענגט שיין פרנסה. דער פריץ האט געהאט א טאכטער וואס האט אופגעהערט צו רעדן, און דער פריץ איז געלאפן צו אלע דאקטורים און האבן נישט געקענט העלפן. איינע פון זיינע מענטשן האט אים געזאגט אז עס איז דא א אידישען ראבינער אין שטאט קאזניץ וואס ער וועט קענען העלפן, און אז דער פריץ זאל אזוי טאן: ער זאל רופן דעם איד פון זיין קרעטשמע און אים באפוילן אז ער זאל גיין צום ראבינער ער זאל געבן א רפואה פאר זיין טאכטער, און אויב ער וועט נישט געבן א רפואה וועט ער צו נעמען די קרעטשמע פון אים. דער פריץ האט געטאן וואס זיין מענטש האט מייעץ געווען, און דער איד האט נישט געהאט קיין ברירה און איז געגאנגען קיין קאזניץ, און דערציילט פארן רבין וואס דער פריץ האט אים געזאגט. און ער בעט אז דער רבי זאל העלפן די טאכטער פונעם פריץ און אזוי וועט זיין א קידוש השם.
דער רבי האט אים געהייסן ברענגען א שטיין וואס הייסט בורשטיין. און ער האט געזאגט פסוקים אויף די שטיין און געמאכט פון דעם א קייטל און עס געגעבן פארן איד אז ער זאל דאס געבן פארן פריץ ער זאל דאס ארויפלייגן אויף זיין טאכטער'ס האלדז. און אויב זי וועט דאס נישט אראפ נעמען, וועט זי קענען רעדן. און אזוי איז דער איד אהיים געגאנגען בשמחה און איז גלייך געגאנגען און געזאגט פארן פריץ וואס דער רבי האט געהייסן. און דער פריץ האט געפאלגט און האט דאס אויפגעהאנגען אויף איר האלדז און זי האט אנגעהויבן צו רעדן, פארשטייט זיך אז דער פריץ איז געווארן שטארק פריילאך און ער האט געמאכט א גרויסע סעודה פאר זיינע פריינד, און ער האט דערציילט ווי אזוי מען האט איר אויסגעהיילט און אז דער רבי האט איר געשיקט א סגולה און דורך דעם האט זי באקומען די כח הדיבור.
דאס האט געשאפט א גרויסע קידוש שם שמים ביי די גוים. וויל מען האט געזען ווי אזוי א איד האט אויסגעהיילט דאס מיידל אין די צייט וואס די גרעסטע דאקטורים האבן דאס נישט געקענט. אבער דער בעל דבר האט נישט גערוהט: עס איז דארטן געווען א גלח וואס איז געווען א שונא ישראל און האט געטראכט עצות ווי ער קען מאכן אז דער פריץ זאל פיינט האבן דעם איד, האט ער געטראכט אז ער וועט צונעמען מיט כישוף דעם שטיין קייטל פון מיידל, און אזוי האט ער געטאן און מיט כישוף אראפ גענומען פון מיידל דעם שטיין קייטל, און מען האט געזוכט דעם שטיין קייטל און מען האט נישט געוואוסט וואו דאס איז. און אזוי האט די מיידל נישט געקענט רעדן. און די שמחה פון די פריץ איז איבערגעדרייט געווארן צו טרויער, און דער גלח איז געווען צופרידן.
דער פריץ האט אבער באקומען א שטארקע אמונה אין צדיק! וואס האט דער פריץ געטאן? ער האט נאכאמאל געשיקט רופן דעם איד און אים באפוילן אז ער זאל נאכאמאל פארן צום צדיק, און אויב ער וועט נישט געבן א רפואה וועט ער צו נעמען די קרעטשמע פון אים, דער איד האט נישט געהאט קיין ברירה און איז ווייטער געגאנגען צום רבין, און האט אים דערציילט וואס דער פריץ האט אים געזאגט. און ער בעט אז דער רבי זאל זיך מרחם זיין און געבן נאך א שטיין קייטל צו העלפן דעם פריץ'ס טאכטער. האט דער רבי זיך אנגערופן אז ער קען דאס נישט טאן! דער איד וויינט פארן רבין און בעט רחמנות! דער רבי האט באקומען רחמנות אויפן איד און זאגט: אז נאכאמאל געבן א שטיין קייטל צו היילן קען ער נישט, אבער איך קען דאס זאגן אז דער גלח האט דאס געגאנבעט פון מיידל מיט כישוף און עס ליגט אין יענעם און יענעם פלאץ און ער האט געגעבן סימנים וואו דאס ליגט, נאר מען זאל אכטונג געבן פון גלח, און ווען מען וועט דאס טרעפן זאל מען דאס אנטאהן אויף די מיידל, און אזוי וועט זי קענען רעדן, און אזוי איז דער איד אהיים געגאנגען בשמחה און איז גלייך געגאנגען און געזאגט פארן פריץ וואס דער רבי האט געהייסן.
ווי געזאגט פריערט אז דער פריץ האט געהאט אמונה אין רבין, האט ער געגלויבט אז דער רבי ווייסט דעם אמת, און דער פריץ איז געגאנגען מיט זיינע זעלנער אין מיטן די נאכט און שנעל געקייטלט דעם גלח און אים אוועק גענומען פון זיין הויז, און לויט די ריכטיגע אנווייזן פון רבין האבן די זעלנער געפונען דעם שטיין קייטל גענוי וואו דער רבי האט געזאגט, און מען האט דאס אנגעטאהן אויפן האלדז פון טאכטער פון פריץ, און זי האט צוריק אנגעהויבן צו רעדן. און דער איד האט געהאט די קרעטשמע און געצויגן שיין פרנסה פון דעם. דער גלח האט באקומען זיין שטראף און עס איז געווען א גרויסן קידוש שם שמים. ע"כ המעשה:
האט דער הייליגער רבי פון טשארטקוב געפרעגט: לכאורה איז דאס א פליאה אז דער רבי האט געקענט מיט זיינע ליכטיגע אויגן דערציילן וואו עס ליגט די שטיין קייטל, אבער צו געבן א צווייטן שטיין האט ער נישט געקענט? דאס האט אויסגעפירט דער הייליגער רבי זיע"א. (ספר סיפורי צדיקים)
וואלט מען געקענט אפשר זאגן א רמז אין
פסוק האזינו השמים אז דער צדיק ווען ער דארף
פויעלן א ישועה הערט ער וואס מען זאגט אין
הימל און נאר וואס מען הייסט אים, דאס קען ער
רעדן און טאהן, און נישט מער, און דאס איז
אלעס ווייל, ותשמע הארץ אמרי פי, אז עס זאל
ארויס קומען פון דעם א קידוש שם שמים, כי שם
ה' אקרא הבו גודל לאלקינו. דער צדיק רופט צום
אויבערשטן ער זאל אים העלפן מיט א ישועה און
דורך די ישועה וועט זיין הבו גודל לאלקינו,
ויתגדל ויתקדש שמיה רבה, וואס דאס איז פון די
גרויסע עבודות אין די הייליגע טעג ביז מען קומט
צו די אתה הראת לדעת כי ה' הוא האלקים אין
עוד מלבדו, אין שמיני עצרת און אין שמחת תורה:
(שמח זבולו"ן המו"ל)
ווער עס קען פארשטיין די פליאה אז דער רבי האט געקענט מיט זיינע ליכטיגע אויגן דערציילן וואו עס ליגט די שטיין קייטל, אבער צו געבן א צווייטן שטיין האט ער נישט געקענט? זאל זיך מעלדן און מען וועט מפרסם זיין די תשובות און אריין גיין אין א גורל פאר א ספר.
דב"ש און א"ב הרחמ"ן איז בגימ' 306 און נישט 406, הב' יוחנן בר"י וואלפין ב"פ. אויך שטייט אז תפוח 496 איז בגימטריא פר"ו ורב"ו 500. דודי ר' דניאל קליטניק נ"י, מוז מען צולייגן אז תפוח מיט די 4 אותיות איז גימ' פרו ורבו 500, אויך דעם סיפור פון הייליגן סטרעליסקער: אז אמאל איז גענוג צו זיין א פאר מינוט ביים רבין און מיט דעם פועל'ט מען וואס מען דארף, אין ספר פניני החסידות ברענגט דער סיפור פון ספר אמרי קדוש אבער אין ספר שטייט דאס נישט? הר' שלמה זלמן גולדהבר שליט"א מחבר ס' באהלי צדיקים י-ם. וואס אגב איז ער מעורר מיר כמעט יעדן וואך מיט פארשידענע הערות תשואת חן לו