לדלג לתוכן

פרדס יהודה בלעטל בא תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו פרדס יהודה בלעטל


פי' אין רש"י ויושב ע"י שליח

ויושב את משה ואת אהרן אל פרעה: (י' ח') שרייבט רש"י הושבו ע"י שליח ששלחו אחריהם והשיבום אל פרעה ע"כ, וואס וויל רש"י מיט הושבו ע"י שליח? נאר דער הייליגער רמב"ן ברענגט א מדרש (שמות פי"ג ה') אויפן פסוק (שם ו') ויפן ויצא מעם פרעה. אז משה האט געזען אז זיינע ווערטער זענען אריין אין די הערצער פון עבדי פרעה, און האט געוואוסט אז זיי וועלן משפיע זיין אויף פרעה ער זאל תשובה טאן, דעריבער איז משה אוועק געגאנגען פון פרעה. ממילא וואלט מען געקענט זאגן אז משה איז ארויס פון פרעה און האט דארטן געווארט ביז מען וועט אים צוריק רופן, און פשט פון ויושב איז, ווייל משה האט מרגיש געווען אז די עבדי פרעה האבן משפיע געווען אויף פרעה, און דעריבער האט ער צוריק געקערט פון זיך אליין. דעריבער זאגט רש"י וויבאלד עס שטייט אין פסוק ויושב את משה ואת אהרן איז דאך משמע אז ביידע זענען געווען אין א אנדערע פלאץ ווייל ווען נישט וואלט געדארפט שטיין וישובו: צוזאמען, אלא ע"כ מוז מען זאגן ע"י שליח האט מען זיי אפגעזוכט און געברענגט צו פרעה.
(ערוגת הבושם)

ווייל די אידן האבן זיך פארמערט איז געווען די צייט פון גאולה

ויאמר משה בנערינו ובזקנינו נלך בבנינו ובבנותינו: (י' ט') דארף מען פארשטיין וואס מיינט משה רבינו מיט נערינו וזקנינו? און אויך פארוואס שטייט אלעס מיט א בי"ת ב'נערינו ב'זקנינו? נאר מען קען מחדש זיין אז פרעה האט געוואוסט אז די זמן הגאולה איז נאך נישטא דעריבער האט ער נישט געוואלט ארויסשיקן די אידן האט אים משה רבינו געזאגט, ווייל די אידן האבן זיך פארמערט, איז געווען מער מענטשן צו ארבעטן איז שוין געקומען די צייט פון גאולה, דאס האט אים משה רבינו מרמז געווען מיט דעם בי"ת א ריבוי ביי נערים זקנים בנים ובנות אז די צייט איז שוין דא פון ארויס גיין.
(חתן סופר)

דאס זענט איר מוסיף פון זיך אליין

כי אתה אתם מבקשים: (י' י"א) וואס מיינט אותה? נאר פרעה האט נישט געגלויבט אז דער אויבערשטער האט געהייסן ארויס גיין זקנים מיט נערים אין א וויסטן מדבר, דעריבער האט ער געזאגט ראו כי רעה נגד פניכם, און ער האט געזאגט: לכו נא הגברים, ווייל דאס איז דער ציווי ה', אבער אותה: די זקנים מיט נערים, אותה מבקשים, דאס זענט איר מוסיף פון זיך אליין, דעריבער בין איך נישט מסכים זיי צו שיקן.
(וצוה הכהן תלמיד הרה"ק ר' פנחס מקארעץ דף ד' ובספר דרכי דוד)

משה זאל ממליץ זיין פארן אויבערשטן

וימהר פרעה לקרא למשה ולאהרן ויאמר חטאתי לה' ולכם, ועתה שא נא, והעתירו לה': (י' ט"ז - י"ז) עס איז דא עטליכע דיוקים אין פסוק. א] אויב חטאתי לה' ולכם האט ער געדארפט בעטן ואתה ה' שא נא חטאתי, פארוואס בעט ער פון זיי מחילה פארן אויבערשטן? ב] פרעה רופט משה ואהרן, האט געדארפט שטיין ועתה שאו: לשון רבים? ג] פארוואס נאך שא חטאתי זאגט פרעה והעתירו לה? נאר פרעה האט געוואוסט אז כדי דער אויבערשטער זאל אים מוחל זיין האט ער געדארפט האבן א מיטל מענטש ווי משה זאל ממליץ זיין פארן אויבערשטן. דעריבער האט ער געזאגט פריערט שא נא חטאתי, און ווער א מיטל מענטש פאר מיר. און פארוואס האט ער געזאגט שא און נישט שאו? ווייל פרעה האט דאך געקענט משה, א עניו, איז ער זיכער אים מוחל. אבער אהרן האט ער נישט געקענט, דעריבער האט ער געזאגט שא נא צו אהרן אליין לשון יחיד. ממילא נאך דעם וואס דו וועסט מיר מוחל זיין, שטייט והעתירו לשון רבים, איר ביידע וועלן מיר מוחל זיין, און בעטן פאר מיר ביים אויבערשטן ווייל דער אויבערשטער איז א נושא עון ומרבה לסלוח.
(כלי יקר)

וואס מיינט במושבותם

ולכל בני ישראל היה אור במושבותם: (י' כ"ג) פארוואס דארף מען זאגן אז ביי די אידן איז געווען ליכטיג? אויך די אנדערע מכות זענען נישט געווען ביי די אידנ'ס הייזער? נאר די חידוש איז אז די ליכטיקייט איז געווען אין די הייזער פון די מצריים נאר פאר די אידן, און דאס מיינט במושבותם ביי די הייזער פון מצרים, אז די אידן זאלן זען וואו די אוצרות ליגן.
(תהלות ה' תהלים)

פארוואס האט פרעה נאר גערופן משה

ויקרא פרעה אל משה: (י' כ"ד) דארף מען פארשטיין פארוואס ביי אלע מכות האט פרעה גערופן משה מיט אהרן און דא ביי חושך רופט ער נאר משה? נאר ווייל ווען משה איז געבוירן געווארן איז אנגעפילט געווארן די הויז מיט א ליכטיגקייט ווי רש"י ברענגט ותרא אותו כי טוב הוא (ב' ב') כשנולד נתמלא הבית כולו אורה ע"כ. האט פרעה געהאפט אז יעצט אין די חושך וועט משה אויך ברענגן ליכטיגקייט צו זיין שטוב.
(כלי יקר)

געלט פון אויבערשטן איז פאר מצוות און מעשים טובים

דבר נא באזני העם וישאלו איש מאת רעהו וגו': (י"א ב') דארף מען פארשטיין, דער לשון וישאלו מיינט בארגן און מען זעט נישט אז די אידן האבן צוריק געגעבן די כלים פאר די מצריים? [ווייל שאלה הוא בדבר דהדרא בעינא (עיין גמ' קידושין מ"ז:)] נאר עס שטייט אין הייליגע ספרים אז א מענטש זאל נישט האלטן אז די געלט וואס דער אויבערשטער האט אים געגעבן איז פאר זיין הנאה, נאר אזוי ווי א הלואה פון אויבערשטן אז מען זאל דאס צוריקגעבן אין א אופן פון טאן מצוות און מעשים טובים מיט די געלט, און דאס איז א בחינה פון הדרא בעינא עס גייט צוריק. איז דא אויך ווען דער אויבערשטער האט באפוילן וישאלו וגו', איז דאס געווען צו מקיים זיין די הבטחה צו אברהם אבינו: ואחרי כן יצאו ברכוש גדול. קומט אויס אז די כוונה פון בארגן איז געווען צו מקיים זיין דער רצון הבורא, און דאס איז, שאלה, דהדרא בעינא, צוריק צום אויבערשטן.
(אהבת שלום קאסוב)

פארוואס דארף שטיין עשו כדבר משה

ובני ישראל עשו כדבר משה וישאלו ממצרים כלי כסף וכלי זהב ושמלת: (י"ב ל"ה) לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס דארף שטיין עשו כדבר משה? די גאנצע זאך איז געווען ווייל משה האט געהייסן? נאר עס שטייט אז עס איז דא צוויי טעמים פארוואס האט דער אויבערשטער געברענגט אויף די מצריים מכת חשך? 1) איז כדי די מצריים זאלן נישט זען די רשעי ישראל שטארבן ביי די שלושת ימי אפילה. 2) כדי מען זאל נעמען די כלי כסף און כלי זהב, אין די תורה שטייט נישט דערמאנט אז די טעם איז ווייל זיי זאלן זוכן כלי כסף, איז דאס שטייט אין פסוק, ובני ישראל עשו כדבר משה אז זיי זאלן זוכן בשלושת ימי אפילה וואו די מצרים האבן געלייגט די כלי כסף וזהב און דורך דעם וישאלו ממצרים כלי כסף וכלי זהב.
(מקרי דרדקי)

גרויסקייט פון חודש ניסן אזוי ווי יו"כ

ועבדת את העבדה הזאת בחדש הזה: (י"ג ה') איינמאל איז געפארן א דארפ'ס איד צום הייליגן רוזינער זיע"א אויף פסח. נאך א לאנגע נסיעה איז ער געווען שטארק מיד, האט ער זיך געלייגט אויף א באנק פאר מנחה און האט געהאפט אז ער וועט אויפשטיין אין צייט צו מנחה מעריב. מען האט אים נישט באמערקט און איז געבליבן שלאפן ביז נאך מעריב, און ווען דער הייליגער רוזינער איז אהיים געגאנגען בודק חמץ זיין, און איז צוריק געקומען אין שול דארטן בודק חמץ זיין, און שרייט אויס נאך בדיקת חמץ: כל חמירא, האט דער דארפ'ס איד זיך אויפגעכאפט און הערט כל שרייט ער אוי וויי!! מען זאגט שוין כל נדרי, און איך האב פארפאסט, סעודת המפסקת, און דער עולם האט זיך צולאכט, האט דער הייליגער רוזינער געזאגט מען זאל נישט לאכן ווייל ער זאגט אמת, האט דער רבי מסביר געווען אז וואס מען קען אויספוילן אין די הייליגע טעג דורך תשובה תפלה וצדקה, קען מען אויספוילן אין חודש ניסן דורך די קיום מצות פסח כהלכתו.

און דאס איז מרומז אין פסוק: ועבדת את העבדה הזאת, זאת איז מרומז יום כיפור ווי עס שטייט בזאת יבא אהרן אל הקדש (ויקרא ט"ז ג), און בחדש הזה איז דאך ניסן, ווי עס שטייט החדש הזה לכם, קומט אויס אז כל נדרי פון יו"כ און כל חמירא פון ניסן איז די זעלבע מדריגה.
(נר ישראל)

מדור העובדות

דער הייליגער בני יששכר מיטן הייליגן זידיטשובער פארן צו מונקאטש הרה"צ ר' חנני' יו"ט ליפא דייטש אב"ד העלמעץ זצ"ל, האט געהערט פון הגה"ק רבי חיים אלעזר שפירא זצוק"ל אבדק"ק מונקאטש דער בעל מנחת אלעזר, ווען מען האט אנגעטראגן זיין זיידן דער בעל בני יששכר צו ווערן אב"ד אין מונקאטש, האט ער נישט געוואלט אנעמען די רבנות ווייל דארטן איז געווען א גרויס חלק חסידים פון זידיטשוב. אבער ווען עס איז געקומען די צייט ער זאל דארט גיין ווערן אב"ד, האט ער געבעטן פון הרה"ק רבינו צבי הירש מזידיטשוב זי"ע בעל עטרת צבי, ער זאל מיטקומען און אים באגלייטן צו מונקאטש. [אז די חסידים וועלן זען אז עס איז בהסכמת זייערע הייליגער רבין.] און ער איז געפארן מיט אים ביז די שטאט ווערעצקי וואס איז ביים גרעניץ פון גאליצי' און אונגארן. ווייטער האט ער נישט געוואלט גיין, ווייל ער האט נישט געוואלט אריין גיין אין אונגארן. האט אים די בני יששכר געבעטן ער זאל יא מיטקומען ביז מונקאטש, האט אים דער עטרת צבי געפרעגט צו ער דערקענט דער שר וואס ער איז ממונה אויף אונגארן [ווייל יעדע מדינה האט א שר] האט ער געזאגט יא, האט ער אים געפרעגט ווי אזוי זעט ער אויס? האט דער בני יששכר געזאגט אז ער האט א גרינע הוט און ער האט א שפאלט אויף זיין שטערן, זאגט אים דער הייליגער זידיטשובער אז ער האט געמאכט דעם שפאלט פארן שר, און האט מורא אז דער שר וועט נקמה נעמען אויף אים אויב ער וועט אריין גיין אין אונגארן.

האט דער בני יששכר אים צוגעזאגט אויף זיין אחריות אז עס וועט גארנישט ארויסקומען קיין שלעכטס פון דעם, ווען דער רבי האט דאס געהערט האט ער מסכים געווען צו פארן, און זיי ביידע זענען געפארן ביז מונקאטש, ווען זיי זענען אנגעקומען דארטן, איז אנגעקומען א שליח צום הייליגע זידיטשובער אז זיין טאכטער איז געווארן שטארק קראנק אין זי האלט ביים שטארבן ר"ל. ווען דער הייליגע זידיטשובער האט דאס געהערט האט ער שנעל געשיקט א שליח זאל גיין צום בני יששכר און זאגן אז ער האט מבטיח געווען אז עס וועט גארנישט געשען, און אים דערציילן וואס איז געשען, ווען דער שליח איז אנגעקומען צום שטוב פון בני יששכר האט ער נישט געקענט איבערגעבן די שליחות ווייל די טיר איז געווען פארשפארט און מען האט נישט אריינגעלאזט, איז דער שליח צוריק געגאנגען צום זידיטשובער און ער האט אים דערציילט, האט דער רבי געזאגט אז ער וועט אליין גיין און דערציילן וואס עס האט פאסירט, ווען ער איז אנגעקומען און ער האט געלייגט זיין האנט אויפן קלאמקע פון טיר, האט דער בני יששכר גלייך געעפענט די טיר און האט געזאגט עס איז שוין אלעס גוט: און זי איז געווערן געזונט. זיע"א.
(אמרי דבש וואס האט געהערט די מעשה)

מנהג ישראל לגבי ברכי נפשי

4] אין ספר יוסף תהילות פון הייליגן חיד"א זצוק"ל שטייט אז די ט"ו שיר המעלות וואס דוד המלך האט געזאגט אויף די 15 טרעפ וואס גייט אראפ פון עזרת ישראל צו עזרת נשים אזוי ווי רש"י זאגט אין (תהילים ק"כ). איז מכוון כנגד די 15 יאר וואס די אלע דריי אבות האבן געלעבט צוזאמען. און כנגד די 15 ווערטער אין פסוק וזכרתי את בריתי יעקב (ויקרא כ"ו מ"ב) און כנגד די 15 ווערטער אין פסוק ויפגע במקום ויקח מאבני המקום (בראשית כ"ח י"א) און כנגד די 15 ווערטער ביי ברכת כהנים. און ווייל מען האט מתקן געווען אז שבת איז נישטא ברכת כהנים, האבן די חכמים מתקן געווען א זכר לברכת כהנים אין שב"ק, אז מען זאל זאגן די 15 שיר המעלות. נאר דאס איז א דוחק ווייל אויב אזוי פארוואס זאגט מען דאס נישט אין די זומער חדשים אלץ זכר לברכת כהנים? עכ"ד החיד'"א. אין ספר ויצבור יוסף איז ער מוסיף אז דעריבער זאגט מען אויך ברכי נפשי, ווייל דארטן איז מרומז אויף מעשה בראשית וואס ביים ענדע פרשה שטייט ויברך אלקים את יום השביעי, איז אויב דער אויבערשטער האט געבענשט דעם שבת דעריבער דארף מען נישט אנקומען צו ברכת כהנים אין שבת עיי"ש.

רבי ר' אברהם אלימלך אדמו"ר מקארלין זיע"א

9] דעם התבטלות ביי די הייליגע קינדער פאר'ן הייליגן טאטן דער פרנקפורטר זצוק"ל איז געווען להפליא: ווי מען זעט אין זייער דיבורים. דער רבי' ז"ל פון טברי' ווען איינער האט געזאגט: ווען דער טאטע איז געווען א קינד האט ער געענטפערט אז דער טאטע איז קיינמאל נישט געווען א קינד. דער קארלינער האט געזאגט אויפן טאטן בזה"ל ער איז געווען ממיוחדי הקדמונים און האט אמאל געזאגט ער האט געהאט דער מוח פון ר' העשיל פון קראקא זצ"ל דער חנוכת התורה. און אז יעדן ווארט וואס ער רעדט ארויס פון זיין הייליגן מויל איז בחינת תורה שלימה וואס איז געגעבן געווארן פון הר סיני. דער רבי ז"ל האט דערציילט וואס ער האט גערעדט מיטן הייליגן צדיק הרה"ק ר' גרשון חנוך פון ראדזין דער בעל התכלת, וואס האט געזאגט אז דער הייליגער פרנקפורטר האט א פארהאנג וואס ער באהאלט זיך פון די וועלט אבער איך קען דורכזען דער פארהאנג און איך זע צוויי זאכן, א) יעדן דיבור וואס ער זאגט איז א מאמר חז"ל. ב) ער קען שטיין און רעדן פאר צען טויזענט מענטשן און רעדן צו די שטענדערס, ווייל מען וועט נישט פארשטיין זיין כוונה. האט דער רבי ז"ל נאכדעם וואס ער האט דערציילט פון הייליגן ראדזינער, געזאגט פארשידענע עובדות פון הייליגן טאטן וואס האט געזען ווי עס איז פשוטע רייד און איז געווען מאמרי חז"ל. און אויך דערציילט פון זיין רעדן צו מענטשן זאכן וואס מען האט בכלל נישט פארשטאנען וואס ער מיינט.

אין ספר ברכת אהרן דף קצב שטייט: דער טאטע האט אונז געזאגט אז וויסן א מחשבה איז ביי אונז פון די קליינע זאכן. אז דו ווילסט וועל איך דיר אויסלערנען עכ. און עס איז באוואוסט די מעשה ווען די הייליגע קארלינער איז געווען אין חברון אויף א שבת האט זיך באטייליגט ביים טיש דער רב פון חברון הגאון החסיד ר' שלמה לייב אליעזרוב זצ"ל, עס האט פּאסירט אז ער איז אנגעקומען שפעט צום טיש און די גאנצע עולם איז שוין געשטאנען אויף זייער פּלעצער ארום די טיש, אבער די יונגע לייט וואס זענען געשטאנען ארום דעם רבין האבן פארשטעלט און דער רב האט גארנישט געזען וואס גייט פאר. און דער הייליגע שמועס וואס דער רבי האט געזאגט מיט א רוהיגקייט און געווען שטיל האט דער רב נישט געקענט הערן, און ער טראכט ביי זיך אז עס וואלט געווען כדאי אהיים גיין און מעביר סדרה זיין און לערנען א פרק משניות און זיין אנדערע שיעורים, און צו זיין וואונדער ווען ער האט נאר געענדיגט טראכטן, האט דער רבי ז"ל זיך אויסגעדרייט צו אים און געזאגט בלשון קדשו: ס'וואלט געווען א יושר א היים צו גיין וועט מען קענען מעביר סדרה זיין אדער עפעס לערנען: דער רב פון חברון איז נתפעל געווארן פון די קדושה פון רבי'ן וואס ער האט מרגיש געווען אלעס וואס ער האט געטראכט, און ער איז געבליבן ביז סוף טיש, און נאכן טיש האט ער דערציילט אז דער רבי האט מרגיש געווען אלעס וואס ער האט געטראכט.
המשך יבא.