לדלג לתוכן

פרדס יהודה בהר בחוקתי בלעטל תשס"ט המשך

פֿון װיקיביבליאָטעק

פרדס יהודה בהר בחוקתי בלעטל תשס"ט --- פרדס יהודה בהר בחוקתי בלעטל תשס"ט המשך --- צוריק צו פרדס יהודה


מדור העובדות

וואס מען קען ארויסלערנען פון דעם

אכטונג געבן ווי אזוי מען ענטפערט

רשי ברענגט אויף ולא תונו אז מען זאל נישט געבן א נישט ריכטיגע עצה, מען דארף זייער שטארק אכטונג געבן ווי אזוי מען ענטפערט א מענטש וואס פרעגט א עצה, א ענדליכע מעשה איז געווען ביי איינע פון די צדיקים וואס א פרוי האט געהאט א חלום אז איר באלקאן איז אראפגעפאלן און זי איז געווען זייער באזארגט ווער ווייסט וואס דאס באדייט, איז זי געלאפן צום רבי'ן וואס האט איר בארוהיגט און פותר חלום געווען אז דאס מיינט אז זי וועט געבוירן א בן זכר דעם יאר, און כך הוה. דעם צווייטע יאר חזר'ט זיך איבער דער זעלבע חלום און דער רבי איז פותר חלום א בן זכר און כך הוה. דער דריטער יאר חזר'ט זיך איבער דעם חלום און דער רבי איז פותר חלום א בן זכר און כך הוה, די פערטע יאר חזר'ט זיך איבער דער זעלבע חלום און די פרוי קומט ווייטער צום רבי'ן, וואס צוליב דעם חלום ווערט זי פאר קלעמט און מוז רעדן מיט'ן רבי'ן אבער דער רבי איז פונקט נישט געווען, פרעגט איר דער גבאי וואס איז אזוי וויכטיג צו טרעפן דעם רבי'ן, ענטפערט זי אז אזוי ווי זי האט געהאט א חלום אז איר באלקאן איז אראפגעפאלן און זי וויל אז דער רבי זאל פותר זיין דעם חלום. זאגט איר דער גבאי פאר דעם דארף מען א רבי! אזא חלום באדייט אז דיין מאן ווערט נפטר ווערן דעם יאהר, הויבט אן די ווייבל צו וויינען ביטערע קולות, דערווייל קומט אריין דער רבי און הערט פון גבאי וואס דא איז געשען, שרייט אן דער רבי צום גבאי: דו האסט געהארגעט איר מאן! פרעגט דער גבאי, אבער דאס איז דאך דער אמת'ר פתרון פון חלום, האט אים דער רבי געזאגט אז די לעצטע דריי יאר ווען זי האט מיר געזאגט די חלום האב איך דאס געטייטשט אויף גוטע זאכן אז זי וועט געבוירן א בן זכר אפילו איך האב געוואוסט די אמת'ע פתרון, וואלסט געדארפט אויך פותר זיין לטוב.עס איז איז א שטארקער מוסר השכל אז מיט א גוט ווארט קען מען מחיה זיין א מענטש אויף אייביג, און חלילה פארקערט, מען זעט דאס גרויסקייט פון געבן צדקה פאר'ן ארימאן (בבא בתרא דף ח:) אז מען באקומט 6 ברכות, אבער המפייסו, מען זאגט אים א גוט ווארט איז דא 11 ברכות, נאך 5 ברכות פון די הייליגע חז"ל פאר נאר א גוט ווארט, מען זאגט נאך פון צדיקים אז א גמילת חסד מיט'ן דיבור איז די שכר מער פון יוסף ה' אליכם ככם אלף פעמים (דברים א יא).
די מעשה פלעגט דערציילן א אלטע מומע מרת קליין עה וואס האט דאס געהערט אין סאטמאר איבער 100 יאר צוריק.

דער אויבערשטער גיט אין די ריכטיגער צייט

ונתתי גשמיכם בעתם: אין זיין צייט,און אזוי ווי עס שטייט אין (תהלים קמה) ואתה נותן להם את אכלם בעתו. די צייט ווען מען דארף דאס. יעדן זאך וואס דארף געשען האט זיין באשטימטע צייט פון השי"ת, מען קען צושטעלן צודעם א מורא'דיגע מעשה וואס איז געשען ביים הייליגן קדושת לוי זיעא. איין מאל קומט אריין צו אים א איד א ארימאן און זאגט דעם רבי'ן אז ער וויל רופן דעם אויבערשטן צו א דין תורה. דער רבי ווערט ערנסט און דערשראקן און פרעגט וואס איז געשען? ענטפערט אים דער ארימאן: אז היות אז ער האט יעצט אפאר קינדער חתונה צו מאכן און ער האט נישט קיין געלט פאר דעם, און דער אויבערשטער האט געגעבן קינדער דארף ער אויך געבן געלט זיי חתונה צו מאכן! זאגט אים דער רבי, ווארט אפאר מינוט, און נאך דעם זאגט אים דער רבי, דו ביזט גערעכט, און נעמט ארויס א פאפיר און שרייבט דעם פסק דין אז דער מענטש איז גערעכט און דער אויבערשטער מוז אים שיקן געלט חתונה מאכן זיינע קינדער. דער ארימאן איז ארויס פון רבי'ן בשמחה און האלט האלט דעם בריוו אין האנט און ער איז יעצט פול מיט בטחון אז דער אויבערשטער וועט זיכער ערפילן זיין פארלאנג, און נעמט ארויס די בריוו נאך א מאל און ליינט דעם בריוו, ווען אין מיטן ליינען, קומט א שטארקע ווינט און שלעפט מיט זיך דעם בריוו. דער ארימאן לויפט און לויפט צו קענען כאפן דעם בריוו און קען דאס נישט דערגרייכן און ער לויפט ביז דער בריוו פאלט אריין אין די האנט פון פריץ וואס איז געזעצן אין זיין וואגן, דער איד זעט אז די בריוו איז אין האנט פון פריץ נעמט ער די שטאלץ און ער בעט פון פריץ אז ער זאל אים צוריק געבן זיין בריוו, דער פריץ וויל וויסן פארוואס איז דער בריוו אזוי וויכטיג, אין דער איד דערציילט דעם פריץ די גאנצע סיפור פון דין תורה ביים רבי'ן און וואס דער רבי האט געפסק'נט, דער פריץ האט דעם איד נישט געגלויבט און האט געהאלטן אז דאס איז א בריוו וואס באלאנגט צו א שפיאן וואס וויל אונטערברענגען דעם פריץ. און וויל נישט צוריק געבן דעם בריוו צום ארימאן , דער ארימאן בעט זיך בתחנונים פארן פריץ. ביז דער פריץ האט מחליט געווען אז מען גייט רופן א מתורגמן וואס זאל ליינען דעם בריוו און כך הוה . מען ברענגט א איד וואס ליינט פאר דעם בריוו פאר'ן פריץ, און עס איז אלעס וואס דער איד האט געזאגט, און אז דאס איז נישט קיין שפיאן בריוו. דער פריץ איז געווארן שטארק גערירט פונ'ם בריוו און רופט זיך אן דער פריץ צום ארימאן, און פרעגט אים וויפל געלט דארפסטו האבן פאר חתונה מאכן דיינע קינדער. ענטפערט אים דער איד כך וכך . רופט דער פריץ צו זיין באדינער און הייסט אים גיין און ברענגען דעם גאנצע סכום וואס דער איד דארף, און אזוי איז ער געהאלפן געווארן. דאס מיינט: ונתתי גשמיכם בעתם. ואתה נותן להם את אכלם בעתו. אין זיין צייט. די צייט וואס דער אויבערשטער וויל. און דעמאלט'ס פליט א בריוו אריין אין די הענט פון א פריץ. וואס ווערט דער שליח פון אויבערשטן צו העלפן דעם איד.
(שמח זבולון - המו"ל)

אלעס האט א צייט

אגב די וועלט דערציילט אז ביים הייליגן גאון הגרי"ז פון בריסק זצוק"ל איז ביי א חופה וואס ער איז דער מסדר קידושין, האט דער חתן געזוכט דער רינגל פאר דעם קידושין און ער טרעפט דאס נישט, איז געווארן א בהלה און מען האט געפרעגט דער רב אפשר איז דאס א סימן אויף עפעס חלילה, און דער רב ענטפערט נישט, א פאר מינוט שפעטער טרעפט מען דעם רינגל, רופט זיך אן דער רב נאכ'ן חופה: אז יענע מינוט איז געווען אנגעשריבן אין הימל אז מען גייט צו די קידושין און נישט א מינוט פריער.

הערה

לעצטע וואך האבן מיר געברענגט פון של"ה הק' אז שבועות פאלט אויס אין סיון ווייל זיין מזל איז עקרב צו מתקן זיין נחש שרף ועקרב. הר"ר יעקב דוב בלייך שליט"א אב"ד קיוב האט מעיר געווען אז מזל סיון איז תאומים, ומצוה ליישבו.

מדור הצדקה

מיט פילן מיטן ארימאן

וכי ימוך אחיך עמך ומטה ידו עמך וגו': שטייט אין מדרש אויפן פסוק אשרי משכיל אל דל ביום רעה ימלטהו ה' (תהלים מ"א ב) צו פארשטיין דעם מדרש קען מען ברענגן דער פסוק (מלאכי ג' י') בחנוני נא בזאת אם לא אפתח לכם ארובות השמים. פשט אין פסוק איז. אז א מענטש וואס האט אסאך געלט און גיט צדקה איז דאס נישט קיין חידוש, אבער דער מענטש וואס האט אויך נישט יעצט און ער גיט צום ארימאן, ווייזט ער אז ער איז משתתף אין צער פון ארימאן, און האט אים ליב, איז דאס איז פשט בחנוני נא בזאת: אויב א מענטש האט יעצט נישט געלט און ער גיט צדקה איז מען ראוי צו דער ברכה פון והריקותי לכם ברכה עד בלי די. קען זיין פשט: וכי ימוך אחיך ומטה ידו עמך והחזקת, דו ביזט מחזק די ארימאן. אויף דעם ברענגט דער מדרש, פאר אזא מענטש, איז אשרי משכיל אל דל: ביום רעה. ווען עס איז שלעכט פאר דיר ווייל דו האסט יעצט אויך נישט קיין געלט. איז דעמאלטס ימלטהו ה' דער אויבערשטער וועט דיר ראטעווען. ווייל אזא צדקה איז זייער חשוב. איז מיט דעם איז פאסיג דער מאמר חזל ( יבמות סג) כל המלוה לעני בשעת דוחקו עליו הכתוב אומר אז תקרא וה' יענה תשוע ויאמר הנני. דארף מען פארשטיין וואס איז די לשון בשעת דוחקו. אוודאי יעדן ארימאן איז געדריקט, נאר ווי געזאגט פריער, עס גייט אויף די מלוה וואס ער איז בשעת דחקו, פון דעסטוועגן גיט ער פאר די ארימאן. איז דעמאלטס תקרא וועסט רופן, וה' יענה און דער אויבערשטער וועט ענטפערן דיינע תפלות, מיט דעם איז גוט אויך פשט אין פסוק זרעו לכם לצדקה וקצרו לפי חסד דאס מיינט א מענטש וועט שניידן דאס מיינט זיין שכר וועט זיין לפי חסד לויט דעם חסד וואס די האסט געטאן מיטן ארימאן . ווייל אויב די האסט אויך נישט און גיסט פארן ארימאן איז א סימן אז דו פילסט מיט זיין צער וועט דיין שכר זיין גרויס.
( כתב סופר)


מדור הלכה

אם יש אונאה בקרקעות

שטייט (כה יד) אל תונו איש את אחיו. שטייט אין רשי זו אונאת ממון. און אין די גמרא (במ נו) שטייט: אלו דברים שאין להם אונאה העבדים והשטרות והקרקעות וההקדשות, אז נאר ביי מטלטלין איז דא אונאה אבער ביי קרקעות איז נישט דא קיין אונאה, שטייט ווייטער (דף נ"ח:) ת"ר לא תונו איש את עמיתו באונאת דברים הכתוב מדבר אתה אומר באונאת דברים או אינו אלא באונאת ממון כשהוא אומר וכי תמכרו ממכר לעמיתך או קנה מיד עמיתך הרי אונאת ממון אמור הא מה אני מקיים לא תונו איש את עמיתו באונאת דברים הא כיצד אם היה בעל תשובה אל יאמר לו זכור מעשיך הראשונים וכו', איז דעריבער למעשה שטייט (פסוק יז) ולא תונו איש את עמיתו ויראת מאלקיך וגו'. און וועגן דעם שטייט אין רשי אז דער לא תונו מיינט אונאת דברים אז מען זאל נישט טשעפען א חבר אדער געבן א עצה וואס איז נישט אויסגעהאלטן, מיט דעם ווערט פארענטפערט פארוואס שטייט אל תונו און ולא תונו. נאר אל תונו רעדט וועגן געלט און מטלטלין, און ולא תונו רעדט וועגן אונאת דברים. אבער ביי קרקעות איז נישטא אונאה. און די רמבן שרייבט אז אפילו די גמרא זאגט אין אונאה בקרקעות איז דאס נאר ווען דער מוכר ווייסט נישט אז ער נארט אפ דעם לוקח אבער אויב ער ווייסט יא, איז דא דער לאו פון אונאה. דער כלי יקר ברענגט דעם טעם פארוואס ביי קרקע איז נישטא קיין אונאה ווייל קרקע וועט אלע מאל צוריק באקומען דעם ווערט פון דער פרייז וואס מען האט עס פארקויפט, אבער ער פירט אויס אז אפילו עס איז נישט דא קיין לאו אבער א איסור איז יא דא. דער אור החיים הק' לערנט פשט: פארוואס שטייט צוויי מאל תונו ווייל דער ערשטער איז דאך אונאה פון מטלטלין וואלט א מענטש געמיינט אז ביי קרקע איז נישטא קיין אונאה דעריבער שטייט ולא תונו אז ביי קרקע איז אויך דא א איסור פון אונאה, און ער פירט אויס א חידוש אז אויב מען נארט אפ א מענטש ביי קרקעות איז דאס אריינגערעכנט אין לאו פון אונאת דברים דעריבער איז דאס אסור. און די דברי אור החיים הק' איז אזוי ווי דברי הרמבן, און א חידוש אז ער דערמאנט נישט דעם רמבן. אין שו"ע(חו"מ סי' שכ"ז) פסק'נט מען אין אונאה בקרקעות ברענגט אבער דעם סמ"ע אז פונדעסטוועגן איז אונאה בקרקע אריין אין כלל פון אונאת דברים וואס אויף דעם איז דא דעם לאו פון לא תונו. און דאס איז אויך דעם חידוש פון אור החיים הק'. קומט אויס לויט דעם אז אפי' אז די גמ' זאגט אין אונאה בקרקעות, פונדעסוועגן האלטן די פוסקים אז עס איז דא א איסור און לויט א טייל פון זיי איז אויך דא ביי דעם א לאו פון אונאת דברים.
(שמח זבולון - המו"ל)

אן אינטרעסאנטע ידיעה וועגן ספר הקדוש נועם אלימלך

ספר הקדוש נועם אלימלך האט מען געדרוקט דעם ערשטע מאל אין שנת תקמ"ח אין לעמבערג, מען האט שנעל אויספארקויפט דעם ערשטן דרוק און דער פארלאנג איז געווען גאר גרויס ווי מען זעט ווי דער בן המחבר הרה"ק ר' אלעזר שרייבט אין ספר, אז ער האט נישט קיין געלט צו איבערדרוקן דעם ספר נאר ווייל די פארלאנג איז גרויס. און ער שרייבט אויך, אז אפילו מענטשן האבן נישט קיין געלט מוז ער דאס נאך אמאל דרוקן לכבוד זיין הייליגן טאט'ן, דעם ספר הקדוש נועם אלימלך האט אין זיך 4 חלקים: 1] חידושים על התורה, 2] ליקוטי שושנה, 3] אגרת הקודש, 4] אותיות דרבי עקיבא, למעשה האט מען געדרוקט דעם הייליגע ספר 30 מאל ביז דער צוויטע וועלט מלחמה. וואס דאס איז דער מערסט'ן ספר וואס מען האט איבערגעדרוקט, רוב מאל האט מען דאס געדרוקט אין לעמבערג, דעם ערשטע מאל וואס מען האט דאס געדרוקט אין אמעריקא איז געווען תש"ב, ווען דער רבי דער מהריי"ץ פון ליובאוויטש זצוק"ל האט געשטופט הרה"ק ר' דוד הלברשטאם זצוק"ל אדמו"ר מקשאנוב ער זאל דאס דרוקן און ער האט אויך געגעבן א הסכמה צום ספר, און דער ספר איז געווען א יופי מיט אסאך מעלות. דער ספר איז מקובל אלץ א שמירה פאר א יולדות אדער א חולה וואס טויזנטער אידן זענע געהאלפן געווארן דורך דעם הייליגן ספר.