לדלג לתוכן

פרדס יהודה בהעלותך בלעטל תשס"ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו פרדס יהודה


פרשת בהעלותך

מדרש פליאה

1] בהעלותך את הנרות (ח' ב') שטייט אין מדרש דעריבער שטייט פתח דבריך יאיר: (תהלים קי"ט ק"ל) און דאס איז נאר לויט דער מאן דאמר אז דער מנורה איז געווען הויך 17 טפחים: דאס איז לכאורה א מדרש פליאה, נאר מען קען מפרש זיין דעם מדרש: ווייל אין דער מנורה איז געווען שבעה קנים, תשעה פרחים, יא כפתורים, עשרים ושנים גביעים און אין די הויך איז דא א מחלוקת צו עס איז געווען 17 אדער 18 טפחים. קען מען זאגן אז די חלקים פון די מנורה איז אקעגען די הייליגע תורה, ווייל די ערשטע פסוק פון פרשת בראשית האט 7 ווערטער, כנגד די שבעה קני המנורה. די ערשטע פסוק פון פרשת שמות האט 11 ווערטער כנגד די כפתורים, די ערשטע פסוק פון פרשת ויקרא האט 9 ווערטער כנגד תשעה פרחים . די ערשטע פסוק פון פרשת במדבר האט 17 ווערטער כנגד די הויכקייט פון די מנורה 17 טפחים, און די ערשטע פסוק פון פרשת דברים האט 22 ווערטער כנגד כ"ב גביעים, קומט אויס אז די חלקים פון דעם מנורה איז מרומז צו דעם פסוק פתח דבריך - ווייל די פתח פון חמשה חומשי תורה: יאיר, איז מרומז אין די חלקי המנורה, און דאס איז נאר לויט די דעה אז די מנורה איז געווען הויך 17 טפחים. איז פארשטענדיג דעם מדרש.
(הרה"צ ר' שמשון משפיטיווקא, תלמיד המגיד ממעזריטש)

יעדן טאג א פרישע חיות

2] ויעש כן אהרן (ח' ב') זאגט רש"י להגיד שבחו של אהרן שלא שנה. צו פארשטיין דעם כוונה אז אהרן הכהן האט נישט משנה געווען, ווייל עס שטייט אין פסוק אשר אנכי מצוה אתכם היום (דברים י"א י"ג) זאגט רש"י: שיהיו עליכם חדשים כאילו שמעתם בו היום: דאס מיינט אז די מצות זאל זיין יעדן טאג ווי עס איז א נייער מצוה דעמאלטס טוט מען דאס מיט א אנדערע חיות ווי פון א מצוה וואס מען איז געוואוינט צו טאן שטענדיג. איז דאס קען זיין די כוונה: שבחו של אהרן: אז אפילו ער האט געטאן די מצוה פון הדלקת הנר יעדן טאג, האט ער נישט משנה געווען פון דעם חיות וואס ער האט געהאט ווען ער האט דאס געטאן דעם ערשטען טאג, ווייל יעדן טאג איז געווען א פרישע מצוה און א פרישע חיות.
(תכלת מרדכי מהמהרש"ם)

שבחו של אהרן שלא שנה מעבודתו

3] ויעש כן אהרן (ח' ב'), עס שטייט בהטיבו את הנרות יקטירנה (שמות ל' ז') בשעת מען מאכט די ליכט דארף מען מקטיר זיין די קטורת. און די גמרא זאגט (יומא דף כ"ו), אז קטורת מאכט רייך פאר דעם וואס איז דאס מקטיר, און מען קען נישט טאן ביידע אין די זעלבע צייט, איז יעצט אז אהרן האט מסדר געווען די נרות, האט ער זוכה געווען צו דאס וואס די גמרא זאגט: (שבת דף כ"ג.) הרגיל בנר הווין לי' בנים תלמידי חכמים. ממילא האט אהרן זוכה געווען צו קינדער תלמידי חכמים בזכות הנרות. אבער ער האט דאך געקענט איין מאל טוישן מיט איינעם און מקטיר זיין די קטורת און אויך זוכה זיין צו עשירות, און פונדעסטוועגן האט ער דאס נישט געטאן, ווייל ער האט נישט געוואלט משנה זיין די עבודה פון מסדר זיין די נרות, איז דאס הייסט להגיד שבחו של אהרן שלא שינה פון זיין עבודה.
(תורת משה- חתם סופר)

א שיינע גימאטריא

4] ויעש כן אהרן זאגט רשי שבחו של אהרן שלא שנה . א שיינער רמז צו דעם איז: ויעש איז בגימאטריא 386 און לא שנה איז אויך בגימאטריא 386 איז דער דרש אויף ויעש = לא שנה 386.
(כמים לים מכסים)

קרבן פסח נאך 6 שעות

5] ויעשו בני ישראל את הפסח במועדו (ט' ב') שטייט אין בעל הטורים אז דער וא"ו פון במועדו איז איבעריג ווייל עס וואלט געקענט שטיין במועד, נאר דער ווא"ו קומט צו מרמז זיין אז נאך ו' שעות איז דער זמן שחיטת הקרבן פסח, דאס במועד ו'. קען מען דאס אויך זאגן דא: ו'יעשו דער ווא"ו מיינט איז איבעריג, ווייל עס וואלט געקענט שטיין יעשו בני ישראל, קומט דער ו' - ו' יעשו- צו מרמז זיין אז נאך ו' שעות זאל מען מקריב זיין דעם קרבן פסח.
(בית אשר)

קרבן פסח לשם שמים

6] ויעשו את הפסח וגו' ככל אשר צוה ה' את משה כן עשו (ט' ה') בני ישראל: עפ"י חז"ל: משל לשני בני אדם שצלו את פסחיהן אחד אכלו לשום מצוה ואחד אכלו לשום אכילה גסה זה שאכלו לשום מצוה וצדיקים ילכו בם וזה שאכלו לשום אכילה גסה ופושעים יכשלו בם. אחד נקרא צדיק ואחד נקרא רשע, און דאס מיינט דער פסוק: ויעשו את הפסח ככל אשר צוה ה'. זיי האבן מקריב געווען דעם קרבן פסח ווייל צוה ה' לשם שמים, כן עשו בני ישראל.
(בית אשר)

מען זאל זען חסדים בגלוי

7] ועתה נפשינו יבשה אין כל בלתי אל המן עינינו: (י"א ו') אסאך מפרשים טייטשן אויף די ווערטער בלתי אל המן עינינו אז א סומא איז קיינמאל נישט זאט ווייל ער זעט נישט וואס ער עסט. איז דא אויך אפילו מען האט געקענט מרגיש זיין וואס א טעם מען האט געוואלט בשעתן עסן דעם מן, אבער פונדעסטוועגן איז מען נישט געווארן זאט ווייל מען האט נישט געקענט זען דאס עסן וואס מען האט מרגיש געווען. מיט דעם קען מען טייטשן וואס מען זאגט אין תפלת שבת שבעינו מטובך. אז באמת וואס הקב"ה טוט מיט אונז איז נאר פאר אונזער גוט'ס אבער מען פארשטייט דאס נישט אלעמאל . דעריבער בעטן מיר: שבעינו מיר זאלן ווערן זאט פון דיין גוטס'קייט און מיר זאלן זען און פארשטיין די גוטס'קייט ע"ד הראינו ה' חסדיך מיר זאלן זען די חסדים בגלוי אמן.
(שמח זבולון - המו"ל)

ווער איז הנער

8] וירץ הנער ויגד למשה ויאמר אלדד ומידד מתנבאים במחנה: (י"א כ"ז) פי' רש"י י"א גרשום בן משה היה, דארף מען פארשטיין פארוואס איז גרשום געלאפן דערציילן משה. נאר גרשום איז דאך געווען דער בכור פון משה און ער איז געווען זיכער אז ער וועט זיין דער ממלא מקום פון משה, און יעצט אז ער הערט, אלדד ומידד זאגט נביאות אז משה מת ויהושע מכניס: איז ער געלאפן פרעגן זיין טאטן היתכן אז (סנהדרין י"ז) וועט זיין דער ממלא מקום און נישט אים. [אגב די שפתי יהושע חכמים איז מדייק פון וואו נעמט דאס רש"י אז הנער איז גרשום, נאר עס שטייט הנער מיט א ה"א הידוע א באוואוסטע נער און ווער איז נישט געווען מער באוואוסט ווי גרשום דער בכור פון משה: נכדו המו"ל]
(בית ישראל למוח"ז אדמו"ר ממאטעסדארף זצוק"ל)

א עצה ווי צוברעכען דער מדה פון כבוד

9] והאיש משה ענו מאד: (י"ב ג') פרעגן אלע מפרשים די קשיא ווי אזוי האט משה רבינו געקענט שרייבן אויף זיך עניו מאד? נאך א קשיא פרעגט דער סדר הדורות (ערך יהודה הנשיא סי ד') עס שטייט אז רבי האט מסדר געווען די משניות און גע'חתמע'ט זיין נאמען מאימתי, איז גימאטריא אני יהודה קדוש. פרעגט ער היתכן אויף רבי הק' זאל שרייבן אויף זיך אני יהודה קדוש. נאר מען קען דאס מסביר זיין מיט א סיפור וואס איז געווען ביים הייליגן רבי ר' שמעלקא בשעת מען האט אים אויף גענומען צו די רבנות אין שטאט ניקעלשבורג האט מען אנגעגרייט א גרויסן קבלת פנים לכבודו און די ראשי הקהלה ווארטן פארן רב ער זאל ארויס קומען פון זיין חדר, און מען ווארט און ווארט און ער קומט נישט, און מען וויל אריינגיין אין צימער, און עס איז פארשלאסן, בייגן זיי צו זייער אויער צום טיר און מען הערט ווי דער רב רעדט צו זיך: יישר כח ר' שמעלקא! האסט זייער שיין געדארשענט! אזא למדן ווי דיר איז נישטא אויף דער וועלט , און כדומה, אשריך ר' שמעלקא וואס האסט זוכה געווען צו דעם. און די ראשי הקהלה האבן זיך געוואונדערט אויף די הנהגה. נאך דעם ווען ער איז ארויס פון צימער פרעגן זיי אים וואס איז פשט אויף די מאדנע אויפפירן האט ר' שמעלקא געענטפערט אז ער האט געוואוסט אז מען וועט אים אפגעבן כבוד ביים קבלת פנים און האט מורא געהאט ער זאל נישט אריינפאלן אין גיאות חו האט ער מחליט געווען אז ער וועט זיך אליין געבן כבוד און זען ווי מיאוס דאס איז, אז עס איז גאר א געלעכטער, ממילא וועט שוין נישט משפיע זיין אויף אים די כבוד וואס מען וועט אים געבן ביים קבלת פנים. איז די זעלבע זאך איז געווען ביי רבי הקדוש, ער האט געשריבן אויף זיך: אני יהודה קדוש, ווייל כדי ער זאל חלילה נישט קומען צו גיאות נאכ'ן מסדר זיין די הייליגע משניות, דעריבער האט ער געשריבן אני יהודה קדוש, ער זאל נישט נשפע ווערן פונעם כבוד וואס מען וועט אים אפגעבן פארן מסדר זיין די משניות. יעצט קען אויך זיין פשט ביי משה רבינו: דעריבער האט ער געשריבן ענו מאוד: אז ער וועט זיך אליין געבן כבוד און זען ווי מיאוס דאס איז ממילא וועט ער נישט נשפע ווערן פון דעם כבוד וואס כלל ישראל וועט אים אפגעבן. מיט דעם קען מען טייטשן פשט אין משנה (אבות פב משנה י') יהי כבוד חבירך חביב עליו כשלך. אין זעלבן אויפן: כבוד חבירך, די כבוד וואס דיין חבר גיט דיר, זאל דיר נישט ברענגען צו גאות, כשלך, אזוי ווי ווען דו אליין גיבסט דיר כבוד און זעהסט ווי עס איז מיאוס, אזוי זאלסטו פילן דעם כבוד וואס דיין חבר גיט דיר.
(בית ישראל למוח"ז אדמו"ר ממאטעסדארף זצוק"ל)

אינטרעסאנטע ידיעה

די הפטורה פון פרשת נשא רעדט וועגן מנוח און זיין ווייב און עס שטייט אין פסוק (שופטים י"ג כ"ד) ותלד האשה בן ותקרא את שמו שמשון ויגדל הילד ויברכהו ה': למעשה אין די גאנצע קאפיטל שטייט נישט ווי אזוי שמשון'ס מאמע האט געהייסן, נאר האשה, אבער אין גמ' שטייט אז זי האט געהייסן צללפונית. (בבא בתרא דף צ"א) איז זייער אינטרעסאנט אז צללפונית איז כמנין 698 כמספר שמשון 698.
(כמים לים מכסים)

ענטפער צו חידה פ' נשא

שטייט אין פסוק אשר יהיה בקרקע המשכן. (ה, י"ז) דאס איז דעם איינציגסטער מאל וואס עס שטייט אין די תורה דער ווארט קרקע אבער אין שס איז דאס דערמאנט זייער אסאך מאל.

מדור העובדות

פון ערד געווארן א בארג דורך גאוה

והאיש משה ענו מכל האדם אשר על פני האדמה: (י"ב ג') לכאורה וואס איז דער לשון על פני האדמה ? נאר מען קען דאס צו שטעלן צו דער א סיפור וואס דער הייליגער צדיק ר' דוד משה פון טשארטקוב - - פלעגט דערציילן פון זיין זון פון הייליגן תפארת ישראל פון רוזין זיע"א - אז דער זון פון הייליגן מגיד פון מעזריטש הייליגן זיידן דער מלאך - איינמאל איז דער הייליגער מלאך געקומען צו זיין שווער הרה"ק ר' פייוויש פון קרעמניץ דער בעל משנת חכמים. זענען געקומען די מענטשן פון שטאט און אויך לומדים און חשובע אידן אים מקבל פנים זיין און זען א איד וואס האט זיך אויסגעארבעט אז מען האט אים גערופן דעק מלאך. דער הייליגע מלאך האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון זיי און קוקט ארויס פון פענסטער, און קוקט אויף א הויכער בארג און שוועבט אין זיינע הייליגע מחשבות אקעגן דעם בארג. און דער עולם האט דרך ארץ און ווארט ביז דער מלאך וועט עפעס זאגן. דארט איז געווען א יונגערמאן א למדן און א מיוחס און האט געהאלטן אז עס איז א בזיון פאר די חשובע קהילה וואס דער מלאך קוקט נישט אויף זיי, האט ער גענומען דעם שטאלץ און פרעגט דעם הייליגן מלאך וואס עפעס קוקסטו אויף די בארג און וואס זעסטו אויפן בארג וואס עס איז נאר א שטיק ערד? האט דער הייליגע מלאך געננטפערט: אז איך קוק אויף דעם בארג און איך וואונדער זיך אויף אזא שטיק ערד זאל זיך אזוי גרויס האלטן ביז ער איז געווארן אזא הויכע בארג. דער יונגערמאן וואס האט זיך געהאלטן גרויס האט זיך דערשראקן און האט פארשטאנען דעם טיפן תירוץ פון הייליגן מלאך. קען זיין די כוונה אויך ביי משה רבינו: ענו מכל האדם אבער על פני האדמה, אז משה רבינו האט געקוקט אז פון די אדמה די ערד וואס האלט זיך גרויס ביז מען ווערט א הויכער בארג אויב דאס קען ווערן אזוי דארף מען זיך האלטן קליין און דאס האט געברענגט אז משה רבינו איז געווען דער גרעסטע עניו אויף די וועלט.
(שמח זבולון)

צופיל ענוה איז אויך נישט גוט

אבער נישט אלעמאל איז גוט צופיל ענוה: הרה"ק ר' דוד'ל מטאלנא נאך דעם הסתלקות פון הייליגן טשערנאבילער מגיד, ווען ער האט געפירט באדמורו"ת איז דער מצב פון געלט געווען זייער איינג. אמאל איז געקומען א עושר און אראפגעלייגט א גרויסע פדיון וואס וואלט מחיה נפשות געווען פארן משפחה פון רבי'ן. פרעגט אים ר'דוד'ל מאי האי. ענטפערט ער אים: אז ער פלעגט אזוי געבן פאר זיין טאטן און ער וויל געבן פאר אים אויך. זאגט אים ר' דוד'ל ווילסט מיר צוגלייכן צו מיין טאט'ן וואס איז געווען א קדוש עליון, איך בין גארנישט, זאגט אים דער גביר אז דו אליין זאגטס אז ביזט גארנישט נעם איך צוריק דעם פדיון, האט זיך ר' דוד'ל זיך אנגערופען אז פון דעם איד האב איך זיך געלערנט אז מען טאר נישט צופיל ארום שפילן מיט ענוה.