פישער-ליד

פֿון װיקיביבליאָטעק

פון עליזה גרינבלאַט (נאך דער חתונה מוגולביץ)


פישער-ליד

פאָרט אַ פישער אויפן ים,
ער פאָרט אַרויס באַגינען,
ס'האָפט דער פישער מן-הסתם,
פישעלעך געפינען.
טראַ-לאַ-לאַ.......
פישעלעך געפינען.

מורמלען כוואַליעס שטיל פאַר זיך,
דער ים איז אַ באַטריבטער,
צי איז דער ים אַזוי ווי איך,
אויבעט אַ פאַרליבטער?
טראַ-לאַ-לאַ.......
אויבעט אַ פאַרליבטער?

גיי איך מיר ביים ברעג אָט דאָ,
און טו מיין חלום שפינען,
אפשר וועל איך ערגעץ וואו,
מיין ליבסטן נאָך געפינען.
טראַ-לאַ-לאַ.......
מיין ליבסטן נאָך געפינען.

קומט דער פישער טרויעריק,
ער האָט קיין פיש געפאַנגען,
און איך בין מרה-שחורהדיק,
אַ חלום איז פאַרגאַנגען.
טראַ-לאַ-לאַ.......
אַ חלום איז פאַרגאַנגען.