לדלג לתוכן

פֿרײַטיק אױף דער נאַכט

פֿון װיקיביבליאָטעק

נחום שטרנהיים – מוסיקה ומילים

פֿרײַטיק אױף דער נאַכט

איך דערמאָן זיך,
אין דעם פֿרײַטיק
אויף דער נאַכט.
אוי וואָס פֿאַר עשירות.
דער טאַטע מיט די
קינדער זאַלבעאַכט.
פֿלעגן זינגען זמירות.

פֿלעגט דער טאַטע
זיך אַוועקזעצן.
צובאָמקען מיט אַ לעפֿעלע,
און געבן מיטן
פֿינגערל אַ קנאַק.

פֿלעגט די באָבע,
מיטן גוידערל,
שאָקלען מיטן קעפּעלע.
אוי וויי ווי געשמאַק,
אוי וויי ווי געשמאַק !


ס'איז שבת, הײַנט אין חדר, גייט מען נישט, אוי אַ פֿאַרגעניגן.
דער טאַטע גייט פֿון דאַווענען,
טריט בײַ טריט.
און מורמלט, שטיל אַ ניגון.

פֿלעגט דער טאַטע
זיך אַוועקזעצן
פֿאַרהערן מיך גמרא,
און געבן מיר
אַ קניפּעלע אין באַק.
- ס׳וואַקסט
אַ תלמיד חכם,
פֿלעגט ער זאָגן
– קיין "עין-הרע"
אַי אַי ווי געשמאַק
אַי אַי ווי געשמאַק.

ס'פֿלעגט קומען דער שבת
אויף דער נאַכט.
פֿלעגן מיר זיך אין די
ווינקעלעך פֿאַרוקן.
די מאמע שטייט בײַם
פֿענטסטערל פֿאַרטראַכט.
די באָבע טוט אין
'צאינה-וראינה' קוקן.

פֿלעגט די באָבע,
אונדז דערציילן, אַ מעשׂה מיט,
דרײַ פּריצימלעך.
וואָס בלאָנדזשען אין
דער פֿינצטער מיט אַן האַק.
פֿלעגן קינדערלעך
באַגיסן זיך, מיט טרערעלעך
ווי פּערעלעך,
אוי וויי, ווי געשמאַק,
אוי וויי ווי געשמאַק !