לדלג לתוכן

פֿאָרן פֿאָרסטו פֿון מיר אַוועק

פֿון װיקיביבליאָטעק
ײִדיש לעבט · jidiʃ lɛbt
פֿאָרן פֿאָרסטו פֿון מיר אַוועק

פֿאָרן פֿאָרסטו פֿון מיר אַװעק, טײַער לעבן מײַנס!
אױ, פֿאָרן פֿאָרסטו זיך צום פּריזיװ שטעלן;
אױ, העלף זשע מיר שױן, גאָטעניו, זאָלסט אַרױס
פֿונעם קײסער הענט,
און דער גאַנצער פּריסוטסוװע זאָלסטו ניט געפֿעלן!

פֿאָרן פֿאָרסטו פֿון מיר אַװעק, טײַער לעבן מײַנס!
טײַכן טרערן װעל איך טון פֿאַרגיסן; –
אױ, העלף זשע מיר שױן, גאָטעניו, זאָלסט אַרױס
פֿונעם קײסער הענט,
מיר זאָלן שױן קענען פֿון אַ חופּה שמיסן! [1]

װאָס זשע האָסטו מיר אַזױנס אָפּגעטאָן, טײַער לעבן מײַנס,
װאָס מײַן האַרץ ציט אַזױ צו דיר, אױ, צו דיר?
איך האָב דיר גאָרניט אָפּגעטאָן, טײַער לעבן מײַנס, –
איך האָב זיך פּשוט אײַנגעליבט אין דיר, אױ, אין דיר!…

מוסטער:YIVO