פּאַרטיזאַנער ליד (זאָג נישט קיינמאָל)
מראה
פּאַרטיזאַנער ליד (זאָג נישט קיינמאָל).
ווערטער: הירש גליק.
מוזיק: דמיטרי פֿוקאַרס.
- זאָג נישט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג,
- כאָטש הימלען בלייענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג;
- קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה –
- ס´וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זייַנען דאָ!
- פֿון גרינעם פּאַלמען-לאַנד ביז ווייַטן לאַנד פֿון שניי,
- מיר קומען אָן מיט אונדזער פּייַן, מיט אונדזער וויי,
- און וווּ געפֿאַלן איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט,
- שפּראָצן וועט דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט.
- ס´וועט די מאָרגן-זון באַגילדן אונדז דעם הייַנט,
- און דער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיטן פֿייַנט,
- נאָר אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר –
- ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור.
- דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בליי,
- ס´איז ניט קיין לידל פֿון אַ פֿויגל אויף דער פֿרייַ,
- דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט
- דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט.
- טאָ זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג,
- כאָטש הימלען בלייענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג.
- ווײַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה –
- ס´וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זייַנען דאָ!