לדלג לתוכן

עונג שבת תזריע מצורע תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו עונג שבת בלעטל


גוט שבת אלע אידן.

דער זינד פון לשון הרע האט גורם געווען צרעת. חז"ל זאגן אז דאס איז מרומז אין דעם ווארט מצורע, וואס איז מוציא שם רע ד"ה איינער וואס רעדט שלעכטס אויף א צווייטן. דער מעם לעז ברענגט אז איינער וואס רעדט לשון הרע איז עובר אויף די חמישה חומשי תורה, ווייל ווען די תורה רעדט וועגן צרעת דערמאנט עס פינף לשונות פון זאת תורת..., איין מאל אין פרשת תזריע, צוזאמען מיט פיר מאל וואס די תורה דערמאנט זאת תורת... אין פרשת מצורע.

נישט לאנג צוריק איז ב"ה צושפרייט געווארן דעם לימוד פון שמירת הלשון. דער הייליגער חפץ חיים זי"ע האט ארויסגעגעבן עטליכע ספרים אויף דעם ענין. היינטיגע טעג לערנט מען איבעראל זיינע ספרים וואס זענען מפרט בפרטי פרטים די דינים פון לשון הרע.

דער חפץ חיים זי"ע מיט אן אנדערער רב זענען אמאל ארויסגעפארן אויף א נסיעה פון דריי טעג פאר א דבר מצוה אין א דארף אין פוילן. אויפן וועג צום דארף, האבן זיי זיך אפגעשטעלט אפצורוהן ביי א געוויסע קרעטשמע. יענע קרעטשמע איז באקאנט געווארן פאר די העכסטע סטאנדארט אין כשרות. די בעל הבית'טע האט געגעבן דעם ח"ח מיט דעם אנדערען רב, א באזונדערען טיש אין די קרעטשמע ביים עסן, כדי צו מכבד זיין די חשובע רבנים.

די בעל הבית'טע האט שנעל ארויסגעברענגט דאס עסן, און ווען זיי האבן געענדיגט, איז זי צוגעקומען צו זיי פרעגענדיק אויב אלעס איז באטעמט געווען. נו, ווי אזוי האט אייך דאס עסן געפעלט דא ביי מיר? האט זי געפרעגט. זייער גוט, האט דער ח"ח געזאגט צו איר. עס איז געווען אויסגעצייכענט! האט דער ח"ח צוגעלייגט.

און דו, ווי אזוי האט דאס עסן דיר געפעלט? האט זי געפרעגט דעם אנדערען רב. אה, עס איז געווען גראדע גוט, האט ער אנגעהויבן צו זאגן, אבער עס וואלט געקענט האבן מער זאלץ!

ווען די פרוי איז אוועקגעגאנגען פונעם טיש, איז דער ח"ח געווארן ווייס אין זיין פנים און ער האט געזאגט, איך גלייב עס נישט! מיין גאנצע לעבן, האב איך זיך צוריקגעהאלטן פון רעדן און הערן לשון הרע. און יעצט אז דער אייבערשטער האט מיך געמאכט קומען מיט דיר אויף די נסיעה... און איך דארף ליידן מיט הערן ווי דו רעדסט ל"ה! איך האב חרטה אז איך בין בכלל געקומען מיט דיר, און איך בין יעצט פארזיכערט אז דער צוועק פון אונזערע נסיעה איז נישט קיין עכטע מצוה, ווייל טאמער עס וואלט געווען א מצוה, וואלט דער אייבערשטער מיך נישט צוגעפירט אז דאס זאל געשען צו מיר.

זעענדיק ווי ווייט עס האט געשטערט דעם ח"ח, איז דער אנדערער רב געווארן נערוועז, און ער איז געווארן פיל מיט פחד. וואס האב איך דען געזאגט, וואס איז געווען אזוי שלעכט? איך האב געזאגט אז דאס עסן איז גוט, נאר איך האב צוגעלייגט אז עס האט געפעלט אביסל זאלץ!

דו פשוט פארשטייסט נישט דעם כח הדיבור. האט דער ח"ח געוויינט צו אים, די בעל הבית'טע קאכט לכאורה נישט דעם עסן אליין, נאר עס איז דא א קעכערין. אירע קעכערין איז אפשר א צעבראכענע אלמנה וואס דארף דעם ארבעט צו מפרנס זיין אירע משפחה. יעצט צוליב דעם וואס דו האסט גערעדט, גייט די בעל הבית'טע גיין צוריק צום קאך און וועט זי האבן טענות קעגן די קעכערין אז דאס עסן האט נישט גענוג זאלץ. נאטורליך, וועט די אלמנה עס לייקענען... די בעל הבית'טע וועט דעמאלט רופן די קעכערין א ליגענער, און די צוויי פרויען וועלן זיך קריגן, און די בעל הבית'טע וועט זיך אויפרעגן און אפזאגן די קעכערין. קוקסט וויפיל עבירות דו האסט גורם געווען, דו האסט גערעדט ל"ה, דו האסט גורם געווען אז איך און די בעל הבית'טע מוזן הערן ל"ה, און דו האסט גורם געווען אז די בעל הבית'טע וועט דארפן נאכזאגן צו דער קעכערין דיין ל"ה וועגן איר - דאס הייסט רכילות, דו האסט גורם געווען די קעכערין צו זאגן ליגענט, דו האסט מצער געווען א אלמנה, און דו האסט גורם געווען א מחלוקת, וואס איז נאך אן איסור פון דער תורה!!!

דער אנדערער רב האט געטענעט אז דער ח"ח האט מגזם געווען. איז לאמיר גיין צום קאך צו זען וואס טוט זיך דארט. האט דער גדול געזאגט. אינעם קאך, האבן זיי טאקע געטראפן די בעל הבית'טע שרייען אויף א צעבראכענע פרוי. ווען יענער רב האט דאס געזען, איז ער געלאפן צו די קעכערין און ער האט איר איבערגעבעטן. דאן האט ער שטארק געבעטן פון דער בעל הבית'טע אז זי זאל מוחל זיין די קעכערין און איר נישט אפזאגן פונעם ארבעט. ער האט אפילו פארגעלייגט פאר די בעל הבית'טע אז ער איז גרייט איר צו באצאלן נאר אז זי זאל מסכים זיין צו האלטן די קעכערין ביים ארבעט.

די בעל הבית'טע איז באמת געווען א גוטע אידענע און זי האט אויפגעהערט צו טשעפענען די קעכערין און זי האט איר פארזיכערט אז זי וועט נישט פארלירן איר שטעלע אלס קעכערין. שלום על ישראל.

יעצט אז יעדער איינער וויל ארבעטן אויף די מידות אין די ספירה טעג, דארף מען ספעציעל אכטונג געבן אויף לשון הרע. מען דארף געדענקן אז לשון הרע אין אן איסור דאורייתא וואס איז שקול קעגן אלע מצוות! אויב עס מאכט זיך שווער פאר איינער זיך צוריקצוהאלטן פון רעדן דברים וואס טויגן נישט וועגן יענעם, זאל ער בכלל נישט רעדן וועגן אנדערע מענטשן. אויב דו האסט נישט קיין גוט ווארט צו זאגן אויף יענעם, דעמאלס זאג גארנישט! (סיסמת אבי מורי שליט"א) דורך זיך בעסערן אין שמירת הלשון, וועלן מיר אלע זוכה זיין צו די גאולה קרובה.

גוט שבת אלע אידן