עונג שבת פרשת תרומה תש"ע
גוט שבת אלע אידן.
אונזער מעשה איז געשען מיט עטליכע יארן צוריק אין דעם פלעטבוש געגענט פון ברוקלין ניו יארק. מר. שמשון קליינמאן (נישט זיין עכטע נאמען) איז געווען אן עלטערער מענטש וואס האט דורכגעלעבט דעם מלחמה. איין טאג, איז מר. קליינמאן געקומען צו זיין רב אין שול און ער האט אים געזאגט אז ער וויל מנדב זיין א ספר תורה צו דעם שול. מר. קליינמאן איז געווען א שטילער מענטש און ער איז געזיצן ביים עק פונעם שול. וועגן דעם, איז דער רב געווארן איבעראשט, ווייל ער האט זיך קיינמאל נישט פארגעשטעלט אז מר. קליינמאן האט דעם געלט וואס מען דארף צו מנדב זיין א ספר תורה, ד"ה בערך $30,000! דער רב האט געפרעגט דעם סופר, און דער סופר האט אים געזאגט אז מר. קליינמאן האט אים טאקע באצאלט צוביסלעך דורך די לעצטע עטליכע יארן, און מר. קליינמאן האט לעצטענס באצאלט דעם לעצטע באצאלונג. דער סופר האט געזאגט אז דער ספר תורה וועט געענדיגט ווערן אין א פאר טעג.
אין שבת האט דער רב אויסגערופן אין שול אז מר. קליינמאן גייט מאכן א הכנסת ספר תורה אין די קומענדיגע וואכן. די עולם האט באדאנקט און געגעבן מזל טוב פאר מר. קליינמאן.
א פאר וואכן נאכדעם, אין איין זונטאג נאכמיטאג, איז דער עולם זיך צוזאמענגעקומען ביי מר. קליינמאנ'ס דירה און זיי האבן אים באגלייט מיט זינגען און טאנצען אינטער דער חופה צו דעם שול מיט דעם ספר תורה אין די הענט. נאכדעם האט זיך דער עולם אוועקגעזעצט אין שול וואו זיי האבן געגעסן א סעודת מצוה לכבוד דעם הכנסת ספר תורה. מר. קליינמאן האט זיך זייער געפריידט אז ער האט בסוף ימיו געקענט מקיים זיין אזא וויכטיגע מצוה.
אפּאר טעג שפעטער, האט א שכן געפרעגט מר. קליינמאן פארוואס ער האט זיך אזוי אנגעשטרענגט צו שרייבן א ספר תורה, בפרט ווייל ער איז נישט געווען קיין גביר. מר. קליינמאן האט נישט געוואלט ענטפערן דעם שכן. אבער סוף כל סוף האט ער אנגעהויבן צו דערציילן פארוואס ער האט געוואלט געבן א ספר תורה.
דער מעשה איז געשען אסאך יארן פריער אין די מלחמה צייטן. שמשון קליינמאן איז געווען א זעכצען יעריגער בחור און ער האט געוואוינט אין לאדז פוילען. איין טאג זענען די דייטשען ימ"ש געקומען און זיי האבן אוועקגענומען שמשון און זיין עלטערן און שוועסטער צו א לאגער. באלד נאכדעם וואס זיי זענען אנגעקומען אין לאגער, איז שמשון אפּגעטיילט געווארן פון זיין משפחה, און ליידער האט ער זיי קיינמאל נישט מער געזען אין זיין לעבן.
די רשעים האבן אריינגעלייגט שמשון אין אן ארבעטסלאגער וואו פארשטייט זיך שמשון האט געליטן יעדען טאג פון דעם שווערן מצב אין לאגער. איין נאכט, ווען שמשון איז געליגען אין בעט, פּרובירנדיג צו האבן אביסל מנוחה אין דעם גיהינום, איז געקומען א דייטשן סאלדאט, ימ"ש, צו דעם שטוב וואו זיי זענען געשלאפן. דער סאלדאט איז געגאנגן נאכקוקן יעדען מענטש. ווען ער האט געזען שמשון, האט ער זיך אפּגעשטעלט. דאן האט ער געזען אז שמשון טראגט לעדענער שטיוועל. פּלוצלינג האט דער דייטשער סאלדאט געכאפּט די שטיוועל און ער האט זיי אראפּגעשלעפּט פון שמשונ'ס פיס, זאגענדיק מיט א רשעות'דיגע קול, די שטיוועל געהערן יעצט פאר מיך!
שמשון איז געווארן ערשטוינט. זיין עלטערן הי"ד, האבן אים געגעבן די שטיוועל באלד פאר די דייטשן האבן אוועקגענומען זיין משפחה. שמשון האט שטארק מחשיב געווען די שטיוועל, ווייל זיי זענען געווען די לעצטע גשמיות'דיגע זיכרון וואס ער האט געהאט פון זיין באליבטן טאטען און מאמען. ער האט נישט געהאט עפּעס אנדערעש פון זיינע עלטערן וואס האט אים געקענט מחזק זיין אין יענע שווערע טעג. אויב דאס וואלט נישט געווען גענוג א סיבה צו זיין טרויעריג, שמשון האט יעצט געהאט אן אנדערע פּראבלעם. עס איז דעמאלט געווען ווינטער צייט. אן שוך וועט ער נישט קענען בלייבן לעבן אזוי לאנג אין די קעלט. שמשון האט אנגעהויבן צו וויינען שטארק. סוף כל סוף איז ער איינגעשלאפן, מיט אויגן נאס פון טרערן.
דעם נעקסטען טאג איז ער ארויסגעגאנגען אויפ'ן פּלאץ פאר דעם בנין וואו זיי זענען אלע געשלאפן. עס איז געווען גאר קאלט, און שמשון האט אנגעהויבן צו ציטערען. פּלוצלינג האט ער דערזען דעם סאלדאט וואס האט אוועקגענומען זיין שטיוועל. באין ברירה איז ער געגאנגען צו דעם סאלדאט און ער האט אים געזאגט, ביטע גיבט מיר א פאר שוך. איך האב גארנישט צו טראגן אויף מיין פיס. איך גיי שטארבן פונעם קעלט. ער איז נישט געגאנגען אזוי ווייט צו בעטען אז דער סאלדאט זאל צוריקגעבן שמשונ'ס אייגענע שיך. שמשון איז געווארן איבעראשט צו הערן וואס דער סאלדאט האט אים געענפערט, ווארט דא איין מינוט, איך גיי צוריק קומען מיט שיך פאר אייך. שמשון האט געציטערט פון דעם קעלט בשעת ער האט געווארט אויף דעם סאלדאט. די פונף מינוט האט געשפּירט מער ווי פונף שעה. נאך פונף מינוט איז דער רשע צוריקגעקומען מיט א פאר שוך, וואס ער האט גלייך איבערגעגעבן פאר שמשון.
שמשון איז צוריקגעגאנגען צו זיין שטוב און ער איז געגאנגען צו זיין בעט כדי אנצוטאן זיין נייע שוך. שמשון האט גוט באקוקט די שוך. זיי זענען געמאכט געווארן פון האלץ. ער האט געוואוסט אז ער מוז טראגען די שוך אפילו זיי וועלן נישט זיין אזוי באקוועם.
ווען ער האט געהאלטן ביים אנטון דעם רעכטען שוך, האט ער באמערקט א מורא'דיגע זאך. אין דעם זויל פון דעם שוך איז געווען א שטיקעל קלף פון א ספר תורה! שמשון איז געווארן אזוי ערשטוינט, אז ער האט נישט געקענט ריקן זיין גוף. אבער ליידער האט ער נישט געהאט קיין ברירה, ווייל עס איז געווען א מצב פון סכנת נפשות, ווייל טאמער ער וועט נישט אנטאן די שיך, וועט ער קריגען פּראסטבייט אין זיינע פיס, און ער וועט זיכער שטארבן פון דעם. מיט גרויסע געפילן פון פארביטערונג, האט ער אנגעטאן די שיך.
יעצט, יארן שפּעטער, האט מר. קליינמאן דערציילט אז מיט יעדען טריט וואס איך בין געגאנגען מיט די שיך, האב איך געשפּירט אז איך טרעט אויף דעם אייבערשטענ'ס תורה. איך האט זיך אפּגעמאכט דעמאלט אז אויב איך וועל דורכלעבן דער מלחמה וועל איך שרייבן א ספר תורה, נישט קיין חילוק אויב איך וועל זיין רייך אדער ארעם. איך האב געוואלט שרייבן א ספר תורה לכבוד דעם אייבערשטען ווייל איך האב געטרעטן אויף זיין הייליגן תורה.
עס שטייט אין פסוק: ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם. איר זאלט מאכן פאר מיך א מקדש, און איך גיי רוען אין זיי. (שמות כה, ח) די מפרשים פרעגן פארוואס עס שטייט בתוכם אין זיי? לכאורה לויט דעם פשוט פשט אז דער פסוק רעדט פון דעם מצוה צו בויען א מקדש, האט דאך געדארפט שטייען אין פסוק בתוכו אין אים. ענטפערן די ספרים הקדושים, בתוכם מיינט די אידן. ד"ה, די הייליגע שכינה וועט שורה זיין אין יעדען איד.
זאגט דער של"ה הקדוש אז די אויבערדערמאנטע פסוק קומט אונז צו לערנען אז... ונמצאת השכינה כאכסנאי הולך ממקום למקום, ולזה אמר ושכנתי בתוכם, ולא אמר ושכנתי למטה אלא בתוכם, כדמיון אכסנאי, כלומר בכל מקום שילכו [בני ישראל] אלך עמהם ואשכון בתוכם וכו' (ספר שמות ־ פרשת תרומה, תורה אור א'ׂ ד"ה וואו נאר די אידן זאלן זיין אין דעם טינקעלן גלות, טוט די הייליגע שכינה באגלייטן און רוען צווישן אידן.
גוט שבת אלע אידן