לדלג לתוכן

עונג שבת פרשת תולדות תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו עונג שבת בלעטל


עונג שבת פרשת תולדות תש"ע

גוט שבת אלע אידן.

עס איז געווען נאנט צו חצות איין ליל שבת א פאר יאר צוריק. צוויי פרישע בעלי תשובה פון דער ישיבת אור שמח ירושלים זענען געווען אויפן וועג אהיים נאכן עסן די סעודה ביי איינעם אין די עזרת תורה געגענט פון ירושלים. די בחורים זענען געקומען פון אמעריקע זיך צו אינטערעסירן אין אידישקייט. ווייל ליידער, די ביידע זענען אויפגעוואקסן אלס נישט פרומע אידן אין אמעריקע. ב"ה אז דער אייבערשטער האט צוגעפירט אז זיי זאלן האבן די געלעגענהייט צו ווערן בעלי תשובה. די צוויי בחורים האבן זוכה געווען צו קענען קומען קיין ירושלים צו לערנען אין דעם וועלט בארימטע בעל תשובה ישיבה, ישיבת אור שמח.

אין אמת'ן אריין, זענען די צוויי בחורים פון אונזער מעשה דעמאלט בשעת מעשה נאך נישט געווען קיין ריכטיגע בעלי תשובה. נאר וואס? זיי האבן געהאלטן ביי זיך אינטערעסירן אין אידישקייט. אזוי איז די שטייגער פון אור שמח און אלע אנדערע בעלי תשובה ישיבות. עס קומען אסאך פרייע בחורים אריין אין אור שמח. טאמער די בחורים זענען צופרידן, ווערן זיי בעלי תשובה. אבער ליידער, עס זענען בחורים וואס קומען אריין אין ישיבה, וואס טרעפן נישט זייער פלאץ אין די ישיבה. די בחורים פארלאזן די ישיבה און זיי גייען צוריק צום פרייען וועג, דער אייבערשטער זאל אפהיטן. עס קומט אויס אז די ערשטע שטיק צייט אין ישיבה פאר די מיני בחורים איז א גאר וויכטיג צייט, ווייל אין די ערשטע טעג זענען די בחורים מחליט וואס צו טון מיט זייערע לעבן, צו ווערן ערליך אדער נישט. וועגן דעם זענען די רבנים פון בעלי תשובה ישיבות ספעציעל ווארעם צו די נייע בחורים.

איז לאמיר צוריקגיין צו אונזער מעשה וועגן די צוויי נאך-נישט-בעלי-תשובה בחורים וואס זענען געווען אויפן וועג אהיים נאך די סעודה פרייטאג צו נאכטס אין ירושלים. די צוויי בחורים האבן געהייסן "דזשעף" און "דייוויד." זיי האבן געטראגן קאפעלעך, אבער אויסער דעם, האבן זיי אויסגעקוקט ווי נישט פרומע אידן, און "דייוויד" האט אפילו געהאט לאנגע האר.

די צוויי בחורים זענען געגאנגען צוזאמען אויפן גאס שפעט ביי נאכט און זיי האבן געשמועסט צווישן זיך וועגן דעם וועטער וכו'. עס איז דעמאלט געווען אנהייב ווינטער אין ירושלים און עס האט אנגעהויבן צו ווערן קאלט ביי נאכט. די בחורים האבן געדארפט גייען א שטיקל מהלך פון עזרת תורה, וואו זיי האבן געגעסן די סעודה, צו זייער דארמעטורי אין ישיבה.

דאס שטילקייט פון דעם ירושלימ'ע נאכט איז פלוצלינג געבראכן געווארן ווען די בחורים האבן געהערט א רוף אין ענגליש "גוט שבת בויעס" - (גוט שבת בחורים). "דזשעף" האט זיך אפגעשטעלט און געפרעגט זיין חבר דייוויד, "דו האסט געהערט אז איינער רופט אונז? עס קוקט אויס אז מיר זענען די איינציגסטע מענטשן אויפ'ן גאס." זיי האבן געהערט דעם רוף, נאר זיי האבן נישט געוואוסט פון וואו עס קומט.

"גוט שבת," האבן זיי געהערט נאכאמאל. זיי האבן ארומגעקוקט זוכן דעם וואס רופט זיי. "דא אויבן... גוט שבת." האט דער קול געזאגט. דאן האבן זיי באמערקט א חרדי איד מיט א גרויסע בארד און א גרויסע שמייכל, שטייען אויף זיין מרפסת. "איר בחורים פלאנען צו גייען דעם גאנצען וועג אהיים צוריק צו דער ישיבה אזוי שפעט ביי נאכט?" האט דער איד געפרעגט די בחורים. "מיר האבן נישט קיין ברירה," האט "דזשעף" געענטפערט דעם מענטש.

"ניין, ניין, ניין... עס איז צו שפעט צו גייען אזא מהלך אין די קעלט. קומט איר אריין, איך האב פלאץ פאר געסט. איר קענט איבערנעכטן דא, און מארגען אינדערפרי קען איך אייך באגלייטן צו אור שמח." האט דער חרדי איד געזאגט.

דער איד האט נישט געדארפט צו פיעל איינרעדן די בחורים, ווייל עס איז טאקע געווען קאלט און זיי האבן געהאט א לאנגע וועג צו גייען. דער איד האט זיי אריינגענומען אין שטוב און זיי געוויזן זייערע בעטן וואס זענען געשטעלט געווארן אין מיט'ן דעם שבת צימער פון דער קליינער דירה. דער איד האט זיי אנגעוואונטשן א "גוט שבת" און א "גוטע נאכט" דאן איז ער געגאנגען שלאפן אין די אנדערע שטוב. די בחורים זענען גלייך איינגעשלאפן אין דעם פינסטערניש פון דער ווארימער דירה.

אינדערפרי זענען די צוויי בחורים אויפגעשטאנען. זיי האבן אביסל ארומגעקוקט אין די שבת צימער צו זענען וואו זיי האבן איבערגענעכטיגט. עס איז קלאר געווען אז דער בעל אכסניה איז נישט געווען קיין רייכער מענטש, ווייל די דירה איז געווען אן אלטע דירה, און די מעבל איז געווען צובראכען וכו'. זיי האבן אבער באמערקט טייערע זילבענע תשמישי קדושה אזוי ווי א מנורה, וכו' אין דעם ספרים שראנק.

"דייוויד" האט זיך גענומען טראכטן. דאס וואס דער פרעמדער מענטש האט זיי אריינגענומען אין שטוב מיט א ווארעמקייט, האט געמאכט א שטארקען איינדרוק אויף אים. בפרט דאס וואס דער איד האט געלאזט צוויי מענטשן וואס האבן קוים אויסגעקוקט ווי אידן, צו זיין אין זיין שטוב, ארום אלע טייערע זילבענע זאכן... און דער איד האט נישט אפילו מורא געהאט אז די בחורים וועלן אים בא'גנב'ענען.

צום סוף, איז דייוויד געבליבן אין ישיבה עטליכע חדשים, וואו ער האט געהערט אסאך שיעורים אין השקפה, הלכה און חומש, וכו'. ער האט אסאך גערעדט מיט די רבנים און די אנדערע תלמידים אין אור שמח. ער האט געלערנט אסאך תורה אין די עטליכע חדשים. אבער, די זאך וואס האט אים געמאכט פאר א בעל תשובה איז נישט געווען דאס לערנען און הערן שיעורים און רעדן מיט די רבנים וכו'. נאר וואס? דערציילט דייוויד (יעצט הייסט ער שוין "דוד") אז די איין זאך וואס האט אים געמאכט פאר א בעל תשובה איז געווען די ווארעמע "גוט שבת" מיט וואס יענער איד האט אים גערופן פון זיין מרפסת יענע פרייטאג צו נאכטס. צוליב דעם ווארעמקייט און אהבת ישראל וואס דער חרדי איד האט געוויזן פאר דוד מיט זיין זאגן פאר אים א גוט ווארט, איז דוד געווארן א בעל תשובה!

די פרשה די וואך רעדט פון די כח פון זאגן א גוט ווארט פאר א איד. די הייליגע תורה דערציילט ווי יעקב אבינו ע"ה איז געקומען נעמען די ברכות פון זיין טאטן יצחקן. ווען יעקב איז געקומען אנגעטאן מיט עשוס לבוש, האט יצחק אבינו ע"ה אנגעטאפט יעקבן און געזאגט: הקל קול יעקב והידים ידי עשו - די שטימע איז די שטימע פון יעקב און די הענט זענען די הענט פון עשו. חז"ל זענען מסביר פון דא אז דער עיקר כח פון א איד איז זיין קול. אזוי ווי דער נביא זאגט פאר אונז: אל תיראי תולעת יעקב - דו זאלסט נישט מורא האבן דו ווארם יעקב. (ישעיה מא, יד) פארוואס איז ישראל צוגעגליכן צו א ווארם, זענען מיר נישט די שפיטץ פון דער בריאה? ענטפערט די מדרש: מה התולעת הזו אין לה אלא פיה, כך ישראל אין להם אלא תפלת הפה. מה תולעת מתעקרת את האילן בפיה, כך ישראל מתעקרין בפיהם ובתפלתם גזירות רעות שמחשבין עליהם אומות העולם... (מדרש תהלים, פרק כב, סימן כ) די אידן זענען אזוי ווי א ווארם וואס זיין איינציגסטע כח איז אין זיין מויל. אזוי ווי א פיצי ווארם קען ארויסרייסן א גרויסע בוים מיט זיין מויל, אזוי קענען אידן אויפטון מיט'ן כח הדיבור. איינע פון די בעסטע וועגן צו נוצן אונזער כח הדיבור איז ווען מען זאגט א גוט ווארט פאר א איד. בפרט, ווען עס קומען אריין פרעמדע אידן אדער בעלי תשובה וכו'. דורך זאגן א גוט ווארט פאר א איד, קענען מיר אים אויפהייבן און מקרב זיין. אזוי ווי אין דער מעשה, וואו מען זעט אז איין איד האט געמאכט א צווייטן איד א בעל תשובה דורך זאגן א ווארעמע...

גוט שבת אלע אידן.