עונג שבת פרשת שמות תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

צוריק צו פרדס יהודה בלעטל


גוט שבת אלע אידן.

דאס אידישער פאלק איז א פאלק וואס האט דורכגעלעבט טויזענטע יארן פון שמד, הריגה, און רדיפות, ה' ירחם. די אלע מדינות וואס האבן גערודפט די אידן, למשל די מצרישע, די גריכישע, די רוימישע, די ספאנישע, די דייטשע און די קומאניסטישע, על כולם ימ"ש, זענען שוין לאנג נישט דא אויפ'ן וועלט, ב"ה.

אפילו אז יענע מדינות זענען געווען אסאך שטארקער ווי אונז בגשמיות, זענען זיי שוין נישט דא. די סיבה קען נאר זיין אז מיר זענען דער אייבערשטער'ס עם סגולה. אפילו די אומות העולם טון אונז פייניגען, וועט דאס אידישער פאלק קיינמאל נישט נעלם ווערן, ווייל מיר זענען דעם אייבערשטער'ס פאלק.

דער ענין ווערט דערמאנט אין די מדרש אויף די וואכעדיגע פרשה. זאגט די הייליגע תורה, "והנה הסנה בער באש והסנה איננו אכל וגו'" - דער דארן ברענט אין פייער, און דער דארן ווערט נישט פארברענט. (שמות ג, ב) זאגט דער מדרש, אז דער סנה איז מרמז אויף כלל ישראל, ד"ה, דער אייבערשטער האט געוואלט ווייזן פאר משה רבינו ע"ה, אז אפילו די מצריים וועלן רודף זיין די בני ישראל, וועלן זיי נישט קענען מכלה (מאבד) זיין די אידן אינגאנצען. (מדרש רבה (מרגליות) שמות פרק ב, סימן יד) פון דא זעט מען אז דאס אידישער פאלק איז נצחית! די פאלגענדע פלא'דיגע מעשה, פון בערך 90 יאר צוריק, ווייזט אז מיר זענען דער באשעפער'ס עם סגולה.

ווען דער בחור "חזקל" איז געווען 15 יאר אלט, האט ער געלערנט אין די ישיבה אין סטוטשין, פולין. איינמאל א וואך, אין דאנערשטאג, פלעגן די בחורים פון דער ישיבה גייען צו א געוויסע שול אין דרויסן פון שטעטל. דער שול האט געהייסן די "הלוית המת שול", ווייל עס איז געשטאנען נעבן דעם בית החיים פונעם שטעטל. דארט אין יענע שול פלעגן די בחורים בלייבן אויף די גאנצע דאנערשטאג נאכט לערנען די הייליגע תורה, אזוי ווי דער מנהג איז אין אסאך ישיבות.

די פולישע ווינטער איז גאר קאלט. וועגן דעם, זענען די בחורים געזיצן לעבן דעם אויווען וואס האט געברענט קוילען. אויף די אנדערע זייט פון דעם אויווען איז געלעגן א איד א שלימזל וואס יעדער איינער האט גערופן "יצחק דער שיכור," ווייל ער האט אייביג אויסגעקוקט ווי א שיכור.

איין ביטער קאלטער דאנערשטאג נאכט, ווען זעקס בחורים זענען געזיצן לעבן דעם אויווען און זיי האבן געלערנט, איז אריינגעקומען א בעל עגלה פון דעם קעלט אין שול אריין. דער בעל עגלה איז געווען צעבראכן, און ער האט געוויינט. עס איז געווען אזוי קאלט אין דרויסן, אז די בחורים האבן באמערקט פארפרוירענע טרערן אויף זיין פנים!

"בחורים, איך דארף אייערע הילף..." האט דער בעל עגלה געבעטן, "איך בין יעצט געפארן מיט מיין פערד און וואגן לעבן דעם שטעטל ווען ליידער האט מיין פערד זיך געגליטשט אויפן אייז. איך מיין אז ער האט געשעדיגט זיין פוס, ווייל ער וויל נישט אויפשטיין! איך דארף אייערע הילף צו קענען אויפהייבן מיין פערד. איך האב סחורה אויף דעם וואגן וואס איך דארף מארגען ברענגן אין שטעטל אריין. אויב איך קען נישט אריינברענגען די סחורה אין שטעטל, וועל איך נישט האבן קיין פרנסה. מיין פערד איז מיין פרנסה! ביטע קומט איר אלע און העלפט מיר."

די בחורים האבן אלעס צוגעהערט. דאן האבן זיי גערעדט צווישן זיך וועגן וואס זיי זאלן טון. זיי האבן שוקל געווען די מצוה פון העלפן דעם בעל עגלה קעגן די מצוה פון תלמוד תורה. נאכדעם וואס זיי האבן עס דורכגעשמועסט, האבן זיי געזאגט פאר דעם מיואשאדיגער איד: "מיר מיינען אז איר זאלט גיין בעטן הילף ערגעץ אנדערש. מיר האבן אייך שטארק געוואלט העלפן, אבער מיר האלטן אז מיר זענען מחויב צו בלייבן דא ווייל מיר האלטן מיט'ן לערנען תורה."

יצחק דער שיכור האט אלעס צוגעהערט. ווען דער צעבראכענער בעל עגלה האט פארלאזט דעם שול, אן קיינער זאל אים העלפן, האט יצחק זיך אנגערופן פון זיין פלאץ נעבן דעם אויווען, און געזאגט: "אזוי טוט איר האנדעלן מיט א איד אין א עת צרה!?" דאן האט יצחק געשאלטן די בחורים זאגענדיק: "איירע פיס וועלן אייך נישט טראגן!" די בחורים זענען געווארן איבעראשט אז יצחק האט בכלל משים לב געווען צו דעם וואס האט יעצט פאסירט אין דעם שול. זיי האבן געמיינט אז יצחק איז אייביג שיכור און ער האלט נישט קיינמאל מיט.

דער בחור חזקל האט געזאגט צו יצחק דער שיכור, "יצחק, זייט ווען ביסטו געווארן א פסקוניאק! (א שלעכטע כינוי פאר איינער וואס איז דן יענעם.) יצחק האט אויפגעהויבן זיין אקסעלן און אוועקגעקוקט און געזאגט "נו, נו." די בחורים זענען געווארן ערשטוינט פון יצחק'ס ווערטער, ווייל דער איד האט כמעט קיינמאל נישט גערעדט.

די בחורים האבן ווייטער געלערנט. אבער, דאס לערנען איז שווער געגאנגען. יצחק דער שיכור'ס ווערטער האבן געמאכט א רושם אויף די בחורים. אפשר האבן זיי נישט געטון ריכטיג? 15 מינוט שפעטער האבן זיי דורכגעשמועסט דעם ענין נאכאמאל. צום סוף, האבן זיי חרטה געהאט וועגן נישט העלפן דעם בעל עגלה. און זיי האבן זיך מיישב געווען אז זיי דארפן ארויסגיין אין דעם קעלט כדי אים ארויסצוהעלפן.

באלד דערנאך זענען זיי טאקע ארויסגעגאנגען אין דעם קעלט צו זוכן דעם בעל עגלה. זיי זענען געגאנגען אויפן וועג פון וואו זיי האבן געמיינט אז דער בעל עגלה איז געקומען. זיי האבן אנגעהויבן צו זוכן אויך אין שטובער און אין פלעצער וואו דער בעל עגלה איז אפשר געגאנגען זוכן הילף. אבער, דער איד מיט זיין פערד און וואגן איז פשוט נעלם געווארן! סוף כל סוף האבן זיי מחליט געווען צו גיין זוכן דעם בעל עגלה אויף דעם וועג אין דרויסן פון שטאט. זיי זענען געגאנגען אין דעם קעלט אויפ'ן וועג עטליכע אין 20 מינוט ווען זיי האבן געהערט... המשך יבוא...

גוט שבת אלע אידן.