עונג שבת פרשת ראה תשס"ט
עונג שבת פרשת ראה תשס"ט
גוט שבת אלע אידן.
דער אייבערשטער זאגט אונז קלאר אין די וואכעדיגע סדרה אז די אידן זענען די שפיץ פון אלע פעלקער אין די גאנצע וועלט. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: "כי עם קדוש אתה לה' אלקיך ובך בחר ה' להיות לו לעם סגלה מכל העמים אשר על פני האדמה" (יד, ב) ווייל דו ביסט א פאלק וואס איז הייליג צו דעם אייבערשטן דיין ג-ט, און דער אייבערשטער האט דיך אויסגעוויילט צו זיין א באליבט פאלק מער פון אלע פעלקער אין די וועלט.
אפילו דער איד איז א "טויזענטע מייל" אוועק פון אידישקייט, איז ער נאך אלץ באליבט ביים אייבערשטן. דאס ליבשאפט צווישן א איד און דער אייבערשטן ליגט אין דעם הארץ פונעם איד, ד"ה דעם "פינטעלע איד." די פאלגענדע מעשה טוט ווייזן אויף א שטארקע אופן דעם כח פונעם פינטעלע איד.
רוסלאנד אין די יאר תרע"ט איז געווען א געפערליכע פלאץ פאר אידן. ווייל אין די יארן האבן די קומאניסטן ימ"ש זיך געקריגט מיט א גרופע רוסישע רשעים מיט דעם נאמען "פעטליארעפצעס". ביידע זענען געווען אנטיסעמיטן. עס וואלט געווען גאנץ גוט אויב ביידע האבן נאר געהארגעט דעם אנדערן. אבער ליידער האבן ביידע געהארגעט אסאך אידן אויך. טאמער די קומאניסטן האבן קאנטראלירט א שטאט האבן זיי באשולדיגט די אידן. זיי האבן גע'טענה'עט אז די אידן זענען געווען שותפים מיט די "פעטליארעפצעס". טאמער די "פעטליארעפצעס" האבן קאנטראלירט א שטאט האבן זיי באשולדיגט די אידן, זיי האבן גע'טענה'עט אז די אידן זענען געווען שותפים מיט די קומאניסטן. בקיצור, עס איז געווען א שווערע צייט פאר די אידן.
אמאל האבן די "פעטליארעפצעס" ימ"ש גענומען קאנטראל פון א געוויסע שטאט וואס איז געווען פול מיט אידן. די רשעים האבן געהייסן אז די אידן זאלן צוזאמענקומען אין די גרויסע פלאץ (צענטער) פון שטאט, דארט אין יענעם פלאץ האבן די "פעטליארעפצעס" געפלאנט צו שיסן אלע אידן. די גוי'עשע שטאט'ס מענטשן האבן געהאלפן ארויסצושלעפן אלע אידן פון די הייזער. ווען די אידן זענען אנגעקומען צו דער פלאץ, האט איינער פון די גענעראלן פון די "פעטליארעפצעס" געהאלטן אין מיטן רעדן זיינע שטות'עם פאר א גרויסע עולם פון די שטאט'ס מענטשן וועלכע זענען געקומען זען ווי מ'גייט הרגענען די אידן. "יעצט לאמיר מאכן," האט ער אנגעהויבן צו זאגן, "א ביישפיל פון די אידן וועלכע זענען מורד במלכות. יעדע איינער זאל קוקן און זען וואס עס באקומט איינער וואס איז מורד במלכות, כדי קיינער זאל נישט נאכמאכן די אידן!"
די סאלדאטן האבן אנגעגרייט זייערע ביקסן. די אידן האבן געציטערט פון פחד. און די גוים וועלכע זענען געקומען זעהן, האבן זיך דערפרייט צו זען אז מ'גייט הרגענען די אידן. דער גענעראל האט געהייסן די סאלדאטן צו שיסן נאך מען ציילט "דריי." די סאלדאטן האבן געצילט זייערע ביקסן קעגען די אידן. "איינס" האט דער גענעראל געציילט.
"צוויי..." גלייך פאר ער האט געקענט ציילן "דריי" איז איינער ארויסגעלאפן פון צווישן די גוי'עשע קוקערס און ער האט געשריגן: "ווארט איין מינוט! ווארט איין מינוט! איך בין אויך א איד! אויב איר גייט זיי הרגענען דארפט איר מיך הרגענען אויך, ווייל איך בין א איד!"
דער עולם איז געווארן איבעראשט, ווייל דער מענטש וואס האט דאס געשריגן איז געווען דער באליבטער אפּטייקער (פארמעסער) פון שטאט. ער איז געווען איינער פון די חשוב'סטע מענטשן אין שטאט. ער האט אויסגעהיילט אסאך מענטשן אין שטאט און ער איז אייביג געווען גרייט צו העלפן יעדן איינער טאג און נאכט. אבער, קיינער האט נישט געוואוסט אז ער איז א איד! ווייל, ער איז קיינמאל נישט געקומען אין שול, און ער האט פארקויפט אלע מיני נישט כשר'ע עסן, און זיין געשעפט איז געווען אפן שבת און אפילו יום כיפור.
א גרויסע איבערקערניש האט געהערשט צווישן דעם גוי'עשע עולם. ווייל, א חלק פון די גוים האבן גע'טענה'עט אז דער מענטש איז אזוי חשוב, אז מ'זאל אים נישט הרג'ענען. אבער א צווייטע חלק פון די גוים האבן גע'טענה'עט אז אויב דער אפטייקער איז א איד, דארפן זיי אים אויך הרג'ענען. עס איז געווארן א גרויסע שטיפעניש צווישן די גוים, און באלד דערנאך האבן די גוים אנגעהויבן צו שלאגן איינער דעם אנדערן.
די גענעראל און זיינע סאלדאטן האבן עס דערזען, און זיי האבן נישט געוואוסט וואס צו טון, ווייל זיי זענען געווען א מיעוט קעגן דעם גרויס עולם פון רוסישע שטאט'ס מענטשן. בקיצור, זענען די "פעטליארעפצעס" אנטלאפן פון יענעם פלאץ ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין עצה קעגן דעם עולם וואס האבן זיך יעצט געקריגט צווישן זיך. די "פעטליארעפצעס" האבן געזאגט אז זיי קומען באלט צוריק "מסדר" זיין די אידן.
ווען די "פעטליארעפצעס" זענען אוועק געגאנגען זענען די אידן אנטלאפן פון דער פלאץ, און ב"ה זיי זענען קיינמאל נישט צוריק געקומען. דער אפטייקער האט אנטלאפן מיט זיינע אידישע ברודער, און לכאורה איז ער געווארן א בעל תשובה. (מעשה פון ר' שלום שוודרן ז"ל, וואס האט עס געהערט פון ר' יעקב קאמענעצקי זצ"ל.)
מען זעט פון די מעשה אז דער פינטעלע איד, דער אידישע נשמה ווערט קיינמאל נישט אויסגעלאשן. ווייל מיר זענען ד' יתברך'ס "עם סגולה." אויב איינער וואס איז אזוי ווייט פון אידישקייט קען שפירן א קשר מיטן אייבערשטען, זאלן מיר כל שכן וכל שכן שפירן א שמחה אז מיר זענען בני מלכים. ווען ס‡קומט אונטער א נסיון ל"ע, מיר דארפן געדענקן אז מיר זענען בני מלכים. דורך דעם וועלן מיר אייביג טוהן דעם רצון ד' מתוך א געוואלדיגע שמחה וואס א בן האט ווען ער דינט זיין טאט'ן אין הימעל דעם מלך מלכי המלכים.
גוט שבת אלע אידן.