עונג שבת פרשת נשא תשס"ט
עונג שבת פרשת נשא תשס"ט
גוט שבת אלע אידן. בערך 55 יאר צוריק איז געקומען צו לערנען אין בית מדרש גבוה אין לעיקוואוד א בחור וואס האט געהייסן יעקב יצחק שפיגל. ער האט ב"ה מצליח געווען מיט זיין בחינה און זיי האבן אים אנגענומען צו לערנען אין די ישיבה. נאך זיין בחינה איז ער גלייך געגאנגען לערנען אין בית מדרש. נאך מעריב האט ער געכאפט אז ער האט נישט וואו צו שלאפן. ער האט געלערנט ווייטער ביז אלע אנדערע בחורים זענען ארויסגעגאנגען פון דער בית מדרש. ער האט נישט געוואלט מטריח זיין קיינעם, דורך בעטן א פלאץ צו שלאפן אזוי שפעט ביי נאכט. צוליב דעם האט ער זיך מיישב געווען אז ער גייט שלאפן אויף א באנק אין בית מדרש.
אין מיטן די נאכט איז געקומען צו אים דער ראש ישיבה הרה"ג רב אהרן קאטלער זצ"ל. דער ראש ישיבה האט אים אויפגעוועקט און געזאגט אז ער האט ספעציעל אנגעגרייט א בעט פאר יעקב יצחק אין א פריוואטען צימער. דאן איז יעקב יצחק געגאנגען שלאפן אין יענעם שטוב. אינדערפרי האט יעקב יצחק דערציילט פאר די אנדערע בחורים וואס האט פאסירט דעם פאריגען נאכט. די בחורים זענען נתפעל געווארן צו הערן וואס איז געשען, ווייל עס איז אויסגעקומען אז יעקב יצחק איז געשלאפן אין רב אהרנ'ס בעט אין זיין פריוואטען שטוב! דרוך דעם האט יעקב יצחק געהאט א באזונדערע נאנטשאפט מיט דעם ראש ישיבה. די פאלגענדע מעשה ווייזט ווי אזוי דער ראש ישיבה איז צוריקבאצאלט געווארן פאר זיין ווארעמקייט צו יעקב יצחק.
עס איז דא א סיין העכער דעם אריינגאנג פון בית מדרש גבוה אין לעיקוואוד וואס שטייט "לע"נ דורא כהן." די סיין איז די ערשטע זאך וואס יעדער איינער זעט ווען מען קומט אריין צו דער ישיבה. יעדער איינער זעט עס, אבער ווייניג ווייסן ווער די "דורא כהן" איז געווען.
דורא'ס מאן האט געהייסן מר. דזשע. סי. כהן. ער איז געווען א גרויסער גביר וואס האט געוואוינט אין פלארידע. בערך 50 יאר צוריק, האט דער מר. כהן געגרונדעט א קופת צדקה. דער גביר האט ממנה געווען איינער צו פירן דער קופת צדקה. דער מענטש האט אויפגענומען דעם ציבור וואס איז געקומען כסדר בעטן געלט פון מר. כהן. דורך דעם האט מר. כהן, וואס איז געווען גאר א רייכער מענטש, נישט געדארפט האנדעלן מיט דעם "המון עם" וואס האט יעדן טאג געקלאפט אויף זיין טיר. וועגן דעם איז עס געווען אומעגליך צו צוקומען צו מר. כהן. אלע בקשות זענען געגאנגען דורך יענעם מענטש. און טאמער איינער פון א מוסד האט נישט מצליח געווען צו ווייזן אז ער קומט וועגן א וויכטיגע צוועק, האט מר. כהנ'ס גבאי גארנישט געגעבן.
דעמאלט אין יענע יארן האט רב אהרן קאטלער געהאלטן אין מיטן בויען א נייע בנין פאר זיין ישיבה אין לעיקוואוד. יעדעס מאל וואס רב אהרן איז געפארן קיין פלארידע האט ער באזוכט מר. כהנ'ס גבאי האפענדיג צו באקומען עפעס פאר די ישיבה. אבער יעדעס מאל איז ער אוועקגעגאנגען מיט ליידיגע הענט. דער גבאי האט אים אויפגענומען מיט א ווארעמקייט, אבער ער האט גארנישט געגעבן.
איין מאל ווען רב אהרן איז געפארן קיין פלארידע, האט ער מיטגענומען דעם בחור יעקב יצחק שפיגל מיט וועמען ער האט געהאט א נאנטען שייכות. איין טאג, ווען די צוויי זענען געווען אין פלארידע, איז יעקב יצחק געגאנגען אליינס דאווענען מנחה אין א געוויסן שול.
אין שול האט ער באמערקט א קליין קינד זאגן קדיש. דער יונגעל האט זיך שטארק געמוטשעט מיט דעם קדיש. יעקב יצחק האט רחמנות געהאט אויפן יונגעל. דערפאר, איז יעקב יצחק צוגעגאנגען צו אים און געזאגט פאר אים אז ער הייסט יעקב יצחק און ער קומט פון ניו דזשערסי. דאן האט יעקב יצחק געזאגט פאר אים, "איך האב באמערקט אז דו זאגסט קדיש." דער יונגעל האט אים געזאגט "יא," צוריקהאלטענדיג טרערן. דער יונגעל האט אים געזאגט אז ער זאגט קדיש פאר זיין מאמע.
יעקב יצחק האט אים געפרעגט אויב ער וויל זיין הילף צו לערנען ווי מען זאגט קדיש. דער יונגעל האט גלייך מסכים געווען, און דאן האט זיך יעקב יצחק אראפגעזעצט מיט אים לערנען די ווערטער פון קדיש.
נאכדעם וואס זיי האבן דורכגעליינט די ווערטער עטליכע מאל, האט יעקב יצחק געפרעגט דעם יונגעל ווי ער הייסט. "איך הייס כהן," האט דער יונגעל געזאגט. "דו ביסט א קרוב צו דזשע. סי. כהן?" האט יעקב יצחק אים געפרעגט. "יא, ער איז מיין טאטע."
יעקב יצחק איז געווארן ערשטוינט. ער האט געזאגט פאר דעם יונגעל אז ער וויל זיך טרעפן מיט זיין טאטן, ווייל ער איז ספעציעל געקומען קיין פלארידע מיט א גרויסן רב צו טרעפען מר. כהן. דער יונגעל האט גלייך מסכים געווען און די צוויי זענען גלייך געגאנגען צוזאמען צו מר. כהנ'ס הויז.
דער יונגעל האט דערציילט פאר זיין טאטן אז יעקב יצחק האט אים געהאלפן לערנען די ווערטער פון קדיש. מר. כהן האט שטארק באדאנקט יעקב יצחק און ער האט אים דערציילט אז ער האט לעצטענס פארלוירן זיין ווייב וואס האט געהייסן "דורא." נאכדעם האט מר. כהן זיך אינטערעסירט אין יעקב יצחק'ס קומען קיין פלארידע. יעקב יצחק האט אים דערציילט אז ער איז געקומען מיט רב אהרן צוזאמקלייבן געלט פאר די נייע בנין פון דער ישיבה. באלד דערנאך האט מר. כהן מסכים געווען זיך צו טרעפן מיט רב אהרן. רב אהרן האט געמאכט אזא רושם אויף מר. כהן, אז מר. כהן האט גלייך געגעבן פאר רב אהרן א טשעק פאר $72,000 לזכר נשמת זיין ווייב "דורא"!
עס שטייט אין פסוק: "וידבר ה' אל משה לאמר. נשא את ראש בני גרשון וגו'." )במדבר ד,כא-כב( די פסוק איז אונז אפשר מרמז אז דער אייבערשטער געבט א כח צו צדיקים צו משפיע זיין גוטס אויף כלל ישראל. "נשא" איז א לשון פון דערהויבן, אזוי ווי דער אור החיים הקדוש איז מסביר אז די פסוק מיינט: "שינשא וירומם בני גרשון לערך בני מררי וגו'".
פון די צוויי אויבערדערמאנטע מעשיות זעט מען דעם כח פון א צדיק אויפצוהייבען אידן. רב אהרן האט שטארק מקרב געווען יעקב יצחק דורך געבן זיין פריוואטען בעט פאר אים. דורך דעם איז יעקב יצחק געווארן א געטרייער תלמיד פון דעם ראש ישיבה. דורך דעם האט די ישיבה באקומען די געלט צו בויען דעם נייען בנין, ווייל יעקב יצחק האט געהאלפן ערלעדיגען די נדבה פון מר. כהן. דורך דעם זענען טויזענטע שעות תורה געלערנט געווארן אין דעם בנין.
לאמיר אלע אויסניצן אונזער נאנטקייט צו צדיקים צו קענען אריינכאפן אין דעם כח פון דעם צדיק צו קענען אויפהייבן יעדן איד. גוט שבת אלע אידן.
גוט שבת אלע אידן.