עונג שבת פרשת נצבים וילך תשס"ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו עונג שבת בלעטל


גוט שבת אלע אידן.

עס איז געווען אן ערב שבת אין חודש סיון תש"ה, אפאר וואכן נאך דעם ענד פון דער שרעקליכער צווייטער וועלט מלחמה. רב שבתי שאנפעלד, דער געוועזענער הויפט פונעם אגודת ישראל, מיט זיין זון פייוועל זענען געווען אין דער סאסוווער שול אין גאלדערס גרין לאנדאן. די שול איז געווען פול מיט פליטים פון דער מלחמה. נאך מנחה האט ר' שאנפעלד באמערקט א איד וואס איז געשטאנען אין אן עק פונעם שול. דער איד איז געווען אינגאנצן שטיל גלאצנדיק אויפן וואנט. ער האט געטראגן א רעקל און הוט וואס זענען געווען צוויי גרייסן (סייזעס) צו גרויס. זיין פנים איז געווען ווייס און ער איז געווען מוראדיג דין. ער האט געהאט אלע סמנים פון איינעם וואס איז געראטעוועט געווארן פון דער מלחמה.

נאך איין איד איז געראטעוועט געווארן, בורך ה', האט רב שאנפעלד געטראכט בשעת ער האט אנגעקוקט יענעם איד. שלום עליכם א איד... האט רב שאנפעלד געזאגט געבענדיג זיין האנט צו דעם איד. פון וואנען קומט א איד? האט רב שאנפעלד געפרעגט דעם איד. פון גהינם, איז געווען די תשובה פונעם צובראכענען איד.

דער איד האט געהייסן אלימלך קינדערלערער. ער איז געווען א גערער חסיד פון סאסנאוויטץ פוילן ווען די דייטשען ימ"ש זענען אריינגעקומען. ער האט נישט געוואוסט וואס איז געשען צו זיין משפחה, רח"ל. רב שאנפעלד האט גערופן אלימלך צו די שבת סעודות. ביי דער סעודה האט אלימלך דערציילט זיין מוראדיגען אינטערעסאנטען מעשה וועגן זיינע לעצטע וואכן אין די לאגערן פאר ער איז ב"ה באפרייט געווארן.

צוויי וואכן פאר ער איז געשטאנען אין דעם סאסוווער שול אין לאנדאן, האט אלימלך נעבעך גענומען אן אנטייל אין דעם באקאנטן טויט מארשן, ווען אין די לעצטע חדשים פון דער מלחמה האבן די רשעים ימ"ש געמאכט די אידן מארשירן פון פוילן קיין דייטשלאנד. ליידער זענען אסאך אומגעקומען אין די מארשן, נאר אפאר טעג פאר די מלחמה האט זיך געענדיגט.

אלימלך איז געווען אויף איינע פון די מארשן. ער איז דעמאלט געווען 50 יאר אלט און ער האט איבערגעלעבט 4 יאר פון מלחמה און ער איז געווען אין עטליכע לאגערן. פארשטייט זיך אז ער איז געווען שוואך און קראנק, וועגן דעם איז דאס גיין געווען גאר שווער פאר אים. מיט יעדען פיס טריט זענען די ווייטאג געווארן שטארקער. אלימלך האט נישט געוואוסט ווי לאנג ער וועט קענען גיין ווייטער.

אלימלכס גרופע אידן איז באגלייט געווארן דורך 8 דייטשע סאלדאטן. אלימלך האט געהאלטן ביים ייאוש, ער האט געפרעגט איינעם פון די רשעים אויב ער מעג זיך אפשטעלען אפצורוהן אפאר מינוט. ווען דער סאלדאט האט געהערט אלימלכס טענות, האט ער געוואלט אים הרגענען אויפן פלאץ. אבער, אלימלך האט ב"ה געפועלט אז דער סאלדאט זאל אים לאזן אפרוהן צוויי מינוט. דער סאלדאט האט אים געלאזט אפרוהן מיט דעם שטרענגען ווארענונג אז טאמער אלימלך וועט נישט צוריקומען צו דעם מארש אין צוויי מינוט, וועט עס זיין זיין סוף.

מיט דעם איז אלימלך געגאנגען צו דעם זייט פונעם וועג, אפצורוהן אביסל. ער האט באמערקט א קליינע בודקע לעבן דעם וועג. ער איז געגאנגען שטילעהייט אריין אין דעם בודקע זיך צו באהאלטן פון די סאלדאטן און זיך אפצוווארעמען פון דעם קעלט. באלד נאכדעם וואס ער איז אריינגעגאנגען אינעם בודקע האט ער געהערט א הונט בילן אין פראנט דעם בודקע. ער האט ארויסגעקוקט פונעם בודקע דורך א קליינע פענסטער און ער האט געזען א ריזיגע הונט, פון די מיני הינד וואס די דייטשע ארמיי האט גענוצט צו טערוריזירן אידן. ער האט געמאכט זיכער אז די טיר איז פארמאכט געווען.

אפאר מינוט שפעטער איז געקומען אפאר פוילישע דארפסמענטשען. ווען זיי זענען געקומען לעבן דעם בודקע האט דער הונט אנגעהויבן צו בילן שטארק. די צוויי זענען געגאנגען ווייטער. אביסל נאכדעם זענען געקומען דייטשע סאלדאטן וואס האבן געזוכט אלימלך. דאן האט דער הונט נאכאמאל אנגעהויבן צו בילן שטארק.

וואו איז דער איד? האט איינער פון די סאלדאטן געזאגט פארן צווייטן. אפשר איז ער אין דעם בודקע... האט דער צווייטער געזאגט. זיי נישט נעראיש, עס איז נישט דא קיין וועג ווי דער איד וואלט געקענט אריינגיין מיט דעם הונט דארט. די צוויי סאלדאטן זענען געגאנגען ווייטער. אלימלך האט באדאנקט דעם אייבערשטען אז די צוויי סאלדאטן האבן אים נישט געכאפט. דאן איז ער אריינגעפאלן אין א טיפען שלאף.

זיין טאטע איז געקומען צו אים אין חלום און ער האט אים געזאגט, אלימלך, האט נישט קיין מורא, איך זאג דיך צו אז אדער די וואך אדער נעקסטע וואך גייסטו זיצען ביי א שבת טיש מיט וויין און חלות. אלימלך האט געשלאפן א גוטע פאר שעה. דאן האט ער זיך אויפגעוועקט צו הערן פיסטריט אין דרויסן. ער האט ארויסגעקוקט צו זען א גרופע געפאנגענע סאלדאטן. דער הונט איז שוין אוועקגעגאנגען.

איינער פון די סאלדאטן האט געזען אלימלך דורך דעם פענסטער, און ער האט זיך אנגערופן צו אלימלך זאגען אין ענגליש אז אויב אלימלך וויל זיך געראטאוועט ווערן, זאל ער זיך פארבינדען מיט זייער גרופע סאלדאטן. ווייל, די סאלדאטן זענען טאקע געווען געפאנגענע בריטישע סאלדאטן. די דייטשע האבן זיי אויך געמאכט מארשירן. ביים אנפאנג האט זייער גרופע געהאט 12 סאלדאטן. יעצט אבער האט איינער אוועקגעלאפן. כדי זיי זאלן נישט ווערן געשטראפט, האבן זיי געבעטן פון אלימלך אז ער זאל זיך מצטרף זיין צו זייער גרופע, דורך דעם וועלן זיי אלע געראטאוועט ווערן.

אלימלך האט מסכים געווען. די סאלדאטן האבן אים געגעבן בריטישע ארמיי קלייד, כדי ער זאל אויסזען אזוי ווי זיי. א שטיק צייט שפעטער, האט א דייטשע סאלדאט זיי אפגעשטעלט, אבער ב"ה, האט ער נישט אנטפלעקט אלימלך. צוויי טעג שפעטער האט זיך די מלחמה געענדיגט און אלימלך איז ב"ה באפרייט געווארן מיט די 11 בריטישע סאלדאטן. אלימלך האט געוואלט אהיים גיין קיין פוילן, אבער זיי האבן אים איינגערעדט אז ער זאל נישט, ווייל עס איז נאכאלץ געווען דארט א סכנה פאר אידן. (עס איז אפילו געשען איין פאגראם נאך די מלחמה! די פאגראם איז געפירט געווארן דורך דארפסמענטשען אין דעם שטאט קיעלז, פוילן אין תש"ו. די גוים ימ"ש זענען נישט צופרידן געווען מיט 6 מיליון קרבנות!)

א שטיק צייט נאכדעם איז אלימלך אנגעקומען קיין ענגלאנד, וואו ער האט פארברענגט זיין ערשטען שבת ביי רב שאנפעלד. זיין טאטעס ווערטער זענען טאקע מקוים געווארן!

צום סוף איז ער געבליבן אין ענגלאנד ביז מען האט, מיט רב שאנפעלדס העלף, געטראפן פאר אים א שידוך. נאכדעם איז ער געוואר געווארן אז צוויי פון זיין זין זענען ב"ה געראטעוועט געווארן און זיי זענען געגאנגען וואוינען אין אויסטראליע. אלימלך איז דעמאלט געגאנגען מיט זיין נייע רביצן וואוינען אין אויסטראליע כדי אויפצובויען א נייע לעבן.

מען זאגט יעצט יעדן טאג נאכן דאווענען, כי יצפנני בסכה ביום רעה יסתרני בסתר אהלו ווען דוד המלך ע"ה איז געווען אין א שווערן מצב, האט דער אייבערשטער צוגעגרייט פאר אים א ישועה. אזוי ווי מען האט געזען אין דעם מעשה, אז דער אייבערשטער האט צוגעגרייט פאר אלימלך זיין אהלו ד"ה, די בודקע מיט דעם הונט וואס האבן געראטאוועט זיין לעבן. אזוי אויך איז עס ביי יעדען איד. דער אייבערשטער זאל אפהיטן אז מען זאל נישט דארפן קיין פרטיותדיגע ישועות. אבער, מען דארף וויסן אז דער אייבערשטער קען שיקן די ישועה אפילו ווען די מצב קוקט אויס נישט גוט. יעצט אז מען גרייט זיך צו צו ראש השנה, זאל מען אין זין האבן דאס וואס מען חזרט איבער כסדר, אז אלעס איז השגחה פרטית. דורך דעם וועט מען זיך מעורר ווערן צו טון תשובה. ווייל מען וועט זיך אנערקענען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט.

גוט שבת אלע אידן