לדלג לתוכן

עונג שבת פרשת מטות מסעי תשס"ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו עונג שבת בלעטל


עונג שבת פרשת מטות מסעי תשס"ט

גוט שבת אלע אידן. מאיר יוידייקען (זיין עכטע נאמען) איז א איד וואס איז געבוירען אין זשיטאמיר בערך א הונדערט יאר צוריק. אלס בחור האט ער געלערנט אין די ישיבה וואס איז געגרינדעט געווארן דורך ר' אליהו עקיבא ראבינאוויץ ז"ל אין שטאט פאלטאווע. דעמאלט אין רוסלאנד זענען געווען שווערע צייטן פאר אידן. עס איז געווען פאר די ערשטע וועלט מלחמה אין די קאמוניסטען ימ"ש זענען געווארן שטערקער. אלס בחור האט מאיר געדארפט ארבעטן. ער האט געארבעט אין א בעקעריי. מאיר איז געווען א געטרייער ארבעטער פאר דעם בעל הבית פונעם בעקעריי וואס האט געהייסן ר' נתן. מאיר האט געמאכט אזא רושם אויף ר' נתן אז ר' נתן האט אים גענומען פאר אן איידעם.

אפאר יאר שפעטער איז עס געווארן נאך שווערער פאר די אידן אין רוסלאנד, ווען די רשעותדיגע קאמוניסטען האבן גענומען קאנטראל פונעם רעגירונג. א שטיק צייט שפעטער האבן די שלעכטע קאמוניסטען פארמאכט די ישיבה אין פאלטאווע.

נישט נאר דאס אז די קאמוניסטען האבן גערודפט די אידן, אויך האבן זיי געמאכט שווער דעם מצב פאר יעדען איינעם. צוליב זיין פארדרייעטע פאליטיק, האט דער רעגירונג גורם געווען אז עס וועט נישט זיין גענוג ווייץ צו מאלן דערפון מעל. וועגן דעם האט יעדער איינער געהונגערט. יעדען טאג, אין די ביטער קעלט אינדערפרי, זענען געשטאנען א גרויסע גרופע מענטשן אויף א לאנגע שורה ביי ר' נתן'ס בעקעריי צו באקומען א שטיקל ברויט. ביים אנהייב, האט מען געגעבן א פערטעל פונד ברויט פאר יעדען מענטש. שפעטער, ווען עס איז געווארן אפילו שווערער צו פארשאפן מעל, האט מען נאר עס באגרעניצט צו אן אכטעל פונד ברויט פאר יעדען איינעם יעדען טאג. מענטשן זענען געשטאנן שעות אין די שורה.

איין טאג אינדערפרי, האט מאיר'ס שווער ר' נתן ארויסגעקוקט פון פענסטער צו זען א ישיבה בחור וואס איז נעבאך געגאנגען אויפן גאס מיט צוריסענע קליידער. דער בחור איז געגאנגען שטייען אויף די שורה. ר' נתן איז ארויסגעגאנגען אויפן גאס וואו ער האט גערופן דעם בחור אריינצוקומען.

דער בחור האט מסביר געווען אז ער האט געלערנט אין די מירער ישיבה. יעצט אבער איז די ישיבה צעטיילט געווארן און קלענערע גרופעס פון בחורים זענען געגאנגען צו אנדערע שטעטלעך וואו זיי האבן געלערנט צוזאמען. דורך דעם האט די ישיבה געהאט א קיום. יענער בחור איז געקומען קיין פאלטאווע מיט זיין ראש ישיבה ר' לייזער יודל פינקעל ז"ל. דער בחור האט דערציילט אז זיי האבן אים געשיקט צום בעקעריי צו אפקויפן ברויט. ר' נתן האט רחמנות געהאט אויף דעם בחור און ער האט אים געזאגט, "איך זאג דיר צו אז די ישיבה וועט האבן ברויט!"

ר' נתן האט געגעבן דעם בחור א הייסע גלאז טיי אן ער האט אים געהייסן ווארטען אינעווייניג ביז מען וועט ענדיקן באקן די ברויט. ווען די ברויט איז געענדיגט, האט ר' נתן מיט זיין איידעם מאיר ארויפגעלייגט אסאך ברויט אין א וואגן און זיי האבן עס פארדעקט מיט א דיקע שטיקל סחורה. ר' נתן מיט דעם בחור זענען ארויפגעגאנגען אויפן וואגן. ר' נתן האט געגעבן א שמייס צום פערד און דער וואגן האט אנגעהויבן צו פארן. עס איז אבער געשטאנען דארט די ריזיגע שורה פון מענטשן ווארטן צו באקומען ברויט. ר' נתן האט געשריגן אין רוסיש "מאך אויף, מאך אויף מיין ווייב האלט ביים שטארבן! מיין ווייב איז שטארק קראנק, איך מוז איר ברענגען צום דאקטאר... מאך אויף." דער גרויסע עולם אין פראנט פונעם בעקעריי האט זיך אויפגעעפענט צו לאזן דעם וואגן אוועקפארן.

דער בחור האט אים געוויזן דעם וועג צום פלאץ וואו די בחורים האבן געלערנט. אויפן וועג האט א יונגער רוסישער פאליצאנט זיי אפגעשטעלט. דער פאליצאנט האט גלייך אנגעהויבן צו באקוקן דעם וואגן און ער האט געשמעקט פרישע ברויט. ער האט חושד געווען די אידן אז זיי גיין פארקויפן דעם ברויט אויפן מארק און מאכן גרויס געלט דערפון. דער פאליצאנט האט אויפגעהויבן דעם שטיקל סחורה, און ער האט אויפגעדעקט דעם ברויט. "וואס טוט איר מיט די ברויט? צו וועמען גייט איר עס פארקויפן?"

"איך גיי עס נישט פארקויפן," האט ר' נתן געזאגט. "איך בין א בעקער, און איך גיי עס אוועקגעבן בחינם פאר א גרופע חשובע מענטשן." "און ווער זענען זיי?" האט דער רוסישער פאליצאנט געפרעגט. "זיי זענען אויסערגעוויינלעך הייליקע מענטשן וואס זיצן און דאווענען דעם גאנצן טאג אז די קאמוניסטן און די רוסישע לאנד זאל מצליח זיין!" האט ר' נתן געזאגט. "קום מיט מיר, און איך גיי דיר ווייזן," האט ר' נתן געזאגט ווייטער מיט א זעכערקייט אין זיין קול. ווייל ער האט נישט געוואלט ווייזן קיין מורא פארן פאליצאנט.

דער פאליצאנט איז טאקע מיטגעקומען מיט זיי צו זען ווי עטליכע בחורים האבן געזיצן צוזאמען און געלערנט די הייליקע תורה. עס האט געמאכט א שטארקן איינדרוק אויפן אפיצער, אפילו ער איז געווען א גוי. דער גוי האט נישט פארשטאנען וואס גייט פאר מיט די בחורים ווייל ער האט נישט געוואוסט פון אזא זאך ווי לערנען, אבער ער האט נישט געוואלט ווייזן זיין עם הארצות. צוליב דעם, האט ער געזאגט צו ר' נתן, "דו ביסט א מאלאדעץ (דו האסט אסאך קוראדזש -אומץ). איך גיי דיר געבען רשות צו קענען ברענגען דא יעדן טאג ברויט צו די יונגע מענטשן, אן קיינער זאל דיך קענען טשעפענען."

און אזוי איז טאקע געשען. יעדען טאג פלעג מאיר ברענגען ברויט צו די ישיבה. דורך דעם האבן זיי געקענט ווייטער לערנען אין דעם שווערען מצב. נאך די ערשטע וועלט מלחמה, זענען די רביים און בחורים צוריקגעגאנגען צו מיר, וואו זיי האבן אויפגעשטעלט די ישיבה נאכאמאל. אבער די מצב איז צוריק שווער געווארן פארן אידן ווען די קאמוניסטן האבן אנגעהויבן פרישע גזרות. זיי האבן ווידער פארמאכט די ישיבה און זיי האבן אפילו אוועקגענומען דעם בעקעריי פון ר' נתן אין פאלטאווע. ר' נתן איז נפטר געווארן אבער זיין איידעם מאיר האט ב"ה דורכגעלעבט די צווייטע וועלט מלחמה מיט נסים. נאך די קריג איז מאיר געגאנגען וואוינען אין ווילנע. סוף כל סוף נאך מער ווי זעכציג יאר לעבן הינטער דעם אייזענעם פארהאנג, האט מאיר זוכה געווען צו באקומען רשות צו עולה זיין קיין ארץ ישראל. נעקסטע וואך גייט מען ליינען דעם המשך פון דעם אינטרעסאנטן מעשה ווי די מיר ישיבה האט צוריקבאצאלט מאיר פארן צושטעלן ברויט דעמאלט בעפאר די ערשטע וועלט מלחמה אין פאלטאווע.

די הייליקע תורה דערציילט די וואך ווי דער אייבערשטער האט געהייסן די בני ישראל אוועקצוגעבן אכט און פערציג שטעטלעך פאר די לוים. שבט "לוי" האבן עוסק געווען אין תורה. וועגן דעם האט דער אייבערשטער אפשר געוואלט זיי צושפרייטן איבעראל אין ארץ ישראל, כדי די אנדערע שבטים זאלן אפלערנען פון זיי דעם ריכטיגען וועג אין עבודת השם. מען זעט דעם ענין אין דעם מעשה וואס מען האט דערציילט ביז יעצט. מיר קענען אפלערנען פון דעם א וויכטיגע נקודה, ד"ה, ווי ווייט מען מוזן מחשיב זיין די לומדי תורה צווישן אונז.

גוט שבת אלע אידן.