לדלג לתוכן

עונג שבת פרשת וישב תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו עונג שבת בלעטל


עונג שבת פרשת וישב די ערשטע שבת פון חנוכה תש"ע

גוט שבת און א פרייליכן חנוכה אלע אידן.

דער עיקר שמחה פון חנוכה איז דער שמחה פון דעם ענין פון שלא עשני גוי. ווייל אסאך רשעים דורך די דורות האבן אטאקירט דעם אידישן גוף, אבער די יוונים האבן פרובירט אויסצומעקן די אידישע נשמה. די יוונים האבן פרובירט צו טוישן אידישקייט פאר גוי'עשקייט. וועגן דעם, איז דער עיקר שמחה פון חנוכה דער שמחה פון שלא עשני גוי.

איינע פון די אידישע מידות וואס די יוונים האבן געוואלט מבטל זיין איז חסד. אין אמת'ן אריין, חסד איז דער יסוד פון אידישקייט. איז לאמיר דערציילן דער פאלגענדע מעשה וואס ווייזט אויף א מורא'דיגע אופן דאס חשיבות פון חסד, וואס איז א אידישע מידה. די מעשה איז געשען עטליכע יארן צוריק אין ירושלים. אלס אינגערמאן האט ר' יעקב האבער (זיין עכטע נאמען) פון ניו יארק געוואוינט אין א"י. ר' יעקב האט דעמאלט געלערנט אין דעם כולל פון הרה"ג רב חיים פינחס שיינבערג שליט"א.

עס איז געווען דער ערשטער נאכט חנוכה, און ר' יעקב האט געהאלטן אין מיט'ן צוגרייטן די חנוכה לעכט ווען ער האט געהערט א קלאפ אויפ'ן טיר. ר' יעקב האט געעפענט די טיר און ער האט געזען אן ארעמע איד. דער איד איז געווען מורא'דיג שמוציג און ער האט נישט גוט געשמעקט. דער איד, וואס האט געהייסן בייניש, האט געפרעגט ר' יעקב'ן: אנשטולדיגט, איר האט אפשר עפּעס פאר מיר צו עסן?

ר' יעקב האט גלייך אריינגענומען דעם ארעמען איד. נאך די חנוכה ליכט צינדען, האבן זיי זיך אוועקגעזעצט עסן די חנוכה סעודה. ר' יעקב האט פרובירט צו רעדן וועגן ענינים פון חנוכה, אבער בייניש איז נאר געווען אינטערעסירט אין עסן. לכאורה איז בייניש שוין לאנג נישט געגאנגן באדן, און לאנג נישט געטוישט די וועש, ווייל ער האט געשמעקט געפערליך. ר' יעקב האט פרובירט צו מאכן עס באקוועם פאר בייניש, אבער, עס איז געווען שווער, ווייל בייניש איז געווען א צובראכענער איד. נאך די סעודה האט בייניש געפרעגט ר' יעקב'ן אויב ער מעג צוריק-קומען אן אנדערע מאל עסן.

ר' יעקב האט מסכים געווען, ווייל ער האט געזען וויפיל דער איד האט געדארפט חסדים און רחמנות.

איבער די קומענדיגע וואכן, איז בייניש געקומען מער און מער אפט. ער איז געקומען סיי מיט'ן דער וואך און סיי אויף שבת'ים אויך. בייניש פלעג קומען צו עסן און וואשן וועש. ר' יעקב האט זיך דערפרייט אז ער האט געקענט גומל חסד זיין מיט א צובראכענער איד. אלעס איז געווען פיין און וואויל. אבער, צוביסלעך, איז דער מצווה פון הכנסת אורחים געווארן שווער פאר דער משפחה. ווייל בייניש האט אנגעהויבן צו קומען כמעט יעדן טאג. און נאכמער, האט ער אנגעהויבן צו קומען ביי טאג ווען ר' יעקב איז געווען אין כולל.

באלד דערנאך האט ר' יעקב און זיין בני משפחה מחליט געווען צו דינגען א ביליגער דירה אין אן אנדערע געגענט פון ירושלים, ווייל די דירות אין יענע געגענט זענען געווען צו טייער פאר אן אינגערמאן וואס לערנט אין כולל. ר' יעקב האט נישט געוואוסט וואס צו טון וועגן בייניש. ווייל ר' יעקב האט געטראכט אז ער וועט נישט דערציילן פאר בייניש זייערע פלענער אוועקצוגיין צו אן אנדערע דירה. ר' יעקב איז געגאנגען פרעגן א שאלה אויב ער איז מחוייב צו געבן פאר בייניש דער נייע אדרעס פון דער אנדערע דירה. דער פסק איז געווען קלאר: ר' יעקב דארפט נישט זאגן פאר בייניש. באלט דערנאך זענען ר' יעקב אין זיין בני משפחה אריין אין די אנדערע דירה. פארשטייט זיך אז בייניש האט אויפגעהערט צו קומען, ווייל ער האט פשוט נישט געוואוסט וואו זיי וואוינען יעצט. ר' יעקב און די משפחה זענען געווען צופרידן אין דעם נייע פּלאץ.

אבער, איין טאג א פאר וואכן שפּעטער, האט אלעס געטוישט. איין טאג האט ר' יעקב געזען ווי אן עקרב גליטשט אויף דעם צימער פלאר. ר' יעקב האט עס געכאפט און דער לוויה איז געווען באלד דערנאך. אפאר טעג שפּעטער האט ר' יעקב געזען עטליכע עקרבים קריכען אויפ'ן פלאר.

ר' יעקב האט זיך דערשראקן. (עס זענען 1,300 מין עקרבים אין די וועלט, רוב זענען נישט גיפטיג, אבער עס זענען דא עטליכע וועלכע זענען שטארק גיפטיג. איינע פון די מערסט געפערליכע מינים געפינט זיך אין א"י.) מיט יעדן טאג זענען געקומען נאך אן נאך מער עקרבים. ר' יעקב האט מורא געהאט ווייל ער האט געהאט א קליינע בייבי אינדערהיים. זיין האבן געדארפט לייגן א דעק איבער דעם בעט פונעם בייבי, כדי די עקרבים זאלן נישט קענען אנקומען צו דעם בייבי. ר' יעקב האט גערופן איינעם וואס ספעציאליזירט אין עקרבים און גיפטיגע חיות. דער מענטש איז געקומען און ער האט געשפריצט גיפט איבעראל, אבער גאר נישט האט געהאלפן, ווייל די עקרבים האבן נישט אויפגעהערט צו קומען. ר' יעקב האט געפרעגט די שכנים און קיינער פון זיי האבן נישט געהאט דעם פראבלעם. ר' יעקב האט נישט געוואוסט וואס צו טון.

דער מצב איז געווארן נאך ערגער אפאר טעג שפּעטער אין שבת. שבת אינדערפרי האט די שרייען פון ר' יעקב'ס רבי'צן אים אויפגעוועקט. ער איז אריינגעלאפן צום אנדערען שטוב וואו ער האט געזען זיין רבי'צן שטייען אויף א בענקל מיט אסאך עקרבים קריכן אהין און אהער ארום דעם צימער. ר' יעקב האט שנעל ארויסגענומען א משנה ברורה (א"ח סי' שטז, סע' י) כדי צו מברר זיין דעם הלכה אויב ער מעג הרג'ענען די עקרבים.

נאך שבת איז ר' יעקב געגאנגען פרעגן וואס צו טון פון זיין רב הרה"ג רב חיים פינחס שיינבערג שליט"א. דער רב שיינבערג שליט"א איז א באקאנטער פוסק, וועגן דעם איז ר' יעקב געווארן איבערראשט ווען ער האט געהערט די ווערטער פון זיין רב. לאמיר זען וואס דער פרק שירה זאגט וועגן די שאלה. (פרק שירה איז גאר אן אלטע ספר וואס שרייבט ווי יעדע פסוק אין תנ"ך באציט זיך אויף אן אנדערע בריאה. יש אומרים אז דער ספר איז געשריבן געווארן דורך דוד אדער שלמה המלך ע"ה אדער ר' יהודה הנשיא זי"ע. דער ספר ווערט ערשט דערמאנט אין ילקוט שמעוני, פרשת בא קפז יא). [ רב שיינבערג שליט"א האט ארויסגענומען דעם פרק שירה און עס געעפענט צו דעם זעקסטע פרק, וואס האט אין זיך אלע שירים פון אלע שרצים. רב שיינבערג האט געטראפן דעם עקרב און ער האט געלייענט דעם פסוק וואס גייט ארויף אויף דעם עקרב: טוב ד' לכל ורחמיו על כל מעשיו. (תהילים קמה ט) רב שיינבערג האט געזאגט פאר ר' יעקב'ן: מ'ווייסט נישט דעם ציל פונעם עקרב אין די וועלט. עטליכע עקרבים זענען אפילו גיפטיג, אבער דער רבונו של עולם איז מרחם אויף זיי און ער טוט זיי מפרנס זיין אויך. אפשר, האט רב שיינבערג געזאגט ווייטער, האסטו נישט מרחם געווען אויף א צווייטן. ר' יעקב האט אנגעכאפט א ציטער... בייניש! ער האט נישט דערציילט פאר בייניש וועגן דעם אנדערע דירה.

באלד דערנאך האט ר' יעקב געזוכט דעם בייניש'ן און ער האט נאכאמאל אנגעהויבן קומען עסן ביי זיי. די אינטרעסאנטע זאך איז אז ווען בייניש איז צוריקגעקומען, האבן די עקרבים אויפגעהערט צו קומען! (היינט איז ר' יעקב האבר א רב אין מאנסי.)

עס איז דא אפשר א רמז צו די ענין אין דער וואכעדיגע סדרה. די 12 שבטים האבן אריינגעווארפן יוסף הצדיק אריין אין א הבור רק אין בו מים (בראשית לז כד) זאגט רש"י מים אין בו, אבל נחשים ועקרבים יש בו. (ב"ר פד טז, שבת כב.) יוסף הצדיק'ס עונש פארן נישט טון חסד מיט זיינע ברידער איז געווען עקרבים.

לאמיר ארויסנעמען פון דער מעשה א מוסר השכל וואס איז שייך צו אונז חסידישע אידן: חסד איז איינער פון די יסודות פון אידישקייט. בפרט אין חנוכה זאלן מיר זיך מחזק זיין אין דעם ענין פון טון חסד. גמילות חסדים איז איינע פון די סמני כשרות פון א איד, אזוי ווי חז"ל זאגן שלשה סימנים יש באומה זו: הרחמנים, והביישנין, וגומלי חסדים. (יבמות עט.) די יוונים האבן געוואלט מבטל זיין אידישקייט. לאמיר זיך פרייען אין חנוכה איז מיר זענען אידן, און מיר זענען א פאלק וואס ווערט דערקענט מיט דעם מידת החסד.

גוט שבת און א פרייליכן חנוכה אלע אידן.