לדלג לתוכן

עונג שבת פרשת וירא תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו עונג שבת בלעטל


עונג שבת פרשת וירא תש"ע

גוט שבת אלע אידן.

ווען הרב שמחה קאפלן א רב פון צפת, איז געווען א בחור, האט ער געלערנט אין דער מירער ישיבה אין פוילן. אין יענע יארן, פלעגן בחורים איינשטייען ביי משפחות אין שטעטל, ווייל דעמאלט איז נישט איינגעפירט געווען אז א ישיבה זאל האבן א דארמעטורי. איין ערב שבת אינדערפרי, האט שמחה געהערט ווי די בעלת הבית זאגט צו איר מאן, "צו דען גייסטו צו דעם נעקסטן שטעטל בעפאר שבת?"

ווען אירע מאן האט געענפערט אז יא, האט זי געזאגט צו אים, "דו זאלסט זיך איילן, און מאכן זיכער צו זיין דא צוריק פאר חצות. ביטע גיב אכטונג און ענדיק אלעס וואס דו דארפסט טאן בעפאר חצות. דו ווייסט ווי וויכטיק עס איז..."

שמחה איז געווארן אביסל איבעראשט צו הערן די ווערטער. די נעקסטע שטעטל איז נישט געווען אזוי ווייט אוועק און עס איז דעמאלט געווען נאך אינדערפרי. פארוואס זאל זי אזוי שטארק זארגן? און פארוואס איז עס געווען אזוי וויכטיג צו ענדיגן אלעס בעפאר חצות?

שמחה איז געווארן נאכמער איבערראשט צו זען ווי די פרוי איז געשטאנען לעבן דעם פענסטער ווארטענדיק ביז איר מאן וועט צוריקומען. די בעלת הבית האט געהאט א חברתה וואס האט אויך אלעס צוגעהערט און עס זעט אויס אז יענע פרוי איז אויך געווארן נייגעריג פון דעם שמועס צווישן די בעל הבית און איר מאן. צוליב דעם האט יענע חברתה געפרעגט די בעלת הבית פארוואס זי האט זיך טאקע אויפגעפירט אזוי. "וואס זארגסטו אזוי... דיין מאן איז דאך אן ערליכער איד... עס איז נישט מעגלעך אז ער וועט צוקומען צו קיין חילול שבת. די נעקסטע שטעטל איז אזוי נאענט, און שבת הייבט זיך נישט אן פאר עטלעכע שעהן!" האט יענע געזאגט. די בעלת הבית האט אויסגעלאזט א טיפן אטעם און געזאגט, "לאז מיר דערציילן א מעשה וואס איז געשען עטלעכע יארן צוריק..." אלעס האט שמחה צוגעהערט פון דרויסן.

"פאר אסאך יארן נאך די חתונה, האבן מיר נישט זוכה געווען צו קינדער, דאס האט געמאכט אונזער לעבן ביטער שווער. סוף כל סוף האבן מיר ב"ה יא זוכה געווען צו האבן א יונגל, וואס איז געווען דאס איינציקסטע קינד וואס מען האט געהאט. איין טאג, איז אונזער זון געווארן זייער נישט געזונט. מיר האבן אים געטראגן פון איין דאקטאר צום צווייטן. אבער, קיינער האט אים נישט געקענט העלפן. נאכדעם האב איך אים געברענגט צו פראפעסארן אין וויען, א שטאט וואס איז באקאנט פאר אירע גרויסע דאקטוירים. אבער אלע פראפעסארן האבן נישט געגעבן קיין האפענונג אז מיין זון וועט ווערן געזונט. נישט נאר דאס, אבער זיי האבן געהאלטן אז דאס קינד האט נישט געהאט נאך קיין סאך טעג אויף די וועלט.

איך בין ארומגעגאנגען די גאסן אין וויען, וויינענדיק שטילערהייט, גרייטענדיק זיך אהיימצופארן קיין מיר. די טאג וואס איך האב געדארפט פארלאזן וויען, האט א עלטערער איד געזען ווי איך וויין. דער איד האט מיך געפרעגט וואס טוט זיך, און איך האב אים דערציילט דעם טרויעריקן מעשה פון מיין זון. ווען איך האב געענדיגט דעם מעשה, האט דער עלטערער איד געזאגט צו מיר, "אויב דו פארסט צוריק קיין מיר, פארוואס זאלסטו נישט זיך אפשטעלן אויפן וועג אין ראדין? גיי צו דעם חפץ חיים. אפשר וועט זיין ברכה אויפטאן." האט דער איד געזאגט צו מיר.

איך בין געווען אזוי צעבראכן, אז איך בין גרייט געווען צו טון אלעס נאר אז מיין קינד זאל ווערן געזונט. חוץ דעם, האב איך געהערט אז דער ח"ח איז טאקע א בעל מופת. מיט א צעבראכן הארץ בין איך טאקע געפארן קיין ראדין צו באזוכן דעם צדיק. דעמאלט, איז דער ח"ח שוין געווען אלט און שוואך, און זיין משפחה האבן פרובירט נישט צו לאזן קיין מענטשן צוקומען צו אים. אבער, ווען זיי האבן געהערט מיין מצב, האבן זיי מיר סוף כל סוף אריינגעלאזט.

איך האב זייער שטארק געוויינט פארן ח"ח. ער האט מיך געזאגט, "וואס קען איך טאן... איך בין אן אלטער מענטש... ווען איך בין געווען יונג, האב איך געהאט דעם כח צו פאסטן פאר די חולי ישראל. היינט... קען איך עס שוין נישט טאן..."

ווען איך האב געהערט די ווערטער, האב איך אנגעהויבן צו וויינען נאך שטארקער ווייל איך האב געזען אז עס איז נישט דא געווען קיין האפענונג. איך בין געשטאנען דארט און געוויינט, קיינער האט מיך נישט געקענט בארוהיגן. באלד איז געקומען איינער און ער האט דערציילט אין דעם ח"ח'ס אויער, וועגן מיין ריזיגן צער, ווייל דער קראנק קינד איז געווען אונזער איינציקסטער קינד וכו'.

דער ח"ח האט זיך פלוצלינג אויפגעשטעלט און געזאגט מיט א פעסטקייט, "איך גיב דיר צוויי קבלות... אויב דו ביסט גרייט צו מקבל זיין ביידע, זאג איך דיר צו אז דיין זון וועט האבן א רפואה שלימה."

איך האב געזאגט צום ח"ח "איך בין מסכים צו טאן אלעס וואס דער רבי וועט הייסן..." איך האב דערווארט אז דער ח"ח וועט פארלאנגען פון מיר צו פאסטן אדער אנצונעמען סגופים וכו'. איך האב געווארט אומגעדולדיג ביז דער ח"ח וועט מיך שוין זאגן די צוויי זאכן. ווען ער האט מיך עס געזאגט, האב איך זיך זייער שטארק געוואונדערט...

פאר מיר גיין דערציילן וואס דער ח"ח האט געזאגט צו יענער פרוי, לאמיר אביסל שמועסן וועגן עניינים אין דעם מעשה וואס האבן א שייכות צו דער פרשה. די הייליקע תורה דערציילט אנהייב פרשה ווי דער אייבערשטער איז געקומען מבקר חולה זיין אברהם אבינו, וואס איז געווען דעמאלט אין דעם דריטן טאג נאך די ברית מילה. דער מעם לעז ברענגט אז די עבודה פון א איד איז "הדבק במדותיו" מען מוז זיך צוקלעפן צום אייבערשטענ'ס מידות. פונקט אזוי ווי דער אייבערשטער האט מקיים געווען די מצוה פון ביקור חולים ביי אברהם אבינו, מוז מען אויך זיך מטריח זיין צו באזוכן חולים, ל"ע. זאגט דער מעם לעז ווייטער, אז איינער וואס קומט צו באזוכן א חולה, ל"ע, מוז ער אויך דאווענען פאר דעם חולה'ס רפואה שלימה, און טאמער ער דאווענט נישט, האט ער נישט מקיים געווען די מצוה ווי עס דארף צו זיין. אפילו מען קען נישט גיין פערזענלעך צו באזוכן א חולה, קען מען אים העלפן מיט תפילה. און כעין זה האט דער חפץ חיים זי"ע געטאן.

"די ערשטע זאך וואס דו דארפסט מקבל זיין אויף זיך איז, אז דו מוזט צוזאגן צו לייגן די שבתדיגע טישטעך און די לייכטער אויפן טיש ערב שבת בעפאר חצות היום." איך בין בארוהיגט געווארן, די ערשטע זאך האט נישט אויסגעהערט צו זיין אזוי שווער צו מקיים זיין.

"די צווייטע זאך איז..." האט דער ח"ח אנגעהויבן צו זאגן ווייטער, "אז פון דעם רגע וואס די לעכט מוזן אנגעצונדן ווערן, זאל קיינער פון דיין משפחה נישט טאן קיין מלאכה!"

"אוודאי האב איך גלייך מסכים געווען." האט די פרוי געזאגט. "שפעטער ווען איך בין אהיימגעקומען האט מיין מאן אויך מסכים געווען צו די תנאים. און עס האט נישט גענומען לאנג ביז אונזער זון איז געזונט געווארן... די דאקטוירים אין וויען האבן נישט געגלייבט וואס איז געשען. וועגן דעם בין איך אזוי מקפיד צו ענדיגן אלעס ווי פריער ערב שבת."

גוט שבת אלע אידן.