לדלג לתוכן

עונג שבת פרשת דברים תשס"ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו עונג שבת בלעטל


עונג שבת פרשת דברים תשס"ט

גוט שבת אלע אידן.

דער פאלגענדע מעשה איז דערציילט געווארן דורך א בעל תשובה. "עס איז געווען חודש חשון תשל"א און איך בין געקומען קיין ברוקלין פון קענטאקי וואו איך בין געווארן א בעל תשובה. דעמאלט זענען נישט געווען אסאך ישיבות פאר בעלי תשובה. איך בין געקומען צו לערנען אין דער ישיבה "הדר התורה" וואס איז דעמאלט געווען פון די איינציגסטע בעלי תשובה ישיבות אין אמעריקא.

פריער האב איך געארבעט אלס א פוטוגראפער, ד"ה מענטשן האבן מיר באצאלט צו נעמען בילדער ביי חתונות און בר מצוות וכו'. ווען איך בין געקומען צו דער ישיבה, איז דער ראש הישיבה הרב ישראל יאקובזון ז"ל געווארן אזוי ווי א טאטא צו מיר. דעמאלט האט ר' ישראל געבעטן פון מיר איך זאל אים איבערגעבן מיינע קאמערעס, ווייל ער האט נישט געוואלט אז איך זאל ארבעטען ווען איך האב געלערנט אין ישיבה.

אבער, איך בין געווען דעמאלט א פרישע בעל תשובה, און די כאפן בילדער איז געווען מיין איינציגסטע פרנסה און איך האב עס נישט געוואלט אויפגעבן אזוי שנעל. איך האב געזאגט צו דער ראש ישיבה אז איך בין גרייט צו לערנען אין ישיבה דעם גאנצען טאג אבער איך וויל נישט אויפגעבן דעם פוטאגראפיע.

די נעקסטע וואך איז געשען א מעשה וואס נאכדעם האב איך שוין נישט געהאט קיין ספק וואס צו טון מיט די קאמערעס.

דער מעשה איז געשען אזוי... מען האט מיר געדינגען צו כאפן בילדער ביי א חתונה אין פאר ראקאוועי אין קווינס. וויבאלד עס איז געווען שוין אנפאנג ווינטער, האט די חתונה געענדיגט פרי און איך בין שוין געווען אויפן וועג אהיים צען אזייגר ביי נאכט. בקיצור, איך בין ארויפגעגאנגען אויף א געוויסע סאבוועיי באן וואס האט געדארפט מיך ברענגען קיין קרוין הייטס ווי די ישיבה איז געווען. דער באן איז געפארן און געפארן און איך האב נישט געוואוסט וואו אראפצוגיין. די מאפע אויפן באן איז געווען אזוי אפגעפארבט מיט "גראפיטי" אז איך האב נישט געקענט עס ליינען. דערפאר בין איך אראפ סתם ביי א געוויסע סטאפ כדי צו פרעגען עמיצן וואו איך בין. ווען איך בין טאקע אראפגעקומען פונעם באן, האב איך געזען אז עס איז געווען ליידיג, קיינער האט שוין נישט געארבעט אין דעם בודקע דארט.

עס איז אבער געזיצן דארט איין אלטער שווארצע וואס האט געליינט א תנ"ך (אויף ענגליש.) אזא מענטש האב איך געטראכט אז איך קען אויף אים זיך "פארלאזן" און דערפאר האב איך אים געפרעגט וואו אזוי איך זאל קענן אנקומען קיין קרוין הייטס.

"א שאד דו ביסט נישט געבליבן אויף יענעם באן' האט דער שווארצע געזאגט, 'ווייל דאס איז געווען דער לעצטע באן אויף די ליין וואס פארט אהין."

"אוי וויי! וואס זאל איך טון יעצט?" דער שווארצע האט געזען ווי באזארגט איך בין געווען און ער האט מיר געגעבן אן עצה צו גיין אויף א געוויסע וועג, א "שארט קאט," וואס וועט מיך צוברענגען צו אן אנדערע באן וואס וועט מיך יא ברענגען קיין קרוין הייטס אפילו אזוי שפעט ביי נאכט.

אנגעפאנגען צו גיין אויפן שארט קאט. עס איז געווען שפעט ביי נאכט אין א שלעכטע געגענט וואס הייסט "עיסט ניו יארק." בקיצור, גלייך ווען איך האב אריינגעטרעטן אין א טינקעלע געסל, איז געקומען צו מיר א שווארצע וואס האט געהאלטן א ביקס אין זיין האנט. דער שווארצע האט אריינגעשטופט דעם ביקס אין מיין בויך און ער האט געזאגט "ליידיג אויס דיינע טאשן שנעל, בעפאר איך גיי דיר הרגנען!"

"פאר איך גיי פאר דיר אויסליידיגן מיינע טאשן," האב איך אנגעפאנגען צו זאגן, "עס איז דא עפעס וואס איך מוז דיך לאזן וויסן... גאט האט געגעבן פאר אלע גוים אין די גאנצע וועלט זיבן מצוות און איינע פון די זיבן איז "לא תגנוב". "יעצט אז דו ווייסט דאס," האב איך געזאגט צום שווארצע, "איז טאמער דו גייסט מיך באגנבענען, גייסטו פארלירן דיין חלק אין עולם הבא."

"איך האב פיינט אידן..." האט דער גנב געזאגט צו מיר. דאן איז ארויסגעקומען פון דעם טינקעלע נאכט נאך א שווארצע וואס האט געטראגן א שווערע שטעקן. "וואס נעמט אזוי לאנג! שיס דעם איד שוין!" האט יענער געזאגט. "לאמיר מסביר זיין נאכאמאל," האב איך געזאגט צו די צוויי רוצחים. "גאט האט געגעבן זיבן מצוות צו אלע גוים וכו'..." דער שחור מיט דעם שטעקן האט מיך געפרעגט, "דיין גאט איז ווייס? איך האב נישט ליב קיין ווייסע גאט!" "מיין גאט האט נישט קיין גוף." האב איך אים געענטפערט.

דאן האט איינער פון די שווארצעס אנגעהויבן מיך צו באקוקן זוכענדיג מיין געלט און טייערע קאמערעס וכו'. ער איז דערשראקן געווארן ווען ער האט געטראפן מיין ציצית. איך האב מסביר געווען די גמטריה פון 613 פון די ציצית. דער גוי מיט דער ביקס איז נתפעל געווארן פון מיין שטיקעל גמטריה. "איך וויל זען דיין גאט" האט ער מיך געזאגט. "דער אייבערשטער איז איבעראל אין די וועלט, דו קענסט אים נישט זען!" האב איך אים געזאגט.

דער גנב מיט דער ביקס האט ליב געהאט וואס איך האב אים געזאגט. ער האט אוועקגעלייגט זיין ביקס און מיך געפרעגט וואו איך גיי. דאן האט ער געלייגט זיין האנט אויף מיין אקסעל און געזאגט אז טאמער איך גיין אליינס וועט מען מיך הרגענען זעקס מאל! (ווייל עס איז געווען א סכנה'דיגע געגענט) און ער האט מיך באגלייט דעם גאנצע וועג צום ריכטיגען סאבוויי באן!

דעם נעקסטען טאג האב איך איבערגעגעבן מיין קאמערעס צום ראש הישיבה. נאכדעם ער האט מיך געשטיצט די קומענדיגע פיר יאר כדי איך זאל קענען לערנען אין ישיבה.

עס ווערט געברענגט אז "אב" איז ראשי תיבות "אלול בא" ד"ה מען דארף שוין יעצט טראכטן וועגן תשובה. בפרט לעצטענס ווען עס איז געשען אזעלכע שרעקליכע פאסירונגען, דער אייבערשטער זאל אפהיטן, איז כדאי שוין יעצט תשובה צו טון. דעם ענין איז אויך מרומז אין ספר דברים וואס איז א שטיקל חזרה, ווייל חזרה איז מרמז אויף תשובה טון. מען האט געזען אין דער מעשה אויבן ווי דער שווארצע גנב האט "תשובה" געטון און נישט געשעדיגט דעם איד. אויב אזוי קענען מיר, להבדיל, הייליגע אידן, זיכער טראכטן וועגן תשובה. גוט שבת אלע אידן.


גוט שבת אלע אידן.