עונג שבת פרשת בשלח תש"ע
גוט שבת אלע אידן.
דער מעשה די וואך איז געשען צו מיר, דער בעל מחבר אליינס... בערך דריי יאר צוריק האב איך געטראפן א אידישען אדוואקאט (לויער), לאמיר אים רופן "וועלוול". פאר א לאנגע צייט האב איך געוואלט פארן מיט וועלוול קיין ארץ ישראל כדי אים מחזק צו זיין וכו'. אבער וויבאלד אז מיר זענען ב"ה ביידע זייער פארנומענע מענטשן, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן, איז עס שווער געווען צו טרעפן א צייט צו פארן ווען עס וועט זיין גוט פאר אונז ביידע. די יאר האט מען געזען אז עס וועט זיך אויסארבעטן צו פארן צוזאמען חגא צייט ווען עס איז שטילער געווענטלעך ביים געשעפט.
מיר האבן באשטעלט די טיקעטס ארויסצופארן מיט קונטינענטאל פון ניו יארק פיר אזייגער דאנערשטאג נאכמיטאג פרשת ויגש אנצוקומען האלב צען אינדערפרי ח' טבת, ערב שבת קודש קיין ארץ ישראל. מיר האבן געפלאנט צו דינגען א קאר און גלייך פארן קיין ירושלים צו זיין דארט אויף שבת קודש. אה! שבת קודש אין ירושלים עיר הקודש! קודש הקדושים! וועלוול איז שטארק נתרגש געווארן רעדענדיג פון די נסיעה, ווייל ער איז נישט געווען אין א"י זייט תשמ"ג. און ער האט אסאך געשטיגן אין אידישקייט זייט דעמאלטס. מיר האבן גערעדט וועגן יענע שבת אזוי ווי א חלום... אפשר וועט מען דאווענען קבלת שבת אין אלט שטאט, אדער אין די סקווירא שטיבל, נאכדעם וועט מען עסן די סעודות ביי הרה"ח אברהם לעפּקאוויטש שליט"א און נאכדעם גיין צום תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק וכו'...
סוף כל סוף איז געקומען דעם רגע, און מיר האבן זיך אראפּגעזעצט אויפן פליגער אין ניו יארק מיט גרויס התרגשות. איך האב מיטגעברענגט אויפן פליגער דעם טלית און תפילין מיט דעם שטריימל און שטיוועל, שיקענדיג די איבריגע זאכן אין א רענצל אינטער דער פליגער. וועלוול, וואס טראגט נישט קיין שטריימל און שטיוועל ("נאך נישט") איז אנגעקומען טראגענדיג א "טי-שירט" און "דזשינס" שיקענדיג זיין "שבת סיוט" אין זיין רענצל.
נאך מעריב אויפן פליגער, זענען מיר ביידע איינגעשלאפן, זייענדיג אויסגעמוטשעט פון די הכנות פאר די נסיעה. בערך פונף אזייגער פארטאגס, האב איך געזען אביסל ליכטיגקייט אין דרויסן און איך בין אויפגעשטאנען גרייטנדיג צו דאווענען שחרית אויפן פליגער. (ווייל מיר האבן געוואוסט אז ביז מיר גיין אנקומען קיין ירושלים וועט עס זיין לכאורה נאך חצות היום. אבער אריינכאפּן א מקוה וועט מען נאך קענען יענע טאג.)
בקיצור, גלייך ווען איך בין אויפגעשטאנען פון מיין זיץ, האט מען אויסגערופן אז צוליב געוויסע "'פּראבלעמען אויפן פליגער וועט מען דארפן לאנדען באלד אין רוים, אין איטאליע! יעדער איינער האט זיך גלייך אויפגעוועקט, און איך האב זיך געדארפט אראפּזעצן. דער פליגער איז שנעל אראפּגעגאנגען פון דרייסיג טויזענט פיס צו דריי טויזענט פיס אין א קורצע צייט. עס איז נישט געווען אסאך צייט דארט צו טראכטן. אלע פון די בערך פוינף און צוואנציג פרומע אידן אויפן פליגער האבן לכאורה געזאגט תהלים שטילערהייט. מען האט אויסגערופן אז עס וועט ווארטן ביים ראנוועי פייער לעשערס, אבער מען דארף נישט זארגן! ווייל עס איז נארמאל אין אזא מצב! אפּאר מינוט שפּעטער האט זיך דער פליגער טאקע ב"ה געלאנדעט אין רוים און מיר זענען אראפּגעגאנגען רוהיגערהייט און ב"ה נישט אויף קיין גליטשער!
אבער יעצט איז פארגעקומען א פרישע פּראבלעם. עס איז געווען חגא (ניטל למספרם), די פינף און צוואנציגסטע פון דעצעמער. וועגן דעם איז נישט געווען קיין מענטשן פון קונטינענטאל דארט אונז אויפצונעמען. די גוים ימ"ש זענען געווען לכאורה אלע שיכור פון זייערע חגא.
די פרומע אידן האבן זיך גלייך געשטעלט דאווענען שחרית אינעם עירפּארט. ב"ה אז מיר האבן כאטש נישט געדארפט דאווענען אויפן פליגער. נאכן דאווענען האבן מיר פּרובירט צו געוואויר ווערן וואס טוט זיך מיט דעם פליגער. אבער, קיינער האט נישט געמאלדען צו אונז דארט אין עירפּארט.
איינער האט פארשאפט דעם נאמבער פון חב"ד אין רוים, און איך האב געוואלט זיי רופן. ווייל עס איז געווען דאך ערב שבת! די סעלפונס וואס מען האט געדינגען פאר ארץ ישראל האבן אבער נישט געארבעט. איך בין צוגעגאנגען צו א פּאליצאנט און איך האב אנגעפאנגען צו רעדן אביסל ספאניש מיט אים, ווייל ספאניש איז ענלעך צו איטאליעניש. איך האב געבעטן פון אים צו נוצן זיין סעל צו רופן חב"ד, ווייל איך האב נישט געהאט קיין געלט פון דארט צו צאלן פארן פאבליק טעלעפאן. בקיצור, איך האב געפרעגט דעם פּאליצאנט אויף האלב ספאניש האלב אונגאריש און האלב מיט דעם הענט ווייזענדיק אז איך וויל בארגען זיין סעלפון.
דער פּאליצאנט האט געוויזן מיט'ן האנט אז עס קאסט דאך געלט. איך האב גלייך אנגעפאנגען ארויסצונעמען מזומן פונעם טאש און איך האב געוויזן אפּאר טאלער אזוי ווי צו זאגן הנני מוכן ליתן מזומן. אבער עס איז געווען הפלאדיג, דער פּאליצאנט האט נישט געוואלט נעמען דעם געלט און ער האט אויך נישט געלאזט נוצן דעם סעלפון! (אפשר ווייל דער דאלער איז אזוי שוואך, רח"ל.)
עס איז געווען שוין בערך צען אזייגער אינדערפרי (עלף אזייגער אין ארץ ישראל.) איך מיט וועלוול האבן פּרובירט ארויפצוגיין אויף אן אל על פלייט, אבער מיר האבן נישט געהאט קיין הצלחה, עס איז געווען שוין צו שפּעט צו פארקויפן טיקעטס פאר די פליגער.
איך האב אנגעפאנגען צו מאכן א חשבון. איך האב געזאגט דעמאלט צו וועלוול אז מיר גיין ווארטען ביז חצות, און טאמער מען וועט נישט קענען שוין אנהייבן צו פארן ווייטער קיין ארץ ישראל, וועלן מיר אריינפארן קיין רוים צו זיין דארט שבת. דער פלי פון רוים קיין ארץ ישראל איז בערך צוויי און א האלב שעה, און ליכט בענטשן איז געווען בערך צען מינוט נאך פיר אין ארץ ישראל. ביז דערווייל האט מען גארנישט געקענט טון, נאר אונז האבן געדארפט ווארטן צו הערן נייעס וועגן אונזער פלי.
אפילו אהיימרופן קיין ניו יאר האט מען אויך נישט געקענט טון, ווייל אונז האבן נישט געהאט קיין טעלעפאן וכו'. די בני בית אינדערהיים האבן אויך נישט געוואוסט וואס גייט פאר, ווייל זיי האבן געווארט אויף אונזער קאל צו זאגן אז מיר זענען אנגעקומען לשלום. און ווען זיי האבן גערופן קונטינענטאל האט מען זיי געזאגט אז עס נישט דא קיין אינפארמאציע וועגן אונזער פלייט, ה' ישמור! אויף אונזער פליגער זענען געווען אפּאר קלעזמערן פונעם גרופּע סימפלי צפת. בשעת מיר זענען ארומגעשטאנען ווארטענדיג אויף נייעס, האבן די צוויי קלעזמערן, איינער מיט א פידל און דער צווייטער מיט א גיטארע, אנגעפאנגען צו שפילן (זעה דעם בילד דא פון דעמאלט).
ביז אפּאר מינוט שפּעטער האבן די פרומע אידן זיך גענומען טאנצען ארום די קלעזמערן. עס איז געווען א מוראדיגע מעמד צו זען ווי אונז אידן האבן געטאנצט אין אזא מצב ווען מיר האבן נישט געוואוסט פון וואו עס וועט קומען די ישועה. אפילו די גוים פון אונזער פלי און אנדערע גוים אינעם עירפּארט האבן אנגעקוקט מיט פרייד.
מען זאגט נאך פונעם הייליגען בעל שם טוב זי"ע אז אמאל מיט א ריקוד פון שמחה קען מען מער אויפטון ווי תפילה! נו, עס האט אויסגעזען אז עפּעס האט זיך טאקע געריקט אין הימעל, ווייל באלד נאכדעם וואס מען האט געענדיגט טאנצען, האט מען אויסגערופן אז מען האט ב"ה פארראכטען דעם פליגער. עס איז געווען בערך האלב נאך צען (האלב נאך עלף לויטן זייגער אין א"י.) מיט דעם האט מען גערעכענט אנצוקומען קיין א"י בערך האלב נאך צוויי, ווען ליכט צינדען איז געווען בערך צען נאך פיר. אה! ב"ה עס וועט זיין גוט, מען וועט נאך קענען אי"ה זיין אין מאה שערים אויף שבת קודש... אבער אונזער פרייד האט נישט געדויערט אזוי לאנג, ווייל דעם ארויפגיין אויפן פליגער האט גענומען לאנג. מען האט געשטעלט נאר איין ארבעטער דארט צו באקוקען די פאספּארטען פון בערך צוויי הונדערט און פופציג מענטשן. עס האט גענומען זייער לאנג, און יעדעס מאל וואס איינער האט געפרעגט דעם גוי עפּעס, האט עס אויפגעהאלטן דעם שורה!
די פרומע אידן זענען געווארן נאכאמאל נערוועיז. עס איז געווארן בערך עלף אזייגער (צוועלף אין א"י), און רוב מענטשן זענען נאך נישט ארויפגעגאנגען אויף דעם פליגער! כדי צו וויסן וואס איז געשען מוז מען ווארטן ביז נעקסטע וואך... די פרשה רעדט די וואך וועגן שבת קודש. שבת איז א מתנה פונעם אייבערשטען צום אידישן פאלק. אזוי ווי עס שטייט אין די גמרא מתנה טובה יש לי בבית גנזי ושבת שמה (שבת י:) ווי מער מען גרייט זיך צו צום הייליגן טאג, וועט מען נאך מער נהנה זיין פונעם קדושת שבת.
גוט שבת אלע אידן