עונג שבת פרשת בהעלותך תשס"ז
עונג שבת פרשת בהעלותך תשס"ז
גוט שבת אלע אידן.
ר' מרדכי (נישט זיין עכטע נאמען) איז א מוהל אין ברוקלין. אמאל, האט מען גערופן ר' מרדכי צו קומען מאכן א ברית איין שבת קודש אין קווינס. די עלטערן פון דעם קינד זענען געווען רוסישע אידן וואס זענען נישט לאנג בעפאר, געקומען קיין אמעריקע. די עלטערן האבן נישט געוואוסט וואו צו זוכן א מוהל. אבער ב"ה, אז א געוויסע מוסד וואס העלפט רוסישע בעלי תשובה, האט געהערט אז זיי האבן געבוירן א יונגעל, און דער מוסר האט ערלעדיגט אז דער מוהל ר' מרדכי זאל קומען טאקע מאכן די ברית.
נאכן דאווענען שבת אינדערפרי האט דער רב פון יענע שול אביסל מסביר געווען אויף רוסיש פאר'ן עולם וואס גייט פאר. ווייל ליידער זענען רוב פון די רוסישע אידן דארט געווען תינוקות שנשבה, און זיי האבן נישט פארשטאנען וואס מיינט א ברית. בקיצור, האט מען ב"ה געמאכט די ברית און געגעבן דעם נאמען. דערנאך איז דער עולם אריבערגעגאנגען צום זאל צו עסן דעם שבתדיגע סעודה צוזאמען מיט דער סעודת מצוה לכבוד די ברית. דער מוהל ר' מרדכי האט דעמאלט געהאלטן ביים אוועקפאקן זיינע זאכן ווען ער האט באמערקט אן אלטען איד וואס האט געוויינט אין א ווינקעל. דער מוהל איז צוגעגאנגען צום איד און ער האט פרובירט אים צו בארוהיגען. אבער, דער עלטערער איד האט נישט געקענט גוט ענגליש און נישט גוט אידיש. אן אפילו אז ר' מרדכי האט געוויזן א ווארעמקייט פאר אים, האט עס גאר נישט אויפגעטון, דער איד האט געוויינט און געוויינט. באלד איז אריבערגעקומען דער רב וואס האט אנגעהויבן צו רעדן מיט יענעם אויף רוסיש. דאן האט דער אלטער איד אנגעהויבן צו דערציילן זיין אינטערסאנטע מעשה.
יענער איד איז געווען בערך פונף און זיביציג יאר אלט. ער איז געווען א יונג קינד פון זעקס-זיבן יאר ווען די קומאניסטן ימ"ש האבן איבערגענומען דעם רעגירונג אין רוסלאנד. באלד דערנאך האבן די קומאניסטן געאסרט אידישקייט. איינער וואס זיי האבן נעבאך געכאפט, איז גלייך געשיקט געווארן קיין סיביר, רח"ל.
דער מעשה גייט אזוי: בערך זיביציג יאר פריער, ווען דער איד איז געווען א קליין קינד, האט אים זיין טאטע איין טאג אויפגעוועקט זייער פרי. עס איז געווען פארטאגס און דאס קינד האט געהאלטן זיין טאטען'ס האנט בשעת זיי זענען ארויסגעגאנגען פונעם הויז. דאס קינד האט נישט געוואוסט וואו זיין טאטע ברענגט אים. זיי זענען געגאנגען צו דעם שייער, די פלאץ וואו מען האלט די חיות. עס איז געווען זייער קאלט. ווען זיי זענען אריינגעגאנגען אינעם שייער, האט דאס קינד באמערקט א גרופע אידן. זיי האבן אלע אויסגעקוקט זייער ערנסט. וואס גייט דא פאר? האט דאס קינד געטראכט... אבער מורא האט ער געהאט צו פרעגן זיין טאטען. דאן האט א איד געעפענט זיין גרויסע דיקע מאנטל צו אנטפלעקט א קליין בעבי.
פלוצלינג האט דאס קינד'ס טאטע אים שטארק אנגעכאפט אויף די אקסלען און אריינגעקוקט אין זיין אויגן און געזאגט: "הער צו מיין זון, דו גייסט באלד זען א ברית מילה. דו זאלסט עס קיינמאל נישט פארגעסן! ווייל דאס וועט זיין די לעצטע ברית מילה וואס וועט זיין אין די וועלט!... די קומאניסטן אסר'ן אמונת השם. און א ברית איז דאך א סימן אז א איד האט א נצחיותדיגע שייכות מיט דעם אייבערשטען! איך בעט דיך! פארגעס עס קיינמאל נישט אין דיין לעבן!" (דער איד האט געמיינט בתמימות אז קיינער וועט שוין קענען מאכן קיין ברית'ן אין די וועלט ווייל ער האט געגלייבט נעבאך די קומאניסטישע פראפאגאנדע אז זיי גיין איבערנעמען די גאנצע וועלט.)
פלוצלינג האבן די מענטשן אין דעם שייער אנגעהויבן צו שלאגן די בהמות כדי זיי זאלן מאכן א רעש. דער "מוהל" האט געמאכט דעמאלט די ברית. דאס וויינען פונעם קינד אין פארגעדעקט געווארן דורך די קולות פון די בהמות. אפאר מינוט שפעטער האט דאס קינד אויפגעהערט צו וויינען און זיי זענען אלע אוועקגעגאנגען.
דער רב און דער מוהל ר' מרדכי האבן אלעס צוגעהערט מיט גרויס אינטערעס. דעמאלט האט דער אלטער איד צוגעלייגט, "דאס קינד וואס האט געהאט זיין ברית היינט איז מיין אייניקל, און עס איז די ערשטע ברית וואס איך האב געזען זייט יענע ברית מער ווי זיביציג יאר צוריק!" עס שטייט אין פסוק די וואך אז ווען די בני ישראל האבן געפירט די ארון אין די מדבר, האט משה רבינו ע"ה געזאגט: "קומה ה', ויפצו איביך וינסו משנאיך מפניך!" - שטיי אויף השם, און עס זאלן ווערן צושפרייט דיינע פיינט און עס זאלן אנטלויפן דיינע שונאים פון פאר דיר!" דאס איז געווען די תפילה פון דער צדיק משה רבינו ע"ה, אז וואו נאר די אידן זאלן ברענגן די תורה אין גלות, זאל דער אייבערשטער העלפן אז די אידן זאלן קענען באזיגען די שונאי ישראל ימ"ש. מען זעט טאקע דעם עניין לגבי די רשעותדיגע קומאניסטן ימ"ש. אז אפילו זיי האבן זייער שטארק מצליח געווען נעבעך צו רודף זיין די אידן, מען זעט היינט אז עס זענען דא ב"ה מער און מער רוסישע אידן וואס היטן תורה און מצוות. די קומאניסטן זענען ב"ה אינטערגעגאנגען און השם'ס באליבטן פאלק מארשירט ווייטער אין היסטוריה שטאלצירן זיך מיט שמירת התורה! גוט שבת אלע אידן.
גוט שבת אלע אידן.