עונג שבת פרשת בא תש"ע
גוט שבת אלע אידן.
די ספרים הקדושים זענען מסביר אז איינע פון די סיבות פארוואס דער אייבערשטער האט אונז אין גלות מצרים אריינגעשיקט איז כדי מיר האבן געקענט זיך אויסלערנען ווי צו זיין עבדים. אזוי ווי עס שטייט אין דער הייליגער תורה: כי לי בני ישראל עבדים עבדי הם אשר הוצאתי אותם מארץ מצרים וגו'. (ויקרא כה, נה) איינע פון די ערשטע מצוות וואס די אידן האבן מקבל געווען ארויסקומענדיק פון מצרים איז געווען תפילין. די סיבה דערפון איז אפשר אזוי: די רצועות פון די תפילין סימבאלאזירן די קייטלעך פון א קנעכט. מיט געבן די מצוה פון תפילין, ד"ה די קייטלעך, האט דער אייבערשטער געוואלט אונז ווייזן אז מיר זענען געווארן זיין קנעכט.
תפילין, אזוי ווי אלע מצוות, ווייזט דעם ליבשאפט וואס דער באשעפער האט פאר זיין עם סגולה. אזוי ווי דער של"ה הקדוש ברענגט: ולשון מצוה צוותא... מצוה איז א לשון פון באהעפטען. (מסכת יומא - פרק דרך חיים, תוכחת מוסר טז) ד"ה, ווען איינער טוט א מצוה, בפרט די מצוה פון תפילין, באהעפט ער זיך צו, צום רבונו של עולם.
דורך די היסטוריה פון כלל ישראל האבן אידן מקיים געווען די מצוה פון תפילין מיט מסירות נפש. איין פלאץ וואו אידן האבן מקיים געווען די מצוה פון תפילין מיט מסירות נפש איז געווען אין רוסלאנד. אין בערך תש"נ האט זיך ב"ה אנגעהויבן די גרויסע כוואליע פון עמיגראציע פון רוסישע אידן קיין ארץ ישראל. רוב פון די אידן וואס זענען ארויסגעקומען פון דער גרויסער תפיסה וואס מען האט גערופן דעם סאוויעטישע פארייניקונג, האבן נישט געוואוסט פון אידישקייט. אבער, אפילו אז די רוסישע אידן זענען אזוי שטארק גערודפט און געפייניגט געווארן דורך די קאמוניסטען ימ"ש, איז די פינטעלע איד אין זיי קיינמאל נישט צושטערט געווארן אינגאנצן.
תפילין איז איין מצוה וואס די רוסישע אידן האבן כמעט בכלל נישט געקענט מקיים זיין. שבת און כשרות קען מען אלעמאל איבעראל היטן, אבער תפילין מוז מען האבן תפילין! די רשעים האבן ערלעדיגט (= מסדר געווען) אז תפילין זענען כמעט נישט געווען צו טרעפן אין רוסלאנד. די פאלגענדע מעשה ווייזט אויף א מוראדיגען אופן ווי איין רוסישער איד האט מקיים געווען די מצוה פון תפילין מיט א תמימות. דער מעשה הייבט זיך אן ארים 20 יאר צוריק, מיט א איד וואס הייסט, פאוועל קאלדיאווע ׁזיין עכטע נאמעןׂ. פאוועל איז אויפגעוואקסן אין א קליין שטעטל וואס הייסט וואראנעזש, וואס ליגט בערך 14 שעה אוועק פון מאסקווע. די שטעטל האט געהאט נאר אפאר אידישע משפחות. די שטעטל איז געווען אין א חלק פון רוסלאנד וואו אידן האבן פאר אסאך יארן נישט געטארט וואוינען. די קליינע צאל אידישע משפחות וואס האבן יא געוואוינט אין יענע געגענטען האבן ממש גארנישט געוואוסט פון אידישקייט.
איין טאג, ווען פאוועל איז געווען א בחור האט ער ערגעץ געטראפן א ביכל אויף אידישע היסטאריע. פאוועל האט געוואוסט אז ער איז א איד, אבער קיינער האט עס נישט דערמאנט אין שטוב. ווען פאוועל האט געעפענט דעם בוך, האט עס אויפגעוועקט אין אים די פּינטעלע איד, און ער האט פּלוצלינג געהאט א שטארקען נייגעריגקייט פאר אידישקייט. ער האט געליינט דעם גאנצען בוך מיט התלהבות, ווייל ער האט פּלוצלינג געדארשט פאר אלעס אידיש.
איין טאג דערנאך האט ער געפרעגט זיין משפחה וועגן זייערע אידישע ווארצלן, אבער קיינער האט נישט געוואלט רעדן וועגן דעם, צוליב דער גרויסער סכנה פון זיין אידיש אין רוסלאנד. די רעגירונג האט דעמאלט געהאט שפּיאנען איבעראל. טאמער די פּאליציי האבן געשמעקט עפּעס וואס טויג נישט, האבן זיי גלייך געשיקט מענטשן קיין סיביר. דורך די יארן זענען נעבאך אסאך אידן געשיקט געווארן קיין סיביר, און זיי זענען נישט אהיימגעקומען. הי"ד.
פאוועל האט געזיכט אינפארמאציע וועגן אידישקייט, אבער קיינער אין זיין שטעטל האט אים נישט געהאלפן, ערשטענס ווייל רוב פון זיי האבן גארנישט געוואוסט פון אידישקייט, און צווייטענס ווייל יעדער איינער האט געציטערט פון דעם רעגירונג. בקיצור, האט פאוועל געדארפט לערנען וועגן אידישקייט דורך צוזאמענעמען קליינע ברעקלעך פון קענטשאפט וואו נישט וואו ער האט עס געטראפן.
איין טאג האט פאוועל געטראפן א צייכענונג (= בילד) פון א פרומען איד וואס האט געטראגן א קאפל מיט א טלית קטן. דאס צייכענונג האט געגעבן פאוועל אן אנונג ווי אזוי אידן קוקן אויס, ווייל ער האט קיינמאל נישט אין זיין לעבן געזען א פרומער איד! באלד דערנאך האט ער געמאכט א קאפל פון סחורה. און ער האט אויך גענייט פאדעם צו זיין העמד אלס ציצית! און אזוי איז ער ארומגעגאנגען!
באלד דערנאך האט ער געליינט אין א בוך וועגן א איד אין תפיסה וואס האט געטראגן קליינע שווארצע לעדערנע קעסטלעך אויף זיין קאפּ און האנט. ער האט ווייטער געליינט אז אין די קעסטלעך זענען געווען פסוקים פון תנ"ך געשריבן אויף א פארמעט. פאוועל האט גענומען א לעדערנע זעקל פון זיין מאמע און ער האט געמאכט פון עס צוויי קליינע קעסטלעך. דאן האט פאוועל איבערגעשריבן אויף א שטיקל פארמעט עטליכע פסוקים אויף רוסיש פון זיין תנ"ך און ער האט דעם פארמעט אריינגעלייגט אין די לעדערנע קעסטלעך! יעדען טאג האט ער גענומען די קעסטלעך און זיי געלייגט, איינס אויף זיין קאפּ, און איינס אויף זיין האנט, אזוי ווי א זייגער. ב"ה אז פאוועל האט צום סוף עולה געווען קיין ארץ ישראל, וואו ער לייגט עכטע תפילין ביז דעם היינטיגען טאג!
עס ווערט געברענגט אין די גמרא אין ברכות דף ו' עמוד א, אז דער אייבערשטער כביכול טראגט תפילין. וואס שטייט אין דעם אייבערשטענס תפילין? זאגט די הייליגע גמרא "מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ וגו'" (דברי הימים א' יז,כא). אזוי ווי מען האט פריער דערמאנט, תפילין זענען א סימן פון דעם ליבשאפט צווישן דעם אייבערשטען און כלל ישראל. אין אונזערע תפילין טראגן מיר פסוקים וואס לויבן דעם אייבערשטן, און אויף דעם זעלבן אופן טראגט דער אייבערשטער אין זיין תפילין לויב ווערטער פון כלל ישראל. ווען מען זעט ווי אונזער איד פאוועל איז ארויסגעקומען פון רוסלאנד צו קענען דינען דעם אייבערשטען, טוט עס מחזק זיין אונזער אמונה אין די ווערטער וואס שטייען אין אונזערע תפילין, ד"ה אז דער אייבערשטער האט אונז אויסגעלייזט פון מצרים צו ווערן זיין פאלק. ווען מען זעט ווי פאוועל האט אזוי שטארק געגלוסט צו מקיים זיין די מצוה פון תפילין, פארשטייען מיר דעם פסוק וואס עס שטייט אין דעם אייבערשטענס תפילין. מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ.
גוט שבת אלע אידן