עונג שבת פרשת אחרי קדושים תשס"ט
גוט שבת אלע אידן
מרס. רייזל עסטולין (אירע עכטע נאמען) איז ארויסגעקומען פונעם פראווענען שטוב פונעם לויבאוויטשער רבי אין קרויין הייטס מיט טרערן צוליב אירע גרויס התרגשות. א שטיק צייט פריער איז מרס. עסטולין געווען איינגעשפארט אין דעם ריזיגען תפיסה וואס האט געהייסן דער קאמוניסטישער רוסלאנד.
מרס. עסטולין האט פאר יארן לאנג פרובירט ארויסצוגיין פון רוסלאנד, און אזוי ווי עס איז באוואוסט, האבן די רוסישע רשעים ימ"ש נישט געלאזט אידן אזוי שנעל ארויסגיין. איין שיינעם טאג האט זי אבער באקומען א בריוו פונעם רעגירונג אז זיי האבן ב"ה סוף כל סוף געלאזט איר פארלאזן דעם רוסישען גהינום. זי איז ב"ה גלייך געגאנגען וואוינען אין ארץ ישראל. וויבאלד אז זי האט געשטאמפט פון לויבאוויטשער חסדים, האט זי ווי שנעלער פארזאמעלט די געלט צו קענען קויפן א טיקעט צו פארן קיין אמעריקא צו באזוכן דעם לויבאוויטשער רבי'ן זצ"ל.
ווען זי איז אנגעקומען קיין קרוין הייטס, איז זי גלייך דערנאך אריינגעגאנגען צו אירע רבי'ן. דער לויבאוויטשער רבי האט נאכגעפרעגט וועגן אירע משפחה און וועגן דעם מצב אין רוסלאנד (דעמאלט האבן די אידן נאך זייער שטארק געליטן פון די קומאניסטן ימ"ש.) נאכדעם האט דער רבי געזאגט צו איר אז ווען זי פארט צוריק קיין ארץ ישראל, זאל זי זיין עוסק מיט טיילן שבת לעכט פאר פרויען און זי זאל זיי אויסלערנען די געוואלדיגע מצוה פון צינדען די לעכט יעדע וואך ערב שבת.
מרס. עסטולין, וואס אירע טבע איז געווען צו זיין זייער שעמעוודיק (אזוי ווי עס דארף צו זיין) האט נישט אזוי שנעל געוואלט מסכים זיין צו טון דעם שליחות פונעם רבי'ן. חוץ דעם וואס זי איז געווען א ביישן, האט זי נאך נישט געקענט אזוי גוט די העברעאישע שפראך וואס רוב פרייע אידן אין ארץ ישראל רעדן. אויב אזוי, ווי אזוי וועט זי קענען בכלל מקרב זיין די פרייע פרויען דארט? "טו וואס מען דארף צו טון (די שליחות) און טאמער איינער מאכט פראבלעמען זאג נאר אז איר טוט עס לויט דער בקשה פון מיר."
נו, ווי אזוי האט מרס. עסטולין געקענט זאגן "ניין?" די ערשטע ערב שבת נאכדעם וואס זי איז אהיימגעקומען קיין ארץ ישראל האט זי גענומען א גרויעס באקס שבת לעכט און זי איז געפארן אויפן באס צו א שפיטאל אין דעם געגענט. זי האט געפלאנט ארומצוגיין צו יעדען צימער און דעם שפיטאל מיט די לעכט און מיט א קארטעל וואס אויף דעם איז געדריקט געווארן די ברכה , די תחינה, און אנדערע פרטים וועגן ליכט בענטשן.
מרס. עסטולין איז אריינגעגאנגען צום ערשטען שטוב וואו איז געליגן דארט א פרוי פון בערך זעכציג יאר אלט. יענע קראנקע פרוי האט גלייך באפאלן מרס. עסטולין, זאגענדיק "וואס טוט איר דא? וואס? לעכט פאר שבת? מצוות? גיי ארויס פון דא..." וכו'.
מרס. עסטולין האט פרובירט זיך צו אנטשולדיגען, זאגענדיק אז זי איז געקומען אויפן שליחות פונעם לויבאוויטשער רבי'ן. אבער עס איז שווער געווען פאר מרס. עסטולין צו רעדן העברעאיש, און דערפאר האט זי נישט אזוי קלאר גערעדט. אבער, יענע אויפגערעגטע פרוי האט געהערט אז מרס. עסטולין דערמאנט דעם לויבאוויטשער רבי'ס נאמען און זי האט פלוצלינג אויפגעהערט אירע שרייען.
"וואס... איר זאגט אז דער לויבאוויטשער רבי האט איר געשיקט?" האט די קראנקע פרוי געזאגט. "יא... קענט איר דעם רבי'ן?" דאן האט יענע נישט-געזונטע פרוי אנגעהויבן צו דערציילן אין רוסיש אירע אינטערסאנטע מעשה מיט דעם רבי'ן: "ווען איך בין געווען יונג אין רוסלאנד, זענען מיינע עלטערן נעבאך אוועק, און איך מיט מיין ברודער זענען געבליבן אליינס. מיין ברודער איז געגאנגען שטודירען צו זיין א דאקטור. כאטש אז ער איז געווארן דעם הויפט פון א גרויסע שפיטאל, האבן מיר נישט אזוי ליב געהאט צו וואוינען אין רוסלאנד און מיר האבן אריינגעגעבן א בקשה צו פארלאזן דעם שלעכטען לאנד.
איך בין געפארן קיין ארץ ישראל און מיין ברודער קיין ניו יארק. איך האב געטראפן ארבעט אין ארץ ישראל, אבער ער אליינס האט נישט מצליח געווען אין אמעריקא, ווייל קיין איין שפיטאל האט נישט געוואלט אים אננעמען, ווייל ער האט נאר געהאט א תעודה (דיפלומא) פון רוסלאנד. בקיצור, האט ער נישט געקענט מאכן קיין פרנסה דארט און ער איז געווארן זייער נישט בשמחה, ל"ע. ביז איין טאג פרייטאג אינדערפרי ווען ער איז געגאנגען צו א הויכען בריק אין שטאט, דער אייבערשטער זאל אפהיטן.
ווען ער איז געשטאנען אויפן בריק איז צוגעקומען צו אים א איד, זעט אויס א לויבאוויטשער חסיד, וואס האט געפרעגט מיין ברודער צי ער איז א איד. מיין ברודער האט געענטפערט אז ער איז יא א איד. דאן האט דער חסיד אים געפרעגט אויב ער וויל לייגן תפלין, א זאך וואס מיין ברודער האט קיינמאל נישט געטון און זיין לעבן, ווייל מיר זענען (נעבאך) אויפגעוואקסן אין רוסלאנד אלס יתומים אן קיין אידישקייט. בקיצור, נאכדעם וואס מיין ברודער האט געלייגט תפלין האט ער געעפענט זיין הארץ צו דעם חסיד, און אים געזאגט וואס ער האט געפלאנט צו טון, ה' ירחם.
דער חסיד האט אים אויסגעהערט און נאכדעם האט דער חסיד אים גערופן צו קומען צו אים קיין קרוין הייטס אויף א שבת. און, הפלא ופלא, דער צובראכענער איד האט מסכים געווען און ער איז געווען דארט אויף שבת. יענער חסיד האט אריינגעברענגט דעם רוסישען איד צום לויבאוויטשען רבי'ן וואס האט אים זייער שטארק מקרב געווען. דער רבי האט אויך אפילו שפעטער ערלעדיגט ארבעט פאר דעם איד. מיט דעם איז דער איד ב"ה אויפגעלעבט געווארן במלוא מובן המילה! נאכדעם האט מיין ברודער געשיקט מיר א בריוו וואו ער האט געשריבן אז ער לעבט יעצט נאר אין דעם זכות פונעם לויבאוויטשער רבי! יעצט בין איך גרייט צו הערן וועגן שבת לעכט!" האט די נישט-געזונטע פרוי אויסגעפירט אירע מעשה.
מיר ליינען אין די פרשה די וואך "ושמרתם את חקתי ואת משפטי אשר יעשה אתם האדם וחי בהם אני ה'." (ויקרא 18:5) מצוות זענען רוחניותדיגע "אקסיגען" פאר א איד, ד"ה א איד'ס נשמה מוז האבן מצוות צו לעבן. ב"ה אז מצוות זענען איבעראל דא, אזוי ווי עס איז דא אקסיגען אין דעם לופט. מיט דעם וואס מען איז מקיים די מצוות, און נאך מער ווען מען ברענגט צו אז אנדערע אידן זאלן טון מצוות, וועט מען שפירן אן אמת'ע חיות אין לעבן.
גוט שבת אלע אידן.