עונג שבת פרשת אחרי קדושים תשס"ז
גוט שבת אלע אידן.
יעקב ברוינשטיין (נישט זיין עכטע נאמען) איז א יונגערמאן וואס וואוינט אין ברוקלין. ב"ה אז יעקב האט א שטוב מיט דריי יונגע קינדער. אבער פאר אסאך יארן איז די פרנסה געקומען שווער פאר אים, ל"ע. יעקב האט אסאך געמוטשעט על המחיה ועל הכלכלה, ביז איין טאג ווען אלעס האט זיך געטוישט נאך גאר אן אינטערעסאנטע השתלשלות...
איין טאג, האט יעקב'ס שוואגער אים גערופן צו זאגן אז ער האט געזען א מודעה אין א אידישע צייטונג וועגן אן עלטערער איד וואס האט געזוכט א העלפער. יעקב האט גערופן דעם נאמבער און באלד דערנאך איז ער טאקע אריבערגעפארן צו יענעם הויז פאר דעם אינטערוויו.
ווען יעקב איז אנגעקומען, איז ער געוואויר געווארן אפאר פרטים. איינס, אז דער עלטערער איד איז נישט געווען פרום, נעבאך. צווייטענס, איז דער איד געווען א מאלטי-מאלטי מיליונער וואס האט געוואוינט אין א ריזיגן פאלאץ. דער עלטערער איד, וואס האט געהייסן מר. ראטה (נישט זיין עכטע נאמען), האט געהאט אסאך ארבעטערס וואס האבן אכטונג געבעבן אויף דעם גרויסן פאלאץ. אסאך מענטשן האבן זיך געמאלדען צו מר. ראטה וועגן דעם פּאסטען. אבער, ב"ה, האט מר. ראטה גענומען יעקב. יעקב האט געהאט אחריות אויף העלפן מר. ראטה מיט אלע ערליי זאכן אין הויז.
מר. ראטה איז געווען זייער שטרענג מיט זיינע ארבעטערס. ער פלעגט אפּזאגן אן ארבעטער וועגן א קלייניגקייט. ביים אנפאנג, האט מר. ראטה זייער אסאך מאל געפרוווט יעקב צו זען אויב ער איז ערליך. מר. ראטה האט ארויסגעלייגט געלט און אנדערע טייערע זאכן דא און דארט אין דעם הויז צו זען אויב יעקב וועט אים באגנבענען. יעקב איז דאך אן ערליכער איד, און פארשטייט זיך האט ער גאר נישט גערירט. דורך דעם איז יעקב געווארן מער און מער באגלייבט אין מר. ראטה'ס אויגען.
צוביסלעך, האט יעקב מקרב געווען מר. ראטה מיט ווארעמע וועטרער. יעקב האט פארשטאנען אז מר. ראטה, וואס איז געווען א אלמן ל"ע, איז פשוט געווען איינזאם, אליינס אין די וועלט. אפילו אז מר. ראטה האט געהאט קינדער און אייניקלעך, איז ער נישט געווען אזוי נאנט מיט זיי. זיי האבן אים נישט גערופן און נישט באזוכט אזוי אפט. זיי זענען אויך געווען גבירים, און עס זעט אויס אז זיי זענען געווען צו פארנומען מאכן מער און מער געלט.
איין טאג, האט מר. ראטה אפּגעזאגט זיין דרייווער, און דערנאך האט ער געבעטן אז יעקב זאל ווערן זיין הויפט דרייווער. דורך דעם איז יעקב געווארן נאך נענטער מיט מר. ראטה. אמאל, ווען יעקב האט ארומגעפירט מר. ראטה, זענען זיי געווען אין בארא פארק, ווען זיי זענען אריינגעפארן אין א גרויסע טראפיק. מר. ראטה איז געווארן שנעל אומגעדולדיגט. יעקב האט געזען אז עס איז געווען דארט א גרויסע רבי'שע חתונה. יעקב האט פארגעשלאגען צו מר. ראטה אז אפשר זאלן זיי פשוט פארקען דעם קאר און ארויסגיין צו זען וואס טוט זיך, ווייל זיי האבן סיי ווי נישט געקענט פארן ווייטער.
מר. ראטה האט מסכים געווען, און דערנאך זענען זיי טאקע ארויסגעגאנגען פונעם קאר און געגאנגען צו דער חתונה. מר. ראטה איז נתפעל געווארן פון דעם רב עם וואס איז צוזאמענגעקומען פאר די רבי'שע חתונה. ער האט קיינמאל נישט איז זיין לעבן געזען אזא מעמד. מר. ראטה האט זייער שטארק געוואלט דערנענטערן צו דער בימה, און יעקב האט פרובירט אים צו צוברענגען צום אויבן אן, אבער די סדרנים האבן זיי נישט געלאזט. עס איז געווארן זייער שפּעט אן יעקב האט געוואלט שוין אהיימגיין. אבער, מר. ראטה האט נישט געלאזט, ווייל ער האט געוואלט בלייבן פאר די גאנצע חתונה.
פאר די נעקסטע פאר טעג, האט מר. ראטה נישט אויפגעהערט צו רעדן וועגן די חתונה. יעקב האט געברענגט עטליכע אידישע צייטונגען וכו' צו ווייזן צו מר. ראטה בילדער פון יענע חתונה. מר. ראטה האט זייער שטארק געוואלט זיין ביי א רבי'שע חתונה און זיצען נאנט צו א רבי. יעקב האט אים מסביר געווען אז נאר די משפחה און גרויסע געבערס האבן געמעגט זיצן נעבן דעם אויבן אן. דערנאך האט יעקב זיך געמאלדען צו אן עסקן פון יענע חסידות, א געוויסער איד וואס האט געהייסן ר' שלום בער (נישט זיין עכטע נאמען.) מר. ראטה האט צוגעזאגט א גרויסע סומע געלט פאר די מוסדות, און ר' שלום בער האט גלייך ערלעדיגט צוויי גוטע פלעצער ביי די לעצטע שבע ברכות פון יענע רבי'שע חתונה.
דערנאך, האט מר. ראטה זיך אינטערעסירט אין שבת קודש. ער האט געפרעגט יעקב ווי אזוי קוק אויס שבת אין יעקב'ס הויז. יעקב האט איינגעלאדענט מר. ראטה צו קומען אויף א שבת צו יעקב'ס עלטערן'ס הויז. מר. ראטה האט געוויינט ווען ער האט געזען די קדושה פון שבת קודש אין א אידישע שטוב. מר. ראטה האט זיך געחברט מיט יעקב'ס טאטען, וואס איז געווען בערך די זעלבע עלטער ווי אים. נאכדעם איז מר. ראטה געקומען אסאך מאל צו זיין שבת ביי יעקב'ס עלטערן. און יעקב האט עטליכע מאל מיטגעברענגט זיין משפחה מיט אלע צרכי שבת צו זיין שבת קודש ביי מר. ראטה אין זיין פאלאץ.
צוביסלעך איז מר. ראטה געווארן נענטער און נענטער צום אידישקייט. ער האט געלערנט דעם דאווענען, און ווי מען מאכט ברכות, און ער האט געגעבן מעשר אויך. ער איז ב"ה אויפגעלעבט געווארן. ער האט נישט געשפירט אליינס אין דעם וועלט. ער איז געווען בשמחה!
איין טאג איז יעקב געקומען צום מר. ראטה'ס הויז אינדערפרי און ער האט געזען אז אסאך מענטשן זענען צוזאמענגעקומען דארט, מר. ראטה'ס קינדער, זיין לויער וכו'. מר. ראטה איז נפטר געווארן אין מיט'ן שלאף. ער איז נסתלק געווארן א בעל תשובה! עס זעט אויס אז מר. ראטה האט געטוישט זיין צוואה עטליכע חדשים בעפאר ער איז אוועק. מר. ראטה האט געהייסן אין די צוואה אז זיינע קינדער מוזן זיצן שבעה. יעקב האט ערלעדיגט א ספר תורה און די קינדער האבן גראדע געזיצן די גאנצע שבעה. צו יעקב האט ער איבערגעלאזט כמעט א מיליון דאלאר קעש, צוזאמען מיט זיין ריזיגן פאלאץ וואס איז ווערט געווען עטליכע מיליונען! ב"ה, אז יעקב דארפט היינט נישט ארבעטן. חוץ דעם וואס ער לערנט, גייט ער באזוכן עלטערע אידן, נישט על מנת לקבל פרס, נאר כדי זיי אויפצולעבן. ער האט געזען פון זיינע צייט מיט מר. ראטה דעם כוח פון טון חסד מיט עלטערע אידן וואס זענען אסאך מאל זייער שטארק איינזאם.
די פרשה די וואך איז פיל מיט מצוות בין אדם לחברו. למשל, ואהבת לרעך כמוך... רבי עקיבא האט געזאגט אויף דעם פסוק: זה כלל גדול בתורה. עס ווערט געברענגט אין די ספרים הקדושים אז די ספריה טעג זענען מסוגל צו ארבעטן אויף די מידות. די בני יששכר זי"ע ברענגט אז דרך גמטריא איז עס מרומז אין דעם ווארט עמר די מידה פון חסד. איז לאמיר געדענקען דעם מוראדיגען מעשה וואס מען האט דערציילט אויבן, און דורך דעם וועלן מיר אלע נתעורר ווערן צו טון חסד, בפרט מיט מענטשן וואס דארפן עס אזוי שטארק.
גוט שבת אלע אידן