לדלג לתוכן

עונג שבת פרשת אחרי קדושים תשס"ד

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו עונג שבת בלעטל


גוט שבת אלע אידן

אונזער מעשה די וואך איז א לעצטיגע מעשה וואס האט פאסירט עטליכע יארן צוריק אין ארץ ישראל. עס איז א מעשה וואס איז פול מיט השגחה פרטית. איז לאמיר יעצט שוין אנהייבן די מוראדיגע מעשה.

עס איז געווען א ליטווישער בחור וואס איז געקומען לערנען אין ארץ ישראל. דער בחור האט נישט אזוי מצליח געווען אין זיין ישיבה דארט אין א"י. ער האט פשוט געבענקט אהיים. צוליב דעם האט ער זיך מיישב געווען אז ער וויל אהיימפארן קיין אמעריקא פאר דעם ענד פונעם זמן. איין טאג פאר ער האט זיך מיישב געווען אהיימצופארן האט ער פונקט געטראפן א חבר פון אמעריקא וואס האט געהייסן דוד. דוד האט פרובירט אים איינצורעדן אז ער זאל בלייבן אין ישיבה, אבער צום סוף האט ער פארשאפט א טיקעט אהיימצופארן. דער בחור האט געבעטן פון דוד און זיין חבר משה אז זיי זאלן אים באגלייטן צו דעם עירפארט. זיי האבן גלייך מסכים געווען, און באלד דערנאך זענען די דריי געפארן אויף א באס צו דעם עירפארט. זיי האבן זיך געזעגענט ביים אריינגאנג פונעם עירפארט און דעמאלט זענען די צוויי בחורים משה מיט דוד געגאנגען זוכן דעם באס צוריק קיין ירושלים, צו דער מיר ישיבה וואו זיי האבן געלערנט.

די צוויי בחורים האבן געווארט זייער לאנג פאר די באס, אבער, עס איז נישט געקומען. צום סוף האבן זיי גענומען א שרות - א מיניבאס, קיין ירושלים. ווען די שרות איז אנגעקומען קיין ירושלים, זענען אלע מענטשן צוביסלעך אראפגעגאנגען ביי פארשידענע סטאפס. צום סוף זענען געבליבן אויף די שרות נאר דוד, משה, און א דריטער מענטש. דער דרייווער האט געזאגט פאר דוד אז יענער מענטש האט נישט וואו איינצושטייען אין ירושלים. דוד האט אנגעקוקט דעם מענטש. דער מענטש האט נישט אויסגעקוקט ווי א איד, אבער ער איז געווען אנגעטון ווי א איד. דוד האט זיך אינטערעסירט אין דעם מענטש, וואס האט אים גלייך געזאגט אז ער האט נישט וואו איינצושטייען אין ירושלים. ער האט געזאגט פאר דוד אז ער הייסט דשזעפרי וויינבערג (נישט זיין עכטע נאמען) און ער קומט פון קאליפארניע.

דוד האט אים געפרעגט ווי אזוי ער איז געקומען קיין א"י. דאן האט דער מענטש פארציילט אן אינטערסאנטע מעשה. איין טאג, עטליכע יארן פריער, האט דער מענטש געהאט אן אפוינטמענט ביי א געוויסען דאקטאר אינדערפרי. דער מענטש האט געשלאפן, און וועגן דעם האט ער פארפאסט דעם אפוינטמענט. ער איז נאר אויפגעוועקט געווארן א שטיק צייט שפעטער דורך אן ערד ציטערניש. שפעטער איז ער געוואר געווארן אז דעם בנין וואו ער האט געהאט זיין דאקטור'ס אפוינטמענט איז אראפגעפאלן און אסאך מענטשן זענען נעבאך נפטר געווארן. ב"ה אז איך בין ניצול געווארן. איך האב מיך צוגעזאגט אויפן פלאץ אז איך גיי פארן קיין א"י כדי צו קענען זיך אינטערעסירן אין גאט! נישט לאנג צוריק האב איך באקומען א טיקעט קיין א"י בחינם. איך האב מיך דערמאנט וועגן מיין הבטחה, און דא בין איך! האט יענער געזאגט פאר דוד און משה.

דוד, משה און דשזעף האבן ווייטער געשמועסט בשעת די שרות אין ארומגעפארן ירושלים. דשזעף האט פארציילט פאר זיי אז ער האט א ברודער וואס לערנט אין ישיבת קול יעקב, א בעל תשובה ישיבה אין מאנסי. וויבאלד אז דשזעף האט נישט אויסגעקוקט אידיש, זענען דוד מיט משה נישט זיכער געווען אז ער איז טאקע א איד. יעצט אז דוד און משה האבן געהערט אז דשזעף האט א ברודער וואס איז א בעל תשובה, זענען זיי בארוהיגט געווארן. דוד און משה האבן מסדר געווען א פלאץ פאר דשזעף אין דעם דארמעטורי. די צוויי בחורים האבן זיך מיישב געווען אז זיי וועלן מקרב זיין דשזעף כדי ער זאל ווערן אן עכטער בעל תשובה.

דעם נעקסטען טאג, האט דוד ארומגעפירט דשזעף צו אלע הייליגע פלעצער אין ירושלים מיט דעם מירער ישיבה אויך (וואו דוד און משה האבן געלערנט). די אלע פלעצער האבן געמאכט א מורא'דיגע איינדרוק אויף דזשעף. צום סוף, האט דוד געברענגט דזשעף צו אש התורה, וואס איז א בעל תשובה ישיבה אין ירושלים. דער מנהל האט געזאגט פאר דוד און משה אז דזשעף האט געמאכט א גוטען רושם אויף אים, אבער ער איז מסופק געווען אויב דזשעף איז אידיש, ווייל ער האט פשוט נישט אויסגעקוקט ווי א איד! דוד און משה האבן פארציילט פאר דעם מנהל וועגן דזשעפ'ס ברודער וואס איז געווען א בעל תשובה אין מאנסי. דער מנהל האט מסכים געווען און דזשעף האט אנגעהויבן די הכנה צו קומען לערנען אין די ישיבה. (ווייל אסאך פרישע בעלי תשובות קענען נישט גלייך אריינקומען צו א ישיבה, נאר, זיי דארפן אביסל הקדמה).

צוויי וואכען שפעטער האט איינער פון די מנהלים פון דער ישיבה גערופן דוד. דער מענטש וואס איר האט אונז געשיקט איז נישט קיין איד! האט יענער מנהל געזאגט. דוד איז געווארן איבעראשט. מיר האבן אביסל אינטערעסירט אין דזשעפ'ס ברודער... און עס קומט אויס אז זיין ברודער איז א גר, [אבער דזשעף האט זיך נאך נישט מגייר געווען] לויט דעם איז דזשעף נישט אידיש! איר ביידע (דוד און משה) האבן געמאכט אזא גוטן רושם אויף דזשעף אז ער וויל בלייבן אין ישיבה. ער וויל בשום אופן נישט פארלאזן די ישיבה! [אפילו ער איז נישט קיין איד]. האט יענער מנהל גענדיגט זאגן.

דוד האט געהאט א לאנגע שמועס מיט דזשעף, און ער האט אים פרובירט איינצורעדן אז ער זאל פארלאזן די ישיבה. אבער, דזשעף האט נישט מסכים געווען, ווייל ער האט געזאגט אז ער וויל זיין א איד, און גארנישט אויף די וועלט וועט אים צוריקהאלטן.

דזשעף איז געבליבן אין יענע ישיבה אויף א לאנגע צייט פאר ער איז געווארן א גר צדק. (אפילו עס איז אסור ללמד תורה לגוי, עס שטייט אז "כשבא להתגייר... ומודיעים אותו עיקרי הדת שהוא יחוד ה' ואיסור עבודת כוכבים ומאריכין עמו בדבר זה ומודיעים אותו מקצת מצות קלות ומקצת מצות חמורות ומודיעים אותו מקצת עונשין של מצות וכו'" - שלחן ערוך יורה דעה סימן רסח, ב.) נאכדעם וואס ער האט זיך מגייר געווען, האט ער געלערנט טאג און נאכט אין די בעל תשובה ישיבה ביז ער איז אריינגעגאנגען לערנען אין די מיר ישיבה. דוד האט געהאלטן קשר מיט דזשעף, וואס הייסט יעצט עבדיה. איין טאג האט עבדיה גערופן דוד כדי אים צו מודיע זיין אז ער איז געווארן א חתן. דוד און אנדערע אידן האבן אים געהאלפן חתונה מאכן, ווייל פארשטייט זיך אז עבדיה האט נישט קיינעם אויפן וועלט. צווישען די אידן וואס האבן אים געהאלפן חתונה מאכן איז געווען א איד א מלמד וואס האט געהייסן ר' חנניה. ר' חנניה האט נעבאך נישט געהאט קיין קינדער. ר' חנניה האט אוועקגעגעבן אסאך פון זיין אייגענע געלט און ער האט בכלל אסאך געטון פאר עבדיה. ב"ה אז א יאר נאך עבדיה'ס חתונה איז ר' חנניה געבענטשט געווארן מיט א קינד. אויב דאס וואלט נישט געווען גענוג, האט ר' חנניה אויך זוכה געווען אין דעם לוטו אין א"י, און ער האט באקומען א טשעק פאר 10 מיליון שקל! אלעס איז ווייל איין בחור פון אמעריקע וואס האט געוואלט פארלאזן זיין ישיבה, האט פונקט געטראפן זיין חבר אין די גאס אין ירושלים!

עס שטייט אין פסוק אין די היינטיגע פרשה, "...אני ה' אלקיכם אשר הבדלתי אתכם מן העמים." (ויקרא כ, כד) ד"ה די אידן זענען אנדערש ווי אלע אנדערע פעלקער, מיר זענען אבגעטיילט פון די גוים. דער אויבערשטער האט אונז אויסגעקליבן פון אלע פעלקער צו זיין זיין עם סגולה. כדי אידן זאלן קענען מקיים זיין די תורה, טוט דער אויבערשטער משגיח זיין אויף אונז מיט א באזונדערע השגחה פרטית. אזוי ווי איינער וואס האט ממנה געווען א שליח, טוט ער העלפן דעם שליח ווי מער עס איז שייך כדי דער שליח זאל קענען מקיים זיין זיין שליחות. לאמיר אלע נתעורר ווערן צו וועלן ווערן קדושים - הייליגע אידן וואס זענען ראוי צו דעם אויבערשטענ'ס ספעציעלע השגחה פרטית. דעמאלט קענען מיר אלע זוכה זיין צו די ווערטער פון פסוק, והייתם לי קדשים כי קדוש אני ה' ואבדל אתכם מן העמים להיות לי. (ויקרא כ, כו)

גוט שבת אלע אידן.