עונג שבת ויקהל פקודי פורים תש"ע
גוט שבת אלע אידן.
ביים עק פונעם סקווירער בית החיים איז באערדיגט ר' שאול דוד צימערמאן, ע"ה. ר' שאול דוד איז געווען איינער פון די גאר אינטרעסאנטע און חשובע אידן אין די היסטאריע פונעם שטעטל. ער האט משפיע געווען אויף אסאך אידן דא און אין אסאך אנדערע קהילות אויך. עס איז נישט קיין סוד אז ר' שאול דוד איז געווען א עכטע בעל תשובה. וואס האט איהם געברענגט צו טוהן תשובה און ווי אזוי איז ער געקומען וואוינען אין אונזערע הייליגע שטעטל? ר' שאול דוד איז געבוירען געווארן אין אונגארן. ער איז געווען א געלונגענער בחור, א תלמיד פונעם גאון דעם עולם קרן לדוד זי"ע.
באלד נאך די ערשטע וועלט קריג, איז ר' שאול דוד געפארן קיין אמעריקע. דעמאלטס אין אמעריקע האבן די אידן געהאט גרויסע נסיונות מיט שמירת תורה און מצוות בפרט מיט שמירת שבת. כמעט אלע קאמפאניס האבן פארלאנגט פון די אידן אז זיי דארפן ארבייטן שבת. (יעצט איז עס ב"ה לייכטער ווייל רוב קאמפאניס זענען אפען נאר פינף טעג.) אבער דעמאלטס האט א שומר שבת איד געדארפט זוכען א נייע פאסטן יעדע וואך, ווייל ווען ס'איז אנגעקומען ערב שבת, האבן די גוים אפגעזאגט פון די ארבעט יעדער ארבייטער וואס איז נישט גרייט געווען צו ארבייטען שבת. בקיצור, פרנסה איז געווען א זייער שווערע זאך פאר שומרי שבת. ליידער אסאך אידן זענען דורכגעפאלן און זיי האבן געארבעט אין שבת, ה' ירחם.
ווען ר' שאול דוד איז געקומען זיך באזעצען אין אמעריקע, האט ער אויך געהאט שווערע נסיוניות מיט שמירת המצוות, ל"ע. ביים אנהייב, האט ער אביסל געגליטש. אבער עבירה גוררת עבירה... (אבות ד ב) און נישט לאנג דערנאך, איז ר' שאול דוד נעבעך אין גאנצן פריי געווארן. אסאך יארן האט ר' שאול דוד נישט געהאט קיין שייכות מיט אידישקייט. ביז איין טאג ווען ער האט געטראפן דעם סקווירען רב, הרה"ק ר' משה ניישלאס, זצ"ל.
אין די יארן נאך די צווייטן וועלט קריג, איז ר' שאול דוד געווען א טעקסי דרייווער. איין טאג אין חודש ניסן איז ער געפארן מיט זיין טעקסי אין וויליאמסבורג. פלוצלינג האט ער געזעהן א חשובער איד וואס איז געשטאנען אויפן גאס. דער איד האט געוויזען ר' שאול דוד מיט זיין האנט. ר' שאול דוד האט אפגעשטעלט זיין טעקסי אויפן זייט פון בעדפארד עוו. און דער איד איז אריין אינעם טעקסי. דער איד האט געהאלטן א קליין פעקעל אונטער זיין ארעם. דער איד האט געבעטן אז ר' שאול דוד זאל איהם צופירן נאר א פאר גאסן. ר' שאול דוד האט זיך געוואונדערט: דער איד האט נישט אויסגעקוקט ווי א אלטער איד, פארוואס האט ער געוואלט נעמען א טעקסי אזא קורצער וועג, וואס א נארמאלע געזונטע מענטש האט געקענט גייען צופוס. נאך מער, דער איד האט געהאלטן דעם פעקעל אזוי שטארק, אז ער האט אויסגעקוקט ווי א גנב וואס אנטלויפט מיט זיין גניבה! ר' שאול דוד האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון פרעגן. ער איז געווען נייגעריג, האט ער געפרעגט דעם איד פארוואס האט ער זיך אויפגעפירט אזוי אינטרעסאנט. דער איד האט גענומען דערציילן פארוואס ער האט זיך אזוי אויפגעפירט. דער איד האט אנגעהויבן צו זאגן אז יעצט קומט ער פון סאטמאר רבי'ן זצוקללה"ה. ער האט באקומען פונעם רבי'ן מעל אויף צו באקן מצות. דער איד האט ווייטער געזאגט אז ער האט געזעהן אז דער הימעל איז פארוואלקנט, און ער האט מורא געהאט אז ס'וועט אנהייבן צו רעגענען.
האט ער בשום אופן נישט געוואלט אז די מעל זאל ווערן נאס. ווייל טאמער יא, וועט מען די מעל נישט קענען נוצן אויף צו באקען מצות. דערפאר, האט דער איד גענומען א טעקסי אזא קורצער וועג און ער האט געהאלטן דעם פעקל אזוי פעסט אונטער דעם ארעם.
ר' שאול דוד איז געווען שטיל די גאנצע צייט. דערנאך, האט ר' שאול דוד זיך אנגערופן און געזאגט: איך געדענק אז די גמ' אין מסכת פסחים רעדט פון דעם ענין... דער איד איז געווארן זייער ערשטוינט! פון וואו האט דער מענטש געקענט די גמרא? ער האט אויסגעקוקט קוים ווי א איד! האט דער איד געפרעגט פון ר' שאול דוד פון וואו האט ער עס געקענט. ר' שאול דוד האט איהם געענפערט: אלס בחור בין איך געווען א תלמיד פונעם קרן לדוד. דער איד איז געווארן נאך מער איבעראשט. דערנאך האבן זיי געשמועסט א פאר מינוט. דער איד האט זיך פארגעשטעלט אלץ משה ניישלאס. ס'איז אויסגעקומען אז די צוויי האבען זיך געקענט פון פרעשבורג. ר' שאול דוד איז אפילו געווען א שטיק צייט אין דער הויז פון רב ניישלאס זיידע רב גבריא, ז"ל.
רב ניישלאס זצ"ל און ר' שאול דוד האבן געשמוסט נאך א פאר מינוט וועגן די ישיבות וואו זיי האבן געלערנט, און ווי אזוי זיי זענען אנגעקומען קיין אמעריקע. רב ניישלאס זצ"ל האט נישט אראפגעקוקט אויף ר' שאול דוד, אפילו ער איז געווען א מחלל שבת. אדרבה, ער האט איהם מקרב געווען!
ביים ענדיגן רעדן האט ר' שאול דוד געזאגט פאר רב ניישלאס זצ"ל, איך האב שוין לאנג געטראכט צו ווערן א בעל תשובה. איך בין אבער נישט גרייט יעצט תשובה צו טוהן, אבער ווען איך בין גרייט, וויל איך בלייבן ביי דיר די ערשטע שבת. רב ניישלאס זצ"ל האט איהם געגעבן זיין טעלעפאן נומבער און באלד דערנאך איז ער ארויסגעגאנגען פונעם טעקסי, און ר' שאול דוד איז אוועק געפארן. רב ניישלאס זצ"ל האט איבערגעלאזט א מורא'דיגע השפעה אויף איהם. אבער למעשה, האט ער נאך אלץ נישט תשובה געטוהן.
א געוויסן טאג, בערך צוויי חדשים שפעטער, איז ר' שאול דוד געפארן אין מיטן וואך. האט ער געזעהן פרומע אידן אנגעטוהן שבת'דיגע ארויסקומענדיג פון שול. האט ער זיך זייער געוואונדערט: היינט איז דאך נישט שבת, פארוואס גייען זיי מיט בגדי שבת? ער האט אפגעשטעלט זיין טעקסי און ער האט געפרעגט א בחור וועלכע איז ארויס געקומען פונעם שול: וואס איז היינט? די תשובה פון דעם בחור האט ר' שאול דוד זייער אויפגעשודערט, און ס'האט איהם אנגעכאפט א ציטער. שבועות, האט דער בחור געזאגט.
די ווערטער האבן איהם אויפגעשאקלט אזוי ווי א דינער אינמיטן טאג. שבועות? האט ר' שאול דוד צו זיך געזאגט: איך האב פארגעסן אין גאנצן פון דעם הייליגען יום טוב שבועות!" ער האט פלוצלינג געשפירט ווי ווייט ער איז פון אידישקייט. אזוי סאך יארן אן תורה, אן שבת, אן הקב"ה! ער האט זיך אויך דערמאנט די ווארעמע ווערטער פון הרב ניישלאס זצ"ל.
ר' שאול דוד האט אפגעשטעלט זיין טעקסי אויפ'ן גאס און ער האט זיך פארגענומען אז מער גייט ער נישט פארן שבת און יום טוב. פון דארט איז ער אהיים געגאנגען צופוס, און מער איז ער קיינמאל נישט געפארען שבת און יום טוב. א שטיק צייט שפעטער האט ער גערופען רב ניישלאס זצ"ל, און ער איז געווען ביי איהם אויף שבת. די שבת ביים רב איז געווען מעין עולם הבא. צוביסלעך איז ער געווארן א בעל תשובה. אין זיין לעצטע יארן האט ער געוואוינט אין שטעטל און ער איז נפטר געווארן אין תשל"ד. ער האט געשריבן אין זיין צוואה אז מ'זאל איהם לייגן לעבען די קינדער וועלכע האבן נישט טועם געווען די טעם פון חטא.
די חכמים זאגן אז א איד וועלכע איז מקרב אן אנדערען צום בורא כל העולמים האט א חלק אין אלע זיינע מצוות. אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק ואת־הנפש אשר־עשו בחרן וכו' (בראשית יב ה מדרש רבה בראשית פרשה לט סימן יד) די בעסטע וועג ווי צו מקרב זיין איינעם איז איהם אריין צו ברענגן אין שטוב בפרט אויף שבת, אזוי ווי דער רב זצ,ל האט געטוהן מיט ר' שאול דוד ע"ה. אזוי ווי די מדרש ברענגט אויפן פסוק: ומה ת"ל אשר עשו אלא מלמד שהיה אברהם אבינו מכניסן לתוך ביתו ומאכילן ומשקן ומקרבן ומכניסן תחת כנפי השכינה וכו' (שם).
מיר קענען ארויסנעמען א וויכטיגע נקודה פון דער שיינער מעשה, וואס האט א שייכות צו דער פרשה וואס רעדט פון "שבת שבתון" - די הייליגע שבת קודש. לאמיר אביסל רעדן פון דעם עניין פון דער מצוה פון הכנסת אורחים, בפרט אין שבת קודש, בפרט מיט בעלי תשובה וכו'. די גמרא זאגט אז הכנסת אורחים איז גרעסער ווי מקבל זיין די הייליגע שכינה. (שבת קכז.) זאגט דער מהר"ל, שקולה קבלת אורחים כקבלת פני שכינה כי האדם נברא בצלם אלקים וגו (נתיבות עולם א עמוד קיט ־ נתיב העבודה פרק יג) ד"ה די מצוה פון הכנסת אורחים איז געוואויגען קעגען מקבל זיין די הייליגע שכינה ווייל יעדער איד איז באשאפן געווארן אין דעם צלם אלקים.
שבת קודש איז א צייט וואס איז מיוחד צו השראת השכינה. אויב אזוי, איז די מצוה פון הכנסת אורחים אין שבת קודש נאך א גרעסערע מצוה ווי אין די וואכן, ווייל הכנסת אורחים איז דאך גרעסער ווי מקבל זיין די הייליגע שכינה! מען קען נישט אריינברענגען יעדען גאסט אין שטוב. אבער, דורך דעם וואס מען נעמט אויף א פרעמדען איד אין שול מיט א ווארעמקייט, איז מען מקיים דער מצוה פון הכנסת אורחים אין שבת. אלעס הייבט זיך אן מיט זאגן א ווארעמע גוט שבת.
גוט שבת אלע אידן