עונג שבת אמור תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

צוריק צו עונג שבת בלעטל


גוט שבת אלע אידן.

די פאלגענדע מעשה איז איינע פון די מערסט מורא'דיגע מעשיות וואס מיר האבן לעצטענס געהערט. די מעשה הייבט זיך אן אזוי: עס איז דא א איד וואס וואוינט היינט אין ברוקלין וואס הייסט דר. אברהם וואלטערס (נישט זיין עכטע נאמען).

אברהם האט געארבעט אסאך יארן אין חינוך אין אמעריקע. אין די יאר תשל"ג, האט ר' אברהם געהערט וועגן א געלעגענהייט צו ארבעטן פאר די יו. עס. סטייעט דעפארטמענט. די אמעריקאנישע רעגירונג האט דעמאלט געהאט א פראגראם דורך וואס זיי האבן געשטיצט סקולס ארום די וועלט ווי אמעריקאנישע שטודענטען האבן שטודירט. צווישן די סקולס וואס זיי האבן געשטיצט זענען געווען עטליכע סקולס אין ארץ ישראל. די ארבעט וואס ר' אברהם האט געוואלט נעמען, איז געווען ארומפארן ארץ ישראל און די אראבישע לענדער אויך, צו באזוכן די פארשידענע סקולס כדי צו קענען זען אויב זיי זענען טאקע ראוי צו באקומען דעם געלט.

ב"ה אז ר' אברהם איז אנגענומען געווארן פאר די פאזיציע, און גלייך נאכדעם איז ער געגאנגען זיך געזעגענען פון זיין רבי'ן הרה"ג ר' יעקב קאמענעצקי זצ"ל. רב יעקב זצ"ל האט אים אנגעוואונטשן אז עס זאל זיין מיט הצלחה. באלד דערנאך אין בערך חודש סיון תשל"ג איז ר' אברהם מיט זיין משפחה ארויסגעפארן קיין א"י. (ווייל איינע פון די אפיסעס פון יענעם פראגראם איז געווען אין ירושלים.)

ר' אברהם און זיין בני בית האבן זיך באזעצט אין א דירה אין די בית וגן געגענט פון ירושלים. ר' אברהמ'ס פאזיציע מיט דעם אמעריקאנישע סטייעט דעפארטמענט איז געווען טאפ סיקרעט ווייל ר' אברהם האט געהאט אחריות אויף 880 מיליון דאלאר, דאס סכום וואס די אמעריקאנער האבן דעמאלט אוועקגעלייגט פאר יענע פראגראם צו טיילן צו פארשידענע סקולס אין די געגענט. אפילו זיין ווייב און קינדער האבן נישט געוואוסט וועלכע דזשאב (= ארבעט) ער טוט אין א"י.

ר' אברהם האט געארבעט מיט א גוי וואס האט געהייסן דזשאן וויליאמס (נישט זיין עכטע נאמען). דזשאן האט געהאט אחריות אויף ערלעדיגען ר' אברהמ'ס טעגליכע סדר פון ארומפארן די פארשידענע סקולס אין די געגענט, סיי אין א"י סיי אין די אראבישע לענדער.

אמאל האט ר' אברהם געדארפט פארן קיין נתיבות, א שטאט אין א"י וואס ליגט אין די נגב. ער האט געדארפט גיין דארט צו א געוויסע סקול, ווייל יענע סקול האט באקומען געלט פון אמעריקע. ר' אברהם האט געזאגט פאר דזשאן אז ער וויל באזוכן דעם צדיק רב ישראל אבוחצרה דער בבא סלי' זצ"ל, בשעת זיי זענען אין נתיבות. דזשאן האט מסכים געווען, און די צוויי זענען ארויסגעפארן קיין נתיבות.

עס איז געווען דעמאלט גאר הייס. וועגן דעם איז זייער קאר צעבראכען געווארן באלד נאכדעם וואס זיי זענען אנגעקומען קיין נתיבות. דזשאן האט געזאגט אז ער גייט ערלעדיגען פארעכטן דעם קאר, און דאן איז ר' אברהם ארובערגעגאנגען צו דעם בבא סלי. ער האט גענומען א טעקסי און באלד דערנאך האט ער זיך געפינען אין דער היים פון דעם בבא סלי. ר' אברהם האט געגעבן זיין נאמען צו דעם גבאי און דאן האט ער זיך אנגעליינט אויפן וואנט, ווארטענדיק אין די לאנגע שורה אריינצוגיין צו דעם צדיק.

גלייך נאכדעם האט איינער געעפענט די טיר און ארויסגעקומען און געזאגט האם יש פה מישהו בשם 'אברהם'? ס'איז דא איינער וואס הייסט אברהם? אברהם איז געווען זיכער אז דער מענטש האט נישט געמיינט אים, ווייל ער איז קוים אנגעקומען, און עס זענען געווען דארט א גרויסע עולם ווארטען אריינצוגיין.

ווען קיינער האט נישט געענטפערט, האט דער מענטש נאכאמאל אויסגערופן, האם יש פה מישהו בשם אברהם? מיט גרויס בושה, איז אברהם צוגעגאנגען און ער האט געזאגט, מיין נאמען איז אברהם. קומט צוזאמען מיט מיר ביטע, האט דער גבאי געזאגט. אברהם איז געגאנגען מיט דעם גבאי אריין אין א שטוב וואו זיי האבן געטראפן דעם מקובל דעם באקאנטען בבי סלי זצ"ל, זיצענדיק ביי א טיש. דער בבא סלי האט געוויזן פאר אברהם אז ער זאל זיך אראפזעצן און ער זאל זיך מאכן היימיש און נעמען עפעס צו טרינקען פון די געטראנק וואס זענען געווען אויפן טיש.

אברהם איז געזיצן אויף שפילקעס ווארטענדיק צו הערן פארוואס דער צדיק האט אים אויסגעקליבן און אריינגערופן פאר די אנדערע מענטשן וואס האבן זיכער געווארט לענגער ווי אים. פלוצלינג האט אברהם געהערט א העליקאפטער וואס האט זיך דערנענטערט. באלד דערנאך איז אריינגעקומען הרב עבדיה יוסף שליט"א. אברהם האט זיך אויפגעשטעלט און אנגעקוקט ווי די צווי גדולים האבן באגרוסט איינער דעם צווייטען און ווי זיי האבן גערעדט אראביש צווישן זיי. אברהם האט גאר נישט פארשטאנען פון דעם שמועס צווישן זיי, אבער, ער האט איין ווארט פארשטאנען: סוריה.

פלוצלינג, אין מיטן דעם שמועס, האט רב עבדיה יוסף זיך געגעבן א דריי אויס צו אברהם און ער האט אים געזאגט אין עברית רבינו (דער בבא סלי זי"ע) זאגט אז עס איז דא א אידישע פרוי וואס הייסט 'דאאדבא' (נישט איר עכטע נאמען) אין סוריה וואס איז ב"ה אנטלאפן פון דארט, אבער איר מאן איז נעבאך געבליבן אין סוריה. יעצט איז זי אן עגונה, [ווייל מען ווייסט נישט וואס איז געשען צו איר מאן.] רבינו פרעגט אויב דו גייסט זיין אין סוריה, זאלסטו ביטע פראבירן ארויסצופינדען וואס איז טאקע געשען מיט אים."

אברהם איז געווארן איבעראשט. ער האט נישט געגלייבט וואס ער הערט, ווייל סוריה איז איינע פון די לענדער וואס האבן דעמאלט באקומען געלט פון אמעריקע. סיי נישט רב עבדיה יוסף, סיי נישט דער בבא סלי האט נישט געוואוסט ווער אברהם איז. ער איז קיינמאל נישט געווען דארט, און ער האט נישט דערציילט פאר קיינעם וואס ער טוט אין ארץ ישראל, ד"ה זיין סודתדיגע ארבעט. אויב אזוי, ווי אזוי האט דער בבא סלי געקענט אפילו מדמה זיין אז אברהם, א פרומער איד, וועט אפשר זיין אמאל אין סוריה?!?

נאכדעם וואס ער האט באקומען א ברכה פון דעם בבא סלי איז אברהם צוריקגעגאנגען זוכענדיג דזשאן. ב"ה אז זיי האבן פארראכטן דעם קאר און באלד דערנאך זענען די צוויי צוריקגעפארן קיין ירושלים. דזשאן האט געזען ווי אברהם איז נתפעל געווען פון דער פגישה מיט דעם בבא סלי, אזוי ווייט אז דזשאן האט געפרעגט אברהם אויב ער מיינט אז מען וועט אריינלאזן א גוי צו דעם בבא סלי!

דעם נעקסטען טאג אינדערפרי איז דזשאן געקומען צו אברהמ'ס דירה כדי אים צו נעמען מיט דעם קאר צו דער ארבעט. ווען אברהם איז אריינגעקומען אין דעם קאר, האט דזשאן אים געזאגט אז די היינטיגע פלענער זענען צו פארן מיט א העליקאפטער קיין סייפריס (אן אינזאל לעבן א"י) און נאכדעם קיין סוריה. אברהם איז געווארן ערשטוינט. א שטיק צייט שפעטער זענען זיי געווען אויף א העליקאפטער קיין סוריה, ווען דאס העליקאפטער האט זיך אנגעהויבן שטארק צו שאקלען. דער פילוט פונעם העליקאפטער האט נישט געוואוסט וואס וועט זיין... המשך יבוא.

מען זעט פון דער מעשה דעם כח פון א צדיק. ד"ה, דער בבא סלי'ס בחינה פון רוח הקודש. מיר ליינען וועגן די קדושה פון צדיקים אין די היינטיגע פרשה. דרשענט די מדרש אויף די פסוק "...ואמרת אלהם לנפש לא יטמא בעמיו." (ויקרא כא,א) אז "אבל למת-מצוה ולצדיקים ולחכמים אין להם טומאה, ד"ה אין טומאה לצדיקים - צדיקים זענען נישט מטמא. (מדרש אגדה, אמור נ"ב). פון דא זעט מען אז די הייליגע צדיקים האבן א באזונדערע קשר צום רבונו של עולם. וועגן דעם איז עס כדאי צו האבן א נאנטען שייכות צו צדיקים. ווייל דורך האבן א נאנטע התקשרות צו צדיקים קענען מיר אלע אריינכאפן. דאן וועלן מיר אלע נתעלה ווערן אין קדושה און טהרה.

גוט שבת אלע אידן