לדלג לתוכן

עונג יום טוב סוכת תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו עונג שבת בלעטל


עונג יום טוב סוכות תש"ע

גוט שבת און גוט יום טוב אלע אידן.

פארוואס איז עס אז נאר סוכות ווערט אנגערופן "זמן שמחתינו"? זענען די יציאת מצרים און קבלת התורה, ד"ה פסח און שבועות, נישט געווען קיין "זמן שמחתינו" אויך? דער ענטפער איז אזוי: דער עיקר שמחה קומט פון בטחון אין דעם אייבערשטן. ווייל איינער וואס האט דאגות, קען קיינמאל נישט זיין בשמחה. אבער א בעל בטחון איז אייביג פריילעך, ווייל ער ווייסט אז "כל דעביד רחמנא לטב עביד" - אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז פאר א אידס טובה. (ברכות ס:)

וואס פאר א שייכות האט סוכות מיט בטחון? אין סוכות גייען מיר אריין אין א שוואכע וואוינונג, ווייל א סוכה האט נישט קיין געהעריגע דאך אין נישט קיין געהעריגע ווענט. ווען א איד פארלאזט זיין הויז און ער גייט וואוינען אין סוכה ווייזט ער צו דעם וועלט אז דער עיקר בטחון איז נישט די ווענט פונעם הויז, נאר דער עיקר בטחון קומט פון דעם אייבערשטן.

איינער פון די עיקרים פון בטחון איז צו גלייבן אז "אין אדם נוגע במוכן לחבירו" - א מענטש קען אפילו נישט אנרירן א זאך וואס איז באשטימט צו זיין חבר. (יומא לח:) א בעל בטחון איז אייביג בשמחה, ווייל אפילו עס זעט אויס אז זיין חבר האט מער ווי אים, ווייסט ער אז דער אייבערשטער גיבט צו יעדען איינעם וואס ער דארפט אויף דער וועלט. בקיצור, סוכות ווערט אנגערופן "זמן שמחתינו" ווייל דער עיקר שמחה איז בטחון אין דעם אייבערשטער. נאך מער, א בעל בטחון ווערט דערקענט דורך זיין נישט מקנא זיין וואס יענער האט, ווייל דער אייבערשטער גיבט צו יעדען איינעם וואס ער דארפט אויף דער וועלט. די פאלגענדע שיינע מעשה פון סוכות, ברענגט ארויס דעם ענין פון בטחון און גלייבן אז "אין אדם נוגע במוכן לחבירו."

דער צדיק רבי אברהמעלע טשעכנאווער זצ", איז געווען א גרויסער מדקדק במצוות. זיין הארץ האט געברענט פון ליבשאפט צום אייבערשטן און קיין פארמעגן איז ביי אים נישט געווען צו גרויס, כדי צו מקיים זיין אפילו נאר איין איינציגע מצוה.

ווען עס איז געקומען נאענט צו סוכות, האט דער צדיק שטענדיק געזוכט צו מקיים זיין די מצוה פון ארבעה מינים מיט מהודר'דיגע מינים. האט ער ארויסגעשיקט זיין חסיד ר' אבא קיין ווארשע, וואו עס געפינט זיך א פיל גרעסערער אויסוואל פון אתרוגים ווי ביי אים אין די קליינער שטעטל טשעכענאוו.

איז ר' אבא ארויסגעפארן קיין ווארשע, ארום געלאפן פון איין סוחר צום צווייטן און געזוכט א שיינעם אתרוג וועלכער זאל באפרידיגן דעם צדיק. אבער ווי גרויס איז געווען זיין עגמת נפש, ווען פון די אלע פיל אתרוגים וואס זענען געקומען אין זיין האנט האט ער נישט געקענט זיך באשליסן צו עס וועט דעם צדיק געפעלן. דעם ביסל וואס האט זיך געפונען אויפן מארק, זענען נישט געווען גאר שטארק מהודרים.

דרייט זיך ארום ר' אבא אויפן מארק פיל מיט זארג, ווי אזוי וועט ער קענען קומען צוריק צום צדיק מיט ליידיגע הענד? פלוצלינג האבן אים זיינע פיס געצויגן צו איינע א שטעלע, וואו עס ליגן אויסגעלייגט פארשידענע אתרוגים. מיט אמאל דערזעט ער גאר א שיינעם גרויסן אתרוג, ווי ער ליגט זיך איינגעוויקלט נעבן דעם פארקויפער. וואס מער ער האט זיך איינגעקוקט אין דעם אתרוג, אלץ מער איז זיין התפעלות געוואקסן. ער האט געוואלט באצאלן א גרויסן פארמעגן פאר דעם אתרוג, אבער דער פארקויפער האט אים אויסדריקלעך געזאגט: אט דעם אתרוג האט שוין אויסגעקליבן פאר זיך דער צדיק רבי לייבעלע איגער פון לובלין און איך גיב עס פאר קיינעם נישט אוועק.

ר' אבא איז אבער אזוי גיך נישט מוותר. נאכדעם וואס ער האט שוין אויסגעקערט די גאנצע שטאט וועט ער קומען אהיים מיט ליידיגן? ער האט גענומען פארלייגן פארן פארקויפער א גרויסע סומע געלט, עס פארטאפלט און צוגעלייגט נאך, ביז וואנען דער פארקויפער האט נישט געקענט ביישטיין אין דעם פרייז און ער האט מסכים געווען אים אוועקגעבן דעם אתרוג. א גליקליכער און שטראלנדער פון גרויס פרייט האט ר' אבא אוועקגעטראגן דעם אתרוג קיין טשעכענאוו.

רבי אברהמעלע האט שוין געווארט אויף אים. ער האט זיך שוין אנגעהערט ווי אזוי עס קוקט אויס דער אתרוגים מארק, און מורא געהאט טאמער וועט ער נישט קענען מקיים זיין די מצוה בהידור ווי זיין שטייגער. ווי נאר ר' אבא האט איבערגעטראטן זיין שוועל, איז דער צדיק צוגעלאפן צו אים, און אויפגעעפענט די פושקע מיט איינגעהאלטענעם אטעם. זיין געזיכט האט געשטראלט פון גליק און אויך ר' אבא איז געווען פריילעך וואס ער האט זוכה געווען צופרידנשטלען דעם ווילן פון זיין הייליגן רבין.

דעם ערשטן טאג סוכות, באלד אינדערפרי, האט שוין דער טשעכנאווער צדיק זיך מער נישט געקענט איינהאלטן און עס האט געברענט אין אים דער חשק צו מקיים זיין די הייליקע מצוה. ער האט ארויסגענומען דעם אתרוג פון פושקע און געקוקט אויף אים. מיטאמאל איז זיין געזיכט פארענדערט געווארן און ער האט געשיקט דעם שמש שנעל רופן ר' אבאן.

איז דער חסיד געקומען צו לויפן מיט גרויס שרעק, וואס האט ער דא געקענט פאסירן ביים צדיק אין אזא פריע צייט. ווי נאר ר' אבא איז אריינגעקומען האט זיך דער צדיק צו אים געווענדעט און געזאגט: איך זע דא עפעס א זאך וואס געהערט נישט צו מיר, דערצייל מיר דעם אמת, ווי אזוי קמוט אט דער אתרוג צו דיר? האט ר' אבא גענומען דערציילן וועגן זיין גרויסע מיה און אנשטרענגונג איז אים געלונגען איבער צו רעדן דעם סוחר און ער האט אים אוועקגעגעבן דעם אתרוג. דער טשעכנאווער האט אויסגעהערט יעדעס ווארט און זיך אנגערופן: זאגסטו דאך אליין אז דער אתרוג איז געווען באשטימט פאר ר' לייבעלע איגער... אויב אזוי איז ער נישט מיינער טראץ דעם וואס דו האסט דערפאר באצאלט א הון רב.

גלייך האט רבי אברהמעלע געשיקט זיין משמש צו שאפן פאר אים א אנדער אתרוג, אויף וועלכן ער וועט קענען מאכן א ברכה. אפילו דער צדיק האט זייער ליב געהאט דעם שיינעם אתרוג וואס זיין חסיד ר' אבא האט אים געקויפט, האט דער צדיק געגלייבט אז "אין אדם נוגע במוכן לחבירו." ער האט געוואוסט אז דער אייבערשטער וועט אים שיקן א שיינע אתרוג אן ער זאל דארפן נעמען א צווייטענס.

סוכות איז טאקע "זמן שמחתינו" ווען מיר זענען מתחזק אין בטחון אין דעם אייבערשטן, בפרט ווען מיר געדענקן אז דער אייבערשטער גיבט צו יעדן איינעם וואס ער דארף, נישט מער און נישט ווייניגער, כדי ער זאל קענען מקיים זיין זיין תפקיד אויפן וועלט.

גוט שבת און גוט יום טוב אלע אידן.