לדלג לתוכן

עונג יום טוב יום כפור תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו עונג שבת בלעטל


עונג יום טוב יום כפור תש"ע

א גמר חתימה טובה אלע אידן.

בשעת נעילה זענען אסאך מענטשן שוואך פונעם צום. אבער, עס איז פונקט דעמאלט ווען מען האט דעם כח אויסצובעטן. דאס איז אפשר מרומז אין פסוק, "הוי כי גדול היום ההוא מאין כמהו ועת צרה היא ליעקב וממנה יושע." (ירמיהו ל,ז) ד"ה די ישועה קומט אין די שווערסטע זמן. איז לאמיר שוין דערציילן אן אינטערעסאנטע יום כיפור מעשה וואס וועט און מעורר זיין אין דעם יום הקדוש.

די ערשטע מעשה
דער סלוצקער רב, ר' יחזקאל אבראמסקי ז"ל, וואס איז נפטר געווארן בערך 38 יאר צוריק, איז געווען דער אב בית דין אין לאנדאן. אין זיינע יונגע יארן, האט ר' יחזקאל געוואוינט אין רוסלאנד אונטער די קאמוניסטן ימ"ש. איין טאג איז ר' יחזקאל ליידער ארעסטירט געווארן און געשיקט קיין סיביר. ר' יחזקאל האט דערציילט פאר ר' שלום שוואדרון ז"ל די פאלגענדע מעשיות וועגן זיין צייט אין לאגער.

אין דעם טאג ווען ר' יחזקאל איז אנגעקומען קיין סיביר, האבן די רוסישע רשעים ימ"ש געצוואונגען די איינגעשפארטע חברה אויסצוטאן זייער שיך און זאקן און דעמאלט האבן זיי געדארפט לויפן אויף די הארטע פארפרוירענע ערד. דורך דעם זענען אסאך ליידער אומגעקומען על קידוש השם, הי"ד.

ווען ר' יחזקאל האט פארשטאנען ווי שווער די מצב איז געווען, האט ער געדאווענט צום אייבערשטן זאגן "טאטע (אזוי פלעגט ער רופן דעם באשעפער) עס שטייט אין דיין הייליקע גמרא, 'הכל בידי שמים חוץ מצינים ופחים.' (ד"ה א מענטש דארף טאן השתדלות קעגן דעם קעלט און היץ) (כתובות ל.) געוויינטלעך קען איך טואן השתלדות צו זיין אפגעהיטן פון ווערן פארקילט. אבער דא אין דעם וועטער, וואו איך האב נישט קיין ווארעמע קליידונג, קען איך גארנישט טאן. איך בין אין דיין הענט! ביטע טאטע, באשיץ מיך!" ב"ה, דורך אלע יארן וואס ער האט געליטן און סיביר, איז ר' יחזקאל קיינמאל נישט פארקילט געווארן!

די צווייטע מעשה
וואס ר' יחזקאל האט דערציילט איז געשען אין דעם טאג ווען ער איז ב"ה באפרייט געווארן פון דעם לאגער אין סיביר. די גוטע בשורה וועגן זיין באפרייאונג איז געקומען ערב יום הקדוש. א רוסישע אפּיציר איז פלוצלינג געקומען צו ר' יחזקאל און ער האט אים געזאגט "דו מעגסט פארלאזן די לאגער היינט." מיט די ווערטער האט דער אפּיציר געגעבן פאר ר' יחזקאל א פירפעל בילעט (טיקעט) פאר דעם באן, כדי ער זאל קענען אהיימפארן.

ר' יחזקאל האט שנעל צוזאמענגענומען זיינע זאכן, (וואס זענען געווען ווייניג, ווייל די רוסישע האבן אים נישט געלאזט האלטן גארנישט.) דאן האט ער זיך געאיילט צו דעם גרויסן טויערן פונעם לאגער. ער האט געוואלט פארלאזן דעם לאגער, פאר די רשעים וועלן טוישן זייער מיינונג!

בשעת ר' יחזקאל איז געגאנגען אויפן וועג ארויס, איז געקומען צו אים אן אנדערער רוסישער אפּיציר. דער אפּיציר האט ארומגעקוקט צו זען אויב איינער קוקט זיי אן. דאן האט אים יענער אפּיציר געפרעגט, "היינט גייסטו אהיים?" "יא," האט געענטפערט מיט א נערוועזקייט. יענער אפּיציר וואס האט יעצט אפגעשטעלט ר' יחזקאל האט זיך נישט אזוי שיין אויפגעפירט מיט אים דורך זיינע יארן אין סיביר.

"לאמיר זען דיין בילעט (טיקעט)," האט דער אפּיציר געבעטן. ר' יחזקאל האט עס ארויסגענומען פון טאש און עס געוויזן פאר דעם אפּיציר. דאן האט יענער אפּיציר געפרעגט "דו ביסט א דאכאוונער (א רב)?" יעצט איז עס שוין געווען צו שפעט פאר ר' יחזקאל צו זאגן ליגנט, ווייל זיי האבן אלעס סיי ווי סיי געוואוסט. וועגן דעם האט ר' יחזקאל מודה געווען אז ער איז טאקע א רב. דער אפּיציר האט נאכאמאל ארומגעקוקט צו מאכן זיכער אז קיינער קוקט זיי נישט אן. דער אפּיציר האט געקוקט אויף דעם פירפעל בילעט וואס ר' יחזקאל האט געהאלטן אין זיין האנט, און דאן האט ער עס פלוצלינג אוועקגענומען פון ר' יחזקאל.

דעמאלט האט דער אפּיציר מיט דעם זעלבן שנעלקייט ארויסגענומען א צווייטע בילעט וואס איז געווען געל און ער האט געזאגט, "נעם די געלע בילעט. די בילעט וואס זיי האבן דיך געגעבן וואלט דיך געשטעלט אין דער באן וואס האט נישט קיין הייצונג וואו דו וואלטס זיכער געשטארבן פון קעלט. די בילעט וואס איך גיב דיר יעצט וועט דיך דערלויבן ארויפצוגיין אויף א באן מיט הייצונג. דאן האט דער אפּיציר ארומגעקוקט א דריטע מאל. זיכער אז קיינער קוקט זיי נישט אן, האט דער אפּיציר געזאגט "איך בין אויך א איד. איך האב טאקע חרטה אז איך בין געווען אזוי אכזריותדיג מיט דיר. ביטע זיי מיך מוחל. איך האב געדארפט פאלגן זייערע באפעלן." האט דער איד געזאגט.

ר' יחזקאל האט נישט געגלייבט וואס ער האט געהערט פון דעם איד. "דער איד ווייסט נישט אפילו אז ס'איז ערב יום כיפור און ער האט מיך איבערגעבעטן!" האט ר' יחזקאל געטראכט. דער אפּיציר האט געגעבן זיין האנט צו אים, און ר' יחזקאל האט אים מוחל געווען בלב שלם. דאן איז ר' יחזקאל סוף כל סוף ארויסגעגאנגען פון דעם פארשאלטענע ארבעטס לאגער אין סיביר.

ר' יחזקאל האט געזען אז ער וועט נישט אהיימקומען ביז נאך יום הקדוש. וועגן דעם איז ער אראפגעגאנגען פונעם באן פריער אין א שטעטל וואו ער האט געוואוסט אז עס איז דארט א שול. כאטש אפילו ער איז יעצט ארויסגעקומען פון דעם לאגער, האט ער זיך מוסר נפש געווען צו גיין דאווענען אין א שול, וואו די רוסישע האבן געשטעלט שפיאנען צו זען ווער עס קומט צום דאווענען. ער איז געווען אזוי מוראדיג פאריאגט אנצוקומען פאר די זמן, אז ער האט נישט געקענט מאכן קיין קאנטאקט מיט זיין משפחה צו זאגן אז ער איז באפרייט געווארן. נישט נאר דאס, אבער ער האט אויך גארנישט געגעסן ערב יום כיפור! ער איז אריינגעגאנגען צום יום הקדוש הונגעריג און אויסגעמוטשעט, אבער, ער איז ב"ה באפרייט געווארן!

מוצאי יום הקדוש איז ער ארויפגעגאנגען אויף א באן קיין ליטע, וואו ער האט צום סוף געכאפט דעם באן קיין וורשא. אויף דעם לעצטע שטיקל וועג, האט ר' יחזקאל געטראפן ר' אלחנן וואסערמאן הי"ד, זיין חבר, דער ראש ישיבה אין בראנאוויץ. זיי זענען געפאלן איינער אויף דעם צווייטן, מלא שמחה זיך צו טרעפן נאך עטליכע יארן וואס זיי זענען נישט געווען צוזאמען.

"דו ביסט באפרייט געווארן ערב יום כיפור, אמת?" האט ר' אלחנן געפרעגט זיין ידיד ר' יחזקאל. "יא, דאס איז גערעכט," האט ר' יחזקאל געענטפערט מיט אן איבערראשונג אין זיין שטימע. "אבער... ווי אזוי האסטו דאס געוואוסט? איך האב נישט געהאט די געלעגענהייט צו מודיע זיין פאר קיינעם וועגן מיין באפרייאונג!" האט ר' יחזקאל געזאגט.

דאן האט ר' אלחנן געזאגט, "איך בין געווען ערב יום כיפור אין ראדין ביי דעם חפץ חיים. פלוצלינג, האט דער חפץ חיים זיך אפגעשטעלט און געזאגט, 'ברוך השם, די באלשעוויקן (קאמוניסטן) האבן נישט געקענט אויספועלן זייער פלענער.' איך האב געקוקט אויף אים מיט א פארווונדערונג." האט ר' אלחנן געזאגט ווייטער. "איך האב נישט געהאט קיין אנונג וואס ער זאגט, ביז ער האט צוגעלייגט, 'זיי האבן יעצט באפרייט דעם סלאצקער רב!"

עס זענען דא אין די מעשה אסאך אינטערסאנטע נקודות וואס זענען נוגע צום יום הקדוש. אבער די עיקר כוונה פון דערציילן די מעשה איז נאר ארויסצוברענגען דאס וואס שטייט מרומז אין פסוק וועגן יום כיפור "כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם וכו'" (ויקרא טז,ל) דער טאג אליינס איז מטהר. אפילו מען האט נישט מכוון געווען ביים זאגן "לדוד, ה' אורי," און נישט ביי די תקיעות נאכן דאווענען, און מען האט נישט אין זין געהאט וואס מען זאגט ביי סליחות, און נישט ביי התרת נדרים און נישט אין ראש השנה, און נישט אין צום גדליה און נישט אין עשי"ת, און נישט ביי די שלוש עשרה מדות, און נישט ביי תשליך, און נישט ביי כפרות און נישט ביים טובלן און עסן ערב יום הקדוש, און נישט ביים כל נדרי וכו', קען מען נאכאלס אריינכאפן אין די הייליגסטע העכסטע צייט אין די שעה פון נעילה ווען די טויערן פארמאכן זיך. דורך דעם וועלן מיר אלע זוכה זיין מיט דעם אייבערשטענס העלף צו א גמר חתימה טובה.

א גמר חתימה טובה אלע אידן.