לדלג לתוכן

סוף ווינטער ביי מיי פאטער

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו געשיכטע פון ראזשישטש (רוז'ישץ') שטעטל


סוף ווינטער ביי מיין פאטער

סאל מילער (שלמה מלמד), קאנאדע

דער ווינטער מיט זיינע שווערע פרעסט[1] און שנייען האלט שוין ביים סוף. דער פרילינג פילט זיך שוין אין דער לופט. די איינוואוינער פון שטעטל פילן זיך א ביסל פרייער פון דעם שווערן ווינטער, וואס האט אנגעהאלטן[2] איבער פיר חדשים. איצט הייבט מען זין אן גרייטן צום פסח.

דער שניי צעגייט זיך ביסלעכווייז. יעדער טאג אנטפלעקט זיך א ביסל מער ערד, און אין פארשידענע פלעצער הייבן זיך אן באווייזן ביסלעך גראז. אין אייניקע גאסן, וואו די וועגן זענען נישט ברוקירט[3], ווערט מיט יעדן טאג די בלאטע געדיכטער.

גייענדיק אהיים פון דער ישיבה, ספעציעל אראפגייענדיק צו די אלעיניצעס און פון דארט צום סטאוואק, נעבן רחל די ראדענערס שטוב, איז די בלאטע אזוי טיף, אז מיר פארלירן די קאלאשן[4], און מיר מוזן זיי מיט די הענט ארויסשלעפן פון דער בלאטע.

אבער אין שטאט פילן זיך שוין די איינוווינער א סאך פרייער, און דער ריח פון פסח פילט זיך אין דער לופט.

די בעקערייען, וואס באקן מצות, ארבעטן אין פולן גאנג, טאג און נאכט, צוצושטעלן דעם געברויך פון מצות. עס האט זיר אין אונדזער שטאט אנטוויקלט א מצה-אינדוסטריע[5], וואס ארבעט פאר ווארשע און אנדערע שטעט אין גאנץ פוילן.

דאס צוגרייטן דעם פסח האט זי, אייגנטלעך, אנגעהויבן ביי אונדז אין שטוב נאך ארום חנוכה, ווען די מאמע האט ארונטערגענומען פון בוידעם די פעטע געפּאשעטע[6] גענדז, זיי געלאזט שחטן און א טייל פון זייער שמאלץ צוגעגרייט אויף פסח.

איין טאג נאד חנוכה איז געווידמעט געווארן אויף איינקויפן לייוונט ביי זיסיע קלימבארד אין מאנופאַקטור[7] געשעפט, אויפצונייען אונטערוועש אין אויבער העמדער פארן גאנצן הויזגעזינט[8].

פורים אין שטעטל

אזוי האט זיר געצויגן דאס צוגרייטן זיך צום פסח ביז פורים. פורים איז געפייערט געווארן ביי אונדז אין שטאט מיט גרויס פרייד. די ישיבה-יינגלעך האבן צוגעגרייט גרעגערס. אייניקע פון די ישיבה-בחורים, ווי נחום געלערשטיין, שלמה גראפערמאן און שלמה קאס, זענען געווען ספעציאליסטן אין דער מלאכה. זייערע גרעגערס זענען געווען אזוי הילכיק[9], אז זיי האבן געקלאפט ווי הארמאטן. פארשטייט זיך אז זיי האבן זיר שטארק איבערגענומען מיט זייערע גרעגערס.

יונגווארג פלעגט זיר פארשטעלן, איבערקערן דעם פעלץ, און גיין איבער די הייזער מיט פארשיידענע לידער. איינמאל האבן זיי אפילו איינגעארדנט א פורים-שפיל "מכירת יוסף" אין דער "פאזשארנע".

ביי אונדז אין שטוב איז פורים געווען זייער פריילעך אין אוונט נאכן אהיימקומען פון שול, פלעגט דער טאטע זיך אוועקזעצן צום טיש, וואס איז געווען געדעקט יום-טובדיק מיט פארשידענע געטראנקען. אויפן טיש איז געשטאנען א זילבערנע פושקע מיט זילבער-געלט אין אונטער דער פושקע – פאפירן געלט.

די זילבערנע פושקע האט סוכות געדינט אלס אתרוג -פושקע, וואס איז געווען אויסגעבעט מיט ווייכע קלאָטשע[10]. פורים האט דער טאטע געטיילט נדבת פון דער פושקע.

א סאך מענטשן פלעגן אריינקומען טרינקען "לחיים" און באקומען א שיינע נדבה אויף פארשידענע צוועקן. שפעט אין אוונט האט זיר די גאנצע משפחה געזעצט צום טיש צו דער פורים סעודה. דער טאטע מיט די קינדער האבן געזונגען "שושנת יעקב" אין א יידיש פורים ליד: "אוי, המן, דו ערל'ה, דו ביסט געווארן אונדזער כפרה'לע". אזוי האבן מיר מיט געזאנג פארבראכט ביז שפעט אין דער נאכט.

מצה שמורה

צוויי דריי טעג פאר פסח איז דער טאטע געקומען אהיים פון שול פרי, אפגעגעסן פרישטיק און אוועק צום רב ר' משה'לע סווינעכער באקן מצה שמורה. מען האט געדונגען א בעל-עגלה, וואס האט אויף זיין וואגן ארויפגעשטעלט די פעסער, פארדעקט זיי מיט ווייסן-לייוונט און פעסט פארבונדן מיט א שטריק, און אוועק צום סטער (= טייך). דארט האט שוין געווארט א גוי פון טופילנע מיט א קליין שיפל, וואס האט געקענט ארייננעמען דריי פיר מאן. די מענטשן, מיט עמערס אין די הענט, האבן זיך ארויסגעשיפט ביז אינמיטן סטער (= טייך), אנגעשעפט עמערס מיט ריין, קלאר וואסער, און געקומען צוריק צום ברעג.

אין שיפל זענען געווען : לוי מלמד (פישביין), ראזנפעלד, און אברהמיל זיניוק (ליטוואק). אויפן ברעג פון סטער האבן געווארט אייניקע מענטשן וואס האבן געדארפט צוטראגן דאס וואסער צום וואגן. די גרופע איז באשטאנען פון: יונה מלמד, מאיר מלמד, (מיין פאטער) און אברהם בערגעל.

אויף אריינצוגיסן דאס וואסער אין די פעסער זענען אויפן וואגן געשטאנען גרייט די "יונגע" : מאיר ספעקטאר, שייקע שאפיר, און אהרעלע (אהרן) ספעקטאר. די וואסער-צערעמאָניע[11] איז אנגעגאנגען ביזן האלבן טאג. דערנאך האט מען דאס וואסער געבראכט צו די משה'לע סווינעכערס שטוב. דארט זענען שוין געווען צוגעגרייט פעסער באדעקט מיט לייוונט. דא האט מען אויסגעשעפט דאס וואסער פין די פעסער אין וואגן און אריינגעגאסן אין די פעסער, וואס זענען געשטאנען ביי דער זייטיקער טיר פון משה'לע סווינעכערס שטוב.

אויפן צווייטן טאג האט זיר אנגעהויבן דאס באקן די מצות. ביים ענדע פין טאג, אין אוונט האט דער טאטע געבראכט מיט זיך אהיים די פרישע שמור-המצות.

ערב פסח, ארום 10 פרי, פלעג מען אפעסן דאס חמץ, דערנאך האט מען דאס איבערגעבליבענע חמץ, און דעם חמץ וואס דער טאטע האט צוזאמענגענומען נעכטן אוונט בעתן ביעור-חמץ מיטגענומען מיט זיך אין מרחץ אריין צום פארברענען.

מיר' קינדער, האבן אנגעהויבן צוגרייטן דעם סדר-טיש. מיר האבן צוגערוקט די סאפע צום טיש, כדי צו מאכן פלאץ פאר דער גאנצער משפחה. די מאמע, איז, פארשטייט זיר' געווען פארנומען אין קיך ביז שפעט מיטן צוגרייטן די יום-טובדיקע מאכלים צום סדר. וויפל די מאמע האט געגרייט האבן מיר באוויזן אויפצועסן, ד. ה. די מאמע האט נישט באוויזן גענוג שנעל צוגרייטן, וואס מיר האבן ערב-פסח אויפגעגעסן.

אין גיי אין באד[12] אריין כשרן לעפל

שפעטער דערלאנגט מיר די מאמע, אנגעבונדן אויף א שטריק, די מעסער, גאפל און לעפל[13] אין געשיקט מיר אין מרחץ אריין זיי כשרן. איטשע דער בערער פלעגט די זאכן אפטונקען (טובלען) אין קעסל פון באד און נאכער מיר צוריק אפגעבן. קומענדיק אהיים מיט די זאכן האט די מאמע באמערקט, אז ס'פעלט א לעפל. איך בין געווען געצווונגען צוריקצוגיין צו איטשע דער בעדער, ווארטן ביז ער האט ארויסגעלאזט דאס גאנצע וואסער פון קעסל און מיר צוריקגעגעבן דעם לעפל...


די סדר-נאכט

אין אוונט זענען מיר, מענער, געגאנגען אין שול דאווענען. נאכן דאווענען האט דער שמש פון שול, שמואל דער שוסטער, געגעבן מיין פאטער א בליצלאמפ, וואס מיר האבן אויפגעהאנגען אויף דער סטעליע[14] פון עס-צימער כדי צו באקומען א שטארקע באלויכטונג פון צימער בעתן סדר. דאס היסב-בעט איז שוין געווען גרייט: צוויי שטולן צוזאמענגעשטעלט מיט א קישן צוקאפנס צום אנלענען זיך. מיר האבן זיך אלע אויסגעזעצט ביים טיש און דער טאטע האט אנגעהויבן אפריכטן דעם סדר.

איך געדענק, אז ווען מיר זענען דערגאנגען צום בענטשן, איז די מאמע פון גרויס מידקייט איינגעשלאפן זיצנדיק ביים טיש. מיר האבן אלע געוווסט, ווי שווער די מאמע האט געארבעט כדי צוצוגרייטן דעם פסח.

די סדרים פון אונדזער אלטער היים וועל איך אימער געדענקען. איך דערצייל דאס פאר אונדזערע קינדער און אייניקלעך.


אברהם קאלטשאק דער שטאט-לץ

א הויכער, ברייט-בייניקער מיט א שטענדיקן שמייכל און א גרייטער "חכמה" צו יעדער סיטואציע, האסטו אים געטראפן "אין שטאט", דאס הייסט אין דער הויפט-גאס, 3-טער מאַי.

געוויינלעך האט ער דארט פּאַראַדירט[15] תמיד מיט "חברה" און ווער איז ניט געווען קיין חבר מיט אים? שוין פון דערווייטנס האסטו אים געזען טיטן גרויסן פשוטן שטעקן אויפן אקסל.

זיי נאמען איז געווען פישפיידער, אבער אין שטעטל איז ער געווען באקאנט מיטן צונאָמען "קאלטשאק", דער נאמען פון א רוסישן גענעראל פון דער ווייסער ארמיי. פארוואס האט מען אים אזא נאמען געגעבן? ווער ווייסט? קיינער האט ניט געחקירה'ט, סיאיז געווען זעלבסטפארשטענדלעך, נאטירלעך.

לויטן פאך איז ער געווען א קירזשנער[16], דאס הייסט א היטל-מאכער, אבער איך האב אים קיינמאל נישט געזען ארבעטן, ביי מיר איז ער געווען א פריילעך-מאכער... ער לאכט און מאכט אנדערע לאכן...

ער האט אנגעהערט[17] צו די לינקע, צו די "פאָלקיסטן[18]", אבער אויך די ציוניסטן האבן זיך געחברט מיט אים, כאטש ער פלעגט זיי אפלאכן א מאל מיט א דעליקאטן הומאר און א מאל מיט א שארפן, סאַטירישן[19] שטאך-ווארט. ער האט זיך באנוצט מיט די ווערטלעך: "קדימה מיטן פופיק", אדער "לאקשן קוידעש" (לשוןקודש) א .א .וו.

זיין "בעסטער פריינט", מיט וועלכן ער פלעגט מאכן זיינע פריילעכע שפיצלעך, איז געווען דער שטאט-משוגענער מייקע. אז דער שטאט-לץ און דער שטאט-משוגענער זענען געגאנגען אין גאס געארעמט[20], האבן די מיידלעך מורא געהאט ארויסצוגיין פון די הייזער.

ווען ס'פלעגן דורכגיין מיידלעך, פלעגט אברהם געבן א קיצל מייקען און מייקע גיט א שפיי א מבול מיט שפייעכץ אויף די מיידלעך. די מיידלעך קוויטשען, די קרעמער גייען ארויס פון די קלייטן און א האלב שטעטל לאכט.

צייטנס מאכט ער אן אנדער טריק. ווען ער גייט מיט מייקען אין גאס, גיט ער א רייב מיט זיין שטעקן איבער די בלעכענע לאדנס פון די קלייטן. דאס דענערווירט מייקען און ער טרייסלט זיך און פאלט אויף דער ערד, נעמט שטיינער און ווארפט וואו ס'לאזט זיך.

ווען ס'האט זיך ארגאניזירט דער "ברית-החייל" און אסאך יונגעלייט האבן זיך אנגעטאן אין מיליטערישע אוניפארמען[21], האט קאלטשאק אנגעטאן מייקען א היטל פון א "גענעראל", דעקאָרירט[22] מיט פּאסן[23] און גלאנצנדיקע "שטערן" און ווער סיאיז דורכגעגאנגען, האט ער געהייסן מייקען סאַלוטירן[24]. מייקע הויבט זיין האנט צום דאשעק און דער עולם לאכט.

ער האט ליב געהאט בארימען זיך ווי אזוי ער איז באפרייט געווארן פונעם פוילישן מיליטער.

איינמאל, ווען איך בין געקומען אויף די זומער-פעריען טרעפט ער מיך:
"ווייסט, איך בין באפרייט געווארן צוליב דעם, וואס איך בין צו נידריק "ניסקי ווזראסט"... וואס, גלויבסט מיר נישט? אט נא דיר מיין מיליטעריש ביכעלע" – און נעמט זיך כלומערשט זוכן אין זיין בוזעם-קעשענע.
דא זאג איך: "וואס הייסט, איך גלויב דיר, דארפסט מיר ווייזן?"
"ווילסט אוודאי וויסן ווי אזוי" – זאגט ער – ווען איך האב זיך געשטעלט צום פּריזיוו[25], בין איך אריין צו דער מיליטערישער קאמיסיע. זיצט דארטן פון דער אנדערער זייט באריער א באאמטער. מיינסטו אוודאי, אז איך וועל גיין אזוי ווי אלע יאָלדן[26] גייען ? לאז איך מיך אראפ אויף די קניעס און גיי אזוי אויף די קניעס ניין, ניין, א נאר וועל איך זיין, זעט דער באאמטער און גיט א זאג: "ניסקי ווזראסט – זוואלניאני"...

אז ער פלעגט אמאל דערציילן א מעשה וואס נישט געשטויגן און נישט געפלויגן[27], פלעגט ער אויסלאזן: "אפשר מיינסטו ס'איז א ליגן? ס'איז טאקע א ליגן.. ."

קאלטשאק האט געהאט איין ערנסטע באשעפטיקונג: ער איז געווען ביבליאטעקאר אין דער יידישע ביבליאטעק. ער פלעגט זיך באמיען באאיינפלוסן די לעזער צו לייענען לינקע ליטעראַטור, ווי למשל, סינקלער, טראצקי און אנדערע.

א . ר .

מקורות

[רעדאַקטירן]

הספר "רוז'ישץ' עיירתי".

הערות שוליים

[רעדאַקטירן]
  1. דער פראסט (פרעסט) = כפור, קור עז, קפאון.
  2. אנהאלטן = להמשיך, להתמיד.
  3. ברוקירן = לרצף. דער ברוקירער (ס) = רצף. דער ברוקשטיין (ברוקשטיינער) = אבן רצוף.
  4. דער קאלאש (ן) = ערדל.
  5. די אינדוסטריע (ס) = תעשיה. אינדוסטריעל = תעשיתי. דער אינדוסטריעלער (ס) = תעשין.
  6. פּאַשען = להאכיל, לרעות לפטם. פּאַשען זיך = להתפטם.
  7. די מאנופאַקטור (ן) = טקסטיל, אריג.
  8. דאס הויזגעזינט = משפחה.
  9. הילכיק = רעשני, בקול רם.
  10. די קלאָטשע = פסולת של חבלים.
  11. די צערעמאָניע (ס) = טקס, חגיגה.
  12. די באָד (בעדער) = מרחץ.
  13. גאפּל-מעסער-לעפל = סכו"ם.
  14. דער סטעליע (ס) = די סופיט (ן) = תקרה, שמי קורה.
  15. פּאַראַדירן = עבור במצעד.
  16. דער קירזשנער (ס) = פַּרְוָן, א מענטש וואס ארבעט מיט א פעלץ.
  17. אנגעהערט = געהערט.
  18. פאָלקיסטן = המפלגה העממית.
  19. סאַטירישן = לעקוץ, ללעוג.
  20. געארעמט = שלובי זרוע.
  21. דער אוניפארם (ען) = מדים.
  22. דעקאָרירן = לקשט, לעטר, ליפה. דעקאָרירט = מקושט, הדור, מיופה.
  23. דער פּאס (ן) = חגורה, פס.
  24. סאַלוטירן = הצדע. די סאַלוטירונג (ען) = הצדעה.
  25. דער פּריזיוו (ן) = גיוס חובה לצבא.
  26. דער יאָלד (ן) = תמים, פתי.
  27. נישט געשטויגן און נישט געפלויגן = לא דובים ולא יער.