נטרונא גליון א אייר תשס"ז
ב"ה. צוערשט ווילן מיר באגריסן אלע אונזערע חשוב'ע שטיצער פון "נטרונא", די טייערע נדיבי לב, עושים ומעשים, וועלכע גיבן זיך אוועק מאונם ומהונם, און פארשטייען די זכי' פון האבן א חלק אין אזא פיליאלער פארנעם און הייליגער ארבעט, פון מפרסם זיין דעם ריינעם אויסגעהאלטענעם דעת תורה, און אז עוד ישראל רד עם קל ועם קדושיו נאמן.
דאס פאלגענדע בלעטל האבן מיר אהערגעשטעלט אלץ דער ערשטער פון די סעריע. אט דאס גליון, וועלכע מיר האפן ארויסצוגעבן מזמן לזמן, איז געווידמעט פאר די פילע חשוב'ע ידידים און תומכים, די עסקנים און נדבנים, ווי עס וועט אויפגעדעקט ווערן יעדע שטיק צייט נאטיצן פון די ברייטע פעולות וועלכע עס קומען פאר אינערהאלב דעם הייליגן מפעל פון "נטרונא".
אט די אנגייענדיגע פעולות וועלכע עס ווערן דא געמאלדן, איז א קלארער הוכחה איבער דעם "יגעת ומצאת תאמין", די ווייטרייכעדיגע הצלחה פון "נטרונא" האט קלאר ארויסגעוויזן דער "גדלו והצליחו ועשו פרי", וואס טוט פעסט איבערצייגען אז ווי מער מען לייגט אריין כוחות צו טון די ריכטיגע פעלים לטובה, אזוי העלפט דער אייבירשטער בעזהשי"ת, אז מען קען אנקומען צו די ריכטיגע צילן.
טייל מאל קומט אויפן מחשבה: "ווי קען אזא קליינער ארגאניזאציע ווי "נטרונא" זיך שלאגן מיט די מעכטיגע "ציוני'סטישע אפאראט" און זייערע נאכשלעפערישע פארטייען?". עס איז אבער גענונג צו כאפן א בליק אין נ"ך, לאמיר זעהן וואס דוד המלך האט געזאגט פאר גלית הפלשתי "אתה בא אלי בחרב ובחנית ובכידון ואנכי בא אליך בשם ד' צב-אות אלוקי ישראל אשר חרפת" )שמואל א' י"ז, מה(, אמת, דוד המלך איז נישט צוגעקומען מיט זיין שטארקייט צו גלית, די קליינער שטיינער האבן נישט געקענט סתם אזוי גרייכן דעם גרויסן גלית, דאס איז אבער אלעס ווען מען קומט מיטן פשוט'ן כח, אבער אז מען קומט מיטן "ואנכי בא אליך בשם ד' צב-אות" דאן איז נישטא קיין שום כח וועלכע מען קען איינעם אפשטעלן... אז מען קומט "בשם ד'" דעמאלס קומט נישט אריין די ווערטער אז יענער איז אסאך גרעסער אדער שטערקער...
"נטרונא" האט אריינגעלייגט זייערע כוחות "למען כבוד שמים", און עס ווירקליך נישט קיין וואונדער אז מיט אזא ריינעם רצון און מסי"נ איז מען אנגעקומען ביז אהער, און השי"ת זאל העלפן אויף ווייטער.
אין די פאלגענדע מעלדונגען וועט איר זיך נענטער באקענען מיט פאקטישע תוצאות פון "נטרונא", וועלכע איז שוין היינט ברייט באקאנט איבער די וועלט מיט די פילזייטיגע תוצאות לטובה.
ספעציעלער ספר אין ענגליש צוזאמגענומען אויף די פרשה אקעגן באקאנטען ציוני'סטישער בוך
"ערעץ איזראעל אן די פרשה"אין די טעג איז שוין אריינגעגעבן געווארן אין דרוק די ספר "בעקבי הצאן" אויף ענגליש, וועלכע ווערט אנגערופען די "פוט סטעיפס אפ די פלעק", וואס איז ספעציעל געצילט אקעגן דעם אויפגעכאפטען ציוני'סטישער ביכל "ערעץ איזראעל אן די פרשה", א בוך וועלכע אנטהאלט ליידער פילע ווערטער ווי זיי פרובירן אויסצוטייטשן מיט די טריפה'נע ציוני'יסטישע מהלכים, צוזאמגעקליבן אויף די פרשה פון יעדע וואך, ווען אט דער בוך ווערט היינט פארקויפט אלץ "בעסט סעללער", און ווערט גענוצט ביי מלמדים פאר פרשיות השבוע, טאטעס ביים שבת טיש, טיטשערס פאר לימודים פון היי סקול, אא"וו, נאכדעם וואס רובא דרובא אַמעריקאַנער אידן ווייסן נישט פון קיין אנדערע תורות, נאר בלויז וואָס זיי זעען.
זייער ווערן פאַרגאַפט פון די מאמרים און פסוקים, און מען פאַרגעסט גענצליך וויפיל גדולי ישראל טאקע פון זייערע אייגענע קרייזן האָבן אַלע פה אחת מרעיש עולמות געווען אקעגן ציוניזים.
דעריבער האט "נטרונא" אראפגעלייגט א שווערע ארבעט, מיט די הילף פון גאר חשוב'ע תלמידי חכמים און מומחים, אויסגעארבעט דער ספר "פוט סטעפס אף די פלעק" אויף ענגליש, ווי עס ווערט אראפגעשריבן אויף יעדע פרשה הערליכע ליקוטים, ווי עס ווערט ארויסגעברענגט די ריכטיגע דעת תורה פון אַלע גדולים פונעם פריערדיגן דור ובראשם אבינו רועינו רביהקוה"ט זצוק"ל. ווען אלעס איז מסודר מיט שיינע תורות און ציציענדיגע מעשיות אויף די פרשה.
ווי אויך איז א פאקט אז אלע מאטריאלען אויף די ענגלישע שפראך זענען מלא הערצה שבח ותהלה אויפן ממשלת המינים רח"ל, מיר האפן אבער אז די מעט אור וועט דוחה זיין הרבה מן החושך, די מאסן ענגלישע ליינער פון די דרויסענדע וועלט, וועלן די ערשטע מאל הערן א צווייטע צד, די דא"ח פון צדיקים אמיתיים נ"ע, די דעת תורה פון אפילו זייערע גדולים וואס עס ווערט פון זיי גענצליך באהאלטן, און דאס וועט בעזהשי"ת האבן די ריכטיגע השפעה. אשר יגורנו בא , מיר האבן ארומגעשיקט די "פראוו" פאר דיסטריביוטער'ס, ווי פארשטענדליך ווילן זיי נישט דאס אננעמען, און אוודאי ווילן זיי דאס נישט אדווערטייזן און פארעפענטליכן אויף די גאס, וואס דאס ברענגט באזונדערע קאסטן אליינס צו דרוקן, אדווערטייזן, און אויך פארשפרייטן אא"וו.
די ציוני'סטישע אנהענגער, פאר וועמען סייט מיט די פילע פעולות פון "נטרונא" איז זיי ווי א דארן אין אויג, און זיי זוכן אלע מיטלען וויאזוי דאס אונטעצוברענגען און צו שטערן אויף אלע ערליי אופנים, האבן אין די פארגאנגענע וואכן "געהעקט" דעם וועבזייטל פון "נטרונא", און דערמיט בלאקירט דעם סייט פארן ברייטן פאבליק.
עס איז דערקעננט געווארן דער "שווערער ארבעט" וועלכע די ביליגע אריינדרינגער האבן אריינגעלייגט אין זייער ארבעט, וואס טראץ "נטרונא" פון איר זייט האט אנגעוואנדן ביז היינט פיל באמיאונגען און הוצאות צו ביישטייערן דעם וועבזייטל מיט די ריכטיגע סעקיוריטי, אפצוהאלטן די אריינדרינגער פון שטערן דעם סייט, ווייסן מיר פונעם אלטן כלל אז "הרשעים כים נגרש השקט לא יכולו", וואס זייער רשעות און פארבלענדעניש פארן עגל הציוני, וואס דאס האט זיי געטריבן צו טון אלע - אפילו אומלעגאלע און אומנארמאלע – מיטלן וויאזוי צו שטערן דעם מלחמה לד' בעמלק.
זעענדיג ווי שטארקט עס קרענקט די ציוניסטישע נאכשלעפער, האבן כאטש די עסקנים באקומען עטוואס מער חיזוק פון זייער עבודת הקודש, האבנדיג דעם אלטן כלל פון "מאויבי תחכמני", און מען האט בעזהשי"ת צוריק מסדר געווען דעם זייטל. האפענטליך וועלן זיי שוין נישט קענען שטערן דעם מלחמה, ביז מיר וועלן זוכה זיין צום גרויסן טאג פון "ולמדו תועים בינה" במהרה בימינו.
מסאטמאר אין מאנטרעאל צוזאמגעשטעלט שיינע סכומים פארגאנגענעם
פורים העעל"טמיט ווארימע המלצה פון דומ"ץ וראש הישיבה הגה"צ רבי משה מנחם טירנויער שליט"א מאנטריאל, קאנאדע – אין די פארגאנגענער ימי הפורים העעל"ט, האט די ארגאניזאציע פון "נטרונא" באקומען באזונדערע געפילן פון חיזוק און שטיצע, ווען עס איז ערהאטן געווארן שיינע סכומים פונעם ווייטן מאנטרעאל און קאנאדע.
עס מוז אויסגעדרוקט ווערן דער טיפער דאנק פאר די טייערע און גאר חשוב'ע תלמידים פונעם בארימטען סאטמארער ישיבה אין מאנטרעאל, ווי זיי האבן זיך אהערגעשטעלט מיט דעם ווארימען המלצה און חיזוק פון זייער חשוב'ער ראש הישיבה דער בארימטער סאטמארער דיין אין מאנטרעאל הגאון הצדיק רבי משה מנחם טירנויער שליט"א מיקירי תלמידי רביה"ק מסאטמאר זי"ע, און זיי האבן אויפגעטריבן פילע חשוב'ע נדבות פון נדיבי עם, טייערע אידן וועלכע פארשטייען צו שעצן די ריזיגע פעולות חובקות זרועות עולם וועלכע ווערט אהערגעשטעלט דורך "נטרונא".
דער פלאמעדיגער אש יקוד מיט וואס די יונגע מאנטרעאלער תלמידים האבן זיך אנגעגארטלט, און אויסגענוצט די הייליגע זמנים פון די ימי הפורים מקיים צו זיין בפועל די מצוה פון "מחיית עמלק" במעשה, וואס דאס האט ארויסגעוויזן אז עוד רד עם קל, און ווירקליך גאר שטארק מחזק געווען די אלע עסקנים צו זען דעם פרישן דור וועלכע ווערן געלערנט ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע וועגן וואס מיר האבן מקבל געווען פון רביה"ק זי"ע, ארויסהעלפן די מלחמה לד' בעמלק מדור דור.
אין שפיץ פון די עסקנות אין מאנטרעאל מוז דערמאנט ווערן איינער פון די חשוב'ע תלמידים הב' החשוב מרדכי אייזיק פאללאק הי"ו, וועלכער האט פיל כוחות אריינגעלייגט אין דעם אקציע, וואס ביי אים ווערט ריכטיג געזאגט "גדול המעשה יותר מן העושה", זאל השי"ת בענטשן מיט אלע ברכות אים מיט אלע זיינע חברים לדבר מצוה, כה לחי!
אין די יעצטיגע טעג, שטייענדיג ווידעראמאל ביי דעם ביטערן טאג פון "ה' אייר", דאן ווען די רשעי ישראל האבן ליידער אדורכגעבראכן דעם ביטערן טומאה, און אויפגעשטעלט די טריפה'נע ממשלה אין ארץ ישראל ה"י, און דערמיט אראפגעשטעלט דעם טאג אלץ זייער חגא, טוט "נטרונא" ארומשיקן אין אלע געגענטער פון אמעריקא און קאנאדע, ווי עס געפונען זיך אידן און קהילות, גאר וויכטיגע לופלעטן, וועלכע אנטהאלטן פילע מאמרים פון פארשידענע גדולי ישראל פון אלע שיכטן איבער דעם ביטערן חורבן און טומאה פון ציוניזים. דער לופלעט איז גאר שיין און גראפיש אויסגעשטעלט געווארן, ווען יעדער גדול בישראל ווערט אראפגעברענגט פאר זיך, און אלעס אזוי שיין ערקלערט אינעם ענגלישן שפראך, זיכער צו מאכן אז דאס איז לעזבאר פאר די אלע קרייזן דאהי און ווי אויך אין קאנאדע.
עס איז ליידער א ביטערער פאקט, אז אין דעם טאג פון זייער א.ג. "יום העצמאות" (יום האצאמעס), אין די צייט ווען די אפיקורסים הוליען און פרייען זיך מיטן טריפה'נעם מדינה, (וועלכע איז אגב היינט ווייט פון דעם ריכטיגע פרייד, שטייענדיג מיטן פנים אין די ערד, נאך די אלע מיטמאכענישן...) זענען ליידער אויך דא אזעלכע א.ג. רעליגיעזע אידן וועלכע פרייען זיך מיט... לויט די פסק פון געוויסע "רע- בנים" דארף מען גאר אין דעם טאג "זאגן הלל"... וואס אנשטאט דעם וואס זיי טוען גארנישט לויבן השי"ת דערמיט, זענען זיי דאך גאר מנחרף ומגדף השי"ת אויפן ערגסטן פארנעם, ווי עס איז באקאנט די ווערטער פון גדולי ישראל איבער דעם הינזיכט. "אין חכם כבעל נסיון", אינעם פארגאנגענעם יאר האט "נטרונא" פארשפרייט די ספעציעלע לופטלעטן אין די געגענטער פון גרעיטער ניו יארק און נאך פארשידענע סטעיטס ווי עס איז ערמעגליכט געווארן. די לופטלעטן האבן דאן געמאכט א געוואלדיגען רושם, און דערמיט אויפגעפרישט שטורמ'ישע וויכוחים, ווי טייל מתפללים טענה'ן אז מען מעג שוין מודה זיין אז די מדינה איז א אומגליק נישט קיין גליק, די טייערע ווערטער פון די גדולי ישראל וועלכע ווערט דארטן אראפגעברענגט טוען היפש אויסטשוכענען פון די ציוני'סטישע שכרות, עס איז נישט צום גלייבען וואסערע מהפכה דאס מאכט אן אין בתי מדרשים, ווי אידן וועלכע זוכן דעם אמת קומען צום אנערקענונג איבער דעם פאלשקייט פון זייערע דרכים, און מיט די לופלעטן זענען זיי אויפצואווייזן פאר אנדערע ...כך כתוב בתורה קליפ און קלאר... אט דאס זענען געווען די מיינונגען פון די גדולי ישראל האמתיים.
אויך דאס יאר אין די קורצע צייט האבן שוין געהערט געוואלדיגע פאזאטיווע רעאקציעס נאך די הפצה פון די בלעטליך, די לונקע שטיוועל אין די בתי מדרשים זענען געשטאנען מיט די צונג אינדרויסען, די אייז פאנגט זיך אן צוברעכן, עד כדי כך מען האט אונז געריפען פון בתי מדרשים דייקא נישט פון אונזער חדר אז מען זאל שיקען מער פון די חומר ...נעשה ונשמע.... דאס טוט ווידער מחזק זיין די טענה פון "נטרונא" כי כל העדה כולם קדושים, אידן ווילן הערן די דבר ה' דער מעסעדש דארף נאר אנקומען, ווי אויך איז עס מחייב ביתר שאת אנצוגיין מיט די עבודת הקודש.
אויך דא איז די פלאץ ארויס צו ברענגן א אינטערסאנטער עפיזאד וואס עס האט אונז מיט געטיילט איינער פון אונזערע חשובע מעמבערס, וואס איז גאר שטארק אקטיוו צו פארשפרייטען אונזער חומר ה' אייר: מעשה שהיה ביי א געוויסע געגענט אין אמעריקא וואס דארט איז געוועהן איינגעפירט צו מאכן א גרויסע חינגא.... פארטי... ביום המר והנמהר אלע יארן, צו זיין גרויס וואונדער איז היי יאר שוין נישט פארגעקומען דארט קיין חינגא, איז ער צו געגאנגען צי דעם ראביי פרעגענדיג: "מה היום מיומים?" [נישט פארציילענדיג אז ידיו במעל].
האט אים דער ראביי געענטפערט: "דער עולם האט עפעס דאס יאר נישט געוויזען קיין אינטערעס... מ'האט עפעס פארלוירען דעם חשק...." יא יא, זאל דער אייבירשטער זאל העלפן ווייטער אויך, און נישט נאר דארט, נאר איבעראל...!!! ווי אויך איז איינער פון די באטרעפנדע א איד א גרויסער גביר, וואס זיין אידישקייט און מצוות איז באשטאנען פון שטיצן די מדינה במלוא חפניים... דורכלייענענדיג אונזער ליטערטאר איז געווארן נשתנה פניו ככרום, און אט די מצוה האט זיך ביי אים געענדיגט.
מאידך גיסא, קומט עס נישט אן גרינג די ארבעט פאר "נטרונא", זיי האבן דערויף פיל אויסצושטיין פון געוויסע עלעמענטן וועלכע שימפען היתכן מען פרובירט אריינצודרינגען אין זייערע רייען... הלמאי מען איז מטיל ספק זיין ביי תמימי לב מקבל צו זיין דעם אמת ממי שאמרו. נטרונא ברעכט זיך אבער נישט פון קיין שום העצערייען און טשעפערייען, ...נצח ישראל לא ישקר...
פון "נטרונא" עפענט לאקאל
אין פלעטבושנטרונא לייגט אריין כוחות מיט שטענדיג פארעפענטליכן דעם דבר ד' ברמה, און מפרסם זיין קבל כל העולם די קלארע דעת תורה איבער ציונות און זייער מדינה מיטן ממשלת הטמאה, וואס אין די עבודת הקודש זענען איינגעשפאנט גאר חשוב'ע שרייבערס וואס זענען אויסגעקאכט במשנתו של רבינו זי"ע, וועלכע וואוינען אין פלעטבוש, און פארשטייען וויאזוי דאס אראפצושרייבן אין דעם וועבזייט פון "נטרונא", ווי אויך צו ענטפערן די אלע צענדליגער "אימעיל'ס" וועלכע ווערן ערהאלטן טאג טעגליך, אא"וו.
עס איז נישט קיין געווען לייכטע ארבעט פאר די עסקנים, וועלכע זענען עוסק מיט די הייליגע ארבעט ביי סיי וואספארא אונטערנעמונג, ווען זיי האבן געדארפט טעגליך - אריינקומען אין וויליאמסבורג צו ארבעטן אויף דעם פראיעקט, וואס דאס האט פיל מאל פארשווערט די ארבעט, אין די צייט ווען זיי וואלטן געהאט דעם אפיס אין די נאענט וואלטן זיי געקענט פיל מער אויפטון.
דעריבער איז גאר שטארק באגריסענד דער פאקט, אז "נטרונא" האט געעפענט נאך א לאקאל אין פלעטבוש, מיטן ציל צו פארגרינגערן פאר די עסקנים, און גלייכצייטיג פארשפארן עקסטערע צייט, ווען מען קען פיל מער אויפטון אנשטאט דאס וואנדערן אין די פרייע מינוטן, וואס עס איז איבעריג ארויסצוברענגען וואס דאס באדייט.
גלייכצייטיג ווערט אנגעוואונטשן פאר די חשוב'ע שרייבערס "כה לחי", זיי זאלן זוכה צו קענען פיל אויפטון און פארברייטערן אויף די געביט, ויה"ר אז עס זאל נתקדש ווערן שם שמים קבל תבל ומלואה.
עס דארף ווערן גאר שטארק באגריסט די פילע פארבינדונגען און נאנטע קאנטאקטן וועלכע עס איז געשלאסן געווארן במשך דעם ווינטער דורך די חשוב'ע עסקנים פון "נטרונא" דאהי, אינאיינעם מיט בארימטע עסקנים און נקיי הדעת אין ארץ ישראל, אזעלכע וועלכע שטייען א ו י פ ן פארנט זיך צו שלאגן אקעגן די ממשלה הטמאה מיט אלע ביטערע פ י ר צ ו ת און גזירות וועלכע עס ווערן אלץ א פ ג ע ט ו ן דורך די רשעי ישראל.
פירסומים קבל עולם ומלואו איבער די רדיפת הדת אין ארץ הקודש איז די איינציגסטע אפהאלט פאר די רשעי א רץ, און נאר די שפראך פארשטייען
זיי.אנן מהכא ו א ת ו ן מהתם... נטרונא'ס פירסומים קבל עולם ומלואו איבער די רדיפת הדת אין ארץ הקודש איז די איינציגסטע אפהאלט פאר די רשעי ארץ, און נאר די שפראך פארשטייען זיי.
זעלבסט פארשטענדליך אז מיט אזא פארברייטערונג, קען "נטרונא" פיל מער אויפטון מיט די אלע פרסומים, ווען אויך אין ארץ ישראל שטייען די עסקנים גרייט צו די האנט, און זענען אויפן וואך ביי יעדן טריט און שריט, אויפצודעקן די שלייער פון די רשעי ישראל ביי יעדער געלעגנהייט.
פיל מיה אריינגעלייגט צו פארעפענטליכן אויפן טעלעפאן ליין קלארע תורות פון
רביה"ק מסאטמאר זי"עווי באקאנט האט "נטרונא" זייער אפטיילונג אין דעם "קול דודי" טעלעפאן ליין, ווי עס ווערט געהערט דעם בירור און חוות דעת קודש איבער דעם מלחמה פון ערליכע אידן אקעגן ציוניזים.
איינס פון די פיל דערגרייכונגען מוז דערמאנט ווערן דאס ארויפלייגן אויפן ליין די דברות קודש פון רביה"ק מסאטמאר מידי שבוע בשבוע, צו ערמעגליכן די פילע צמאים לדבר ה' צו הערן און זיך אנכאפן מיט די הייליגע ווערטער פון רבי'ן ז"ל, וועלכע זענען מלהיב לבבות בני ישראל.
עס איז א פאקט אז מיט די פילע ארבעט משמיע צו זיין די תורות פון רבי'ן זי"ע, האט זיך אנגעהויבן א שטארקער באוועגונג פונעם ציבור צו לעבן מיט די תורות פונעם צדיק הדורות, מען שמועסט איבער דעם רבינ'ס קשיות אויף די פרשה שאלת חכם חצי תשובה, פארגאפט פון די בליצן ביאורים אויף די סדרה מערכות על גבי מערכות די געוואלדיגע חידושים וואס פלעגט ארויסברענגן פון די כלים פיל גדולי הדור, מען איז מדייק דעם רבינ'ס לעכוויטשער קאברינער אידישע אויסדרוקן להחיות בהם נפש כל חי, וואס דאס דינט ווי א צוואה פאר דורותינו אלה, ווי גוט האט זיך אויסגעדרוקט אחד מן החבורה אז "ווען נישט די טעיפס קען מען ווען לייקענען דעם האלאקאסט" ווער וואלט ווען געגלייבט וואס מיר האבן געהאט, דורך טעיפס קען מען פארשטיין בזעיר אנפין דעם שכינה מדברת בתוך גרונו.
בשורה טובה תדשן עצם, קול דודי טעלעפאן ליניע האט געמאלדן פאר "נטרונא" אז נאכן מאכן א סורוועי אויף זייער אפאראט צו הערן פון די צוהערערעס זייער אינטערס אין זייערע אומצאליגע שיעורים, האט זיך ארויס געשטעלט גאר גאר א שטארקע רעאקציע איבער די געוואלדיגע הנאה וקורת רוח וסיפוק החיים אומצאליגע אידן האבן פון דברי אלוקים חיים, עד כדי כך אז עס זענען דא אזעלכע וואס האבן נאך נישט פארפאסט קיין איין טעיפ וואס איז ארויף געלייגט געווארן אויפן סיסטעים אויסצוהערן מהחל ועד כלה.
נישט גרינג קומט אן אהערצושטעלן די תורות אויפן טעלעפאן ליין בדמים תרתי משמע, דערגיין וועלכע יאר איז די טעיפ קלאר, און טיילמאל צוזאם שטעלן חלקים פון טעיפס וואס איז קלארער צו פארשטיין, פיל מאל א קורצע הקדמה איבער די אינהאלט פונעם תורה, כדי צו פארזיכערן אז דער צוהערער זאל זיך נישט דארפן מוטשענען צו פארשטיין די ווערטער, וואס דאס נעמט אוועק טייל מאל דעם טעם פון וועלן הערן און זיך אנזאפן מיט די דברות קודש.
אט די הייליגע תורות קען מען הערן אויפן טעלעפאן ליין 278-1168 ( 646 ), גייט אריין אין אפטיילונג פון "נטרונא" אויפן נומער 9. תורתו מגן לנו, הוא מאירת עינינו.
מקורות
[רעדאַקטירן]נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות