נטרונא בליצן תשרי ד תש"ע
נטרונא גרייט זיך אונטערצונעמען ברייטע אויפקלערונג קאַמפּיין אַראָפּצונעמען די האַס קעגן וועלט אידענטום.
דורכאויס די לעצטע ימים טובים טעג זענען געווען עטליכע אַנטוויקלונגען, וועלכע דאַרפן אויפציטערן יעדן אידיש האַרץ, וועגן די שנאת ישראל וואָס די ציונים למיניהם – פון די מתנחלים און די צה"ל, ציונ'יסטישע לאַביס אין אַמעריקע, ביז די ראש הכופרים זעלבסט – רייצן אָן איבער די וועלט. פאָלגענד זענען עטליכע שוידערליכע נייעסן.
וואַשינגטאָן ברויזט אויף העצערייען קעגן אָבאַמאַ
וואַשינגטאָן – אין אַנדערע נייעס, האָט אַן אַמעריקאַנער קאָנגרעסמאַן וועלכער איז נאָנט מיט די אָבאַמאַ אַדמיניסטראַציע איבערגעגעבן פאַר אַן איזראַעלישע דעלעגאַציע אין וואַשינגטאָן אַז די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע ברויזט צוליב איזראַעל'ס העצערייען קעגן פּרעזידענט אָבאַמאַ. לויט יענעם, ווערט דער ראש הממשלה נתניה פּערזענליך באַשולדיגט, אז ער פארמישט אין די העצערייען, און איז שטארק טעטיג אראפצוברענגען די פאפוליריטעט פונעם פרעזידענט.
די דזשערוסעלעם פּאָוסט באַריכטעט אַז אַן איזראַעלישער באַאַמטער האָט געזאָגט אַז ער איז געוואָרן "דערשטוינט פון די שטאַפּל פון צאָרן דאָרט (אין וואַשינגטאָן) צוליב פאַרזוכן אָפּצומאָלן אָבאַמאַ פאַר די אַמעריקאַנער עפנטליכקייט אַלס אַ שונא פון איזראַעל. יענער האָט צוגעלייגט אַז, "עס זענען דאָ מענטשן וועלכע שפּילן מיט פייער דורך שעדיגן אונזערע באַציאונגען מיט די פאַראייניגטע שטאַטן."
דער איזראַעלישער דיפּלאָמאַט זאָגט אַז די סיבה פון די צאָרן איז ווייל ציונ'יסטישע אינטערעסן רייסן אַראָפּ דעם פּרעזידענט פאַר זיינע פאַרזוכן איינצופרירן די ישובים אין אָקופּירטע געביטן, און פאַר זיין אַרבעט צוריק אָנצוהייבן די שלום פּראָצעדור.
דאָ קומט ליידער ווידער צום אויסדרוק זייער הפקר'דיג צוגאַנג, וועלכע שעדיגט די אידן איבער די גאנצע וועלט, און בפרט די אמעריקאנער אידן, עס איז באקאנט זייער פאלאסי אז אויב די ציוניסטישער איידיאלעגיע ארבעט זיך נישט אויס, וועלען זיי מיט נעמען גאנץ כלל ישראל אין תהום אריין, זייער גרעניצלאָזע גאוה פירט זיי אפילו צו טשעפּען מיט מאַכטפולסטן מענטש אין וועמען זיי זענען אָנגעוויזן, דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, און ווי איינער פון זיי אַליין איז מודה איז עס "אַ שפּיל מיט פייער." אָבער זיי האַלטן זיך נישט צוריק ווייטער צו גיסן אויל צו די פלאַמען, וועלכע קען חלילה אַריינברענגן אַ געפערליכע שנאת ישראל אינעם פּרעזידענט, און אַלע זיינע שטיצער און דער אַמעריקאַנער פאָלק בכלל, וואָס די קאָנסקווענצן קענען חלילה זיין זייער ביטער.
* * * * * * * * * *
שאַרפער באַריכט פון יו.ען. קאָמיטע קעגן איזראַעל'ס קריג פאַרברעכנס אין עזה
גענעוואַ – אויף די אינטערנאַציאָנאַלע אַרענדע, איז לעצטנס ערשינען אַ באַריכט דורך אַ פיר מיטגלידער פּאַנעל, וועלכע איז געשטעלט געוואָרן דורך די יו.ען. אויסצופאָרשן די קריג פאַרברעכנס באַשולדיגונגען אין די לעצטע עזה קאָנפליקט. אין דעם 575 בלעטער באַריכט, שרייבט די גרופּע זייער שאַרף קעג איזראַעל פאַרן באַגיין פאַרברעכנס קעגן די מענטשהייט אין די קריג.
די 'גאָלדסטאָון באַריכט', אויפן נאָמען פון אַ אידישן יוריסט פון דרום אַפריקע ריטשאַרד גאָלדשטיין, וועלכער האָט געפירט די קאָמיטע, איז באַשטימט צו ווערן דעבאַטירט דעם סוף וואָך דורך די יו.ען. מענטשן רעכטן קאָונסיל אין גענעוואַ.
דער באַריכט קריטיקירט איזראַעל און די פּאַלעסטינער, אָבער איז אַמשאַרפסטן קעגן איזראַעל'ס קריג פאַרברעכנס, פאַר באַפעלן זעלנער צו שיסן ציווילע אָן קיין חשבון. די קאָמיטע האָט רעקאָמענדירט אַז די פאַרברעכנס פון ביידע זייטן זאָלן געשיקט ווערן צו די סעקיוריטי קאַונסיל, פאַר אויספאָרשונגען און מעגליכע פּראָצעסן בעפאָר די אינטערנאַציאָנאַלע האַג געריכט. טראָץ וואָס ס'איז אומוואַרשיינליך אַז די קלאַגעס וועלן פאַקטיש פירן צו אַ פּראָצעס, זענען אָבער די געפינסן אַ שטאַרקער באַשולדיגונג אַקט קעגן איזראַעל, און שטעלט איר אין אַ פינסטערן ליכט פאַר זיך אומגיין ברוטאַל קעגן די פּאַלעסטינער.
דאָס גיט ווייטער צו צום פינסטערן אימעזש וואָס די ציונים ברענגן אויף אידן איבער די וועלט, ווייל זיי ווערן געהאַלטן פאַראַנטוואָרטליך פאַר די ציונ'יסטישע פעולות.
סכנה פון דריטע אינטיפאַדאַ ה"י צוליב מתנחלי'שע הר הבית פּראָוואָקאַציעס
ירושלים – ניין יאָר נאָך וואָס דער אַרויפגאַנג אויפן הר הבית, ביי די אַל-אַקאצאַ מעטשעט, איז געווען דער פונק אָנצוצינדן אַ בלוטיגע אינטיפאַדאַ וועלכע האָט געקאָסט הונדערטער אידישע קרבנות, האָבן מתנחל'ישע פּראָוואָצירער נאָכאַמאָל צוגעשטעלט ענליכע פונקען וועלכע וואָלטן חלילה געקענט – און קענען נאָך חלילה - אויפרייסן דעם פּולווער פּאַס ה"י. די האָר פון קאָפּ שטעלן זיך אויף אַז נאָך די טייכן פאַרגאָסענע בלוט פון די פריערדיגע הר הבית מאַרש, זענען די מופקרים נאָכאַמאָל גרייט אַריינצופירן דעם כלל ישראל אין אַזאַ שרעקליכע צרה, חלילה. דורכאויס דעם יום טוב סוכות האָבן זיך אַרומגעדרייט קלאַנגען צווישן די אַראַבער אַז די מתנחלים גרייטן זיך צו פאַרכאַפּן די הר הבית, וואו זיי האָבן זייער מעטשעט.
די פּאַלעסטינער האָבן דערפאַר פאַררופן אַן אַלגעמיינע סטרייק, אויף פרייטאָג, און מ'האָט אויך באַוואָרפן אידן ביים כותל מיט שטיינער. פּאַלעסטינער גרופּעס און קלעריקאַלן האָבן גערופן זייערע נאָכפאָלגער צו באַשיצן אַל-אַקצאַ מיט זייער קערפּער, און די היסטאָריע האָט געוויזן אַז די אַל-אַקצאַ איז אַ טעמע וועלכע קען פירן צו אַ ברוטאַלן קייט פון רציחות. מיט ניין יאָר צוריק האָט די לעצטע אינטיפאַדאַ, וועלכע האָט גענומען יאָרן צו פאַרלעשן, זיך אָנגעהויבן מיט אַן אַרויפגאַנג צום הר הבית דורך אריק שרון וועלכער איז געווען אין שפּיץ פון אַן עקסטרעמיסטישע גרופּע, און עס איז געקומען נאָך קלאַנגען אַז מ'גראָבט אונטער'ן הר הבית; און אויך אין תשנ"ו האָט אַזאַ סאָרט באַרירונג אָנגעהויבן אַ געפערליכער קייט פון געוואַלדטאַטן.
צוליב די שרעק אַז עס וועלן ווידער אויסברעכן גאָר ווילדע אומרוען, האָבן די איזראַעלישע פּאָליציי פאַרבאָטן פאַר אינגע אַראַבער צו קומען צום כותל אין זייער געבעט טאָג, פרייטאָג, צו פאַרמיידן מהומות. אין די זעלבע צייט האָט געהאָנגען די פראַגע אין די לופט, צי עס קומט חלילה אַ פרישער אויפרייס וואָס קען אָנהייבן אַ פרישער קייט פון געפערליכע טעראָר אַטאַקעס. טראָץ די אָנגעצויגנקייט, און וואָס יעדער האָט געציטערט צי עס הייבט זיך נישט אָן אַ פרישע סעריע פון דערקייקלונגען מיט די פּאַלעסטינער, האָבן די מתנחלים, אונטער'ן פרומען שלייער פון זייער נאָנטשאַפט צום מקום המקדש – איגנאָרירנדיג די איסורי כריתות וואָס זיי זענען עובר ביים אַרויפגיין אויפן הייליג פּלאַץ – גערופן זייערע מיטגלידער יאָ זיך אַריינצובאַקומען אינעם הר הבית, אויף די ערטער וועלכע איז אונטער אַראַבישע קאָנטראָל.
אגב, אפילו הרב אלישיב, וועלכע קען נישט פאַרדעכטיגט ווערן מיט קנאות, האָט די וואָך אַרויסגערעדט קעגן אַרויפגיין אויף דעם אָרט, צוליב די חיובי כריתות, און האָט אויך דערמאַנט די געפערליכע סכנות וואָס קען ברענגן. דאָך זענען די מתנחלים עקסטרעמיסטען גרייט אַריינצופירן די אידן אין אַ סכנה.
די אומרוען צוליב'ן הר הבית גיסט זיך אַריבער אויך אין אַנדערע לענדער. דער ירדן'ער פּרעזידענט האָט געזאָגט אַז ער האָט מורא אַז דאָס וועט ברענגן אומרוען ביי אים אין לאַנד, וואו עס זענען שוין פאָרגעקומען נישט ווייניגער ווי 600 פּראָטעסטן צוליב דעם, און עס גיט שטאָף פאַר ראַדיקאַלן אויפצוהעצן די געמיטער צו עקסטרעמיזם. זעלבסט-פאַרשטענדליך אַז דער פייער קען זיך חלילה אויך דערקייקלען צו מערב לענדער מיט גרויסע אַראַבישע באַפעלקערונג, אַזוי ווי מ'האָט דאָרט געליטן פון אַ רייע אַנטיסעמיטישע אינצידענטן דורכאויס די לעצטע עזה קאָנפליקט.
די בלוט ווערט פאַרגליווערט, אַז זיי זענען גרייט אַריינצופירן דעם כלל ישראל אין פרישע סכנות – אַריינגערעכנט די אידן פון חוץ לארץ, וואָס די צווייטע אינטיפאַדאַ און די נאָכפאָלגנדע אַראָפּדרוקונגען האָט אויך געפירט צו אַן אַנטיסעמיטיזם אויפשטייג איבער די וועלט – דורכצופירן זייער ראַדיקאַלע אידעלאָגיע. איבערהויפּט שטעלן זיין אין אַ פינסטערן ליכט דעם פרומען אידענטום, וויבאַלד זייער אַרויפגיין צום הר הבית ווערט פּראָקלאַמירט אונטער אַ פרומען שלייער, און לויט זייערע באַריכטן זענען אויך געווען חסידים, ווען אַ גרופּע האָט פאָריגע וואָך באַוויזן אַרויפצוגיין צום הר הבית.
לא עת לחשות
די אַלע רשעות'דיגע און רייצערישע שריט, און נאָך פיל מער ווי מיר האָבן געשריבן פּאַסירן טעגליך, גיסן אויל צום פייער פון שנאת ישראל. רבינו הקוה"ט זי"ע האָט ביי די כינוס הכללי פון התאחדות הרבנים געזאָגט פייערדיגע דיבורים, אַז "מ'זאָל גוט קוקן האָרעווען זיי אין אַמעריקע אויך אָנצואַרבעטן אנטיסעמיטיזם, אַזוי ווי זיי האָבן געהאָרעוועט אין יוראָפּ." דער רבי האָט זיך דערביי אויסגעדרוקט אַז "מ'דאַרף גרויס רחמים אַז זיי זאָלן עס חלילה נישט דערגרייכן."
רבינו הקוה"ט זי"ע האָט דאַן געגעבן אַ בפירוש'ע הוראה, אַז דאָס איז "לא תעמוד על דם רעיך! און מען שווייגט?!... איינס פון די גרעסטע מצוות העט געווען, מיטן גרעסטן מסירת נפש, מ'זאָל קענען מודיע זיין פאַר די אומות אַז זיי זענען נישט די פאַרטרעטערס פון כלל ישראל. יודען שומרי תורה האָבן מיט זיי נישט קיין שייכות. מסירת נפש פאַר דעם צו האָבן העט מען געדאַרפט וכו'."
אין די איצטיגע צייט, ווען עס קומט זייער בולט אַרויס די ציונ'יסטישע שריט פון אָנרייצן שנאת ישראל און זייער נוצן אידן איבער די וועלט אַלס זייער קאַנאָנען פלייש ר"ל, היל"ת, צו קענען אָנקומען צו זייערע עקסטרעמיסטישע אַגענדעס, איז די צייט אויסצופירן די הוראה און זיך אָפּשאָקלען פון זייערע פעולות. איבערהויפּט דאַרף מען באַקעמפן די רייצונגען פון די מתנחלים מיט קאַפּלעך, וואָס גייען אויפן חשבון פון יהדות החרדית, און פאַרשטערקערט דעם איינדרוק אַז פרומע אידן זענען די וואָס זענען שולדיג אין די אַלע פּראָבלעמען צוליב זייער ראַדיקאַלע שטעלונגען.
נטרונא, וועלכע האָט אין די לעצטע יאָרן אונטערגענומען אַ רייע העכסט דעפאָלגרייכע קאַמפּיינס צו דערקלערן קבל תבל ומלואה אַז ערליכע אידן זענען קעגן די עקסטרעמיסטישע און ציונ'יסטישע שריט, און דאָס איז היפוך פונעם דרך התורה, פּלאַנט איצט אַ העפטיגע קאַמפּיין אָפּצושלאָגן די לעצטע התגרות באומות. אַזאַ קאַמפּיין דאַרף אָפּקאָסטן ריזיגע סכומים פאַר פּובליק רילעישאָנס פּראָפעסיענאַלן, רעקלאַמעס און נאָך, כדי עס זאָל האָבן דעם ריכטיגן אַפעקט, און די הצלחה איז אַסאַך געוואָנדן לויט די פינאַנציעלע מעגליכקייטן עס דורכצופירן.
עס איז צו ערוואַרטן אַז דער ברייטער ציבור זאָל אויספאָלגן די הוראה פון רבינו הקוה"ט זי"ע, וועלכער האָט געשריגן "לא תעמוד על דם רעיך," און פון זיין הייליג האַרץ האָט אַרויסגעשריגן די ווייטאָג און ווינדער אַז "מען שווייגט?!" אין די צייט וואָס די סכנה ברענט. איצט איז אַ צייט וואָס מען טאָר נישט שווייגן און נישט רוען, און עס איז צום האָפן אַז ערליכע אידן וועלן איינזען דעם חובת השעה און ערמעגליכן אַז די קאַמפּיין זאָל דורכגעפירט ווערן אויפן שטערקסטן פאַרנעם, מודיע צו זיין אַז די ציונים "זענען נישט די פאַרטרעטער פון כלל ישראל, און אידן שומרי תורה האָבן מיט זיי נישט קיין שייכות."
בזכות פון זיך אָנשטרענגן למען כבוד שמו יתברך ותורתו - וועלכע ווערט פאַרשוועכט און מסולף דורך די רעגעליעזע אפיקורסים בשם התורה, און דורך די ציונים וועלכע שטעלן זיך אַהער אַלס די פאַרטרעטער פון כלל ישראל – זאָלן מיר שוין זוכה זיין צום מלוך על כל העולם כולו בכבודיך, וואָס וועט פּאַסירן נאָך וואָס עס וועט זיין כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ, בביאת משיח צדקינו בב"א.
מקורות
[רעדאַקטירן]נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות