לדלג לתוכן

נטרונא בליצן שבט ז תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו נטרונא בלעטל


רבי יואל טייטלבוים הרבי מסאטמער (י"ז טבת ה'תרמ"ז 1887- כ"ו אב ה'תשל"ט 1979)
נייע בין לאַדן טעיפּ זאָגט אַז אַמעריקע וועט ליידן צוליב’ן שטיצן איזראַעל

דובאי – אין אַ נייע קורצע רעקאָרדירטע מעסעדזש, אין וועלכע אָסאַמאַ בין לאַדן נעמט פאַראַנטוואָרטליכקייט פאַר די דורכגעפאַלענע פּרואוו אויפצורייסן אַ נאָרטוועסט עירליין פליגער דורך אַ באָמבע פאַרשטעקט אין הויזן, זאָגט ער אַז דאָס איז אַ מעסעדזש קעגן אַמעריקע פאַר’ן טשעפּען מיט די פּאַלעסטינער. ער לייגט דארט צו די וואָרלד טרעיד צענטער אַטאַקעס זענען אויך געווען מעסעדזשעס אַז אַמעריקע זאָל זיך אָפּלאָזן פון איזראַעל.

די טעיפּ גיט שטאָף פאַר די וואָס טענה’ן אַז אַלע צרות וואָס אַמעריקע ליידט פון די טעראָריסטן, איז צוליב די איזראַעלישע און פּאַלעסטינער קאָנפליקט. דאס רעגט אויף די גוים וועלכע פאַרשטייען נישט פאַרוואָס אמעריקע זוכט זיך די קאפ ווייטאג פון העלפן איזראעל, צוליב וואס זיי דאַרפן ליידן פון די ראדיקאלע טעראריסטן.

עס איז מערקווידיג אַז אַמאָל האָט דער ארכי טעראריסט און מאסן מערדער בין לאַדן זיך נישט צופיל אידענטיפיצירט מיט די פּאַלעסטינער, אָבער זייענדיג איזאָלירט און זוכנדיג סימפאטיע, האָט ער ווייזט אויס איינגעזען אַז מיט נוצן די איזראַעלישע פּאַלעסטינער קאָנפליקט וועט ער טרעפן מער סימפּאַטיע ביי זיין פאָלק, און ער וועט אויך אַרויפטרעטן אויף אַ טעמע וואָס רעגט שוין אויף גענוג אַמעריקאַנער.

אין זיין מעסעדזש, וואס ער אדרעסירט אלס פון אָסאַמאַ צו אָבאַמאַ, האָט בין לאַדן געזאָגט:

"די מעסעדזשעס וועלכע זענען איבערגעגעבן געוואָרן דורך די פליגער פון דעם העלד אומאַר פאַרוק אַבדולמוטאַלאַב (וועלכער האָט פּרובירט אויפצורייסן די באָמבע), איז אונטערצושטרייכן פריערדיגע מעסעדזשעס וועלכע זענען אַריבערגעפירט געוואָרן צו אייך דורך די העלדן פון די עלפטע סעפּטעמבער. די מעסעדזש איז, אַז אַמעריקע זאָל נישט חלומ’ען פון זיכערהייט, ביז ווען מיר געניסן עס אַלס רעאַליטעט אין פּאַלעסטינע."

"עס איז נישט קיין יושר אַז ענק (אַמעריקע) געניסן אַ גוט לעבן, אין די צייט וואָס אונזערע ברידער אין עזה ליידן די ערגסטע לעבנס- סטאַנדאַרט. דערפאַר, גאָ-ט’ס ווילן, וועלן אונזערע אַטאַקעס קעגן ענק פאָרגעזעצט ווערן ווילאַנג ענק האַלטן אָן ענקער שטיצע פאַר איזראַעל."

שפּיאָנאַזש באַאַמטע זענען באַזאָרגט און פּרובירן צו דערגיין צי די תימן’ער אַל-קאידאַ גרופּע - וועלכע האָבן געשיקט אַבדולמוטאַלאַב צו פּרובירן אויפרייסן די פליגער מיט די פאַרשטעקטע באָמבע – האָט אַרויסגעשיקט נאָך מיטגלידער צו פּרובירן דורכפירן אַטאַקעס. די בריטישע שפּיאָנאַזש’ס טעראָר אַנאַליז צענטער האָט געזאָגט נאָך די טעיפּ עס איז איצט דאָ אַ ‘הויכע וואַרשיינליכקייט’ אַז עס וועט קומען אַן אַטאַקע אויף ענגלאַנד.

די סאָרט מעסעדזשעס פון בין לאַדן זוכן אונטערצושטרייכן אַז איזראַעל איז שולדיג פאַרוואָס ער זוכט צו אַטאַקירן אַמעריקע, און ער וויל אַז די אַמעריקאַנער פאָלק זאָל ווערן גערעגט פאַרוואָס זייער רעגירונג נעמט זיך אַזוי אָן פאַר איזראַעל. נאַטורליך אַז דאָס ברענגט אַ געפערליכע צאָרן אויף אידן, וועמען די אַלגעמיינע בירגער זעען אַלס די וואָס דרוקן אויף וואַשינגטאָן צו צושטיין צו איזראַעל אין אַלע זייערע קאָנפליקטן.

מתנחלי’שער רב אַרעסטירט אויף פאַרדאַכטן אין מעטשעט אונטערצינדונג פאַרשוואַרצט דעם אימעזש פון חרד’ישן ציבור אַלס ווילדע ראַדיקאַלן

יצהר – איזראַעלישע פּאָליציי האָבן פאַרהאַלטן הרב יצחק שאַפּיראַ, אַ רב אין די עוד יוסף חי ישיבה אין די יצהר ישוב, אויף פאַרדאַכטן אין פאַרבינדונג מיט די לעצטע אונטערצינדונג פון אַ מעטשעט. די נייעס, אַז אַ רב איז אַרעסטירט געוואָרן אין דעם וואַנדאַליסטישן העסליכן אַקט, איז ליידער שטאַרק געדעקט געוואָרן איבער די וועלט, פאַרשטערקערנדיג דעם איינדרוק ביי אומות העולם אַז פרומע אידן זענען די וואָס שטייען אונטער די ווילדסטע שריט און שטייפסטע שטעלונגען קעגן די אַראַבער.

פּאָליציי האָבן שוין פריער אַרעסטירט צען בחורים אין די עוד יוסף חי ישיבה, וועלכע איז אמאל געשטאנען אויפן קבר יוסף הצדיק אין שכם - און זיי האבן שוין געברענגט צו בלוט פארגיסונגען צוליב זייערע אוואנטוריסטישע שטיקעס זיך צו געפונען ביים ציון אפילו ווען ס’איז געווען קלאר סכנת נפשות - פאַר אויספאָרשונגען, אויף די פארדאכטן אז זיי האבן דורכגעפירט די אונטערצינדונג און סלאָגאַנען וועלכע מ’האָט אויפגעפירקעלט אויף די מעטשעט.

זיי זאָגן איצט אַז דער ראביי שאַפּיראַ איז "אויך פאַרדעכטיגט אין אַ פאַרמישונג אין די פּרואוו אונטערצוצינדן די מעטשעט."

איבריג צו זאָגן אַז פאַרברענען אַ רעליגיעזע אָרט ווערט פאַררעכנט אין די אויגן פון די וועלט – פּונקט ווי להבדיל אונטערצוצינדן אַ שול – אַלס זייער האַרבער און פיינטליכער אַקט. נאָך ערגער איז ווען דאָס איז געטאָן געוואָרן דורך איינעם וואָס פאַררופט זיך אנגעבליך אַלס גייסטליכער און פירער, וואָס דאַן איז עס אָפיציעלער און עס שאַפט דעם איינדרוק אַז דאָס איז חלילה בשם התורה און דאס איז דער ווילן פון פרומע אידן.

שאַפּיראַ האָט פאַראַיאָר אַרויסגעגעבן אַן אַזוי גערופענעם ‘ספר’, וועלכע האָט אויך באַהאַנדעלט פעלער ווען מען איז באַרעכטיגט צו הרג’ען ציווילע גוים און אידן, שרייבנדיג אַז מען מעג אפילו הרג’ען קינדער אויב מ’גלייבט אַז ווען זיי וועלן אויפוואַקסן וועלן זיי באַגיין די זעלבע פאַרברעכנס ווי זייערע עלטערן. דאָס איז געווען אַ באַשיינפּערליכע לעגיטימאַציע און רוף צו מאָרדן אַראַבער, אין געוויסע פעלער, און אַלעס אונטער אַן אַזוי גערופענע תורה’דיגע שלייער, ברענגנדיג אַ געפערליכער חילול השם, און ארויפציענדיג פאַרדאַכטן קעגן פרומע אידן אַז זיי זענען פּאָטענציעלע טעראָריסטן. דאס העלפט ליידער גיסן אויל צום פייער פון שנאת ישראל, ברענגנדיג אַ געפערליכע צאָרן אין די וועלט קעגן ערליכע אידן.

נתניה זאָגט אין אוישוויץ אַז מ’דאַרף באַקעמפן דעם ‘נייעם עמלק’ ציעט ארויף תורה’דיגע שלייער אויף זיין ראדיקאלע שטעלונגען

אוישוויץ – אויפטרעטנדיג ביי אַ צערעמאָניע אינעם 65 ’סטן יאָר-טאָג פון די באַפרייאונג פון אוישוויץ, האָט פרעמיער מיניסטער נתניהו געצויגן פאַרגלייכן פון היטלער, וועמען ער האָט באַצייכט אַלס דער “נאַצי עמלק,” צו אַכמעדינעדזשאַד, וועמען ער רופט אָן דעם “נייעם עמלק.” אין די וועלט ווערט עס אויסגעטייטשט אַז אָבאַמאַ זעט אין זיין קריג מיט איראַן ווי אַ רעליגיעזער קאַמף, און עס ווערט אָנגענומען אַז אָבאַמאַ’ס שטייפע פּאַליסיס, וועלכע הייצן אָן די געמיטער אינעם מיטל מזרח, איז גאָר לויט די תורה, חלילה, שאַפנדיג אַ געפערליכן חילול השם און האַס צו ערליכע אידן.

"מיר וועלן אַלץ געדענקן וואָס דער נאַצי עמלק האָט געטאָן צו אונז, און מיר וועלן נישט פאַרגעסן צו זיין גרייט פאַר דעם נייעם עמלק, וועלכער ערשיינט אויף די היסטאָריע אַרענע און ער דראָעט נאָכאַמאָל צו פאַרניכטן די אידן. מיר וועלן דאָס נישט נעמען לייכט און גלייבן אַז דאָס זענען ליידיגע סטעיטמענטס. מיר וועלן נישט זיין רואיג אַזוי ווי די דראָאונגען און די לייקענונגען פון די האָלאָקאָוסט זענען בלויז הוילע ווערטער. מיר וועלן קיינמאָל נישט פאַרגעסן און אייביג געדענקן צו שטיין וואַך."

טראָץ וואָס היינט איז שוין קלאָר פאַר יעדן איינעם אַז איזראַעל קען זיך אפילו נישט ספּראַווען מיט ראַקעטס וועלכע קומען צו פליען פון טעראָר גרופּעס, דאָך חזר’ט נאָך נתניהו איבער די אַלטע ציונ’יסטישע לאָזונג ווי גלייך זיי קענען באשיצן דעם כלל ישראל קעגן מעכטיגע לענדער און וועלט מאכטן, און ווי גלייך זיי קענען שטיין אויף דער וואַך קעגן אַזאַ געפאַר ווי היטלער. דער שטאָלצער פּאַרעך האָט אין די ווערטער איבערגעקייעט די אַלטע ציונ’יסטישע לאָזונג, אז זיי וועלן נישט פאַרגעסן די וועלט קריג, און זיי וועלן זיכער מאכן אַז עס זאָל זיך מער נישט איבערשפּילן.

היינט צו טאָגס ווייסט שוין יעדער איינער אַז זיי זענען די גרעסטע אָנזייער פון שנאת ישראל אין די וועלט, און אַנשטאָט באַשיצן אידן, איז איזראַעל דער אָרט וואו אידן זענען די מערסטע אויסגעשטעלט צו ליידן פון טעראָר, און אויסער דעם עקספּאָרטירן זיי שנאת ישראל פאַר אידן איבעראָל. אָבער דער דל גאה זאָגט נאָך אַז זיי וועלן שטיין וואַך...

אָבער אויסער דעם, מיט’ן פאַרגלייכן אַכמעדינעדזשאַד צו עמלק, זוכט נתניהו צו זיין אַ נבל בשם התורה. ער גיט דעם אָנשטעל ווי גלייך די שנאה פון אידן צו עמלק איז וואָס עס טרייבט אים צו נוצן שאַרפע רעטאָריק קעגן איראַן. דאָס פאַרשלייערן די רייבערייען אין נאָמען פון די תורה, מאַכט אויסזען ווי די אַלע שריט זענען אין נאָמען און ווערן בעיקר געטריבן פון תורה-טרייע אידן, ה"י.

מיט איבער אַ האַלב יאָר צוריק איז טאַקע געווען אַ לענגערע לייט-אַרטיקל אין ניו יאָרק טיימס, וואו עס איז אָנגעוויזן געוואָרן אַז נתניהו’ס ראַטגעבער האָט דערקלערט זיין שטעלונג קעגן איראַן, מיט צוויי ווערטער: "טראַכט עמלק."

די טיימס האָט דאָרט אָנגעוויזן אַז אַלע עוכרי ישראל ווערן באַטראַכט ביי אידן ווי עמלק, און אויב נתניה-ו זעט אין אַכמעדינעדזשאַד אַלס עמלק, איז ער מחוייב לויט די אידישע היסטאָריע אים צו באַקעמפן. ווי גלייך דער מומר וועלכער האָט נישט גאָרנישט מיט די תורה, האָט עפּעס אַ פּראָבלעם מיט עמלק. אָבער פאַר די וועלט דינט אים גוט צו נוצן דעם אויסדרוק צו זאָגן אַז ער האָט נישט קיין ברירה נאָר צו באַקעמפן איראַן, וויבאלד די תורה הייסט אזוי. ליידער ברענגט דאס ווידער אז די אלע ראדיקאלע שריט זאלן מערסטנס גיין אויף די קאנטע פון ערליכע אידן, וועלכע זענען די ערשטע אויף וועמען מ’טייטעלט אלס די שולדיגע אין די כסדר’דיגע קאנפליקטן, און וועלן זיי די ערשטע אראפגעריסן צו ווערן אויב עס ברעכט חלילה אויס א מלחמה, ה"י.

* * * * * * * * * *

די דערמאַנטע געשענישן זענען בלויז עטליכע ביישפּילן ווי אַזוי אין די נייעס שפּאַלטענס, זענען כמעט טעגליך פאַראַן פּראָמינענטע באַריכטן וועלכע שאַפן און פאַרשטערקערן דעם איינדרוק ביי די אומות העולם אַז:

  • די פרומע אידן זענען די ראַדיקאַלסטע

באַקעמפער פון די אַראַבער, גייענדיג אַזוי ווייט אַז אַ ראַביי קען זיין פאַרמישט אין נוצן געוואַלדטאַטן און טעראָר קעגן אַראַבער;

  • די שטייפע ליניעס פון די איזראַעלישע

רעגירונג, ווערן פארגעשטעלט אלס אין נאמען פון די תורה הקדושה. דאָס פאַרשוואַרצט די תורה הקדושה, אַלס די וואָס טרייבט חלילה צו ראַדיקאַליזם און מלחמות, און עס שטעלט אין געפאַר ערליכע אידן.

  • דער מיטל מזרח קאָנפליקט איז שולדיג אין

די טעראָר געפאַרן וואָס אַמעריקע שטייט אויס, ווייל דאָס רופט אַרויס די צאָרן און ברענגט די נקמה פון אַל-קאידאַ.

נטרונא, ווי באַוויסט, איז די איינציגסטע וועלכע איז פאַרנומען טאָג און נאַכט צו טוישן דעם דעת הקהל, און איז ב”ה שטאַרק מצליח צו עפענען די אויגן פון די וואָס באַקענען זיך מיט אירע אויפקלערונגען, ליטעראַטור און פאַרשפּרייטונגען אין די נייעס קוועלער, אַז ערליכע אידן האָבן נישט קיין שייכות מיט די מדינה, און זוכן צו לעבן פרידליך מיט זייערע רעגירונג און מיט די וועלט’ס פעלקער.

אָבער ווי ווייט מ’קען אָנקומען, איז פאַרשטענדליך געוואָנדן אין וויפיל הילף און שטיצע מ’האָט צו קענען אונטערנעמען אַפעקטיווע מיטלען וואָס מער צו פאַרשפּרייטן די ריכטיגע שטעלונג פון ערליכע אידן, בהשכל ובדעת, און אויסגערעכנטערהייט אַז עס זאָל טאַקע דערגרייכן די ריכטיגע צילן, ושיהא שם שמים מתאהב על ידינו.

עס איז צום האָפן אַז דער ציבור זאָל זיך אָנשטרענגן מחזק צו זיין די פעולות, כדי מ’זאָל קענען אָפּשלאָגן דעם חילול ה’ און סכנה פון כלל ישראל, ובזכות וואָס אידן זוכן מרבה צו זיין כבוד שמים, זאָל עס שוין ברענגן מדה כנגד מדה אַז עס זאָל שוין זיין יתגדל ויתקדש שמי’ רבה, בב"א.

מקורות

[רעדאַקטירן]

נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות

קוק נאך

[רעדאַקטירן]

נטרונא
דזועס אגענסט ציוניזם