לדלג לתוכן

נטרונא בליצן טבת ו תש"ע

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו נטרונא בלעטל


רבי יואל טייטלבוים הרבי מסאטמער (י"ז טבת ה'תרמ"ז 1887- כ"ו אב ה'תשל"ט 1979)
אויפשוידער:
באָראָ פּאַרק אַסעמבלימאַן שלאָגט פאָר דורכצופירן 'עטנישע פּראָפילס' אָפּצושטעלן טעראָר
אידן זענען אַלץ געווען די ערשטע צו ליידן פון סעלעקציע מעטאָדן; דער בארא פארקער אַסעמבלימאַן איז שטענדיג דער וואָס גיסט אויל צום פייער פון שנאת ישראל, אין נאָמען פון אָרטאָדאָקסישן אידענטום

באָראָ פּאַרק – אַרויפכאַפּנדיג זיך אויף די לעצטע געשעעניש ווען מ'האָט צושטערט אַ טעראָר פּלאַן אויפצורייסן אַ פליגער, האָט דער בארא פארקער אַסעמבלימאַן גערופן צו נוצן 'עטנישע פּראָפיילינג" צו פאַרמיידן טעראָר. דאָס איז אַן אומפאַראַנטוואָרטליכער ווילדער שריט פון דעם חרד'ישן אַסעמבלימאַן: סיי ווייל אידן זענען אַלץ געווען די ערשטע צו ליידן ווען מ'האָט פאַראורטיילט מענטשן לויט זייער ראַסע און רעליגיע; און ווייל אַזאַ רוף פון אַן אָרטאָדאָקסישן באַאַמטער קענען חלילה צוגיסן אויל צום פייער פון האַס קעגן פרומע אידן.

דער בארא פארקער אַסעמבלימאַן האָט שוין מיט פיר יאָר צוריק אַרויפגעברענגט אַזאַ געזעץ, נאָך וואָס עס איז ענטשטאַנען אַ שטורעם אויף באַריכטן אַז די פּאָליציי נוצן "ראַסע פּראָפיילינג" צו כאַפּן פאַרברעכער. דער געזעץ איז אָבער אין ערגעץ נישט געגאַנגען – עס איז בכלל נישט אויפגעברענגט געוואָרן אויף די אַסעמבלי'ס אַגענדע - נאָכן ווערן פאַרדאַמט דורך פאַרשידענע גרופּעס און אַלע רעכט-דענקנדע באַאַמטע האָבן זיך אָפּגעטרייסלט דערפון. פון אַלע זייטן איז מען אַרויסגעקומען קעגן אַזאַ פּלאַן, וואָס וועט ברענגן דיסקרימינאַציע קעגן געוויסע גרופּעס.

די ערשטע מאָל האָט מען געקענט מיינען אַז הייקינד איז נאַאיוו, און ער האָט נישט געוויסט ווי קאָנטרעווערסיעל און אָפּגעפרעגט זיין געזעץ וועט זיין און וואָס פאַר אַ שטורעם עס וועט אַרויסרופן. דאָס קען שוין אָבער נישט געזאָגט ווערן דאָס מאָל.

אין אָנבליק וואָס מען האָט פאָריגע וואָך אָפּגעשטעלט אַ טעראָריסט פון דורכפירן אַן אויפרייס אויף אַ נאָרטוועסט עירליין פליגער, האָט דער בארא פארקער אַסעמבלימאַן געמאָלדן אַז ער וועט נאָכאַמאָל אויפברענגן די געזעץ אין די קומענדיגע לעגיסלאַטיווע סעסיע. ער זאָגט אַז סיי ווי קאָנטרעווערסיעל די געזעץ איז, איז אָבער "איצט נישט קיין צייט פאַר פּאָליטישע קאָרעקטקייט."

עס איז זייער קלאָר אַז די געזעץ האָט דאָס מאָל אויך נישט קיין שום שאַנס באַשטעטיגט צו ווערן. דאָך איז דער בארא פארקער אַסעמבלימאַן ציל – ווי שטענדיג - צו פאַראורזאַכן אַ טומעל. ליידער גייט אָבער די טומעל אויפן חשבון פון פרומע אידן. דער בארא פארקער אַסעמבלימאַן איז באַוויסט און האָט אַ 'פּראָפיל' אַלס אָרטאָדאָקס, און ער פאַרטרעט די גרעסטע אָרטאָדאָקסישע געגנט אין די וועלט אויסער ארץ ישראל, און עס איז נאַטורליך אַז זיינע שטעלונגען ווערן אויסגעטייטשט ווי די מיינונג פון פרומע אידן.

דאָס קען חלילה אַרויסרופן בייזבלוט ביי אַלע אַראַבער אַז ערליכע אידן ווילן מ'זאָל זיי רודפ'ען, און זיי האָבן אַ רעקאָרד צו נוצן עטנישע פּראָפילס ביים באַשלוסן אין וועמען נקמה צו נעמען, ה"י. איבערהויפּט איז עס שרעקוועדיג, נעמנדיג אין באַטראַכט אַז די אידישע געגנטן אין זיינע דיסטריקט זענען אַרומגענומען מיט געדוכטע מוסלעמענער באַפעלקערונגען, און די אויפברויז קען חלילה ברענגן ביטערע נאָכפאָלגן ה"י.

אין צוגאָב, זענען ערליכע אידן ליידער שטענדיג געווען די ערשטע צו ליידן פון אַזעלכע שריט איינצוטיילן מענטשן און בירגער לויט זייער עטנישן אָפּשטאַם און רעליגיע – וואָס דאס איז געווען היטלער'ס פילאָזאָפיע, ה"י.

מיר דאַרפן דאַנקן השי"ת אַז מיר וואוינען אין אַ מלכות של חסד וואו יעדער געניסט גלייכבאַרעכטיגונג, און דאָס רופן פאַר פּראָפיילינג – אפילו אויב עס וועט נישט באַשטעטיגט ווערן איצט, אָבער בכלל דאָס באַרעכטיגן אַזאַ געזעץ - קען ברענגן ביטערע פאָלגען, ווייל שפּעטער קען עס ברענגן מ'זאָל אויך פּראָפילירן אידן פאַר אַנדערע זאַכן מיט א מכלומר'שטע פאלטשע אוסרייד אַז דאס איז מער שכיח ביי אידן, לדוגמא; אויב מ'וועט טרעפן אַ פיינענציאלע פּראָבלעם ביי איין פרומער איד. קען עס חלילה ברענגן מ'זאָל מער אָודיטן יעדע אידישע ביזנעס אָדער טעקס רעטוירנס, צי שטאָטישע פּראָגראַמען.

דער בארא פארקער אַסעמבלימאַן'ס רוף איז אומפאַראַנטוואָרטליך, און קען ברענגן שאָדנס פאַר יעדן איד. דערמיט גיסט ער אויל צום פייער פון התגרות באומות, אַזוי ווי ער טוט כסדר ביים באַזוכן די שטחים און געבן ווילדע סטעיטמענטס רעכטס און לינקס, קעגן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט און אַנדערע, וועלכע מאָלן אַראָפּ ערליכע אידן אַלס ראַדיקאַלן. זיינע טומלענישן זענען חלילה אומשטאַנד אַריבערצוברענגן די וויסטע אַנטיסעמיטיזם, און נאָכפאָלגנדע געוואַלדטאַטן אין די היימישע געגנטן אין אַמעריקע היל"ת, גאנץ מעגליך אז דאס איז אויסגערעכנט און א חלק פון די ציוניסטישער אלטע מהלך צו ברענען די ערד פאר די גלות אידן, כדי צו מוזן עולה זיין צו די מדינת הציונית.

נטרונא אַרבעט כסדר ריינצואוואַשן און מודיע זיין קבל עולם ומלואה אַז נישט דאס איז די מיינונג פון כלל ישראל. עס איז אבער אויך דער צייט אַז די בארא פארקער וויילער זאלן זיך לאזען הערן אז דער אַסעמבלימאַן זאָל טאָן זיין אויפגאַבע, דורך ברענגן הילף פון אָלבאַני פאַרן ציבור און זיין פאַרנומען מיט סטעיט אישוס, אַנשטאָט נוצן זיין אַמט אַלס פּלאַטפאָרמע צו טומלען און פּראָפּאָגאַנדירן זיינע ראַדיקאַלע אָנשויאונגען.

כי דור תהפוכות המה:
אידישע גרופּעס אין קאַמף מיט די קירכע אַרום פּויבסט-פאַרשמייליגונג

אין די לעצטע וואָך צייט האָבן אידישע גרופּעס זי גענומען אַראָפּצורייסן דעם פּויבסט פון רוים און די וואַטיקאַן, פאַר אָנהייבן אַ פּראָצעדור צו פאַרשמייליגן פּויבסט פּיוס דעם 12 'טער, וועלכער האָט געפירט די קאַטוילישע קירכע דורכאויס די צווייטע וועלט קריג. די פראַנצויזישע 'בני ברית' פיליאַליע, וועלכע גיט זיך אָפּ מיט באַקעמפן אַנטיסעמיטיזם, האָט זיך גענומען צונויפצוזאַמלען אונטערשריפטן קעגן די קירכע'ס שריט, ווייל זיי טענה'ן אַז פּיוס האָט פאַרשוויגן די נאַצי רציחות, און אַלע אַנדערע אידישע גרופּעס זענען אַרויס און ווי אין אַ כאָר אַראָפּגעריסן די קירכע פאַר פאַרהערליכן דעם רעקאָרד פונעם פאַרשטאָרבענעם פּויבסט. דערמיט דערצערענען די קאַטוילישע וועלט.

איבריג צו זאָגן אַז זיך רייצן מיט דעם פירער פון די קירכע, וועלכער האָט איבער אַ ביליאָן אָנהענגער, איז גורם אַ געפערליכע שנאת ישראל. און דער גאַנצער קאַמף איז בלויז איבער וועלכע טיטול און וועלכע ראַנג דער גע'פגר'טער פּויבסט זאָל באַקומען, וואָס האָט נישט קיין שייכות מיט אידן וועלכע האָבן גאָרנישט מיט די קירכע.

ערליכע אידן האָבן אַלץ געוויס אַז מ'טרעט נישט נעבן קיין קירכע און מ'האָט בכלל נישט געוויסט די געשעהנישען פון די טומאה, און אוודאי נישט געזוכט קיין קאַמפן מיט זיי.

די היינטיגע ציונ'יסטישע גרופּעס פירן זיך אויף פּונקט קאַפּויער: זיי זעען נישט קיין פּראָבלעם צו אַרבעטן האַנט ביי האַנט מיט עוואַנגעליסטישע גרופּעס צו קעמפן פאַר איזראַעל, און זיי זענען גאר די גרעסטע ספאנסערס פאר די עלי' באוועגונג, וואָס לויט די ענוואַנגעליסטן איז עס אַ טייל פון זייער גלויבן אין אותו האיש אַז אידן מוזן איצט האָבן ארץ ישראל, און דעמאלס וועט זיין צוויי ברירות אדער טויפן אדער להשמיד להרוג ולאבד רח"ל..., מיט אזאלכע גוטע פריינט ארבעטן די ציונים האנט בי האנט, די זעלבע גרופּעס האָבן אויך נישט קיין שום צוריקהאַלט פון דורכפירן 'אינטערפעיט' צערעמאָניעס, צווישן ראַבייס און גלחים וועלכע פּרעפּלען אינאיינעם.

אָבער ווען מ'רעדט פון אַ פאַרשטאָרבענעם פּויבסט, אַ פּאַפּירענער טיגער, קערן זיי איבער אַ וועלט, טראָץ וואָס דאָס פלאַמט אויף שנאת ישראל ל"ע. ערליכע אידן מוזן אַרויסקומען אין די עפנטליכקייט אז זייערע מעשים שפּיגלט נישט אָפּ די מיינונג פון די תורה אידענטום, מיר האבן נישט קיין שום שייכות, נישט מיט קליפת הנוצרת און נישט מיטן קליפת הציונית.

מקורות

[רעדאַקטירן]

נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות

קוק נאך

[רעדאַקטירן]

נטרונא
דזועס אגענסט ציוניזם