לדלג לתוכן

נטרונא בליצן אייר ט תש"ע א

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו נטרונא בלעטל


רבי יואל טייטלבוים הרבי מסאטמער (י"ז טבת ה'תרמ"ז 1887- כ"ו אב ה'תשל"ט 1979)
נטרונא זעצט פאָר פּובליק רילעישאָנס קאַמפּיין קלאָר צו שטעלן תורה’דיגע שטעלונג מיט רעקלאַמעס אין פּרעסטיזשפולע וואַשינגטאָן צייטונגען
פּרעזידענט אָבאַמאַ אונטער נאָכנאַנדע קריטיק און דרוק פון אידישע גרופּעס איבער זיין מיטל מזרח שטעלונגען
פאָרווערטס: עס עפנט אויף טעמע איבער אידן’ס דאָפּלטע לאָיאַליטעט

וואַשינגטאָן – די אָבאַמאַ אַדמיניסטראַציע קומט אונטער נאָכאַנדע דרוק פון אַלגעמיינע אידישע גרופּעס אינעם לעצטע חודש צייט - זינט די באַציאונגען מיט מדינת ישראל זענען אַריין אין אַן אנגעצויגענע פראַגע – אַז אַנשטאָט וואָס איזראַעל זאָל פּרובירן צו פאַרגלעטן דעם ריס וואָס זיי האָבן אָנגעווירטשאַפט, זאָל די אָבאַמאַ אַדמיניסטראַציע מפייס זיין און זיך חנ’דלען מיט די נתניה רעגירונג.

זעלבסט פאַרשטענדליך אַז די קריטיק און דרוק – אין אַ צייט ווען די ווייסע הויז האָט אַלץ פּרובירט זיך דורך צו קומען, אָבער ערוואַרט אַז אויך איזראַעל זאָל ווייזן עפּעס שריט צו העלפן צוריק אָנהייבן געשפּרעכן, אבער אן ערפאלג – רופט אַרויס בייז בלוט אין די אַדמיניסטראַציע, און ביי די אַמעריקאַנער בירגער וועלכע זעען כסדר די פאָדערונגען פון די אידישע גרופּעס, ווי גלייך וואַשינגטאָן דאַרף בלינדערהייט נאָכפאָלגן די שפּאַרבערישע ליניע פון די איצטיגע נתניה רעגירונג.

די איצטיגע שפּאַנונג אין די באַציאונגען, ווי באַריכטעט, האָט זיך אָנגעהויבן זינט די שפּיי אין פנים וואָס איזראַעל האָט דערלאַנגט די אָבאַמאַ אַדמיניסטראַציע מיט איבער אַ חודש צוריק, מעלדנדיג אַ פרישן הייזער פּראָיעקט אין מזרח ירושלים בעת ווייס פּרעזידענט ביידען איז דאָרט געווען אויף אַ באַזוך. טראָץ וואָס די אַדמיניסטראַציע האָט שוין שפּעטער פּרובירט צו פאַרווישן די רוגזה, זענען די איזראַעליס דערווייל נישט געווען גרייט צו צייגן קיין שום ערנסטן גוטן-ווילן שריט, צו פאַרווישן די שמוץ וואָס זיי האָבן אָנגעווירטשאַפט.

עס גייט נישט אַריבער קיין לאַנגע צייט וואָס אַ פּרעסטיזשפולע צייטונג זאָל נישט מעלדן אַ פרישן פאַל ווי אַזוי די נתניה רעגירונג האַלט זיך נאָך פאַר’עקשן’ט און וויל נישט קעגנקומען עפּעס פון וואַשינגטאָן’ס פאַרלאַנגן. פון די אַנדערע זייט, הערט מען טענות פון אַלגעמיינע אידישע גרופּעס און באַאַמטע קעגן די אַדמיניסטראַציע פאַרוואָס זי באַגייט זיך נישט העפליכער צו איזראַעל. די אַלע גרופּעס, אַנשטאָט זיך צו ווענדן צו נתני-ה ער זאָל זיך לערנען און האַלטן צו כללי הדיפּלאָמאַטיע און זען צו פאַרגלעטן דעם ריס וואָס ער האָט געעפנט, זענען זיי גאָר מלא טענות אויף פּרעזידענט אָבאַמאַ און זיינע געהילפן.

נישט בלויז וואָס זיי פאַרלאַנגן אַז די אַדמיניסטראַציע זאָל איגנאָרירן די חוצפה כאילו לא היה – וואָס זיי טוען גראַדע און מערסטן טייל, און פּרובירן עס אַראָפּצושפּילן – ווילן זיי אויך אַז וואַשינגטאָן זאָל טאָטאַל פאַרקוקן איזראַעל’ס ווייטערדיגע האַרטקייט און חוצפה. אַנשטאָט, זאָל די ווייסע הויז גייען דעם עקסטערן וועג צוריק איינפעדימען העכסט-פריינטליכע באַציאונגען מיט איזראַעל, און זאָל אויך פאַרשווייגן דאָס וואָס איזראַעל שטערט אַז מ’זאָל נישט קענען צוריק אָנהייבן דעם שלום פּראָצעדור.

אין אַ צייט ווען די פאַרלאַנגן און שטעלונגען רייצן נאַטורליך אויף די אַלגעמיינע גאַס, אַרבעט נטרונא אויף פאַרשידענע וועגן צו צייגן אַז כלל ישראל איז אומאיינשטימיג מיט די איזראַעלישע פרעכע און רייצערישע באַנעמונגען, און זיי רעספּעקטירן יאָ זייערע רעגירונג פירער. דאָס האָט איינגעשלאָסן ראַדיאָ מעסעדזשעס אין די באַרימטסטע סטאַנציעס, און מען אַרבעט אויף נאָכפאָלגנדע רעקלאַמעס אין די העכסט פּרעסטיזשפולע צייטונגען אין וואַשינגטאָן.

פאָלגענד זענען אַ צאָל נייעסן די לעצטע טעג – בקיצור נמרץ – וועלכע צייגן ווי אַזוי איזראַעל האַלט זיך מיט אַ פרעכע שטייפקייט קעגן די פאַרלאַנגן פון די אַדמיניסטראַציע, און שטערט אַלע פּרואוון צו באַנייען געשפּרעכן אינעם מיטל מזרח. אין די זעלבע צייט קומט דער פּרעזידענט אונטער כסדר’דיגע אַטאַקעס פון אידישע גרופּעס און אינטערעסן פאַר נישט אָנהאַלטן אַ בלינדע געטריישאַפט מיט איזראַעל:

אָבאַמאַ: שלום איז נאַציאָנאַלע זיכערהייט אינטערעסע

די אָבאַמאַ אַדמיניסטראַציע האָט לעצטנס אָנגענומען אַ מער דרינגנדן טאָן כלפי איינשטעלן שלום אין מיטל מזרח, זאָגנדיג אַז די געפעכטן שעדיגן אַמעריקאַנער אינטערעסן איבער די וועלט. גענעראַל פּעטרעאָוס האָט אויך לעצטנס געזאָגט אַז די האַס קעגן אַמעריקע אין די מוסלעמענער וועלט צוליב דעם מיטל מזרח קאָנפליקט, קאָסט אַמעריקאַנער קרבנות אין אַפגאַניסטאַן און איראַק.

פאָריגע וואָך דינסטאָג האָט דער פּרעזידענט געזאָגט אַז לעזן דעם מיטל מזרח קאָנפליקט איז אַ וויכטיגע נאַציאָנאַלע זיכערהייט אינטערעסע. דעריבער, האָט אין אַ רעדע פאָריגן דאָנערשטאָג אויסערן מיניסטאָרשע קלינטאָן שטאַרק אַרויסגעברענגט אַז איזראַעל דאַרף טאָן פיל מער צו ערמעגליכן שלום. זי האָט דערביי פאַרלאַנגט זיי זאָלן זיך צוריקהאַלטן פון אייגן-האַנטיגע סטעיטמענטס און שריט וועלכע קענען אונטערגראָבן צוטרוי...

נתניה אַנטזאָגט איינצופרירן בויאונגען אין ירושלים

אָבער די רופן פאַלן אויף טויבע אויערן. דורכאויס די לעצטע וואָכן איז געווען אָנגענומען אין די פּרעסע אַז איזראַעל איז איינגעגאַנגען נישט דורכצופירן קיין פרישע בוי-פּראָיעקטן אין ירושלים די קומענדיגע חדשים – וואַשינגטאָן איז שוין איינגעגאַנגען איר צו ערלויבן עס צו טאָן אָן קיין אָפיציעלע מעלדונג, און אַזוי אַרום ראַטעווען זייער פּרעסטיזש - אַלס תנאי בעפאָר וואַשינגטאָן קען צוריקשיקן דעם מיטל מזרח ענוואָי דזשאָרדזש מיטשעל צו פּרובירן איינפעדימען באַהאַנדלונגען. אָבער דעם דאָנערשטאָג, ווען מיטשעל איז אָנגעקומען אינעם ראַיאָן, האָט נתניה עס קאַטעגאָריש אָפּגעוואָרפן.

מיט פרעכע שטאָלצקייט האָט ער דערקלערט אויף די אָרטיגע מידיאַ: “איך זאָגן איין זאַך: עס וועט נישט זיין קיין איינפרירונג אין ירושלים.”

יא צוריקגעצויגן, אָדער נישט?

אין די פּרעסע ווערט אָנגעוויזן אַז איינע פון די הויפּט סיבות פאַרוואָס נתניה איז אַזוי פאַר’עקשן’ט נישט אָפּצוטרעטן וועגן ירושלים, איז וויבאַלד ער האָט מורא אַז אַנדערש וועט זיין קאָאָליציע – פון פּראָ-מתנחל’ישע פּאַרטייען צופאַלן. דאָס באַציעט זיך הויפּטזעכליך צו די רוסישע ישראל בתינו פּאַרטיי, און די ספרד’ישע ש”ס פּאַרטיי. די ספרדים – ווי באַוויסט – האָבן אָנגעהויבן דעם איצטיגן קריזיס. זייער פּאַרטיי פירער, אלי ישי, איז געווען דער וואָס האָט געמאָלדן דעם נייעם בוי פּראָיעקט פון 1,600 דירות, אין די צייט ווען ביידען האָט זיך דאָרט געפונען. נתניה האָט אפילו שפּעטער פּרובירט צו טענה’ן אַז ער האָט גאָרנישט געוויסט דערפון.

ווי עס שטעלט זיך אַרויס וויל ישי – און זיי מנהיג עובדי’ יוסף - אויך נישט צוריקטרעטן פון זיין שטייפע שטעלונג. דעם דאָנערשטאָג איז געווען אַ באַריכט אין די איזראַעלישע ‘מעריב’ אַז הרב יוסף האָט געזאָלט זאָגן חול המועד פסח פאַר שמעון פּערעס אַז מ’מעג אויפהערן די בוי אַרבעט אין מזרח ירושלים, אויב נויטיג פאַר די באַציאונגען מיט’ן ווייסן הויז. אַ פירשפּרכער פאַר ישי האָט אָבער זאָפאָרט אָפּגעלייקנט דעם באַריכט, און געזאָגט אַז זייער גייסטליכער פירער וויל יאָ אַז די בוי אַרבעט זאָל פאָרגעזעצט ווערן אין מזרח ירושלים.

דאָס ברענגט ווידער אַמאָל אויף אַז ליידער זענען עס פרומע וועלכע שטערן אַ שלום אינעם מיטל מזרח.

אַמעריקאַנער אידישער פירער – אין נאָמען פונעםוועלט אידענטום – רייסט אַראָפּ אָבאַמאַ פאַר זיך קריגן מיט איזראַעל

די אַמעריקאַנער אידישע גרופּעס האָבן זיך אויך אָנגעשלאָסן אין די איזראַעלישע האַרטע ליניע, און פאַרלאַנגן פון אָבאַמאַ עס צו אַקצעפּטירן. דעם זונטאָג האָט ראַנאַלד לאָודער, פירער פון וועלט אידישער קאָנגרעס, פּובליצירט און רעקלאַמירט אין צייטונגען אַ אָפענעם בריוו צו אָבאַמאַ. “אידן איבער די וועלט זענען היינט באַזאָרגט,” שרייבט ער. צווישן די טענות איז אַז “די אידישע לאַנד ווערט איזאָלירט און דעלעגיטימיזירט.” ער האָט טענות פאַרוואָס די אַדמיניסטראַציע האָט באַצייכנט ישי’ס בוי דעקלעראַציע אַלס אַ “באַליידיגונג.” ער באַשולדיגט אויך דעם ווייסן הויז צו זוכן רייבערייען מיט איזראַעל, צו פאַרבעסערן די באַציאונגען מיט די אַראַבישע וועלט. אין אַן אינטערוויו מיט די דייטשע ‘שפּיגעל’ האָט לאָודער געזאָגט אַז דער בריוו איז נישט קיין פּערזענליכער, נאָר “פאַרטרעט אידן איבער די גאַנצע וועלט.”

וויעזעל: ירושלים העכער פּאָליטיק

אלי וויזעל, דער מערסט באַקאַנטער האָלאָקאָוסט איבערלעבער (ער איז פון סיגוט) וועלכער שרייבט אַסאַך ביכער, אָבער איז ליידער אויך באַקאַנט מיט זיינע אפיקורס’ישע סטעיטמענטס, האָט אויך פאַרעפנטליכט בריוו-רעקלאַמעס, און וועלכע ער דערקלערט איזראַעל’ס רעכטן צו ירושלים, בשם התורה.

פאַר מיר, דער איד וואָס איך בין, איז ירושלים העכער פּאָליטיק... עס איז דערמאַנט זעקס הונדערט מאָל אין די תורה..., שרייבט דער אפיקורס. ביי ירושלים האָט ער זיך דערמאַנט פון די תורה. אויך איוואַט ליבערמאַן, דער אויסערן מיניסטער פון איזראַעל וועלכער פירט אַן אויסגעשפּראָכענע אַנטי-דת פּאַרטיי, האָט דערקלערט פאַר אַ גרופּע אויסלענדישע דיפּלאָמאַטן אַז מ’וועט נישט אויפהערן בויען אין ירושלים, ווייל ירושלים איז אונזער אייביגע הויפּט שטאָט.

ליידער באַציען זיך אפילו די כופרים צו די תורה, אין זייער רעטאָריק אָנצוהאַלטן ירושלים. דאָס פאַרשטערקערט דעם אימעזש אַז די אַלע עקסטרעמיסטישע שטעלונגען זענען צוליב די תורה, און ווי גלייך דאָס איז די שטעלונג פון תורה-טרייע אידן.

אַנקעטע: רוב אַמעריקאַנער אידן ווילן נישט מוותר זיין אויף ירושלים

די מיינונג אַז אַמעריקאַנער אידן שטייען אונטער די רייצערישע נתניה שריט, איז ווידער אַמאָל פאַרשטערקערט געוואָרן ווען אַן אַנקעטע האָט געוויזן אַז 61 פּראָצענט אידן זענען קעגן מאַכן פשרות אויף ירושלים אין די שלום פאַרהאַנדלונגען.

געוועזענער אַמבאַסאַדאָר: איזראַעל שטערט אַמעריקאַנער אינטערעסן

אָבער די איזראַעלישע האַרטנעקיגע פּאַליסיס ווערן אַלץ אָפטער געשילדערט אַלס ערנסטער פּראָבלעם פאַר די אַמעריקאַנער אינטערעסן.

דער געוועזענער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר צו איזראַעל, מאַרטין אינדיג, האָט אין אַן אַפּ-עד אין די ניו יאָרק טיימס אָנגעוויזן אַז דער שטער צום מיטל מזרח שלום, איז אַ שטער פאַר די אַמעריקאַנער זיכערהייט. ער ווייזט אָן אַז דאָס שטערט אַמעריקע’ס באַמיאונגען צו פאַראייניגן די וועלט קעגן איראַן, זי זאָל נישט קענען באַקומען דעם אַטאָם. “איזראַעל דאַרף נעמען אין חשבון אַמעריקע’ס אינטערעסן,” זאָגט ער.

עס איז מערקווידיג די רעקאַקציע פון אַ מזרח’יסטישן חבר הכנסת. יענער זאָגט, מיר האָבן איבערגעלעבט פרעה, און מיר וועלן איבערלעבן אינדיק.

דער פאַקט אַז די אַמעריקאַנער אינטערעסן ווערן געשעדיגט צוליב איזראַעל’ס האַרטנעקיקייט, איז אומשטאַנד חלילה צו גיסן אויל צום פייער פון שנאת ישראל ביים אַמעריקאַנער פאָלק, וועלכע זעען אַז די אידן זענען די וואָס שטערן זייערע נאַציאָנאַלע אינטערעסן און שטעלן אין געפאַר די זעלנער אויפן פראָנט.

שומער אויף חרד’ישע שאָו: אָבאַמאַ’ס קאָנטער-פּראָדוקטיווע איזראַעל פּאַליסי מוז זיך אָפּשטעל

דער ניו יאָרקער סענאַטאָר טשאַרלס שומער איז די וואָך אויפגעטרעטן אויף די ‘נחום סיגעל’ ראַדיאָ שאָו, וואָס צילט מערסטנס מאָדערן חרדי’שע אידן. דער סענאַטאָר האָט באַצייכנט אָבאַמאַ’ס מיטל מזרח שטעלונג אַלס קאָנטער-פּראָדוקטיוו, און האָט געסטראַשעט זיי צו אַטאַקירן אויב זיי טרעטן נישט אַראָפּ פון זייער געפערליכע שאַרפע שפּראַך קען נתניה. ער האָט געזאָגט אַז אידישע קאָנגרעסיענאַלע מיטגלידער וועלן זיך טרעפן מיט’ן פּרעזידענט קומענדיגע וואָך און אים לאָזן וויסן אַז דאָס דאַרף זיך אָפּשטעלן.

אָבאַמאַ פאַלט צו די קניען פון אידישע פירער

אין רעאַקציע צו די קריטיק קעגן זיין אַדמיניסטראַציע, האָט אָבאַמאַ געשיקט אַ בריוו צום פירער פון די ‘פּרעזידענטס קאָנפערענץ,’ ווי ער באַקלאָגט זיך וועגן די “גערודער און פאַרטושונג וועגן מיינע אָנשויאונגען,” איבער’ן מיטל מזרח. אָבאַמאַ פאַרשפּרעכט דאָרט אַז גאָרנישט וועט שאַפן אַ דערווייטערונג צווישן אונז.

אין די זעלבע צייט האָבן זיינע אַדמיניסטראַציע מיטגלידער זיך אָבער ביטער אָפּגערעדט אויף די רעקלאַמעס און קריטיק וואָס זיי הייבן אַריין.

דאָס אַז דער פּרעזידענט חנ’דלט זיך אַזוי צו די אידן, שפּילט אויף די מיינונג אַז אידן קאָנטראָלירן וואַשינגטאָן, און אפילו ווען דער פּרעזידענט האַלט אַז נאַציאָנאַלע אינטערעסן דיקטירן אַנדערש, מוז ער זיך פאַר זיי ברעכן.

פּראָטעסט קעגן אַדמיניסטראַציע זונטאָג

געוויסע גרופּעס האָבן פאַררופן אַ מאָסן פּראָטעסט קומענדיגן זונטאָג, פאָרנט פונעם איזראַעלישן קאָנסולאַט, קעגן די אָבאַמאַ אַדמיניסטראַציע’ס שטייפקייט קעגן איזראַעל. “גרויסע טיילן פון די אידישע געמיינדע וועלן נישט טאָלערירן דעם פּרעזידענט’ס אָנגייענדע אַטאַקעס אויף איזראַעל. גרעס-רוטס אידענטום וועט נישט זיין שטיל,” האָט געזאָגט דער הויפּט אָרגאַניזירער.

צווישן די גרופּעס זענען פאַראַן פרומע, אַריינגערעכנט פון קראָונהייטס, און ווי שטענדיג מאַכן זיי ליידער אויסער אַ גרויסן טייל פון די דעמאָנסטראַנטן. די בילדער וועלן ליידער נאָכאַמאָל פּובליצירן אַז פרומע אידן זענען די הייסטע ציונ’יסטן און מתנחלים שטיצער.

פאָרווערטס: דאָפּלטע לאָיאַליטעט פראַגע פאַרגרעסערט

די פאָרווערטס, אַ צייטונג וואָס קען נישט באַשולדיגט ווערן אין קנאות, איז די וואָך אַרויסגעקומען מיט אַ קעפּל אַז דער איצטיגער מצב העכערט דעם שרעק פאַר דאָפּלטע לאָיאַליטעט באַשולדיגונגען. ווי באַוויסט האָבן גדולי ישראל געוואָרנט אַז די מדינה וועט ברענגן באַשולדיגונגען קעגן אידן איבער די וועלט אַז זיי זענען נישט קיין געטרייע בירגער. רבינו הקוה"ט זי"ע האָט עטליכע מאָל גאָר שטאַרק אַרויסגעברענגט אַז עס איז אַ געפערליכע סכנה.

איצט ווייזט אָן די פאָרווערטס אויף אַ עטליכע ביישפּילן ווי די לעצטע אָנגעצויגנקייטן האָבן געברענגט אַזעלכע באַשולדיגונגען, וועלכע האָבן אין די פאַרגאַנגענהייט אונטערגעצינדן אַ געפערליכער פייער פון שנאת ישראל.

צווישן די פעלער איז ווען אַן אַדמיניסטראַציע באַאַמטער האָט אָנגעוויזן אויף אַ צווייטן אידישן אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַט אַז ער זעט אויס צו זיין פיל מער סענסיטיוו צו נתניה’ס קאָאָליציע, ווי צו די אַמעריקאַנער אינטערעסן. אפילו דער נאָרוואָס אָפּטרעטנדער דעמאָקראַטישער אידישער קאָנגרעסמאַן, ראַבערט וועקסלער, האָט אנערקענט אַז עס איז דאָ אַ שרעק וועגן ‘דועל לאָיעלטי’ באַשולדיגונגען.

נטרונא זעצט פאָר פּובליק רילעישאָנס קאַמפּיין אַראָפּצונעמען האַס קעגן אידן און חילול השם

ווי באַוויסט האָט נטרונא אין די לעצטע וואָכן שוין אַרויסגעלייגט פּרעס רעליעסעס און געלאָזט לויפן גאָר טייערע ראַדיאָ רעקלאַמעס, אויף די שטאַרק געהערטע עי.בי.סי. פּראָגראַמען, קלאָר צו שטעלן די שטעלונג פון תורה-טרייע אידן, און אַז די אַלע רייצערישע שריט זענען פּונקט פאַרקערט ווי וואָס די תורה לערנט אונז. עס שטרייכט אויך אונטער אַז מיר זענען געטרייע בירגער צו אונזערע לענדער, און עס פאַרדאַמט די רייצערישע שריט קעגן די אַדמיניסטראַציע. דאָס אַלעס איז קריטיש וויכטיג אין דעם איצטיגן צייט, וואָס די שנאת ישראל וואַקסט, מיט די פּרעצעדענטלאָזע וואוקס אין איזראַעל’ס חוצפה און עקשנות, און דער אויסערגעווענליכער ריס וואָס עס שאַפט זיך צווישן איזראַעל און אַמעריקע.

די פּובליק רילעישאָנס קאַמפּיין איז דרינגענד ווען אַמעריקאַנער הייבן אָן מער איינצוזען אַז איזראַעל שטערט זייערע נאַציאָנאַלע אינטערעסן, אָבער אידישע גרופּעס זענען נאָכנישט צופרידן וויפיל נאָכגעביקייט און דולדונג די אָבאַמאַ אַדמיניסטראַציע צייגט אַרויס קעגן די נתניה שריט.

די ריכטיגע תורה שטעלונג מוז איצט געהערט ווערן, ווען ליידער ווערט דער קאַמף פאַר ירושלים פאַרשלייערט מיט די תורה הקדושה, און אידן מיט פרומע צורות זענען אין צענטער פון די התגרות באומות. דעריבער אַרבעט נטרונא פאָרצוזעצן און בויען אויפן ביז-איצט דערפאָלגרייכן קאַמפּיין, דורך אַריינשטעלן גאָר פּראָפעסיענאַלע און עלאָקוואַנט געשריבענע רעקלאַמעס אין די פּרעסטיזשפולע וואַשינגטאָנער צייטונג, וועלכע ווערן געליינט דורך די הויפּט דיפּלאָמאַטן. דאָס וועט איצט אויך האָבן ביי זיי אַ ספּעציעל אוזן קשבת, אין אַ צייט ווען זיי קומען אונטער אַטאַקע פון אידישע גרופּעס און אינטערעסן, טאַקע אַריינגערעכנט דורך אַזעלכע רעקלאַמעס. איצט וועלן זיי פיל מער צוהערן, און הנאה האָבן פון קאָנטער רעקלאַמעס, אַדאַנק וואָס די ריכטיגע תורה שטעלונג וועט זיי בלייבן איינגעקריצט און דורך זייערע איינפלוסרייכע שטעלעס וועלן זיי עס פאַרשפּרייטן במשך די יאָרן.

זעלבסט פאַרשטענדליך אַז אַזעלכע אַנאָנסן ציען אַריין אין די שווערע צענדליגער טויזנטער דאָלאַרן, און מ’איז אָנגעוויזן אויף די הילף און ביישטייערונגען פון דעם ציבור וואָס פאַרשטייט דאָס נחיצות הענין דאָס צו ערמעגליכן. עסקנים פּלאַנען אין די קומענדיגע טעג זיך צו ווענדן צו נדיבים בעם, וועלכע האָבן נאָך דעם אש קודש וואָס רבינו הק’ האָט איינגעפלאַנצט צו טאָן למען כבוד שמו יתברך און פאַר די הצלה פון אידן - וועלכע ווערן אַריינגעשטעלט אין אַ סכנה דורך די ציונ’יסטישע שריט און פּראָקלאָמאַציעס בשם דעם כלל ישראל - דורך מודיע זיין פאַר די וועלט אַז זיי זענען נישט אונזערע פירשפּרעכער.

אין די טעג אַרבעטן רבנים, עסקנים וועלכע האָבן די ריכטיגע מסורה, שיקול הדעת און פאַרשטאַנד צו די האַקעלע ענינים, אינאיינעם מיט פּראָפעסיענאַלע שרייבערס, אויפצוקומען מיט אַ העכסט פּראָפעסיענאַלן, קולע אל השערה’דיגן און אויסגעהאַלטענעם נוסח, וואָס זאָל גענוצט ווערן אין די רעקלאַמעס.

ויה”ר אַז בזכות וואָס אידן טוען און שטרענגן זיך אָן למען כבוד שמו יתברך המחולל, זאָל מען נאָך זוכה צום התגלות כבוד שמים, און מען זאָל נאָך עסן דעם פסח שני אין די ריכטיגע ירושלים עירך ברחמים תשוב, בב”א.

מקורות

[רעדאַקטירן]

נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות

קוק נאך

[רעדאַקטירן]

נטרונא
דזועס אגענסט ציוניזם