לדלג לתוכן

נטרונא בליצן אייר ב תשס"ט

פֿון װיקיביבליאָטעק

צוריק צו נטרונא בלעטל


רבי יואל טייטלבוים הרבי מסאטמער (י"ז טבת ה'תרמ"ז 1887- כ"ו אב ה'תשל"ט 1979)

נטרונא רעקלאַמעס אויף וואַשינגטאָן'ס מידיאַ כוואַליעס אָפּצושלאָגן התגרות באומות אין ליכט פון נתניה'ס באַזוך אין וואַשינגטאָן

וואַשינגטאָן די.סי. –אין די טעג ווערט געלופטערט אַ רעקלאַמע פון די באַרימטע מוסד 'נטרונא' אויף די ראַדיאָ כוואַליעס אין וואַשינגטאָן, וועלכע שטעלט קלאָר אַז די יהדות החרדית איז נישט איינשטימיג מיט די ציונ'יסטישע פּאַליסיס, און זענען קעגן האָבן אַן אייגענע מדינה בעפאָר ביאת המשיח. עס שטעלט אויך קלאָר אַז ערליכע אידן זענען פּאַטריאָטישע בירגער, און שטיצן זייערע רעגירונגען.

די רעקלאַמע ווערט געלופטערט אין ליכט פון די באַזוך פון דעם איזראַעלישן פּרעמיער'ס באַגעגעניש מיט פּרעזידענט אָבאַמאַ, וועלכע האָט אַרויסגעברענגט זיין האַרטנעקיקייט קעגן אַמעריקע'ס שלום פּלענער, און צילט אָפּצושלאָגן דעם איינדרוק וואָס ווערט געשאַפן דורך אַקטיוויטעטן פון עקסטרעמיסטישע גרופּע אַז דער שטער צו שלום קומט פון רעליגיעזע אידן.

ווי באַוויסט איז פּרעמיער נתניה געווען מאָנטאָג אין וואַשינגטאָן, צו דיסקוטירן מיט פּרעזידענט אָבאַמאַ די אַמעריקאַנער פאַרזוכן צו באַנייען שלום געשפּרעכן אינעם מיטל מזרח. דער באַזוך איז געווען אַ הויפּט נייעס, און די הויפּט גאַנג פון אַלע נייעסן איז געווען אַז נתני-ה נעמט אָן אַ האַרטע ליניע און האָט רעזערוואַציעס קעגן אַ צוויי-שטאַט לעזונג, וואָס איז היינט די אָנגענומענע שלום פּאַליסי אין די וועלט.

ווי שטענדיג, זענען ליידער געווען אידן מיט אַ רעליגיעזען אויסזען וועלכע האָבן זיך אַריינגעמישט אינעם געמויזעכטס, און האָבן זיך אַרויסגעשטעלט אַלס פּויבסטליכער פונעם פּויבסט. ביי אַ דעמאָנסטראַציע אין וואַשינגטאָן האָט מען געזען אידן מיט יאַרמולקעס, מיט אויפשריפטן אַז "דער תנ"ך זאָגט איזראַעל געהערט צו אידן." דער ציל פון זייער ראַלי – צו וועלכע עס זענען געווען אַנאָנסירט אַז עס פאָרן באָסעס פון קראָונהייטס - איז געווען צו שטאַרקן נתניה ער זאָל זיך נישט דאַרפן אונטערגעבן דעם דרוק פון פּרעזידענט אָבאַמאַ נאָכצוגעבן פאַר די פּאַלעסטינער און רוקן פאָראויס די שלום פאַרהאַנדלונגען.

אַ טאָג בעפאָר איז געווען אַ אַפּ-עד אין וואַשינגטאָן פּאָוסט, אונטער'ן קעפּל "איזראַעל'ס שרעק, עמלק'ס אַרעסנאַל." לויט דעם שרייבער איז נתניה'ס אַנטשלאָסנקייט צו נעמען שריט קעגן איראַן, ווייל ער זעט דערין די היינטיגע עמלק. אין אַנדערע ווערטער איז די האַרטע ליניע פון דעם פרייען פירער גאָר צוליב די תורה.

טראָץ וואָס דאָס איז לעכערליך, איז דאָס ליידער ווי אַזוי עס קוקט אויס אין די אַלגעמיינע גאַס, אַז רעליגיעזע אידן, בשם התורה, זענען די וואָס האַלטן אָן און פאַרשטערקערן די רייבערייען אינעם מיטל מזרח. דאָס איז ליידער גורם אַ געוואַלדיגער חילול שם שמים, און אַ געפאַר אויף ערליכע אידן צו ליידן פון די האַס פון גויים, און נקמות פון מוסלעמענער, ה"י, וועלכע זעען זיי אַלס זייער הויפּט פיינט.

ליידער זענען עס די עקסטרעמע רעליגיעזע אידן וועלכע שטעלן זיך אַלץ אַרויס. אויסער די דעמאָנסטראַציע, איז געווען באַריכטעט אַז בעפאָר זיין רייזע איז דער ראש הממשלה געווען ביי ספרדישער פירער, צו בעטן אַ ברכה אַז ער זאָל זיך קענען פעסט האַלטן. אין די צייט וואָס מ'הערט פון די אידן, הערן די אומות העולם כמעט נישט אַז ערליכע אידן האַלטן אַנדערש, און דעריבער שאַפט זיך ליידער דעם אימעזש אַז די ראַדיקאַלן, מגלי פנים בתורה, רעדן בשם אַלע ערליכע אידן.

דעריבער, האָט נטרונא די וואָך געלאָזט לויפן רעקלאַמעס אין וואַשינגטאָן, וועלכע ווערן געהערט דורך די דיפּלאָמאַטן און פּאָליטישע באַאַמטע, אין די צייט וואָס די ווייסע הויז באַגעגעניש מיט נתניה און די אַרומיגע אַנטוויקלונגען איז געווען די הויפּט נייעס, קלאָר צו שטעלן דעם ריכטיגן שטעלונג פון ערליכע אידן איבער די אישו.

דער נוסח, וועלכע איז שוין גענוצט געוואָרן עטליכע מאָל נאָכן ווערן מנופה בי"ג נפין דורך די מעתיקי השמועה, תלמידי רבינו הקוה"ט מסאַטמאַר זי"ע - בלויז מיט קליינע צופּאַסונגען אין אָנהייב אַז דאָס איז פאַרבינדן מיט די איצטיגע באַזוך – האָט קלאָר געשטעלט אַז אידן זענען קעגן האָבן אַן אייגן לאַנד בעפאָר ביאת המשיח. עס האָט אויך קלאָר געשטעלט אַז די שלימות הארץ לאָזונגען בשם התורה זענען קאַטעגאָריש פאַלש, און אַז ערליכע אידן שטיצן זייערע אייגענע רעגירונגען און דאַווענען פאַר איר הצלחה.

די עסקנים באַריכטן אַז זיי האָבן געהאַט ספּעציעלע שוועריקייטן צו קענען לאָזן לויפן די רעקלאַמע, צוליב די שטערונגען פון ציונ'יסטישע אינטערעסן. אָבער נאָך שווערע באַמיאונגען, און אַדאַנק די הילף פון נדיבים בעם וועלכע האָבן זיך געלאָזט קאָסטן צו דעקן טיילן פון די הויכע הוצאות פון די אַנאָנסן, האָבן זיי אָנגעהויבן צו לויפן דעם דינסטאָג אָווענט, און וועלן נאָך לויפן עטליכע מאָל אין די קומענדיגע טעג.

די ערטער וואו צו לופטערן די רעקלאַמעס זענען אויסגעקליבן געוואָרן לויט די ראַט פון פּובליק ריעלעישאָנס עקספּערטן, צו צילן צו די העכסטע באַאַמטע און זשורנאַליסטן אינערהאַלב די הויפּט-שטאָט, צו טוישן זייער קוק איבער די מיינונג פון ערליכע אידן. דורך טוישן זייער מיינונג, קען די דעקונג אין סטעיטמענטס אַרום איזראַעל און די פּאָליטיק זיך שטאַרק טוישן, אַוועקצונעמען דעם איינדרוק אַז די עקסטרעמיסטן ווערן געפירט פון ריין-רעליגיעזע מאָטיוון.

די באוויסטע קאנסעוואטירער ציניסטישער רעדנער אויף די ראדיא - מארק לעווין - וואס האט קרוב צו 6 מיליאן צוהערער, האט שארף ראגירט אויף די ראדיא מעססעדזש פון די אלטרא דזושס...אקעגן איזראעיל...ער האט זיך באקלאגט אז ער באקומט אימעילס פון מענטשען אז היתכן אזעלכע מיינוגען ווערן געלופטערט ביי זיין צייט, ער האט קלאר געשטעלט אז דאס שפיגלט נישט אפ זיינע מיינוג, און פארדאמט די ראדיא סטאנציע פארן לאזן לופטערן אזא עדווערטייזמענט.

נטרונא האט געהאט גרויס חיזוק דאס צוהערן , עד היכן הדברים מגיעין ווי ווייס דאס האט געצילט אין פינטעל, אז מען האט זיך פון דעם געמוזט וואוסענדיג מאכן, דאס ווייזט ווי ווייט די השפעה דערגרייכט, און א ספעציעלן קורת רוח פארן די אומזינסטיגער אדווערטייזמענט פאר די 6 מיליאן צוהעררער.

ווי אין די פאַרגאַנגענהייט האָבן אַזעלכע סאָרט אַנאָנסן געברענגט ווייטגרייכנדע רעזולטאַטן, צו טוישן די דעקונג פון פּרעסטיזשפולע צייטונגען און קאָמענטאַטאָרן האָבן זיך פאַרבינדן מיט נטרונא צו הערן מער וועגן די ריכטיגע שטעלונג פון אידן, מיר האפן מיט דעם מסיר צו זיין דעם חרון אף מישראל, און אַוועקנעמען די געפאַר וואָס די עקסטרעמיסטן ברענגען אויפן חרדישען אידענטום.

אין ישראל נגאלין אלא בזכות נטרונא.

מקורות

[רעדאַקטירן]

נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות

קוק נאך

[רעדאַקטירן]

נטרונא
דזועס אגענסט ציוניזם