לדלג לתוכן

נטרונא און אירע אקטיוויטעטן און השקפות ארטיקלען ד

פֿון װיקיביבליאָטעק

נטרונא און אירע אקטיוויטעטן און השקפות ארטיקלען: - - א - - ב - - ג - - ד - - ה - - ו - - ז - - ח - - ט - - י - - יא - - יב - - יג - - יד - - טו - - טז


נטרונא דער אפאראט קעגן ציוניזם


גליון נטרונא און אירע אקטיוויטעטן - כג כסלו תשס"ח חלק ב
שטנא נצח

פינסטער איז געווארן פארן כלל ישראל ווען מען האט בעוה"ר באשטעטיגט דעם עקזיסטענץ פון דעם מלכות המינות.

עס איז געווען יענעם מוצש"ק פ' וישלח תש"ח ווען עס איז געקומען די נייעס איבער די ביטערע בשורה און מען האט דאס איבערדערציילט פארן רבי'ן פארן בענטשן ביי שלש סעודות, גלייך ווי דער רבי האט געהערט די נייעס פון די יו-ען אפשטימונג, האט דער רבי זיך אנגעהויבן נישט גוט צו שפירן און ער האט געהייסן דעם עולם בענטשן, און ער האט אויסגעזעהן ווייס ווי קאלך, ווי איינער וואס מתו מטל לפניו רח"ל זיין עגמנ"פ האט אים אויך זאאפארט שטארק געשאדט פיזיש, דער צער און עגמ"נ וואס ער האט דערלעבט דעם ביטערן טאג וואס ער האט פאר דעם אזוי געציטערט און אזוי שטארק געהאפט אז עס וועט נישט צושטאנדקומען, אבער מעשי שטן הצליח, דער שטן האט געוואונען ה"י, דאס האט דער רבי נישט אויסגעהאלטן.

ביים רבי'ן איז געווען א דבר ברור אז דאס וועט נישט קענען אנהאלטן צו לאנג, עס איז אינטערסאנט צו ציטירן פון א בריוו וואס כ"ק הגה"צ גאב"ד מאנטאווידעא זצ"ל וואס ער שרייבט אין יענעם יאר בשנת תש"ט פאר ידיד נעוריו הגה"צ מהרי"ם דושינסקיא זצ"ל גאב"ד ירושלים ווי ער איז מתאר דעם שרעקליכן מצב מיטן גרינדונג פון די מדינה שרייבט ער בתוה"ד:

...אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מרעיש עולמות כי אי אפשר שיהי' קיום לדבר כזה, ואף בר כוזיבא מלך כשנתים ומחצה, והי"ת ברחמיו יגאלינו גאולת עולם...
מי לד' אלי

פון יענעם טאג האט רבינו הק' זי"ע אויסגערופן די מלחמה לה' בעמלק קעגן דעם שלטון הכופרים, זעענדיג דערין דעם גרעסטן קלאפ און בראך פארן כלל ישראל, ווי רביה"ק זי"ע האט געזאגט יום הקדוש ביי די נאכט מיט די ספר תורה אין די האנט אז ביי אים איז ברור כשמש אז ווען נישט דעם שלטון הכופרים וואלטן מיר שוין לאנג געהאלטן נאך די גאולה, ווי א פארוואונדעטער לייב האט ער געהויבן דעם קול ד' בכח, ווי ער האט געקענט, ווען ער האט געקענט, נישט אויסגעלאזט איין געלעגנהייט, מדי שבת בשבתו, יעדע וואך ביי די פייערדיגע שלש סעודות תורה'ס ובפרט אין די ימי השובבי"ם, אין די הייליגע טעג, כל נדרי אויפדערנאכט, אין דעם הייליגן טאג הושענא רבא, יעדע מסיבה, ביי יעדן דינער להחזקת המוסדות, עס איז נישט אויסגעלאזט געווארן קיין געלעגנהייט וואס מען האט נישט מרעיש עולמות געווען מיט די הייליגע פייערדיגע דיבורים וואס איז געזאגט געווארן ביקד יקוד אש להבת שלהבת, עס האט נוקב ויורד געווען חדרי בטן, געלערנט און גע'חזר'ט און זיך געבעטן בתחנונים אז מען זאל חס ושלו' נישט נתפס ווערן אין מינות ואפיקורסות ה"י, וואס א איד וואס האט איין רגע א מחשבה אז פון אט דעם מלכות המינות איז דא עפעס א טובה פאר אידן איז ער ל"ע געפאנגען אין מחשבת מינות רח"ל, דער רבי איז ארויסגעקומען אין די וויסטע טמא'נע אמעריקא און זיך געשטעלט כגבור ואיש מלחמה און ערקלערט קריג אנטקעגן דעם ממשלת הכופרים, די ממשלת השמד והכפירה, אנגעצינדן א קליין שוועבעלע פון וועלכע עס האט זיך צושפרייט א העליש פייער עד שנעשה כל הגולה כמדורת אש במלחמה לד' בעמלק מדור דור עד רדתה.

על שלשה דברים העולם עומד

ווען מען קוקט זיך גוט איין און מען איז זיך מתבונן בספר מלחמות ד' פון מרן רבינו הקוה"ט זיעועכי"א, די מלחמת הקודש קעגן די טומאת הציונות וכל פרטיה, די מלכות המינות, די כפירה בגזירת הגלות והגאולה, די מרידה און התגרות באומות, וכל המסתעף מהם, זעהט מען דערין פארשידענע פרטים ופרטי פרטים, אבער אין דעם יסוד הדבר איז דא דריי יסודות'דיגע ענינים וואס זענען מקיף רוב רובו פון די הייליגע מערכות אויף וואס דער צדיק אמת האט זיך מקריב געווען דערפאר, וואס טאקע אויף אט די דריי כלליות'דיגע זאכן איז אוועקגעשטעלט געווארן די לעבן'ס וויכטיגע ארגעניזאציע "נטרונא".

אין דעם יסוד הדבר איז דא דריי יסודות'דיגע ענינים וואס זענען מקיף רוב רובו פון די הייליגע מערכות אויף וואס דער צדיק אמת האט זיך מקריב געווען דערפאר, וואס טאקע אויף אט די דריי כלליות'דיגע זאכן איז אוועקגעשטעלט געווארן די לעבן'ס וויכטיגע ארגעניזאציע "נטרונא"...
להציל נפש אחת מישראל

דער עיקר העיקרים און יסוד היסודות אויף וועלכע רביה"ק זי"ע האט זיך מוסר נפש געווען ממש איז געווען מציל צו זיין אידן מען זאל נישט אריינפאלן אין אפיקורסות רח"ל, דאס איז געשטאנען בראש וראשון אין די עבודה הקשה שבמקדש צו ארויס ראטעווען אידן שומרי תורה ומצוות פון הרהורי כפירה ומינות, די ביטערע כפירה געדאנקען אין דעם גזירת הגלות און די הבטחת הגאולה, דער ציוניסטישער געדאנק אז אידן קענען זיך אליינ'ס באפרייען אדער פארלייכטערן פונעם עול הגלות, דער רעיון הטמא אז ס'קען זיין עטוואס א אתחלתא דגאולה פאר ביאת המשיח, די סימפאטיע און מיטגעפיל צו די ציונים די כופרים בה' ובתורתו, די געפילן פון קורת רוח מיט די הצלחה פון די ממשלת הכפירה ועוד. די אלע טמא'נע רעיונות זענען בעוה"ר נתפשט געווארן ביי דעם גרעסערן רוב אידן שומרי תורה ומצוות בימים ההם - און ליידער אויך בזמן הזה - אויף די אלע ענינים האט געבלוטיגט דאס הייליג הארץ פון מרן רבינו הק', און ס'איז אים געגאנגען עד עומק דכדוכו של נפש, צו קענען זיין א מציל נפש אחת מישראל, דעם גאנצן ספר הקדוש ויואל משה אויף וועלכע ער האט מקדיש געווען אזויפיל טויזנטער שעה'ן במסינ"פ ודמים תרתי משמע האט ער געטאן נאר מיט איין תכלית ווייל אפשר וועט אמאל קומען א זמן וואס איין איד וועט ווערן אויפגעקלערט דערפון, און פאר "איין אידיש קינד" וואס זאל ניצול ווען פון מחשבת מינות איז אים דאס אלעס כדי געווען, ווי מיר האבן שוין פריער דערמאנט איז אין יענע יארן בעפאר דער ספה"ק ויואל משה איז ארויסגעקומען פלעגט דער רעיא מהימנא קדישא זיך אראפלאזן צו יעדן איד פון נאנט און ווייט, היימישע און פרעמדע, קליין און גרויס, און זיינע הייליגע שעה'ן אוועקגעגעבן אויפצוקלערן א איד איבער דעם אסון הנורא וואס די מדינה הציונית האט געברענגט אויפן כלל ישראל, און דערביי אוועקרייסן נאך א איד וואס זאל נישט האבן קיין חלק אין די שרעקליכע איסורים און הארבע עונשים וואס שטייען אויף די עבירות החמורות, וואס דער רבי האט געהאלטן אז דער קטרוג איז גרויס נאר צוליב דעם וואס אידן שומרי תורה ומצות זענען שותפים דערין.

ביטול גזירות רעות

וויבאלד די ציונים ימ"ש האבן ערקלערט קריג רח"ל אויף השי"ת און די תורה הק', און מיום הווסדם ועד עתה האבן זיי געהאט איין ציל און תכלית אויסצורייסן די תורה הקדושה, צו דערשטיקן דעם כח הקדושה, און אויס'שמד'ן דעם כלל ישראל רח"ל, אנגעהויבן מיט די העברה על השבועות און נאכאנאנדע מרידה באומות באופן מבהיל איז דאס נאכגעפאלגט געווארן מיט די גרעסטע פינסטערע שמדיות און גזירות נוראות אויף די לעצט פארבליבענע רעשטלעך פונעם ערליכן אידענטום אין ארה"ק, זיי האבן געוואלט אויסעסן, פייניגן און פארניכטן ח"ו דעם שארית הפליטה בארה"ק האבן זיי דערפאר אנגעשטעלט זייער גאנצן שמד מאשין און כפירה אפאראט אדורכצופירן גזירות קשות ומרות אויפן כלל ישראל, אנגעהויבן מיטן חוק חינוך חובה, אויפצושטעלן בתי שמד ווי זיי האבן אוועקגעריסן מחיק השכינה רח"ל לחיק הכפירה מיליאנען אידישע קינדערלעך רח"ל די ילדי תימן, ילדי מאראקא, בוכארא, וכו' וכו', די ביטערע גזירות פון גיוס בנות, מועדון, די בריכה, ניתוחי מתים, חיטוטי שכבי, און אנזערע גזירות קשות ומרות וואס דערמיט האבן זיי געוואלט אויסרייסן דעם לעצטן זיק פון תורה הק' און אמונה, דער געטרייער רועה נאמן און שומר הגחלת האט געבלוטיגט און געשריג (ווי ער איז מבאר באריכות בספרו הק' ויואל משה סי' קי"ג – קי"ד) אז די איינציגסטער רעטונג'ס ברעטל און פונק פון הצלה לייגט אין די הענט פונעם יהדות הגולה וואס זענען בכח מרעיש עולמות צו זיין און זיך שרייען און בעטן ביי די אומות העולם קעגן די ביטערע גזירות, פון דעם שעמען זיך די ציונים, און דאס איז דער איינציגסטער געווער און כלי מלחמה וואס איז בייגעשטאנען און אפגעהאלטן פילע ביטערע גזירות פונעם ממשלת המינות.


מקורות

[רעדאַקטירן]

נטרונא יהודים הנאמנים לתורה נגד ציונות

קוק נאך

[רעדאַקטירן]

נטרונא
דזועס אגענסט ציוניזם