לדלג לתוכן

משיח קומט

פֿון װיקיביבליאָטעק

געזונגען דורך יום טוב עהרליך
טעיפ תשובה


משיח קומט

אין א טאג א הייסן, אויף א מארק א גרויסן
ערגעץ אין א ווינקל פון יריד
וועט א טומל ווערן, קולות וועט מען הערן
און פון וואנען וויסן וועט מען ניט

און ארום די הייזער, אן אייזעלע א ווייסער
וועט זיך נעמען שפּאַנען שפּאַן נאך שפּאַן
און אויף דעם וועט רייטן, א אורח גאר פון ווייטן
געקליידעט פשוט ווי אן ארימאן

און אין זיינע הענט וועט ער האלטן
א גרויסן שופר גאר אן אלטן
נאך פון בראשית אן באהאלטן, אויף דער גוטע צייט
האלבע נאכט וועט נעמען טאגן
און דער שופר ט'נעמען זאגן
און זיין שטימע וועט זיך טראגן, אויף די ימ'ען ווייט

מענטשן וועלן זיך אויפכאפן
און די זייגערס נעמען טאפן
אפשר טוען זיי נישט קלאפן, אדער שטייען קרום
מען וועט רופן אינפארמאציס
די פאליציי און ראדיא סטאנציעס
דער פייער לעשער עמיגרעישאן, ס'פארנומען אומעטום

און דער ראדיא וועט ערקלערן
אז דער קול וואס מען טוט הערן
עס דערנענטערט זיך א שטערן, ס'קומט אן א פלאנעט
און די רוסן וועלן בּלאָפן
אז דער קול וואס לאזט נישט שלאפן
ווייל עס איז אדורכגעלאפן, א רוסישער ראקעט

אך ווי שיין, וועט דעמאלס זיין, עס וועט אוועק די מורא
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו

און דער קול וועט רעדן, צו יעדערן פארשיידן
לשון קודש אלע וועלן פארשטיין
יעדער איד וועט הערן, מיט אויגן פול מיט טרערן
און וועט תשובה טאן מיט גרויס געוויין

אליהו הנביא וועט אנזאגן, מיט זיך גארנישט טראגן
יעדער איד זאל גיין צו זיך אין שול
אידן וועלן טאנצן, אפלאזן אין גאנצן
און די שולן וועלן ווערן פול

און די שולן נישט צום גלויבן
וועלן פלוצלינג זיך אויפהויבן
נעמען פליען ווי די טויבן, אויפן הויכן בריק
קליינע קינדערלאך פון אויבן
וועלן ווייזן דורך די שויבן
זעהט נאר זעט, דער וואלקנקראצער קלענער ווי א פליג

און דער אלטער שמש סענדער
וועט א קלאפ טאן אין דעם סטענדער
עס נעמט טאגן אלע דארפן דאווענען גרויס און קליין
אלע וועלן שטיין אין תפילה
קינדער ברעקעלאך אפילו
און די שטערן וועלן הערן און ענטפערן אמן

אך ווי שיין, וועט דעמאלס זיין, עס וועט אוועק די מורא
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו

און די אינזשינערן, וועלן שטיין און קלערן
הייזער פליען אן ענערגיע קראפט
עס איז דארט מסתמא, באהאלטן א דינאמא
א נייער אויפטו פון דער וויסנשאפט

און אונזערע שכנים, וועלן שטיין אינאיינעם
קוקן אויפן הימל פוהל מיט שרעק
די פנימ'ער פארשעמטע, די הערצעלעך פארקלעמטע
וואס דער איד עס פליהט פון זיי אוועק

פּאָלאַקן וועלן זיי באגלייטן
און צווישן זיך ט'מען ריידן
ווידזיש אַנטעק נאַש אַבראַשאַ באָהאַטערעם סטאַל
...............(= זע אנטעק, אונזער אברהם איז געווארן א העלד)

און די רוסן וועלן שטייען
און מען וועט די וואנצען דרייען
העי איוואַן סמאַטרי נאַש יאַנקעל צעלי הענעראַל
...............(= זע איוואן, אונזער יאנקל איז א גאנצער גענעראל)

די דייטשן וועלן זיך באהאלטן
ווי די ראצן אין די שפאלטן
שרייען הייל דער יודע גייט רעגירן אויף דער וועלט
די אמעריקאנער גוטע ברודער
וואס לאזן די נאציס וואקסן ווידער
וועלן זיך פיהלן זייער ביטער מיט זייערע געלט

אך ווי שיין, וועט דעמאלס זיין, עס וועט אוועק די מורא
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו

און ס'וועט פינסטער ווערן, וועט מען זעהן די שטערן
קלייבן זיך צוזאמען פון גאר ווייט
צווישן זיי פון ווייטן, וועט משיח רייטן
מלאכים פייערדיגע ביי דער זייט

און פון ביידע זייטן, צדיקים וועלן רייטן
דרייסיג טויזנט פון גן עדן ארויס
און פון אונטן פחדים, די עשרת השבטים
יעדער איינער צוואנציג פלאָר די גרויס

מען וועט רופן יונייטעד נעישען
זיינען אלע אויף וואקעישען
דער פרעזידענט איז אין פלאָרידע ער פליהט שוין צוריק
דעווייל הייסט מען זיך זיך רואיג האלטן
ווער ס'האט שעלטערס זיך באהאלטן
ווייל די אסטראנאמער האלטן, אז ס'איז רוסישע טעכניק

און די רוסן וועלן קלערן
ס'איז אן אינוואזיע פון א שטערן
און מען וועט דארט נישט אויפהערן, שיסן פון אטאם
משיח וועט אויף זיי דאן בלאזן
פעך און שוועבל אראפלאזן
און פון זיי ט'מען איבערלאזן, אזויפיל ווי פון סדום

און די טויטע קדושים וועלן
פון די קברים זיך אויפשטעלן
אויפקלייבן די רוצחים אלע אפילו פון דער ערד
די אויוונס וועלן ווידער ברענען
און מען וועט זיי באלד דערקענען
און מען וועט נקמה נעמען יעדן לויט זיין ווערט

ווער עס וועט זיך אונטערגעבן
דער וועט קאנען בלייבן לעבן
אויב ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין שטרעבן, שלעכטס צו טאהן א איד
און זיי וועלן זיין צופרידן
אייביג קנעכט זיין ביי אידן
און די זיבן מצוות היטן, ווי ס'דארף זיין אפגעהיט

אך ווי שיין, וועט דעמאלס זיין, עס וועט אוועק די מורא
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו

אוועק די שלעכטע צייטן, אלעס טוט זיך בייטן
משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו רייטן
אוועק די שלעכטע יארן, אלץ איז ניי געווארן
משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו פארן
אויף יעדן בארג און יעדן טאל, וועט מען פלוצלינג מיטאמאל
איינהערן דעם קול, דעם שופר'ס גרויסן קול
ס'וועט זיין פריילעך, מיר וועלן האבן אן אייגענעם מלך
אז משיח קומען וועט צוגיין

און די אידן פליען, וועלן צום בארג פון ציון
ירושלים קומט פון הימל ניי ביז גאר
גאסן פון דיימאנטן, הייזער פון בריליאנטן
יעדער איינע זיבן טויזנט פליאר

און פון הר הזיתים, וועלן גיין די מתים
אנגעטוהן די אלטע שבת קלייד
דער אייניקל וועט ריידן, מיטן עלטער זיידן
און די מאמע וויינען וועט פון פרייד

און מען וועט דאן רואיג לעבן
מען וועט האבן נאר איין שטרעבן
דער באשעפער זאל נאר געבן, שכל אן א שיעור
ווייל מען וועט נאר לערנען תורה
און די סודות פון דעם בורא
און ביינאכט וועט מען זיך פליען יעדער צו זיין טיר

און אויף אלע בוימער דארטן
וואקסן שפייזן אלע סארטן
טייכן האניג פוהל דער גארטן, וויין וויפיהל מען וויל
דער לייב וועט זיך פאר קינדער בוקן
און זיי נעמען אויפן רוקן
און זיי פירן צו באקוקן, ווי ס'לעבט דער קראקאדיל

און ווי הינדעלאך אצינדער
וועט עס גארנישט זיין קיין וואונדער
יעדער מאמע ט'האבן קינדער, יעדן טאג פון יאר
א קליינעם אינגל וועט איר פרעגן
וויפיל יאהר איז דיין פארמעגן
וועט ער זאגן כ'בין נאך יונג אינגאנצן הונדערט יאהר!

ירושלים וועט זיך אויפהויבן
אויף דער גאנצער וועלט פון אויבן
און איבער אלץ, דוד'ס פאלאץ, און דער הייליגער געצעלט
פון אלע זייטן ט'מען מארשירן
טויזנטער מתנות פירן
העכער העכער צו די טירן, צום פירער פון דער וועלט

אך ווי שיין, וועט דעמאלס זיין, עס וועט אוועק די מורא
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו

אוועק די שלעכטע צייטן, אלעס טוט זיך בייטן
משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו רייטן
אוועק די שלעכטע יארן, אלץ איז ניי געווארן
משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו פארן
לאמיר אידעלעך זיין גרייט, אויפנעמען די גרויסע פרייד
תשובה טאן געשווינד, און מער נישט טאהן קיין זינד
דער פנים זאל נישט זיין פארשעמט, און די הערצעלע פארקלעמט
לאמיר ווערן שיין, לאמיר ווערן ריין

אוי האבן מיר א גרויסן בורא, א שיינע פאלק און א זיסע תורה
משיח מעג שוין קומען באלד צו גיין