מעשה ח מרב ובן יחיד

פֿון װיקיביבליאָטעק
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מפתחות ספורי מעשיות


מרב ובן יחיד

דער בן יחיד וויל פארן צום צדיק[רעדאַקטירן]

מַעֲשֶׂה אַמָאל אִיז גֶעוֶוען אַ רָב, דֶער רָב הָאט קֵיין קִינְדֶער נִישְט גֶעהַאט. דֶערְנָאךְ הָאט עֶר גֶעהַאט אַ בֶּן יָחִיד, אוּן עֶר הָאט אִים מְגַדֵל גֶעוֶוען, אוּן עֶר הָאט אִים חַתוּנָה גֶעמַאכְט. דֶער בֶּן יָחִיד פְלֶעגְט צוּ זִיצְן אוֹיף אַן אִיבֶּערְשְׁטִיבְּל[1] אוּן הָאט גֶעלֶערְנְט אַזוֹי וִוי דֶער סֵדֶר אִיז בַּיי גְבִירִים. אוּן פְלֶעגְט לֶערְנֶען אוּן דַאוֶוענֶען תָּמִיד.
נָאר עֶר הָאט בַּיי זִיךְ גֶעפִילְט אַז סֶע פֶעלְט אִים עֶפֶּעס אַ חִסָרוֹן. אוּן הָאט נִישְט גֶעוואוּסְט וָואס. אוּן עֶר הָאט נִישְט גֶעפִילְט קֵיין טַעַם אִין דֶעם לֶערְנֶען אוּן אִין דֶעם דַאוֶוענֶען. הָאט עֶר דָאס דֶערְצֵיילְט פַאר צְוֵויי יוּנְגֶעלַייט. הָאבְּן זֵיי אִים אַן עֵצָה גֶעגֶעבְּן אַז עֶר זָאל פָארְן צוּ דֶעם אוּן דֶעם צַדִיק. אוּן דֶער בֶּן יָחִיד הָאט גֶעטָאן אַ מִצְוָה, וָואס דוּרְךְ דֶער מִצְוָה אִיז עֶר גֶעקוּמֶען צוּ דֶער בְּחִינָה מָאוֹר הַקָטָן.

אִיז גֶעגַאנְגֶען דֶער בֶּן יָחִיד אוּן הָאט דָאס דֶערְצֵיילְט זַיין פָאטֶער. בַּאֲשֶׁר עֶר פִילְט נִישְט קֵיין טַעַם אִין זַיין עֲבוֹדָה (כְּלוֹמֶר אִין דֶעם וָואס עֶר דִינְט גָאט דְהַיינוּ דַאוֶוענֶען אוּן לֶערְנֶען אוּן אַנְדֶערֶע מִצְוֹת) אוּן סֶע גֵייט אִים אָפּ[2] אוּן עֶר וֵוייסְט נִישְט וָואס. בְּכֵן, וִויל עֶר פָארְן צוּ דֶעם צַדִיק (וָואס מֶען הָאט אִים גֶעזָאגְט כַּנַּ"ל) הָאט אִים דֶער פָאטֶער גֶעעֶנְפֶערְט. וִוי קוּמְסְטוּ צוּ אִים צוּ פָארְן דוּ בִּיסְט זִיךְ מֶער לַמְדָן פוּן אִים, אוּן מֶער מְיוּחָס פוּן אִים. סֶע שְׁטֵייט דִיר נִישְט אָן[3] צוּ אִים צוּ פָארְן. גֵיי אַוֶועק פוּן דֶעם וֶועג. בִּיז דֶער פָאטֶער הָאט אִים נִישְט דֶערְלָאזְט[4] צוּ פָארְן צוּם צַדִיק.
הָאט זִיךְ דֶער בֶּן יָחִיד וִוידֶער גֶעזֶעצְט לֶערְנֶען, הָאט עֶר וִוידֶער גֶעפִילְט דֶעם חִסָרוֹן כַּנַּ"ל. הָאט עֶר וִוידֶער אַן עֵצָה גֶעהַאלְטְן מִיט דִי מֶענְטְשְׁן. הָאבִּן זֵיי אִים וִוידֶער דִי עֵצָה גֶעגֶעבְּן אַז עֶר זָאל פָארְן צוּ דֶעם צַדִיק. אִיז עֶר וִוידֶער גֶעגַאנְגֶען צוּם פָאטֶער, הָאט אִים דֶער פָאטֶער וִוידֶער אָפְּגֶעשְׁלָאגְן[5], אוּן הָאט אִים נִישְט דֶערְלָאזְט. אוּן אַזוֹי אִיז גֶעוֶוען עֶטְלֶעכֶע מָאל. אוּן דֶער בֶּן יָחִיד הָאט אַלְץ גֶעפִילְט אַז סֶע גֵייט אִים עֶפֶּעס אָפּ. אוּן הָאט זֵייעֶר גֶעבֶּענְקְט עֶר זָאל מְמַלָא זַיין דֶעם חִסָרוֹן (כְּלוֹמֶר עֶר זָאל מִיט עֶפֶּעס פַארְרִיכְטְן אַז סֶע זָאל אִים נִישְט אָפְּגֵיין) אוּן עֶר הָאט נִישְׁט גֶעאוואוּסְט וָואס דֶער חִסָרוֹן אִיז כַּנַּ"ל. אִיז עֶר נָאךְ אַמָאל גֶעקוּמֶען צוּם פָאטֶער אוּן הָאט אִים זֵייעֶר גֶעבֶּעטְן. בִּיז דֶער פָאטֶער הָאט גֶעמוּזְט מִיט אִים פָארְן. וָוארְן דֶער פָאטֶער הָאט אִים נִישְט גֶעוָואלְט אַלֵיין לָאזְן פָארְן מַחְמַת עֶר אִיז גֶעוֶוען בַּיי אִים אַ בֶּן יָחִיד.

דער רב פארט מיט זיין זון צום צדיק[רעדאַקטירן]

הָאט אִים דֶער פָאטֶער גֶעזָאגְט: זֶע אִיךְ וֶועל מִיט דִיר פָארְן, וֶועל אִיךְ דִיר וַוייזְן אַז עֶר אִיז גָאר נִישְׁט (כְּלוֹמֶר אַז דֶער צַדִיק אִיז נִישְׁט) הָאבְּן זֵיי אַיינְגֶעשְׁפַּאנְט דִי בְּרִיקֶע[6] אוּן זֶענֶען גֶעפָארְן. הָאט דֶער פָאטֶער צוּם זוּן גֶעזָאגְט: דָא וֶועל אִיךְ פְּרוּוון. וֶועט זִיךְ אַנְדֶערְשׁ פִירְן כְּסֵדֶר[7], אִיז עֶס מִן הַשָׁמַיִם. אוּן אַז נִישְט, אִיז נִישְט מִן הַשָׁמַיִם אַז מִיר זָאלְן פָארְן, וֶועלְן מִיר זִיךְ אוּמְקֶערְן. זֶענֶען זֵיי גֶעפָארְן. וִוי זֵיי זֶענֶען גֶעפָארְן זֶענֶען זֵיי גֶעקוּמֶען צוּ אַ קְלֵיין בְּרִיקְל[8]. אִיז אַרָאפְּגֶעפַאלְן אַ פֶערְד, אוּן דִי בְּרִיקֶע הָאט זִיךְ אִיבֶּערְגֶעקֶערְט. אוּן זֵיי זֶענֶען שִׁיעֶר[9] דֶערְטְרוּנְקֶען גֶעוָוארְן. הָאט אִים דֶער פָאטֶער גֶעזָאגְט זֶעסְטוּ אַז סֶע פִירְט זִיךְ נִישְט כְּסֵדֶר. אוּן דִי נְסִיעָה אִיז נִישְט מִן הַשָׁמַיִם. הָאבְּן זֵיי זִיךְ אוּמְגֶעקֶערְט.

הָאט זִיךְ וִוידֶער דֶער בֶּן יָחִיד גֶעזֶעצְט לֶערְנֶען אוּן הָאט וִוידֶער גֶעזֶען אַז סֶע גֵייט אִים עֶפֶּעס אָפּ. אוּן עֶר וֵוייסְט נִישְט וָואס. הָאט עֶר וִוידֶער מַפְצִיר גֶעוֶוען דֶעם פָאטֶער. הָאט דֶער פָאטֶער גֶעמוּזְט מִיט אִים נָאךְ אַמָאל פָארְן. וִוי זֵיי זֶענֶען גֶעפָארְן. הָאט דֶער פָאטֶער וִוידֶער גֶעשְׁטֶעלְט אוֹיף[10] אַ פְּרוּוו אַזוֹי וִוי פְרִיעֶר אוֹיבּ סֶע וֶועט זִיךְ פִירְן כְּסֵדֶר (וְכוּ' כַּנַּ"ל) וִוי זֵיי זֶענֶען גֶעפָארְן זֶענֶען צוּבְּרָאכְן גֶעוָוארְן בֵּיידֶע אַקְסְן[11]. הָאט אִים דֶער פָאטֶער גֶעזָאגְט: זֶע אַז סֶע פִירְט זִיךְ נִישְט אוּנְז אַז מִיר זָאלְן פָארְן. וָוארְן אִיז דָאס דֶען אַ דֶרֶךְ הַטֶבַע, אַז בֵּיידֶע אַקְסְן זָאלְן צוּבְּרָאכְן וֶוערְן? וִויפִל מָאל מֶען אִיז גֶעפָארְן מִיט דֶער בְּרִיקֶע, אוּן סֶע הָאט זִיךְ אַזוֹינְס[12] נִישְט גֶעטְרָאפְן. הָאבְּן זֵיי זִיךְ וִוידֶער אוּמְגֶעקֶערְט.

הָאט זִיךְ דֶער בֶּן יָחִיד וִוידֶער גֶענוּמֶען צוּם לֶערְנֶען כו' כַּנַּ"ל. אוּן הָאט וִוידֶער גֶעפִילְט דֶעם חִסָרוֹן כַּנַּ"ל אוּן דִי יוּנְגֶעלַייט הָאבְּן אִים אַלְץ אָנְגֶערֶעדְט אַז עֶר זָאל פָארְן. אִיז דֶער בֶּן יָחִיד וִוידֶער גֶעגַאנְגֶען צוּם פָאטֶער. אוּן הָאט אִים וִוידֶער מַפְצִיר גֶעוֶוען. הָאט עֶר גֶעמוּזְט נָאךְ אַמָאל מִיט אִים פָארְן. הָאט דֶער בֶּן יָחִיד צוּם פָאטֶער גֶעזָאגְט. אַז מֶען זָאל שׁוֹין נִישְט שְׁטֶעלְן אוֹיף[13] אַזוֹי אַ פְּרוּוו, וָוארְן דָאס אִיז אַ דֶרֶךְ הַטֶבַע, אַז סֶע פַאלְט אַמָאל אַ פֶערְד אַרָאפּ, אָדֶער סֶע וֶוערְן אַקְסְן צוּבְּרָאכְן. סַיידְן סֶע וֶועט עֶפֶּעס זַיין אַ וִוילְדֶע זַאךְ.
זֶענֶען זֵי גֶעפָארְן. אוּן זֶענֶען גֶעקוּמֶען נֶעכְטִיקְן אִין אַ קְרֶעטְשְׁמֶע הָאבְּן זֵיי דָארְט גֶעפוּנֶען אַ סוֹחֵר. הָאבְּן זֵיי מִיט אִים אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ שְׁמוּעֶסְן. אַזוֹי וִוי דֶער סֵדֶר אִיז פוּן סוֹחְרִים. אוּן הָאבְּן אִים נִישְׁט גֶעזָאגְט אַז זֵי פָארְן אַהִין (צוּ אַ גוּטְן יְהוּדִי) וָוארְן דֶער רָב הָאט זִיךְ גֶעשֶׁעמְט צוּ זָאגְן אַז עֶר פָארְט צוּ דֶעם גוּטְן יְהוּדִי. אוּן זֵיי הָאבְּן גֶעשְׁמוּעֶסְט וֶועלְט זַאכְן. בִּיז אִין דִי רֵייד הָאבְּן זֵיי אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ שְׁמוּעֶסְן פוּן גוּטֶע יִידְן. וִוי סֶע גֶעפִינֶען זִיךְ גוּטֶע יִידְן. הָאט עֶר זֵיי דֶערְצֵיילְט (דְהַיינוּ דֶער סוֹחֵר) אַז דָארְט גֶעפִינְט זִיךְ אַ גוּטֶער יְהוּדִי אוּן דָארְט אוּן דָארְט. הָאבְּן זֵיי אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ שְׁמוּעֶסְן פוּן דֶעם גוּטְן יְהוּדִי וָואס זֵיי פָארְן צוּ אִים. הָאט דֶער סוֹחֵר זֵיי גֶעעֶנְפֶערְט. דֶער (מִיט אַ לָשׁוֹן וִוי מֶען פַארְוואוּנְדֶערְט זִיךְ) עֶר אִיז זִיךְ אַ קַל (כְּלוֹמֶר נִישְט קֵיין עֶרְלֶעכֶער יְהוּדִי) אָט פָאר אִיךְ פוּן אִים, בִּין אִיךְ דֶערְבַּיי[14] גֶעוֶוען אוּן עֶר הָאט גֶעטָאן אַן עֲבֵירָה. הָאט זִיךְ דֶער פָאטֶער אָנְגֶערוּפְן: (צוּם בֶּן יָחִיד) זֶעסְטוּ מַיין קִינְד וָואס דֶער סוֹחֵר דֶערְצֵיילְט לְפִי תּוּמוֹ (כְּלוֹמֶר עֶר אִיז זִיךְ נִישְט מְכַוֵן אִין מִיסְטְנֶע[15] צוּ דֶערְצֵיילְן שְׁלֶעכְץ פוּן דֶעם גוּטְן יְהוּדִי, נָאר דוּרְךְ דִי רֵייד הָאט עֶר עֶס דֶערְצֵיילְט) אָט פָארְט עֶר דָאךְ פוּן דָארְט. הָאבְּן זֵיי זִיךְ אוּמְגֶעקֶערְט אַהֵיים (דְהַיינוּ דֶער רָב מִיט דֶעם בֶּן יָחִיד).

דער בן יחיד איז געשטארבן, און קומט אין חלום צו זיין פאטער[רעדאַקטירן]

אִיז דֶער זוּן גֶעשְׁטָארְבְּן. אוּן אִיז גֶעקוּמֶען צוּ חָלוֹם צוּם פָאטֶער. הָאט דֶער פָאטֶער גֶעזֶען אַז עֶר שְׁטֵייט אִין גְרוֹיס כַּעַס הָאט דֶער פָאטֶער אִים גֶעפְרֶעגְט: פַאר וָואס בִּיסְטוּ אַזוֹי אִין כַּעַס. הָאט עֶר אִים גֶעעֶנְפֶערְט (דְהַיינוּ דֶער זוּן וָואס סֶע גֶעשְׁטָארְבֶּן הָאט גֶעעֶנְפֶערְט אִין חָלוֹם דֶעם פָאטֶער) אַז עֶר זָאל פָארְן צוּ דֶעם גוּטְן יְהוּדִי (וָואס זֵיי הָאבְּן גֶעוָואלְט פְרִיעֶר פָארְן צוּ אִים) וֶועט עֶר דִיר זָאגְן פַאר וָואס אִיךְ בִּין אִין כַּעַס. הָאט עֶר זִיךְ אוֹיפְגֶעכַאפְּט. אוּן עֶר הָאט זִיךְ גֶעטְרַאכְט סֶע אִיז אַ מִקְרֶה (כְּלוֹמֶר סֶע נָאר אַ חָלוֹם נִישְט קֵיין אֶמֶת) נָאךְ דֶעם הָאט זִיךְ אִים וִוידֶער אַזוֹי גֶעחָלֶעמְט. הָאט עֶר וִוידֶער גֶעמֵיינְט סֶע אִיז אַ פַאלְשֶׁער חָלוֹם. אוּן אַזוֹי אִיז גֶעוֶוען דְרַיי מָאל. הָאט עֶר פַארְשְׁטַאנֶען. אַז דָאס אִיז נִישְט קֵיין לֶערֶע זַאךְ אִיז עֶר גֶעפָארְן אַהִין (דְהַיינוּ דֶער רָב אִיז גֶעפָארְן צוּם דֶעם גוּטְן יְהוּדִי וָואס עֶר אִיז פְרִיעֶר גֶעפָארְן מִיט זַיין זוּן אַהִין).

אוֹיף דֶעם וֶועג הָאט עֶר וִוידֶער בַּאגֶעגֶענְט דֶעם סוֹחֵר וָואס עֶר הָאט פְרִיעֶר בַּאגֶעגֶענְט. אַז עֶר אִיז גֶעפָארְן מִיט זַיין זוּן, אוּן דֶער רָב הָאט אִים דֶערְקֶענְט. אוּן דֶער רָב הָאט גֶעזָאגְט צוּם סוֹחֵר: דוּ בִּיסְט זִיךְ דֶער וָואס אִיךְ הָאבּ דִיךְ גֶעזֶען אִין דֶער קְרֶעטְשְׁמֶע. עֶנְפֶערְט עֶר אִים: אַוַודְאַי הָאסְטוּ מִיךְ גֶעזֶען אוּן עֶפֶענְט אוֹיף[16] דָאס מוֹיל, אוּן זָאגְט צוּ אִים: אַז דוּ וִוילְסְט אָט שְׁלִינְג אִיךְ דִיךְ אַיין. זָאגְט עֶר צוּ אִים: (דְהַיינוּ דֶער רָב צוּם סוֹחֵר) וָואס רֶעדְסְטוּ. הָאט עֶר אִים גֶעעֶנְפֶערְט: גֶעדֶענְקְסְטוּ אַז דוּ בִּיסְט גֶעפָארְן מִיט דַיין זוּן. אוּן פְרִיעֶר אִיז אַ פֶערְד אַרָאפְּגֶעפַאלְן אוֹיף דֶער בְּרִיק, הָאסְטוּ זִיךְ אוּמְגֶעקֶערְט. דֶערְנָאךְ זֶענֶען דִי אַקְסְן צוּבְּרָאכְן גֶעוָוארְן, דֶער נָאךְ הָאסְטוּ מִיךְ בַּאגֶעגֶענְט, הָאבּ אִיךְ דִיר גֶעזָאגְט אַז עֶר אִיז אַ קַל. הַיינְט אַז אִיךְ הָאבּ שׁוֹין דַיין זוּן גֶעפַּאטֶערְט[17], הַיינְט מֶעגְסְטוּ שׁוֹין פָארְן. וָוארְן דֶער זוּן אִיז גֶעוֶוען אַ בְּחִינַת מָאוֹר הַקָּטָן אוּן דֶער צַדִּיק וָואס עֶר הָאט גֶעוָואלְט צוּ אִים פָארְן עֶר אִיז אַ בְּחִינַת מָאוֹר הַגָדוֹל. אוּן אַז זֵיי בֵּיידֶע זָאלְן זִיךְ גֶעוֶוען אִין אֵיינֶעם צוּנוֹיפְקוּמֶען וָואלְט מָשִׁיחַ גֶעקוּמֶען. אוּן הַיינְט אַז אִיךְ הָאבּ אִים שׁוֹין גֶעפַּאטֶערְט, מֶעגְסְטוּ שׁוֹין פָארְן. דֶערְוַוייל אִיז עֶר נֶעֶלָם גֶעוָוארְן אִין דִי רֵייד. (כְּלוֹמֶר דֶער סוֹחֵר אִיז פַארְשְׁוואוּנְדְן גֶעוָוארְן פְּלוּצֶעם[18] אִין דִי רֵייד) אוּן עֶר הָאט נִישְט גֶעהַאט מִיט וֶועמֶען צוּ רֶעדְן. אִיז דֶער רָב גֶעפָארְן צוּ דֶעם צַדִיק. אוּן הָאט גֶעשְׁרִיגְן גֶעוַואלְד, גֶעוַואלְד. חַבַל עַל דְאַבְדִין וְלֹא מִשְׁתַּכְּחִין (וֵויי אוֹיף דֶעם וָואס סֶע פַארְלוֹירְן גֶעוָוארְן אוּן מֶען קֶען נִישְט גֶעפִינֶען).

רמזי המעשה[רעדאַקטירן]

אוּן דֶער סוֹחֵר אִיז גֶעוֶוען דֶער ס"מ אַלֵיין. וָואס עֶר הָאט זִיךְ פַארְשְׁטֶעלְט פַאר אַ סוֹחֵר אוּן הָאט זֵיי אָפְּגֶענַארְט אוּן דֶער נָאךְ אַז עֶר הָאט זִיךְ דָאס אַנְדֶערֶע מָאל בַּאגֶעגֶענְט מִיט דֶעם רָב, הָאט עֶר זִיךְ מִיט אִים אַלֵיין גֶערֵייצְט[19], נָאךְ וָואס עֶר הָאט אִים גֶעפָאלְגְט. וָוארְן אַזוֹי אִיז דֶער סֵדֶר פוּן דֶעם יֵצֶר הָרָע, פְרִיעֶר רֶעדְט עֶר אָן דֶעם מֶענְטְשׁ. אוּן אַז דֶער מֶענְשׁ פָאלְגְט אִים חַס וְשָׁלוֹם, רֵייצְט עֶר אַלֵיין זִיךְ דֶער נָאךְ מִיט דֶעם מֶענְטְשׁ, אוּן אִיז זִיךְ אִין אִים אַלֵיין נוֹקֵם, נָאךְ וָואס עֶר הָאט אִים גֶעפָאלְגְט. הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ זָאל אוּנְז מַצִּיל זַיין פוּן אִים, אוּן זָאל אוּנְז אוּמְקֶערְן צוּם רֶעכְטְן אֶמֶת אָמֵן.

הערות שוליים[רעדאַקטירן]

  1. איבערשטיבל = בוידעם-שטיבל.
  2. אפגיין = לפי העניין פירושו = חסר.
  3. שטייט נישט דיר אן = פאסט נישט דיר = לא מתאים לך.
  4. דערלאזן = הרשה.
  5. אפשלאגן = הדף, הפרך.
  6. בריקע = רייטוואגן = קארעטע =מרכבה.
  7. "וועט זיך אנדערש פירן כסדר" = יתנהג אחרת כסדר. משפט זה צ"ע, צריך לכתוב "וועט זיך פירן כסדר". שפירושו יתנהג כסדר
  8. בריק = גשר. בריקל = גשר קטן.
  9. שִיעֶר = כמעט.
  10. "הָאט דֶער פָאטֶער וִוידֶער גֶעשְׁטֶעלְט אוֹיף". נכון יותר לכתוב "הָאט דֶער פָאטֶער וִוידֶער אוֹיפְגֶעשְׁטֶעלְט.
  11. אקס = אקסל = ציר. אקסן = אקסלען = צירים.
  12. אזוינס = אזוי.
  13. "מֶען זָאל שׁוֹין נִישְט שְׁטֶעלְן אוֹיף". נכון יותר לכתוב "מֶען זָאל שׁוֹין נִישְט אוֹיפְשְׁטֶעלְן".
  14. דערביי = ביידעם = בזה, בזאת, קרוב ל, נוכח, אגב.
  15. מִיסְטְנֶע = בכוונה.
  16. אויפעפענען = לפתח.
  17. פטרן = פאטרן = קלקל, השלך. אם היה כתוב "איך האב שוין זיך פון דיין זון געפאטערט" פירושו היה "התפטרתי כבר מבנך. ואולי כוונתו מלשון "לפטור לשלום" להפרד. נפרדתי ממנו. או אולי גרמתי לו להפטר מהעולם.
  18. פלוצעם = פלוצלינג = פתאום.
  19. רייצן = גרה. רייצן זיך = התגרה.