מיר זינגען צו דיר דו הייליקער שבת

פֿון װיקיביבליאָטעק

פֿון ב. מארקוס


מיר זינגען צו דיר

מיר זינגען צו דיר
דו הייליקער שבת,
ליב איז דיין קומען צו אונדז.

ברענגסט רו פאַר די מידע
פון אַרבעט און דאגות,
און הייליקע שטילקייט פאַר אונדז.

זיי זשע געגריסט אין פרייטיק פאַרנאַכט,
ווען עס נידערט די זון און פאַרגייט.

מיר נעמען דיך אויף גערן
אונטער הימל און שטערן
און זיינען צו שבת רו גרייט.