לדלג לתוכן

מיין יינגעלע

פֿון װיקיביבליאָטעק

פון מאריס ראזענפעלד 1862 – 1923


1. איך האב א קליינעם יינגעלע,
א זונעלע גאר פיין.
ווען איך דערזע אים, דאכט זיך מיר,
די גאנצע וועלט איז מיין.

2. נאר זעלטן, זעלטן, זע איך אים,
מיין שיינעם, ווען ער וואכט.
איך טרעף אים תמיד שלאפענדיק,
איך זע אים נאר ביינאכט.

3. די ארבעט טרייבט מיך פרי ארויס,
און לאזט מיך שפעט צוריק.
אָ, פרעמד איז מיר מיין אייגן לייב,
אָ, פרעמד מיין קינדס א בליק!

4. איך קום צעקלעמטערהייט אהיים,
אין פינצערנישט געהילט.
מיין בלייכע פרוי דערציילט מיר באלד,
ווי פיין דאס קינד זיך שפילט.

5. ווי זיס עס רעדט, ווי קלוג עס פרעגט:
אָ, מאמע, גוטע מַא,
ווען קומט און ברענגט א פעני מיר
דער גוטער, גוטער פאַ?"

6. איך שטיי ביי זיין געלעגל
און זשע איך הער, און שאַ!
א טרוים באוועגט די ליפלעך:
"אָ, וואו איז, וואו איז פאַ?"

7. איך קוש די בלויע אייגעלעך,
זיי עפענען זיך "אָ קינד!"
זיי זעען מיך, זיי זעען מיך
און שליסן זיך געשווינד.

8. "דא שטייט דיין פאפא, טייערער,
א פענילע דיר נא!"
א טרוים בוועגט די ליפעלעך:
"אָ, וואו איז, וואו איז פאַ!"

9. איך בלייב צעווייטיקט און צעקלעמט,
פארביטערט, און איך קלער:
ווען דו וואכסט אויף א מאל, מיין קינד,
געפינסטו מיך נישט מער.