מחותנתטע מיינע

פֿון װיקיביבליאָטעק

מחותנתטע מיינע - ווערטער און מוזיק: משה בערעגאָווסקי (1892-1961) און איציק (יצחק) פעפער

מחותנתטע מיינע, מחותנתטע געטרייע,
לאָמיר זיין אויף אייביק מחותנים (2)
איך גיב אייך אַוועק מיין טאָכטער פאַר אַ שנור
זי זאָל ביי אייך ניט אָנווערן דעם פנים.

מחותנתטע מיינע, מחותנתטע געטרייע,
מיין קינד זאָלט איר פרי ניט וועקן (2)
און טאָמער וועט איר זען אַן עוולה אויף מיין קינד
ווי אַן אייגענע מאַמע זאָלט איר דאָס פאַרדעקן.

מחותנתטע מיינע, מחותנתטע געטרייע,
אויף קינדער האָבן טוט מען בלוט פאַרגיסן (2)
און טאָמער וועט איר זען אַז דער זון האָט ליב די שנור
זאָל עס אייך גאָרנישט פאַרדריסן.

מחותנתטע מיינע, מחותנתטע געטרייע,
איך פאָר צו אייך מיט אַ פאַריקל (2)
טאָמער וועט איר זיין אַ שלאַק אַ בייזע שוויגער
איז מיין טאָכטער אויכעט אַן אַנטיקל.