מאָטקע חב״ד
מאטקע חבּ״ד | |
מחבר: | מ. שטערן |
---|---|
אויסגאַבע: | ניו־יאָרק, 1920ער |
פאַרלאַג: | סטאַר היברו בוק קאָמפּאַני |
סקאַנירטע ווערסיע אין Internet Archive: | nybc201076 |
די צאָל זייטן: | 64 |
זע אויך אין מאָדערנעם אויסלייג |
עס האָט גאָרנישט געטראָפען
[רעדאַקטירן]מאָטעל איז אמאָל אריינגעקומען צו א ווילנער גביר. געהענדיג צוריק, האָט ער זיך אויסגעגליטשט און אראָפּגעפאלען פון אלע טרעפּ. די שטוביגע האָבען דערהערט דעם פאל און ארויסגעלאָפען זעהן וואָס האָט דאָרט געטראָפען, ערשט זיי זעהן, מאָטעל קרעכצט פון וועהטאָג און בעמיהט זיך אויפצושטעלען.
— וואָס איז דאָ געווען? — האָבען זיי איהם געפרעגט.
— גאָר נישט — האָט ער זיי געענטפערט — מיין פוטער איז אראָפּגעפאלען פון די טרעפּ.
— טאָ וואס האָט דאס דערלאנגט אזא זעץ?
— פארשטעהט איהר מיך — האָט ער געזאָגט קאַלט — דער קלאפּ איז, ווייל איך בין געלעגען אין פוטער.
זאָל ער נאָר אָנטשעפּען
[רעדאַקטירן]מאָטעל האָט איינמאָל געבעטען ביי א גביר פינף רובעל, וועט ער דערפאר פאר איהם אראָפּשלעפּען די זון. דער גביר האָט איהם געגעבען די געלט און מאָטעל האָט געהייסען, מען זאָל איהם בריינגען א טישעל מיט א לאנגען שטעקען מיט א קרוק, אז מען האָט דאָס איהם געבראכט, האָט ער זיך ארויפגעשטעלט אויפ׳ן טישעל און אויפגעהויבען דעם שטעקען אין דער הויך, און געקוקט אויפ׳ן הימעל.
— פארוואס שלעפּט איהר שוין ניט אראָפּ די זון? — האָט איהם דער גביר געפרעגט.
— זייט אזוי גוט, — זאָגט צו איהם מאָטעל, — נאַט אייך דעם שטעקען און איהר טשעפּעט נאָר אָן די זון אָן קרוק. וועל איך שוין נאַכער אראָפּציהען.
זיי דארף מען געבען אַ גאנצע חלה
[רעדאַקטירן]די פּרנסי־חודש האָבען אמאָל געשיקט דעם „משרת הקהל“ ער זאל אראָפּנעמען ביי מאָטלען די שבת־לייכטער פאר א קהל׳שען שטייער, וועלכען מאָטעל האָט ניט געהאט צו באַצאָלען.
דער משרת האָט צוגענומען די לייכטער און מאָטעל איז אוועק אין מארק, געקויפט א גרויסע חלה און אוועקגעטראָגען אין קהל־שטיבעל. די פּני־קהל זיינען אלע געזעסען ארום א טיש, ווען מאָטעל האָט זיי דערלאנגט די חלה.
— וואס איז דאָס פאר א חלה? — האָבען זיי איהם געפרעגט.
— פארשטעהט איהר מיך — האָט זיי מאָטעל געענטפערט — ביי מיר אין שטוב נעמט אלע שבת אראָפּ די לייכטער דער „סטאָראָזש“ (באַדינער) פון הויף, גיב איך איהם אן „המוציא חלה“, היינט איהר זייט דאָך אזוי פיעל „סטאָראָזשעס“ מוז מען אייך געבען א גאנצע חלה.
ער זאָל רייבען און שווייגען
[רעדאַקטירן]מאָטעל האָט אמאָל גענומען אַ פּרוש אויף וועטשערע. ער האָט געהייסען דעם פּרוש ער זאל זיך געהן וואשען. דער פּרוש האָט געוואשען די הענט און זיך געזעצט ביים טיש. האָט איהם מאָטעל צוגעטראָגען א קעסטעל שוועבעלעך און געזאָגט:
— רייבט און שווייגט.
אַ בגד אויף אלע ימים־טובים
[רעדאַקטירן]מאָטע חב״ד איז אמאָל געקומען אויף אַ חתונה אין אַ צוריסענעם בגד. רופט זיך צו איהם אָפּ דער מחותן:
— פע, מאָטקע, ווי שעהמסטו זיך ניט קומען צו אַ שמחה אין אַזאַ צוריסענעם בגד?
— מיט מיין בגד — האָט מאָטעל געענטפערט — האָב איך זיך ניט וואס צו שעהמען. דאָס איז א בגד, וועלכער דיענט מיר פאר אלע ימים טובים: פּסח, למשל, איז אין איהם ניטאָ קיין ברעקעל; שבועות איז ער דורך מיט א תקון; ראש השנה בלאָזט אין איהם פון אלע זייטען; יום כפּור טויג ער אויף כפּרות; חנוכה איז ער פול מיט לאַטקעס און פּורים צושיט ער זיך אויף מאָן.
מאָטקע איז אַ שליח
[רעדאַקטירן]מאָטעל איז אמאָל געקומען צו א גביר בעטען א נדבה. דער גביר האָט גאר ניט געוואָלט געבען. זאָגט צו איהם מאָטעל:
— גיט א נדבה, ווייל איהר וועט ערגער מאכען.
— וואָס קען איך ערגער מאכען? — פרעגט דער גביר.
— פארשטעהט איהר מיך — האָט מאָטעל געזאָגט — איך בין דאָך דעם דלות א שליח, און אויב איהר וועט מיר ניט געבען, וועל איך שיקען דעם דלות אליין.
אונטער די אויגען
[רעדאַקטירן]מאָטעלס ווייב איז געקומען צו קהל מסרן אויף מאָטלען: ער האָט איהר געשלאָגען מכות אכזריות און האָט איהר אונטערגעשלאָגען די אויגען. קהל האָט גלייך געשיקט רופען מאָטלען און איהם גע׳מוסר׳ט, פארוואס ער שלאָגט זיין ווייב.
— איך האָב איהר געשלאָגען אונטער די אויגען — האָט מאָטעל געענטפערט — און אונטער די אויגען מעג מען אפילו דעם רב אויך שלאָגען.
זייט ניט נעזונט
[רעדאַקטירן]מאָטעל איז אמאָל אריינגעגאנגען צו א ווילנער גביר און געזאָגט:
— זייט מיר געזונד, איך פאָהר אָפּ פון ווילנא און גיט מיר עפּעס אויף דער הוצאה.
דער גביר האָט איהם אבער ניט געוואָלט געבען קיין נדבה. מאָטעל איז ארויס פון הויז און אין א רגע ארום זיך אומגעקערט און געזאָגט:
— ווייסט איהר, איך האָב זיך מיישב געווען, עס לוינט מיר ניט אוועקצופאָהרען. אַלזאָ, זייט מיר שוין ניט געזונד.
מען האָט איהם אונטערגעהאקט
[רעדאַקטירן]עס האָט געטראָפען, אז א פּריץ האָט אמאָל אָפּגעשמיסען אַ ווילנער גביר. שפּעטער האָט דער געשמיסענער גביר אָנגעכאפּט מאָטלען אין גאס און צו איהם געזאָגט:
— מאָטעל, זאָג מיר עפּעס א וויץ, וועל איך דיר געבען אַ שעהנע נדבה.
האָט מאָטעל געזאָגט:
— מען האָט דאָך אייך דאָ ניט לאנג אזוי אונטערגעהאקט און איהר זייט נאָך אלץ אזוי לאנג...
אָפּגעבען מיט הוילען
[רעדאַקטירן]מאָטקע איז אמאָל אריין צו איינעם א באקאנטען און זאָגט צו איהם:
— דו ווייסט, איך געה ווערען א דאָקטאר?
— דו, מאָטעל? — האָט דער באקאנטער זיך געוואונדערט — זאָג שוין וואָס מיינסטו דערמיט?
— איך מיין פּשוט, — האָט מאָטעל געענטפערט — מען האָט ביי מיר היינטיגע נאכט ארויסגע׳גנב׳עט די גאנצע בעטגעוואנט, מוז איך זעהן זיך אָפּלעגען אויף הוילען...
ער מיינט אָהן המצאות
[רעדאַקטירן]מאָטקע חב״ד האָט מען איינמאָל איינגעלאדען צו א נגיד׳ישע חתונה אין מינסק. מען האָט געגעסען און געטרונקען און אָן מאָטקען אינגאנצען פארגעסען.
שפּעטער נאָך דער סעודה האָט מען זיך געכאפּט אז מאָטקע חב״ד איז דאָ און איהם געבעטען זאָגען אן המצאה.
מאָטקע איז געווען אויפגערעגט און געזאָגט:
— ויסעו מסוכות ויחנו ברפידים, געהאנגען זאָלען ווערען אלע מינסקער נגידים.
— וואָס איז דאָ די המצאה? — האָט דער רייכער עולם באליידיגט געפרעגט.
— איך מיין אָן המצאות. — האָט מאָטקע געענטפערט.
פון אן אויסשטעלונג
[רעדאַקטירן]באקאנטע אידען האָבען באגעגענט מאָטקען געהענדיג אין גאס.
— פון וואנען געהסטו, מאָטקע? — האָבען זיי איהם געפרעגט.
— פון אן אויסשטעלונג. — האָט מאָטקע געענטפערט.
— וואָס פאר אן אויסשטעלונג?
— דער בעל־הבית האָט ארויסגעשטעלט מיינע כלי־בית אויפ׳ן גאַס.
אַ קייזער איז טייער
[רעדאַקטירן]דער אלטער דייטשער קייזער איז אמאָל געגאנגען אָנגעטאָן אין ציווילע קליידער און געשפּאצירט אויף דעם בולוואר. אַ פרוי האָט פארבייגעטראָגען שוועבעלאך צו פארקויפען.
— גיב מיר א פּעקעל שוועבעלאך! — האָט דער קייסער אָפּגעשטעלט דער פרוי.
די פרוי האָט א קוק געטאָן אויף דעם מענשען און גלייך דערקאנט דעם קיסר. זי האָט איהם מיט גרויס עהרפורכט דערלאנגט דעם פּעקעל שוועבעלאך.
— וויפיעל קאָסט דער פּעקעל? — האָט דער קיסר געפרעגט.
— הונדערט מארק! — האָט די פרוי געענטפערט.
— קאָסט דאָ אין בערלין דען אזוי טייער שוועבעלאך? — האָט דער קיסר פארוואונדערט געפרעגט.
— ניין, — האָט די פרוי געענטפערט — שוועבעלאך זיינען ביי אונז זעהר ביליג, נאָר א קיסר איז זעהר טייער.
דאָס איז זיין געשעפט
[רעדאַקטירן]אַ געוויסער גנב איז געגאנגען אין גאס און געפונען א בייטעל מיט געלט. קוים האָט ער עס אויפגעהויבען, האָט ער דערזעהן א אידעל געהענדיג די הענט פארבראָכען און וויינט ביטער.
— וואָס וויינט איהר? — האָט דער גנב געפרעגט דעם אידען.
— איך האָב פארלאָרען אַ בייטעל מיט געלט. — האָט דער איד געקלאָגט.
— וויינט ניט, — זאָגט דער גנב — אָט האָב איך נאָר וואס געפונען א בייטעל מיט געלט, זאָגט נאָר סמנים אויב דאָס איז אייערע, וועל איך אייך אָפּגעבען.
דער איד האָט געזאָגט געוויסע סמנים און דער גנב האָט איהם אָפּגעגעבען די געלט. דער איד האָט זיך זעהר געפרעהט, פאָרגעלעגט דעם געפינער עפּעס געלט, אבער יענער האָט זיך אָפּגעזאָגט פאר דער מצוה צו נעמען באצאָלט. דער איד האָט אריינגעלעגט די געלט אין קעשענע און אוועק.
אַז ער איז אבער געקומען אהיים, האָט ער זיך געכאפּט ער האָט ווייטער ניט די געלט. דער איד האָט ווייטער גענומען זוכען און מענשען האָבען איהם געזאָגט, אז זיי האָבען געזעהן, ווי דער מאן וואס האָט איהם אָפּגעגעבען די געלט, האָט עס ביי איהם דערנאָך צוריק ארויסגענומען פון קעשענע. דער איד איז אוועק צום גנב און איהם געפרעגט:
— איך פארשטעה אייך ניט, אויב איהר האָט געוואָלט מיינע געלט, צו וואס האָט איהר עס געדארפט פריהער מיר אָפּגעבען און דערנאָך ביי מיר צונעמען צוריק.
— דאָס איז גאָר צוויי זאכען — האָט דער גנב געענטפערט — השבת אבדה איז א מצוה און אויף דעם בין איך א איד און דארף אָפּגעבען; גנבה — דאָס איז אבער מיין פּרנסה, און קיין אנדער פּרנסה האָב איך דערווייל ניט.
אין אַזאַ היץ
[רעדאַקטירן]אַ גרויסער גביר א קארגער איז אמאָל קראנק געוואָרען אויף א היץ קראנקהייט. ער איז געווען זעהר שוואך און אלע דאָקטוירים האָבען איהם אָפּגעזאָגט דעם לעבען, דאן האָבען די ווייב און קינדער אריינגעפאלען אין ארון קודש מיט גרויס געוויין און מנדב געווען פופציג רובעל אויף צדקה, דער גביר זאָל געזונט ווערען. שפּעטער האָט גאָט טאקע געהאלפען און דער גביר איז געוואָרען געזונד. אין א צייט ארום איז ער געוואָהר געוואָרען, אז מען האָט צוטיילט פאר זיינטוועגען פופציג רובעל אויף צדקה. האָט זיך דער גביר געבייזערט און געשריען אויף ווייב און קינדער, וואָס זיי האָבען עס אזוינעס געטאָן.
— דו האסט דאָך אונז אליין געהייסען. — האָבען די קינדער מפני דרכי שלום וועגען געזאָגט:
— אזוי? — האָט זיך דער גביר געוואונדערט — אין אַזאַ היץ בין איך עס געלעגען, דאס איך זאל אזא זאך הייסען?
מיט וועמען ער וועט ריידען
[רעדאַקטירן]אַ גרויסער גביר, אבער זעהר א פּראָסטער מענש, האָט געמאכט א גרויסען מאָלצייט, אויף וועלכען ער האָט איינגעלאדען אלע רבנים און חכמים פון שטאָט. אויך האָט ער איינגעלאדען אַ פּאָר גבירים, פּראָסטע מענשען ווי ער אליין. צו דער איינלאדונג צו די גבירים, האָט ער צוגעשריבען א פּאָר ווערטער בזה הלשון: „איך בעט אייך, טייערע פריינט, קומט צוגעהן, ווייל אויב ניט, וועל איך ניט האבען מיט וועמען א וואָרט אויסצוריידען.
אַן עצה צום שלאָפען
[רעדאַקטירן]— וואָס פאר אן עצה טוט מען איך זאל קענען שלאָפען? — האָט אמאָל א גביר נעפרעגט ביי זיינעם אַ באקאנטען, אַ קלוגען מענשען.
— לעגט דעם קאָפּ אויפ׳ן קישען — האָט דער באקאנטער געראטען.
— וואָס רעדט איהר? — האָט זיך דער גביר געוואונדערט — און אויף וואָס מיינט איהר ליגט מיין קאָפּ ביז איצט?
— אייער קאָפּ ביז איצט — האָט דער באקאנטער געלאסען געזאָגט — ליגט אויף שווינדעל... דערפאר קענט איהר ניט שלאָפען.
יעדעס יאָהר — אַ נייע הגדה
[רעדאַקטירן]צו אן אויפגעקומענעם גביר, וואָס איז נישט געווען קיין גרויסער חכם און אויך נישט קיין וואזשנער איד, איז אמאָל אריינגעקומען א מחבר מיט זיינס א פּירוש אויף דער הגדה, ער זאָל ביי איהם זיין הגדה קויפען.
— שוין ווידער א פרישע הגדה — האָט זיך דער גביר צובייזערט. — כ׳האָב נאָך די פאַר א יעהריגע הגדה, צו וואס דארף מען יעדעס יאהר פרישע הגדות?
— מ׳דארף יאָ יעדעס יאהר א פרישע הגדה — האָט דער מחבר געענטפערט — ווייל, פארשטעהט איהר מיך, דער וואס איז פאר א יאהרען געווען א „תם“ איז שוין היינט א גאנצער חכם, און דער פאר־אַ־יעהריגער „שאינו יודע לשאול“ איז שוין גאָר היינט אַ „רשע“...
עס פרעהט איהם זעהר
[רעדאַקטירן]אַ גובערנאטאר פון א געוויסער שטאָט איז איינגעלאדען געוואָרען פונ׳ם אויפזעהער פון טורמע צו האלטען א רעדע פאר די ארעסטאַנטען, ער איז ארויף אויף דער טריבונע מיט א ליעבליכען שמייכעל, און האָט אזוי אָנגעהויבען:
— עס פרעהט מיך פון טיעפסטען הארצען צו זעהן דאָ אַזאַ גרויסען עולם.
— גענוג, מיר ווילען מעהר ניט הערען. — האָבען די ארעסטאַנטען זיך צושריען, — לאָזט אונז צוריק אין אונזערע געצעלטען.
מעכב דאָס עסען
[רעדאַקטירן]אַ שווער האָט צוגעזאָגט זיין איידעם קעסט, ביז וואנען איהם וועט אויסוואקסען א באָרד. אז דעם איידעם האָט אבער אָנגעהויבען וואקסען א באָרד — האָט ער זי אָפּגעגאָלט.
דער שווער האָט איהם איינמאָל געכאפּט ביי דער ארבייט, און האָט איהם אוועקגעשלעפּט צום רב.
— גוואלד, רבי, — האָט דער שווער גע׳טענה׳ט — מיין איידים גאָלט די באָרד.
— וואָס איז דאָס מיט אייך? — האָט דער רב זיך געווענדעט צום איידעם — ווי טוט עס א איד אזא זאך?
— רבי, — ענטפערט דער יונגערמאן — איך מעג עס על פּי דין. מען ווייס דאָך, אז די וואָנסעס מעג מען אָפּגאָלען ווען זיי ↰ 14 זיינען מעכב דעם עסען. מיין שווער האָט מיר צוגעזאָגט צו געבען קעסט ביז מיר וועט אויסוואקסען א באָרד, און ווי איך וועל האָבען אַ באָרד, הערט ער אויף מיר צו געבען. נו, איז דאָך די באָרד מעכב דאס עסען.
ווען זי זאָל עס אָנטאָן!
[רעדאַקטירן]די פרוי האָט געוואָלט דער מאן זאל איהר קויפען א מאנטעל, אבער וועדליג זי האָט איהם געקאָנט, האָט זי מורא געהאט דאָס ביי איהם בעטען. זי איז אבער געפאלען אויף אן המצאה און געזאָגט:
— עס האָט זיך מיר היינטיגע נאכט גע׳חלומ׳ט, אז דו האָסט מיר געקויפט א מאנטעל, מיין מאן.
— זעהר גוט, — האָט דער מאן אייליג געענטפערט — אין קינפטיגען חלום וועסטו דעם מאנטעל אָנטאָן.
דער מענש, וואָס איהם איז תמיד גוט
[רעדאַקטירן]— כ׳קען אַ מענשען, וואָס איז איהם שטענדיג גוט.
— דהיינו?
— ווינטער איז איהם גוט — קאַלט, ווייל ער טראָגט קליידער, וואס זיינען גוט צוריסען, און שיך, וואס זיינען גוט — פאר׳ן טייוועל; זומער איז איהם גוט — הייס, ווייל ער וואוינט אין א שטיבעל, וואָס איז גוט — פאר א טורמע; אַ ווייבעל האָט ער איז זי א גוטע — ארורה, און ווי לאנג ער לעבט איז ער גוט — אויף צרות.
דעם פּאַרוקמאכערס שילד
[רעדאַקטירן]א געוויסער פּאַרוקמאכער האָט אויפגעהאַנגען א שילד איבער זיין טהיר אויף וועלכען עס איז געווען אויסגעמאָלט ווי אבשלום רייט אויף זיין עזעל, בלייבט הענגען מיט זיינע האָר אָן א בוים און יואב שטעכט איהם, דערביי איז געווען אונטערגעשריבען „וואָלט ער אבער געטראָגען אַ פּארוק, וואלט ער ניט געהאנגען געוואָרען“.
אַ גרויסער העלד
[רעדאַקטירן]אַ איד איז געשטאַנען דערביי ווי אן אָפיציער איז אראָפּגעפאלען פון א פערד.
— א שאנדע! — האָט דער איד אויסגערופען — ביי מיר וואָלט אזוינס ניט טרעפען.
— ביזט דאס אַזאַ גרויסער רייטער? — האָט מען דעם אידען געפרעגט.
— ניין, — האָט דער איד געענטפערט — איך מיין נאָר ביי מיר וואָלט עס ניט געטראָפען, ווייל איך וואלט אויף דעם פערד ניט ארויפגעקראָכען.
שבת׳דיגער קוגעל
[רעדאַקטירן]זונטאג בייטאָג איז געקומען אן אָרימאן צו א קארגען גביר און געבעטען עסען.
— איהר וועט עסען שבת׳דיגע קוגעל? — האָט דער קאַרגער געפרעגט דעם אָרימאן.
— יא, — האָט דער אָרימאן מסכים געווען.
— וועט איהר אזוי גוט זיין קומען צו מיר דעם קומענדיגען שבת, וועט איהר געפינען קוגעל... — האָט דער גביר געזאָגט.
טאָ וואָס לערענט ער דאָקטאר?
[רעדאַקטירן]צוויי קינדער חברים זיינען אַוועקגעפאָהרען אין דער פרעמד לערנען און איינמאָל אויף זומער צייט זיך צוריקגעקעהרט צו זייערס עלטערנס הויז, פרעגט איינער דעם אַנדערען:
— חבר, וואס איז דיין אידעע אין לעבען?
— לעבען און לאָזען לעבען — האָט דער אַנדערער געענטפערט.
— טאָ פאַרוואָס שטודירסטו דאָקטאָר? — האָט איהם דער ערשטער געפרעגט.
אַ סימן
[רעדאַקטירן]אין אַ בויד, וואָס איז געווען פול אָנגעפּאַקט מיט פּאַרשוינען האָט זיך איינער אנידערגעזעצט אויף אַן אַנדערענס פוס.
— רבותי, זאָגט דעם אמת — האָט ער אַ פרעג געגעבען — אויף וועמענס פוס זיץ איך דאָס?
— אויב דער פוס איז מיט א בלויען זאָק, איז ער מיינער — האָט אַ איד אַ חסיד געענטפערט.
פאַרוואָס מען איז רייך אָדער אָרעם
[רעדאַקטירן]אין אַ טהעאַטער איז געווען אַ גרויסער אַקטיאָר, וועלכער האָט אַפילו גענומען אַ סך שכירות איז אָבער דאָך געווען זעהר אָרעם, ווייל ער פלעגט זיין גאַנצע געלט פאַרטאָן אויף פרויען, אין זעלבען טהעאַטער איז אויך געווען אַן אַקטריסע, דוקא ניט קיין גרויסע קינסטלערין, דערפאר זעהר א שעהנע, און כאָטש זי פלעגט נעמען קליינע שכירות איז זי דאָך געווען זעהר רייך, זי פלעגט באַקומען פיעל מתנות פון מענער, האָט איינמאָל די אַרטיסטען געפרעגט דעם אַרטיסט:
— וואָס איז די מעשה מיט אַייך? דוכט זיך איך נעם אַ העלפט שכירות פון אַייך, דאָך בין איך רייכער פון אַייך?
— הערט איהר — האָט איהר דער אַרטיסט געענטפערט — דאָס וואָס אַייך מאַכט רייך, מאַכט עס מיר אָרעם.
וואָסערע מאכלים די גבירים קאָכען זיך
[רעדאַקטירן]אַ גבירישער משרת האָט חתונה געהאט מיט אן אָרימע מיידעל, ויהי היום האָט ער צו איהר געזאָגט:
— איך פלעג זעהן ווי מיין בעל־הבית פלעגט עסען פיינקוכען, אפשר וועסטו פאַר מיר אויך מאַכען דעם מאכל?
— איך האָב אָבער ניט קיין פּוטער — האָט די ווייב געענטפערט.
— מאַך אָהן פּוטער.
— עס איז אָבער אויך ניטאָ קיין אייער, — האָט די ווייב ווייטער גערעדט.
— מאַך אָהן אייער.
— און וואו נעמט מען ווייצענע מעהל?
— מאַך מיט קאָרענע מעהל.
— און וואָס איז וועגען אַ סקאַוואַראָדע (אַ באַק פּען)?
— בעגעה זיך אָהן דעם.
האָט די ווייב געפאָלגט דעם מאַן, זי האָט גענומען קאָרענע מעהל, פאַרמישט מיט וואַסער און דאָס אַרויפגעלעגט אויף הייסע קוילען באַקען.
וואָס עס איז פון דעם געוואָרען, איז לייכט צו פאַרשטעהן: פון איין זייט איז דער מאכל פאַרברענט געוואָרען און פון דער אַנדער זייט איז עס געווען רויע טייג, די ווייב האָט דערלאַנגט דעם מאכל דעם משרת האָט ער עס גענומען עסען, זיך גלייך פאַרקרימט און געזאָגט:
— דער טייוועל ווייסט זיי וואָסערע מאכלים די גבירים קאָכען זיך און וואָס זיי האָבען ליעב... מען קען דאָך דאָס אין מויל ניט נהמען.
אַ קליינער מאָגען
[רעדאַקטירן]צו אַ קאַרגען גביר איז געקומען אן אָרימאַן בעטען, ער זאָל איהם נעמען אויף שבת. — איך וועל קיין סך ניט עסען, ווייל איך האָב א קליינעם מאָגען, ווי אן אכט־יאהריגער קינד.
דער קאַרגער האָט זיך געלאָזט איינרעדען און האָט דעם אָרימאַן געלאַדען אויף שבת. ביים טיש האָט דער אָרימאַן געגעסען פאַר דריי מענשען, האָט איהם דער קאַרגער געפרעגט:
— אַ מענש וואָס האָט אַ קליינעם מאָגען, ווי אַן אַכט־יאָהריגער קינד, ווי קען דאָס אַזויפיל עסען?
— איהר האָט מיר ניט פאַרשטאַנען — האָט דער אָרימאַן געזאָגט — איך האָב געמיינט, אַז מיין מאָגען איז גרויס ווי דער גאַנצער אַכט יאָהריגער קינד.
וואָס איז דאָס פאַר אַ קריינק
[רעדאַקטירן]אַ קליינשטעדטעלשע אידענע איז געקומען אין אַ גרויסער שטאָדט, זי איז געגאנגען אין גאַס, זיך אָן עפּעס פאַרטשעפּעט, איז געפאַלען און אָפּגעשלאָגען איהר האַנט. זי איז אַוועק זוכען אַ דאָקטאָר, ערשט זי זעהט אויף אַ שעהנע טיר שטעהט אַ קליינע שילד „דאָקטאָר“, איז זי דאָרט אַריין און געבעטען אַ רפואה צו איהר האַנט.
— איך בין ניט קיין דאָקטאָר מעדיצין — האָט איהר דער מאַן פון הויז געענטפערט — איך בין אַ דאָקטאָר פילאָזאָפיע.
— וואָס איז דאָס פאַר אַ מין קריינק? — האָט די אידענע געפרעגט.
אַלץ ווי מען טראַכט
[רעדאַקטירן]ביי אַ קלוגען רב האָט מען אַמאָל געפרעגט, — עס שטעהט דאָך „אַל תרבה שיחה עם אשה“, פאַרוואָס רעדט איהר מיט ווייבער?
האָט זיי דער רב געענטפערט:
— עס איז בעסער צו ריידען מיט אַ אידענע און טראַכטען וועגען גאָט, איידער צו ריידען מיט גאָט און טראַכטען וועגען אַ אידענע.
איינע פאַר זיך די צווייטע פאַר׳ן אורח
[רעדאַקטירן]איינער האָט געהאַט אַ שלעכטע, בייזע פרוי, זי פלעגט פיינט האָבען אָרעמע לייט, איינמאָל האָט דער מאַן איהר געבראַכט אן אורח אן אָרימאַן און איהר געפרעגט:
— וואָס האָסטו פאַר אונז אויף מיטאָג?
— קריינק און יסורים האָב איך פאַר אַייך, — האָט זי געזאָגט מיט גרויס צאָרן.
— איינע עס דו און די צווייטע גיב דעם אורח — האָט דער מאַן געזאָגט — פאַר מיר וועל איך שוין אויסגעפינען עפּעס אַן אַנדער מין שפּייז.
אַז מען גיט מכות קריגט מען יסורים
[רעדאַקטירן]צוויי חקרנים האָבען גע׳חקרנ׳ט:
— אין פלוג איז דאָך די קשיה, וואָס טוט דאָ ר׳ יהודה אין מיטען מיט דעם דצ״ך, עד״ש באח״ב.
— דער תירוץ איז פּשוט — האָט דער אַנדערער געזאָגט — ר׳ יהודה האָט דאָך שוין איינמאָל אַ טעות געהאַט מיט תמר׳ן, דעריבער מאַכט ער שוין יעצט סמנים.
— אָבער ניכאַי וואָלט ער בעסער געבען תמר׳ן די מכות און אין דער הגדה — דעם זיגעל, מיט׳ן שטעקען, מיט׳ן שניפּטוך?
— אַז ער וואָלט געגעבען תמר׳ן מכות, וואָלט זי איהם געגעבען יסורים...
פאַראַן נאָך בעסער
[רעדאַקטירן]— בעסער ווי אַ גלאָז וויין איז גאָר ניטאָ — האָט אַ טרינקער אַמאָל געזאָגט אין אַ געזעלשאַפט.
— אַ פלאַש וויין איז בעסער — האָט אַ גרעסערער טרינקער געזאָגט.
ער מוסר׳ט וועמען ער האָט ליעב
[רעדאַקטירן]— זאָג נאָר, מיין פרוי, וואָס ביזטו אזוי אין כעס אויפ׳ן מגיד, פאַרוואָס ער האַלט דיר שטענדיג אין איין מוסר׳ן? ווייסטו דען ניט, אַז דער מגיד וויל זיין גלייך צו גאָט, און גאָט וועמען ער האָט ליעב, דעם שטראפט ער אַ סך.
דעם רבינ׳ס חקירות
[רעדאַקטירן]אַ מיידעל איז געקומען צום חסידישען רבי׳ן מיט א שאלה, — מען האָט אריינגעשטעקט אַ מילכיגע לעפעל אין א פליישיגען טעפּעל.
דער רבי האָט זיך פאַרטראַכט אַ וויילע און דערנאָך געזאָגט אויפ׳ן קול:
— לאָמיר באַטראַכטען דעם ענין גוט, אַ מילכיגע לעפעל אין אַ מילכיגען טעפּעל אַפילו מען זאָל אַריינשטעקען, איז כשר; אַ מילכיגע לעפעל אין אַ פליישיגען טעפּעל אַז מען זאָל ניט אַריינשטעקען, איז אויך געוויס כשר; ווידער פאַרקעהרט, אַ ↰ 22 פליישיגע לעפעל אין אַ פליישיגען טעפּעל איז כשר אַפילו אַריינשטעקענדיג, אין אַ מילכיגען טעפּעל מען זאָל די פליישיגע לעפעל ניט אַריינשטעקען, איז ווייטער כשר, נאָר די גאַנצע שאלה איז מעהר ניט, ווייל ביי אַייך האָט געטראָפען אַז אַ מילכיגע לעפעל האָט מען אַריינגעשטעקט אין אַ פליישיגען טעפּעל, נו, דאָס וועט שוין דער מתנגדישער רב אויך וויסען.
אַ קלאַפּ פאַרגעהט און אַ וואָרט באשטעהט
[רעדאַקטירן]פּורים בשעת אלע האָבען געשלאָגען המנ׳ען האָט איינער אַ געוויסער שניידער אַנשטאָט צו שלאָגען אָנגעהויבען המנ׳ען שטאַרק צו שילטען.
— וואָס איז דאָס? — האָט מען איהם געפרעגט.
— גאנץ פּשוט, אַ קלאַפּ פאַרגעהט, אַ וואָרט באַשטעהט, — האָט ער געענטפערט.
אַ הצלחה פון אַ גוי
[רעדאַקטירן]אין אַ שעהנעם פריהלינגס־טאָג פאַר פּסח געהט אַ פרומע אַלטע אידענע פון בית־מדרש מיט׳ן גראָבען „קרבן מנחה“־סדור אין דער האַנט און גייענדיג אַזוי פאַרטראַכט איז זי אַריין אין מיט׳ן אַ גויאישע לויה. דערמאָנענדיג זיך, אַז היינט איז ראש־חודש ניסן, שאָקעלט זי מיט׳ן קאָפּ:
— אָט דאָ זעהט מען די הצלחה פון אַ גוי! אַ קלייניגקייט אַ ביסעל אַזאַ זכיה צו שטאַרבען אין ראש חודש ניסן! וואָס וואָלט עס אַ שטייגער געאַרט דעם רבונו־של־עולם, ווען אויף דעם אָרט פון אַ גוי שטאַרבט בעסער אַן אָרעמער איד?...
אַ מלבוש אויף אַלע ימים טובים
[רעדאַקטירן]איינער אן אָרימאַן, פון די פרעהליכע קבצנים, האָט זיך באַריהמט, אַז ער פאַרמאָגט ברוך־השם, זיין אייגענס אַ מלבוש איז ער פון די אמת׳ע מלבושי כבוד, צוגעפּאַסט צו אַלע ימים־טובים פון אַ גאַנץ יאָהר:
פּסח — איז אין איהם נישטאָ קיין גאַנץ ברעקעל.
שבועות — איז ער דורך און דורך מיט תיקון.
ראש השנה — פון אַלע זייטען בלאָזט.
יום כפּור — טויג ער אויף אַכצעהן כפּרות.
חנוכה — איז ער פול מיט לאַטקעס.
פּורים — צושיט ער זיך אויף מאָן.
אַן אויסגעצייכענטע טרעפערקע
[רעדאַקטירן]מאָטקע חב״ד האָט זיך אמאָל באריהמט פאר זיינע פריינד, אַז ער קאָן אַן אויסגעצייכענטע טרעפערקע, וואָס טרעפט אַלעס וואָס זי וואַרפט נאָר אויס, האָבען איהם חברה געבעטען ער זאָל זיי בריינגען צו איהר, האָט ער זיי גענומען און אַוועקגעפיהרט צו זיין ווייב,
— וועמען מיינסטו, מאָטקע? — האָבען איהם די חברה געפרעגט — דאָס איז דאָך דיין ווייב?
— נו, איך מיין טאַקע איהר — האָט מאָטקע געענטפערט — זי איז אַן אויסגעצייכענטע טרעפערקע, ווען נאָר זי וואַרפט אויף מיר מיט אַ טעלער אין קאָפּ, טרעפט זי שטענדיג.
אינטערעסאַנטע ערקלערונג
[רעדאַקטירן]אַ אידישער חקרן האָט אַמאָל געפרעגט: פאַרוואָס רופט מען קרעפּלאַך מיט׳ן נאָמען „„קרעפּלאַך“? האָט איהם דער צווייטער חקרן געענטפערט: דריי שפּיצען ווי קרעפּלאַך האָבען זיי? און ווייך זיינען זיי אויך ווי קרעפּלאַך, היינט זאָגט אַליין, פאַרוואָס זאָל מען זיי נישט רופען קרעפּלאַך?
ער איז אַ מלמד
[רעדאַקטירן]איד — רבי, איך בין גקומען צו אַייך, איהר זאָלט מיך בענשען, איך זאָל האָבען אַ סך קינדער.
רבי — איהר זייט דען אַ „בעזדיעטניק?“
איד — ניין, איך בין אַ מלמד.
אַ למדן
[רעדאַקטירן]אַ ישוב׳ניק, וועלכער האָט זיך געהאלטען פאַר אַ למדן, איז איינמאָל אַריין שבועות ביינאַכט צו נאָך אַ ישובניק אין הויז און האָט געהערט ווי יענער האָט צו קדוש געזאָגט „זמן חרותנו“.
— גראָבער יונג איינער! — האָט דער למדן אויסגעשריען — מילא פּסח זאָגט מען „זמן חרותנו“ עסט מען כאָטש חרוסת, אבער וואָס איז היינט פאַר אַ חרותנו אויף דיין קאָפּ?
פּשוט דערוואָרגען
[רעדאַקטירן]אַ חסיד איז געקומען צום רבי׳ן בעטען פאַר זיין ווייב, וואָס ליגט מסוכן קראנק.
— געה אהיים און זאָרג נישט — זאָגט איהם דער רבי.
אין עטליכע טעג אַרום קומט ווידער דער חסיד מיט אַ געוויין:
— אוי רבי, די פּלונית׳טע מיינע איז געשטאָרבען.
— עס קען נישט זיין — מאכט דער רבי רוהיג — איך האָב אַליין אַרויסגעריסען ביים מלאך־המות פון די הענט דעם חלף זיינעם.
— רבי זי ליגט דאָך פאָרט אַ טויטע.
— אויב אַזוי — זאָגט דער רבי — איז נישט אַנדערש, אַז דער בעל דבר האָט זי גענומען און פּשוט דערוואָרגען.
אַ בעל־קורא אַ למדן
[רעדאַקטירן]חברה בעלי מלאכות האָבען באַשלאָסען זיך אָפּטיילען אין א באַזונדער שוהל. זיי האָבען געפיהלט, אַז דאָרט ביי די לומדים און גבירים האַלט מען זיי גאָר פאַר קיין מענשען ניט, זיי קענען קיינמאָל זיך ניט דערשלאָגען צו קיין עליה, צו קיין כבוד. ביי זיי, אין דער אייגענער שוהל, האָבען זיי דערפאַר באַשלאָסען נעמען נקמה און געמאַכט אַ תקנה, אַז קיין למדן טאָר זיך צווישען זיי ניט געפינען.
איינמאָל האָט זעהר בעל־קורא געמאכט אַ טומעל, ער האָט געפונען א גרייז אין דער תורה. „קרח“ דארף זיין מיט א „לאנגען כף“ און עס איז גאָר מיט אַ „חית“.
ווען חברה האָבען דאָס דערהערט, האָבען זיי זיך אָפּגערופען:
— אָ, ווען דו ביזט שוין אַזאַ למדן צו כאפּען גרייזען אין דער תורה, טאָרסטו זיך ביי אונז שוין ניט געפינען.
די אונגליקליכסטע
[רעדאַקטירן]— מיר זיינען די אונגליקליכסטע אין דער וועלט — האָט זיך אַ קעכין באַקלאָגט. — קאָכען מיר שלעכט, טרייבט מען אונז אַרויס; קאָכען מיר גוט, לאָז מען פאַר אונז אַ מכה; זיינען מיר שען, ליידען אונז ניט די בעלי־בית׳טעס; זיינען מיר מיאוס — קען דער בעל־הבית אונז ניט אָנקוקען.
אן עצה פון אַקלוגען
[רעדאַקטירן]צו ר׳ אייזיק מאיר דיק האָט זיך איינגעסען אַ מאַן, וועלכער פלעגט איהם בעטען אויף אַלע חתונות. דער בעטער האָט גוט געוואוסט, אַז ר׳ אייזיק מאיר וועט אויף די חתונות ניט געהן, גאָר ביי יעדעס מאָל בעטען פלעגט איהם ר׳ אַייזיק מאיר געבען עטליכע קאָפּיקעס, און צוליב דעם פלעגט ער איהם בעטען.
ר׳ אַייזיק מאיר האָט געזוכט אַ מיטעל ווי פון איהם פּטור צו ווערען.
איינמאָל, ווען ער האָט איהם געבעטען אויף אַ חתונה נעמט ר׳ אַייזיק מאיר אַרויס אַ גילדען און בעט ביי איהם אויסגאָב.
—איך האָב ניט, — האָט דער בעטער געזאָגט.
— טו, נאַ דיר דעם גילדען און געה בייט אָפּ.
דער בעטער האָט צוגענומען דעם גילדען, איז אַוועק און שוין מעהר קיין מאָל ניט געקומען צוריק.
אַן איינלאדונג
[רעדאַקטירן]אַ שמש האָט איינגעלאדען א בעל־הבית אויף פיער חתונות מיט איין מאָל.
—,אויף וועלכע זאָל איך פריהער געהן? — פרעגט דער בעל־הבית.
— געהט אויף אלע פיער — האָט דער שמש געענטפערט.
אַזאַ זאך צו עסען איז פארבאָטען
[רעדאַקטירן]אין דייטשלאנד, אויף א באל, איז געזעסען אַ פארברענטער אנטיסעמיט, וועלכער האָט אויסגערעדט אויף אידען אלדאָס בייז. אנטקעגען איהם ביים טיש איז געזעסען א אידישע פרוי. די פרוי האָט צופעליג אַ גענעץ געטאָן. דער אנטיסעמיט האָט דאס באמערקט און געזאָגט:
— איהר זעהט, די אידישע מאדאם האָט אויפגעעפענט איהר מויל גרייט מיר איינצושלינגען.
— איהר איהרט זיך, מיין הער — האָט די פרוי געענטפערט — אונז אידען איז פארבאָטען שוויינען־פלייש צו עסען.
ער דערהערט
[רעדאַקטירן]ריכטער: איך גיב אייך א יאהר טורמע.
באשולדיגטער: איך בין טויב, הער ריכטער, איך הער ניט.
ריכטער: איהר זיינט פריי.
באַשולדיגטער: א שעהנעם דאנק אייך, הער ריכטער.
„מה נשתנה“
[רעדאַקטירן]א גרויסער אידישער געלעהרטער האָט אמאָל געזאָגט:
— ביי אידען איז מען שוין אזוי איינגעוואוינט, אז עס זאל אין קיין זאך ניט זיין קיין סדר, אז ווען עס קומט פּסח, און מען דערזעהט פאר זיך א שטיקעל סדר, פרעגט מען גלייך די קשיה „מה נשתנה“.
אַ נאַרישער ליגנער
[רעדאַקטירן]אין א געזעלשאפט האָט זיך א יונגערמאן בארימט, אז ער איז אויסגעווען גאנץ אייראָפּע, און האָט געהאט אויפטראגע מיט די גרעסטע מענער.
— און מיט די דארדאנעלען האָט איהר זיך געזעהן? — האָט איהם איינער פון דער קאָמפּאַניע געפרעגט.
— וואָס הייסט געזעהן? — האָט דער יונגערמאן זיך באריהמט — איך האָב מיט זיי וויפיעל מאָל מיטאג געשפּייזט אין איינעם.
פארזעהן די שטריכעלאך
[רעדאַקטירן]אַ חסיד איז געקומען צו א רבי׳ן בעטען אויף קינדער.
זאָגט דער רבי צו איהם:
— געה אהיים, איבער א יאהר אין דער צייט וועט דיין ווייב האָבען אַן אינגעל.
אין א יאהר ארום איז דער זעלבער ווידער געקומען צום רבי׳ן און דערצעהלט איהם, אז זיין ווייב האָט גאָר געהאט צוויי מיידלאך מיט איין מאָל.
דער רבי האָט זיך פארטראכט און געזאָגט:
— די זאך איז אזוי, איך האָב געזעהן אין הימעל שטעהט אָנגעשריבען, אז דיין ווייב וועט היינטיגס יאהר האָבען א בן, נאָר דער „בן“ איז געווען פארשטריכעלט, און דאס האָט גאָר באדייט ב׳ נקבות. און אָט די שטריכעלאך האָב איך ניט באמערקט.
דער אונטערשייד
[רעדאַקטירן]אַ קלוגער מאן האָט אמאָל געזאָגט:
— איך האָב מאמערקט איין וויכטיגען אונטערשייד צווישען די מענער און די פרויען. דער מאן מוז אימער פאר עפּעס מורא האבען. פארלירט ער די מורא פאר גאָט, הויבט ער אָן מורא האבען פאר זיין ווייב. ווען, אבער, אַ פרוי הערט אויף מורא צו האבען פאר גאָט, האָט זי שוין אפילו פאר׳ן באָרדער אויך קיין מורא ניט.
געוויס אַ חסיד
[רעדאַקטירן]— וואָס זאָגסטו, — האָט איינער געפרעגט ביים אנדערען — וואָס איז דער יצר הרע, א חסיד צו א מתנגד?
— געוויס א חסיד. — האָט איהם יענער געענטפערט.
— פון וואנען נעמסטו דאס?
— ווייל מען זעהט איהם אָפט ביים רבי׳ן.
טראָגען נישט
[רעדאַקטירן]— שוין צייט, מיין מאן, מיר צו קויפען א נייע זומער־הוט, אלע מיינע באקאנטע טראָגען שוין אזעלכע שעהנע נייע היט.
— פארוואס, מיין ווייב, שטענדיג קוקסטו אויף דעם וואס טראָגט און קיינמאָל נישט אויף דעם וואס טראָגט נישט?
— אדרבא, זאָג דו, ווער, א שטייגער, טראָגן נישט?
— ווער, פרעגסטו? די געשעפטען מיינע טראָגען נישט.
מוז אויסשפּייען
[רעדאַקטירן]צוויי סוחרים פון א קליין שטעטעל זיינען געקומען קיין ווארשע, בשעת געהן אין גאס, פלעגט איינער פון זיי אויסשפּייען יעדעס מאָל ווען ער האָט דערזעהן דורכגעהן א שעהנע פרוי, פרעגט איהם דער צווייטער:
— וואָס געפעלען דיר אזוי נישט די ווארשעווער פרויען, וואָס דו שפּייסט אזוי אפילו אויף די שעהנסטע פון זיי?
— דו האָסט, גוטער ברודער — ענטפערט יענער — א טעות און פּשוט פארקערט, ווען איך דערזעה דורכגעהן א שעהנע פרוי, דערמאן איך זיך דאמאָלס אין מיין די ווייב מיאוס׳קייט, וואָס איך האָב דאָרטען איבערגעלאָזט אינדערהיים און איך מוז אויסשפּייען.
ער האָט באַצאָלט
[רעדאַקטירן]דער רב פון שטאָט האָט אויסגערעדט א בעל־הבית:
— איך האָב געהערט — האָט ער געזאָגט צו איהם — אז דו האסט שבת א גאנצען טאָג געשפּילט אין קארטען. דאָס איז א גרויסע עבירה.
— רבי, — האָט דער בעל־עבירה געענטפערט — איהר מעגט מיר גלויבען, איך האָב פאר דער עבירה שוין גוט באצאָלט.
ער האָט זיך דערמאנט די סדרה
[רעדאַקטירן]אַ איד האָט אָפּגעשטעלט מאטקען אין גאַס און איהם אַ פרעג געגעבען.
— מאָטקע, וועלכע סדרה געהט היינטיגע וואָך?
— איך האָב טאקע געהאט פארגעסען די סדרה — האָט איהם מאָטקע געענטפערט, — נאָר אז איך האב אייך דערזעהן, האָב איך זיך דערמאנט, אז היינטיגע וואָך געהט קרח.
אַ יונגער משיב
[רעדאַקטירן]אין שטעטעל ג—א געהט זיך אהיים פון ביהמ״ד אַן עלף־יעהריגער אינגעל, אן עילוי׳ש קעפּעל, האלטענדיג א יורה־דעה אונטער׳ן אָרעם. באגעגענט איהם דער שטאָט־אפּיקורס און וויל פון איהם קאַטאָוועס טרייבען.
— אינגעלע, אינגעלע, לערנסט דאָך עפּעס יורה־דעה׳ס, וועל איך דיך א שאלה פרעגען: מיין ווייב האָט נעכטען באלד נאָכ׳ן אָפּעסען דאָס פלייישעג, צוקייעט א שטיקעל קעז און עס אראָפּגעלאָזט אין קעהל, וואס טוט מען איצט מיט איהר?
— איהר ווייסט נישט וואס? — ענטפערט איהם דרייסט דער אינגעל — מ׳שטעקט זי איין צעהן מאָל אין דר׳ערד...
עס ציהט זיי צו אומגליקען
[רעדאַקטירן]— האָסטו שוין געהערט די נייעס — האָט איינער דערצעהלט דעם אנדערען — מאקס׳עס ווייב איז אנטלאָפען מיט א שאופער.
— מאָדנע מענשען די שאופערס — האָט דער אנדערער באַמערקט — נאָר עס ציהט זיי צו אומגליקען.
ער האָט מורא
[רעדאַקטירן]ביי אַן אפּיקורס האָט מען אמאָל געפרעגט פארוואס עס שרעקט זיך, ווען עס הויבט אָן דונערען און בליצען.
— איך האָב מורא, — האָט ער געזאָגט — טאָמער גיט גאָט נאָך א תורה.
שלעכט אזוי און שלעכט אזוי
[רעדאַקטירן]איינער האָט זיך געקלאָגט:
— שוין נישט איינמאָל האָב איך געפּרואווט דאָ אין שטאָט בעטען מ׳זאָל מיר באָרגען א גמילת־חסד, וויל קיינער מיר נישט געטרויען, ווייל איך בין דאָ א פרעמדער און קיינער קען מיך נישט, און ביי אונז אינדערהיים אין מיין שטאָט, הייסט עס, איז געווען א פארקערטער אומגליק: קיינער האָט מיר נישט געוואָלט באָרגען דערפאר וואס מ׳קען מיך, שלעכט אזוי און שלעכט אזוי!
אמת׳ע שוסטער!
[רעדאַקטירן]א אידישע טרופּע האָט זיך פארקליבען אויסער דעם תחום־המושב אין רוסלאנד, וואו זיי האָבען געוואָלט שפּילען אין טעאַטער. דער גובערנאטאר האָט די ארטיסטען ארעסטירט.
לויפט דער אנטרעפּענער צום גובערנאטאר:
— הער גובערנאטאָר, בעל־מלאכות מעגען דאָך וואוינען אויסער די טשערטא, פאר וואס שיקט איהר זיי ארויס?
— ארטיסטען זיינען נישט קיין בעל־מלאכות. — ענטפערט דער גובערנאטאר.
שרייט אויס דער אנטרעפּענער:
— וואַשע פּראָוואָסלאָדיטעלסטוואָ, זיי זיינען דען ארטיסטען? דאָס זיינען דאָך אמת׳ע שוסטער!
אויף אַ נייע שמחה
[רעדאַקטירן]אַן אָרימאן פלעגט קומען צו זיין רייכען קרוב אויף יעדען יום־טוב און שמחה.
איינמאָל איז ער דאָרט אָבגעזעצען עטליכע וואָכען פאר יום־טוב — א פּאָר וואָכען נאָך יום־טוב און ענדליך איז ער אוועקגעפאָהרען. מיט א פּאָר טאג שפּעטער קומט ער צוריק.
— וואָס איז עפּעס?
— פארשטעהט איהר מיך — זאָגט דער אָרימאן דעם קרוב — איך האָב שוין א חזקה צו זיין ביי אייך אן אורח אויף אלע ימים־טובים און שמחות — נאָר אויף איין יום־טוב בין איך נאָך נישט געווען, אויף דעם יום־טוב וואָס איהר מאכט ווען איהר ווערט פון מיר פּטור... בין איך דאס איצט געקומען.
אויב איינער שטארבט
[רעדאַקטירן]אן אלט פּאָרפאָלק, נאָכדעם וואס זיי האָבען אויסגעגעבען די אינגסטע טאָכטער זייערע, זיצען זיי פארנאכט־צייט און שמועסען צווישען זיך ווי איינצואָרדנען דאָס לעבען איצט אויף דער עלטער, ווען זיי זיינען געבליבען אליין „אַ זיידע מיט א באָבע“.
— הערסטו, מיין ווייב, וואָס איך וועל דיר זאָגען — מאכט דער אלטער — אין אונזערע יאהרען דארף מען געדענקען דעם סוף פון א מענשען און מ׳טאָר נישט פערגעסען דעם טויט... אויב איינער פון אונז ביידע שטארבט חלילה, נעם איך תיכף און פאָהר אוועק קיין ארץ־ישראל.
אַ שעהנער נדן
[רעדאַקטירן]צוויי באקאנטע לאנד־קבצנים, וואס געהען ארום אין די הייזער פון שטאָט צו שטאָט, האָבען זיך באגעגענט, רופט זיך אָן איינער צום אנדערען:
— מעגסט מיר אָפּגעבען מזל־טוב, גוטער ברודער, גאָט האָט מיר געהאָלפען, איך האָב אויסגעגעבען מיין עלטערע טאָכטער און ווייסטו ווער דער איידעם מיינער איז? דו מוזסט איהם אויך קענען, ער איז טאקע פון אונזער צעך: פישקע דער האָרבאטער.
— געוויס קען איך איהם. א פיינעם איידעם, אזא יאָר אויף מיר, וואס פאר א נדן האָסטו איהם געגעבען?
— פרעג נישט, ס׳איז שוין איינמאָל אַ ממזר־יונג! ער האָט מיר אָפּגעשונדען די הויט ווי ס׳געהער צו זיין! איך האָב איהם נעמוזט אָפּגעבען גאנץ ליטא מיט זאמוט און אלע דאָרטיגע הייזער געהען אין זיין גבול אריין און איך טאָר נישט אהין מעהר טאביק שמעקען. וואס זאָגסטו?
— אַ, יאָ, אַ שעהנער נדן? — הלואי זאָל איך מיין אינגערער טאָכטער קענען געבען אזא שעהנעם נדן!
אַ וואונדערבאַרער חזן
[רעדאַקטירן]בערל: אך, שמערעל, האָב איך לעצטען שבת געהערט א חזן, עפּעס וואונדערבארעס!
שמערעל: מיט וואס האָט ער דיך אזוי איבערראשט?
בערל: וואָס הייסט מיט וואס? נישט קיין שטימע, נישט קיין נגינה, נישט קיין עברי, און דאָך א חזן!
וואָס פון איהם וואָלט ווערען
[רעדאַקטירן]מאָטקע חב״ד איז אמאָל צונויפגעקומען מיט גרויסע רבנים, גדולי־ישראל און פאר זיי געזאָגט שאַרפע וויצען.
רופט זיך אָפּ איין רב, א באריהמטער גאון:
— זע, מאָטקע, שטעל זיך פאר מיט אזא גוטע קאפּ ווי דו האָסט, ווען דו וואלסט זיך גענומען צום לערנען, וואס פאר א גרויסער גאון פון דיר וואָלט אויסוואקסען?
מאָטקע איז געשטאַנען טיף פארטראכט אין עפּעס א מחשבה.
— וואָס טראכסטו, מאָטקע? — האָט מען איהם געפרעגט.
— איך טראכט — האָט מאָטקע זיך געווענדעט צו דעם גאון, וואס האָט צו איהם גערעדט — ווען איהר, אזא גרויסער גאון ווי איהר זייט, נעמט זיך דאָס צו וויצען, וואָס פאר א שארפער וויצלינג איהר וואָלט געווען.
ווי אין ספירה
[רעדאַקטירן]מען האָט א אידען, אַ סוחר, געפרעגט ווי געהט עס איהם אין מסחר.
— פּונקט ווי אין ספירה. — האָט דער איד געענטפערט.
— וואָס מיינט איהר? — האָט מען איהם געפרעגט.
— גאָר פּשוט, פּונקט ווי אין ספירה, מען צעהלט און מען צעהלט, און מען זעהט ניט א גראָשען פאר די אויגען.
אַ מיטעל געגען שרעק פון אַ ווייב
[רעדאַקטירן]דער מאן איז געקומען שפּעט אהיים, האָט איהם די פרוי באגעגענט מיט א געוויין.
— איך האָב דאָ געהאט אזויפיל שרעק — האָט די פרוי געקלאָגט — שוין צוויי שעה אז דו האָסט געדארפט קומען, וואס האָב איך ניט איבערגעטראכט האָט מיט דיר געטראָפען. די הארץ פאַלט מיר ארויס פון שרעק.
— גוט, איך וועל שוין מאכען, אז דו וועסט זיך מעהר ניט שרעקען, — האָט דער מאן געענטפערט.
— וואָס וועסט דו טאָן?
— איך וועל זיך פארסטראַכירען (אינשורען) אויף עטליכע טויזענט רובעל. — האָט דער מאן געענטפערט.
ער איז שמוציג
[רעדאַקטירן]די בעל־הבית׳טע איז אריין אין קיך, ערשט זי טרעפט די דינסט־מיידעל עסט שטעהענדיג, פרעגט זי איהר:
— שרה, פארוואס עסט דו עפּעס שטעהענדיג? פארוואס זעצט דו זיך ניט צו ווי אלע מענשען?
— איך שטעה, ווייל די שטול איז שמוציג. — האָט די דינסט קאלט געענטפערט.
עס וועלען ניט זיין קיין אנדערע אָרימעלייט
[רעדאַקטירן]מאָטקע חב״ד איז אמאָל אריין צו א גביר בעטען א נדבה. דער גביר איז געווען א קארגער און האָט מאָטקע׳ן גאָר ניט געגעבען און נאָך איהם געוויזען די טיר.
— איהר וועט אינגיכען אליין ווערען אָרעם. — האָט מאָטקע געזאָגט.
— פון וואנען ביזטו דאָס אזוי זיכער? — האָט דער גביר איהם געפרעגט.
— גאנץ פּשוט, — האָט מאָטקע געענטפערט — אָרימעלייט מוזען דאָך זיין אויף דער וועלט, אויב איהר און אייער גלייכען וועלען די אָרימעלייט גאר ניט געבען, וועלען זיי דאָך אויסשטארבען פון הונגער, וועט איהר מוזען ווערען די אָרימעלייט.
אַ קיילעכדיגער יתום
[רעדאַקטירן]אַ שגץ אין א דאָרף איז געוואָרען אין כעס און גע׳הרג׳עט זיין פאָטער און מוטער. האָט זיך אן אדוואָקאט אָנגענומען איהם צו פארטיידיגען אין געריכט.
ביים משפּט האָט דער אדוואָקאט אזוי גע׳טענה׳ט:
— העררן ריכטער! מיין קליענט האָט טאקע באגאנגען א שרעקליכען פארברעכען, כב׳עט אבער מען זאָל איהם מילדערען די שטראף, נעהמענדיג אין אכט, אז ער איז א קיילעכדיגער יתום.
די מורא פאר תחית־המתים
[רעדאַקטירן]העניך האָט געזאָגט קדיש נאָך א ווייטען קרוב, וואס איז געשטארבען און איהם איבערגעלאָזט א רייכע ירושה, פלעגט ער שוין אלע טאָג דאווענען פאר׳ן עמוד. אז עס איז געקומען ביי דער הויכער שמונה עשרה, האָט ער שטענדיג איבערגעהיפּט דעם „מחיה המתים“.
נאָך א לענגערע צייט אזוי דאוונען, האָט איהם דער רב גערופען און מיט איהם פארפירט א שמועס:
— וואָס איז מיט אייך, ר׳ העניך, געשעהן אזעלכעס וואס איהר האָט אויפגעהערט צו גלויבען אין תחית־המתים?
— חס־ושלום, רבי, — האָט העניך געענטפערט — ווער גלויבט נישט אין דעם? איך זאָג נישט „מחיה־המתים“ ווייל איך האָב מורא, טאָמער מאכט זיך טאקע תחית־המתים און מיין רייכער קרוב ווערט צוריק און לעבעדיג נעמט צוריק די ירושה.
נישט באשערט
[רעדאַקטירן]מען דערצעהלט, דאס אין מלחמה צייט ווען ניקאָלאי דער צווייטער איז דורכגעפאָהרען א קליין שטעטעל איז אויפ׳ן גאַס געשטאַנען א פרומער איד און האָט זיך שוין מכין געווען צו מאכען די ברכה: שחלק מכבודו לבשר ודם. פּלוצלונג אבער איז איהם אריינגעפאָהרען אין באק אריין אַ געזונטע און גרויסע האנט פון א קאָזאק, — האָט ער שוין פארענדיגט מיט דער ברכה: שכחו וגבורתו מלא עולם...
צעהן געבאָט פאר ווייבער
[רעדאַקטירן](ארויסגעגעבען פון די מענער)
אנכי — איך, נאָר איך בין דיין מאַן.
לא יהיה לך אחרים — קוק נישט אויף קיין אנדערע.
לא תעשה לך פּסל — מאלעווע זיך נישט ס׳פּנים.
לא תשא לשוא — גיב נישט אויס אומזיסט קיין געלט אויף נארישקייטען.
זכור את יום השבת — געדענק נישט צו מאָנען אויף שבת.
כבד את — האלט עהרליך מיין מאמען, דיין שוויגער.
לא תרצח — כאפּ נישט די קיך־בארשט צו מיר.
לא תגנוב — מאך נישט קיין „קניפּלעך“.
לא תענה עד שקר — טראָג נישט קיין פּלאָטקעס.
לא תחמוד אשת רעך — זאָל דיך נישט פארגלוסטען אזא קליידעל, וואס עס טראָגט דיין שכנ׳ס ווייבעל.
ער איז אויך דאָסזעלבע
[רעדאַקטירן]איינער האָט אמאָל אָנגערופען מאטקען מיט דעם נאָמען שגץ. האָט איהם מאָטקע גלייך געענטפערט:
— וואָס ווארפט איהר מיר אזוי אויף? אזא פּויער ווי איהר זייט, האָט איהר דאָך אויך געמוזט זיין פריהער א שגץ.
ווען ווער עס הרג׳עט
[רעדאַקטירן]— וואָס איז דער אונטערשייד פון א סאָלדאט ביז א דאָקטאָר?
— אַ סאָלדאט הרג׳עט ווען ער טרעפט; א דאָקטאר — ווען ער טרעפט נישט.
——————
[רעדאַקטירן]— וועלכע באשעפעניש גיט מעהר מילך פון א בהמה?
— א מילך־הענדלער.
זאָל ער ווארטען ביז יענעם טאָג
[רעדאַקטירן]אַ שדכן האָט זיך געוואָלט נוקם זיין אָן אן אלטען בחור, וועלכען ער האָט נישט געקאָנט צוטרעפען מיט קיין שדוך. קומט ער איינמאָל צו איהם און זאָגט:
— איך האָב פאר דיר זעהר א גוטען שידוך. די פריילין איז א גרויסע יפת־תואר, העכסט געבילדעט, קלוג, אַ בת־יחידה ביי רייכע עלטערן פון שווערע טויזענטער, נאָר... זי האָט אַ חסרון: איינמאָל אין דריי יאָהר ווערט זי משוגע אויף איין טאָג.
— ס׳מאכט נישט אויס. איך באשטעה, — זאָגט דער בחור.
— טאָ ווארט ביז זי וועט משוגע ווערען...
די גערעכטע קשיה אויף אלע נעמען
[רעדאַקטירן]— פארוואס האָט מען מיין ווייבעל, די מרשעת א נאָמען געגעבען — „גיטעל“?
— פארוואס הייסט מיין שוויגער, וועלכע פארביטערט מיר מיינע יאהרען, — „זיסעל“?
— פארוואס רופט מען דער ווייבעל, וואס וואוינט קעגענאיבער, און גיט מיר ניט טאָג און נאכט קיין רוה, גאָר — „מנוחה“?
— וואָס איז דער שכל, אז דער שטאָטישער באגרעבער זאָל גאָר הייסען — „חיים“?
— פארוואס זאָל דער נגיד, וואָס האָט פיינט צו געבען א נדבה, טראָגען דעם נאָמען — „נתן“?
— דער שמש פון שוהל, א איד א חלש, קען קוים א טריט געבען — זאָל גאר הייסען „לייב“?
— איצט, א שטייגער, א מיאוסע מיידעל רופט מען גאָר „שיינע“? דעם גרויסען אטלעט — „קליינמאן“? דעם בעטלער — „רייכמאן“ און דעם שטומען — „זינגער“?
— און די לעצטע קשיה: דעם חכם פון שטאָט רופט מען גאָר שעפּס?
פארוואס חזנים זיינען נאראָנים
[רעדאַקטירן]מען האָט געפרעגט מאָטקען, פארוואס זאָגט די וועלט, אז חזנים זיינען נאראָנים?
— גאנץ איינפאך, — האָט מאָטקע געענטפערט — ווען זיי וואָלטען זיין קלוגע, וואלטען זיי נישט געבעטען פאר יענעם, נאָר פאר זיך.
אַ כעלמער חשבון
[רעדאַקטירן]א פרעמדער האָט אין כעלם עפּעס געגעסען אין א גאסט־הויז. נאָכ׳ן עסען פרעגט ער די בעל־הבית׳טע, „וויפיעל קומט פון מיר?“
רעכענט אויס די אידענע: קרופּניק מיט ברויט — 7 גראָשען, קרעפּלעך מיט פלייש אויך 7 גראָשען. צוזאַמען 11 גראָשען.
— איהר האָט אַ טעות 7 און 7 איז 14 — זאָגט דער פרעמדער.
קלערט און קלערט די אידענע און רופט זיך אָן:
—ניין, איך האָב נישט קיין טעות. צוויי מאָל 7 איז 11 און נישט 14. אַ ראיה: איך האָב חתונה געהאט מיט מיין מאן, האָב איך געהאט 4 קינדער און ער אויך 4 קינדער, דערנאָך האָב איך פון איהם אויך געהאט 3 קינדער, הייסט דאָס: איך האָב 7 און ער האָט 7 און דאָך איז ביי אונז אין שטוב פאראן נאָך 11 קינדער.
שווער צו געפינען אזא מענש
[רעדאַקטירן]עס איז איינער אוועק פון זיין ווייב. מען האָט איהם לאנג אַרומגעזוכט און איהם נישט געפונען. דערנאָך אין א צייט ארום איז ער אליין אהיים געקומען. מען האָט איהם געפרעגט די סיבה פון זיין באהאלטען זיך, האָט ער געענטפערט:
איך האָב דערמיט געוואָלט ווייזען מיין ווייב, אז איך בין נישט אבי־ווער, אז אזא מענש ווי איך איז שווער צו געפינען...
בלויז לשם מצוה
[רעדאַקטירן]אַ מיידעל פון פרומע עלטערן האָט זיך פארליבט אין אַ קריסט. יענער האָט זיך מגייר געווען. די עלטערן זיינען אבער געווען געגען דעם שדוך און מיט איהר כסדר איינגעטענה׳ט וועגען דעם.
— איך האָב זיך פארליבט אין דעם גר, — האָט דאָס מיידעל געזאָגט — בלויז לשם מצוה, ווייל עס שטעהט אין פּסוק: ואהבת את הגר.
זיי שטימען יא איין!
[רעדאַקטירן]אַ פּאָרפאָלק זיינען געקומען צו אַ רב זיך גט׳ן. דער רב האָט זיי גענומען איבערריידען זיי זאָלען ווערען שלום און ווייטער לעבען צוזאמען.
— לאָמיר אקאָרשט הערען, — האָט דער רב געזאָגט — פארוואס ווילט איהר זיך דאס גט׳ן.
— מיר קענען ניט שטימען צוזאמען. וואָס ביי איהם איז נאַכט איז ביי מיר טאָג, און פארקעהרט. — האָט די ווייב געזאָגט.
— טאָ וואָס ווילט איהר? — האָט דער רב געפרעגט.
— א גט! — האָבען ביידע אין איין קול ארויסגערעדט.
— אָט זעהט איהר, — זאָגט דער רב — איהר שטימט טאקע איין אין איין זאך — אין גט. אפשר וועלען מיר געפינען אן אויסוועג און איהר וועט שטימען אין נאָך זאכען אויך. לעגט עס דערווייל אָפּ.
זי זעהט עס, נעבעך, נישט...
[רעדאַקטירן]אַ כעלעמער אידענע איז געקוטען קיין ווארשא צו א דאָקטאָר:
— פּאניע דאָקטאר לעבען, — האָט זי גענומען וויינען, — איך בין קראנק.
— וואָס איז אייך? — פרעגט דער דאָקטאר און נעמט זי באטראכטען.
— עס איז מיר שלעכט, פּאניע דאָקטאר לעבען, איך זעה גאָרנישט.
— וואָס הייסט איהר זעהט גאָרנישט?
— יאָ, יאָ, — וויינט די אידענע מיט ביטערע טרערען — אָט אזוי ווי איהר הערט פּאַניע דאָקטאר לעבען, איך זעה נעבעך גאָרנישט, אָט למשל דאָרט דעם טשוועקעלע אויף דער וואנט, איהר זעהט דאָס?
— איך זעה עס, — זאָגט דער דאָקטאר.
— און איך זעה דאָס נישט, — האָט זיך צוקרעכצט די אידענע...
ער האָט דריי טעמים
[רעדאַקטירן]מאָטקע איז אריין צו זיינעם א באקאנטען, אויפ׳ן פריהמאָרגען. יענער האָט איהם פיין אויפגענומען און געפרעגט צו וועט ער אפשר נעמען אמאָל אביסעל שנאפּס?
האָט איהם מאָטקע געענטפערט:
— ווי זאל איך אייך זאָגען. ערשטענס, איז ביי מיר פאר׳ן דאוונען; צווייטענס, האָב איך שוין געמאכט; דריטענס — ווייזט טאקע אהער, וועל איך מאכען שהכל.
ווי ווער עס שטארבט
[רעדאַקטירן]ביים טויט פון אַ פּליטה׳ניק זאָגט מען: — „ער האָט זיך אוועקגעפּעקעלט“.
פון אן אקטיאָר: — „געענדיגט די קאָמעדיע“.
פון אן עלעקטראָטעכניק: — „אויסגעגאנגען די עלעקטריע“.
פון א שניידער: — „פארטיג מיט דער קאפּאָטע“.
פון א שוסטער: — „אויסגעצויגען די קאָפּיטעס“.
פון א בוכהאלטער: — „געמאכט דעם סך־הכל“.
פון א פידלער: — „געפּלאצט די סטרונע“.
פון א בעל־עגלה: — „אַוועקגעפאָהרען“.
געגעסען אָהן אַ היטעל
[רעדאַקטירן]מאָטקע חב״ד איז איינמאָל אריינגעפאלען אין בית המדרש מיט א נייס. ער האָט געשוואוירען מיט די האַרבסטע שבועות, אז ער האָט אליין געזעהן ווי דער רב האָט געגעסען אָהן א היטעל. קיינער האָט איהם אבער ניט געוואָלט גלויבען, וואָרום ווי קען דאָס מעגליך זיין דער רב זאל עסען בגלוי ראש.
זאָגט מאָטקע: „אויב איהר וועט זיך מיט מיר וועטען אין עטליכע רובעל, וועל איך אייך נאָר דערצעהלען ווי אזוי דאָס איז פארגעקומען, וועט איהר מיר שוין גלויבען“.
חברה האָבען זיך אבער געהאלטען ביי דאס זייעריגע, אז דאָס איז א זאך וואָס איז אוממעגליך און האָבען איינגעשטימט זיך וועטען מיט מאָטקען אין דריי רובעל.
מאָטקע האָט געהייסען די געלט איינלעגען און געזאָגט:
— געוויס האָב איך געזעהן דעם רב עסען אָהן א היטעל. נאָר אין א יארמולקע.
די שכירות פון שענקערס
[רעדאַקטירן]אין א קליין שטעטעל האָבען כמעט אלע אידען געהאלטען שענקען. די פּויערים פון די ארומיגע דערפער פלעגען קומען צוויי מאָל אין וואָך אין שטעטעל און אין שענק און דאָרט לאָזען זייערע געלט.
די שטעטעל מיט די שענקערס האָבען אָבער אויך געהאט אַ רב און זיי האבען ניט געהאט מיט וואָס צו צאָהלען איהם שכירות. האָבען זיי געמאכט אַן אסיפה און באשלאָסען, אז מען זאָל אוועקשטעלען אַ פעסעל און יעדער שענקער וועט אריינגיסען אלע טאג א גלעזעלע בראנפען און מען וועט דאס פארקויפען און דער רב וועט פון דעם ציהען זיין חיונה.
אז עס איז געקומען פרייטאג און מען איז געגאנגען פארקויפען די וויין. כאפּט מען זיך צום פעסעל און מען וויל פארזוכען, ערשט עס איז א פולע פעסעל מיט ריינע וואסער.
שפּעטער האָט זיך ארויסגעוויזען, אז יעדער שענקער האָט אנשטאט בראנפען געגאָסען וואסער און דאביי געטראכט, אז איין קליינע גלעזעלע וואסער אין א פולע פעסעל וועט ניט זיין קאנטיג.
אן עצה אין נויט
[רעדאַקטירן]אַ יונגער מגיד איז געקומען אין א שוהל זאָגען די ערשטע דרשה אין זיין לעבען. ער האָט זיך זעהר דערשראָקען און פון ציטערניש האָט ער פארגעסען זיין דרשה.
דער מגיד האָט זיך אומגעקוקט הין און הער און האָט געזעהן, אז די שוהל איז געפּאקט, און ווארט אויף זיינע ווערטער, האָט ער א טראכט געטאָן, אז ער מוז באלד אויסגעפינען אן עצה, ווי צו באפרייט ווערען פון זיין אונגליק.
— רבותי!— האָט ער פּלוצלונג אויסגעשריען — עס הערט זיך סמאלינעס, מיר דאכט זיך, אז עס ברענט אין שטאָט.
דער גאנצער עולם האָט זיך געלאָזט לויפען. אין א פערטעל שעה ארום איז די שוהל געוואָרען לעדיג.
דער מגיד איז דערווייל אוועק אהיים איינ׳חזר׳ן די דרשה.
זאָל גאָט אליין טאָן!
[רעדאַקטירן]מאָטקע חב״ד האָט גענומען א צעטעל אין דער לאָטעריי, אז עס איז געקומען דער טאָג פון ציהען, האָט מאָטקע תפלה געטאָן צום רבונו של עולם מיט אזא לשון:
— רבש״ע, גיב מיר דעם גרויסען געווינס, פון 200 טויזענד רובל, איך פארזיכער דיר הייליג, אז א העלפט פון דעם וועל איך צוטיילען אויף צדקה, נאָר אויב דו, רבש״ע, גלויבסט מיר ניט, צוטייל אליין א העלפט און די אנדערע העלפט גיב מיר.
ער האָט ניט געהאט דעם זכות
[רעדאַקטירן]אין ווילנא איז אויסגעבראכען א שרפה אין דער גרויסער שוהל. באלד האָט א גרויסער עולם אַרומגערינגעלט דעם אָרט, זיך צוקוקען צו דער שרפה, באלד איז אבער אָנגעלאָפען מאָטקע חב״ד און געשריען:
— האָט רחמנות, אידען, רחמנים בני רחמנים, פארדינט א מצוה און לאָזט מיך אָנקוקען דעם פייער. איך האָב ניט געהאט דעם זכות צו זעהן דעם בית המקדש ברענען, לאָזט מיר כאָטש זעהן, ווי די שוהל ברענט.
ער עסט ניט פאר׳ן דאוונען
[רעדאַקטירן]רפאל דער חזן איז פארפאָהרען צו גאסט ביי זיין קוזין אין דער גרויסער שטאָט. דער קוזין איז געווען א פרייער, אבער דער חזן האָט פון דעם ניט געוואוסט. אז דער חזן איז אויפגעשטאַנען אויף מאָרגען גאנץ פריה, האָט נאָך זיין קוזין דער בעל־הבית געשלאָפען. באלד האָט ער זיך אויפגעהויבען, זיך ארומגעוואשען און זיך גלייך געזעצט צום טיש עסען.
איז דער חזן אריין אין גרויס וואונדער און געפרעגט:
— ווי עסט דאָס א איד פאר׳ן דאוונען?
— האָט קיין מורא ניט, קוזין, — האָט דער פריינט געענטפערט — איך דאווען נישט.
ער וועט זיך ניט באָדען, ביז ער וועט קענען שווימען
[רעדאַקטירן]זומער, אין זעהר א הייסען טאָג, האָט זיך גרשן דער שטאָט־חכם געגאנגען באָדען. ער איז אריין אין טייך און פארקראָכען אין א זומפּ און איז שיעור ניט דערטרונקען געוואָרען. מען האָט זיך אָבער פון אלע זייטען באלד געלאָזען אין וואסער און איהם געראטעוועט. אז מען האָט איהם אָפּגעראטעוועט, האָט גרשון געשוואוירען אז מהוים והלאה געהט ער ניט אריין אין וואסער, ביז ער וועט קענען גוט שווימען.
ער מאַכט פון די מעלות חסרונות
[רעדאַקטירן]ר׳ ירוחם, דער שטאָדטישער מיוחס, האָט גענומען אן איידעם אַ ישיבה בחור פאר זיין טאָכטער. דער איידעם האָט ערשט געהאט אָפּגעלעבט א שטיקעל צייט מיט דער טאָכטער אין שלום, אבער ר׳ ירוחמ׳ן איז ער שוין ניט געווען געפעלען.
— פארוואס געפעלט אייך ניט אייער איידעם? — האָט מען איהם געפרעגט.
— ווייל ער קען ניט שפּילען אין קאָרטען און טרינקען קיין בראָנפען, — האָט ר׳ ירוחם געענטפערט.
— נו, דערפאר האָט איהר איהם דאס פיינט? — האָט מען איהם געפרעגט — דאָס איז דאָך גאר מעלות?
— יע, — האָט ר׳ ירוחם געענטפערט — ניט קענען שפּילען און טרינקען איז א מעלה, די צרה איז אָבער, וואס ער קען ניט שפּילען און שפּילט; קען ניט טרינקען און טרינקט.
אַ נייער פּרוש אויף דער הגדה
[רעדאַקטירן]אַ מחבר האָט געמאכט א נייעם פּרוש אויף דער הגדה. האָט ביי איהם איינער געפרעגט:
— רבי, איז דען דאָ קנאפּ פּרושים אויף דער הגדה, וואס ווילט איהר נאָך מיט אייער פּרוש?
— פארשטעהט איהר, — האָט איהם דער מחבר געענטפערט — מיט יענע פּרושים קען איך ניט מאכען דעם פּסח.
פאר וואָס מען דארף דעם בעל־עגלה אין מזרח וואנד
[רעדאַקטירן]אַ בעל־עגלה אין א קליין שטעדטעל איז געוואָרען רייך, האָט ער געקויפט א שטאָט אין בהמ״ד אין מזרח־וואנט, לעבען ארון־קודש.
איינמאָל איז אריין אין בהמ״ד דעם בעל־עגלה׳ס אלטער באקאנטער, ערשט ער זעהט, ווי דער פריינט זיינער שטעהט אויבען־אָן. איז דאָס איהם געווען א וואונדער און ער האָט איהם געפרעגט:
— ווי קומסטו אויבען־אָן אין מזרח?
— וואָס וואונדערסטו זיך אזוי? — האָט איהם דער רייכער בעל־עגלה געענטפערט — דו זעהסט דאָך א פולער מזרח מיט פערד, מוז מען דאָך האָבען צו זיי א בעל עגלה.
ער קען ניט קריגען קיין נדבה
[רעדאַקטירן]אַן אָרימאן איז אריין צו א גביר בעטען א נדבה. דער גביר האָט אבער אויף דעם אָרימאן אָנגעשריען און געזאָגט, אז קיין אורחים גיט ער ניט קיין נדבות.
— איך בין קיין אורח ניט — האָט דער אָרימאן געטענה׳ט — איך בין א היגער, א געבוירענער.
— עס קען ניט זיין, — האָט דער גביר געענטפערט — ווען דו וואָלסט געווען א היגער, וואָלסטו שוין לאנג וויסען, אז איך גיב קיין נדבות ניט; ביזטו דאָך ניט קיין היגער, און אורחים גיב איך ניט.
די „קשיות“ מיט די תירוצים“
[רעדאַקטירן]צוויי אָרימע בחורים האָבען זיך געטראָפען צוזאמען. זאָגט איינער צום אנדערען:
— איך האָב א טאָג, וואס ווען איך קום עסען, קארמעט מען מיר מיט קאשע, אבער קאשע און ווידער קאַשע.
— דו האָסט ניט וואס צו זינדיגען — האָט דער אנדערער געענטפערט — איך האָב א טאָג, וואו מען קארמעט מיר שטענדיג מיט תירוצים, מען האָט גראדע ניט געקאָכט; די קעכין איז ניט געווען אין שטוב. די ווירטהין האָט קיין צייט ניט, א.ז.וו., היינט וואס איז בעסער די קאשע צו די תירוצים?
דעם שניידער׳ס ענטפער
[רעדאַקטירן]דער שטאָט־גבאי האָט אויסגערעדט א שניידער אן עזות־פּנים און צו איהם אזוי געזאָגט:
— עס איז דאָך ניט אויסצוהאלטען פון אייערע קינדער. אַ גאנצען טאָג לויפען זיי נאָך דעם שטאָט־משוגע׳נעם און שעמען זיך ניט.
— איהר זייט אליין שולדיג אין דעם — האָט דער שניידער געענטפערט — אז איהר האָט גענומען אַ פּראָסטען שוסטער און איהם אָנגענומען פאר דעם שטאָט־משוגענעם, האָבען דערפאר די קינדער פאר איהם קיין דרך ארץ ניט. ווען איהר וואָלט אָבער אָנגענומען די שטעלע פאר זיך און געוואָרען דער שטאָט־משוגענער, וואָלטען די קינדער געהאט פאר אייך גרויס דרך־ארץ.
ער האָט טויזענט עדות וואָס האָבען ניט געזעהן
[רעדאַקטירן]— וואָס ענטפערסטו אויף די רייד פון די פינף עדות? — האָט א שופט געפרעגט א גנב, זיי אלע זאָגען דאָך, אז זיי האָבען אליין געזעהן, ווי דו האָסט גע׳גנב׳עט.
— מאלע, וואָס זיי זאָגען — האָט דער גנב געענטפערט — פינף מענשען זיינען דאָך ניט די גאנצע וועלט; אָט קען איך בריינגען טויזענט עדות וואס האָבען מיך ניט געזעהן גנב׳נענדיג.
אַַז ער האָט פריהער ניט געוואָלט נעמען — קומט איהם איצט ניט
[רעדאַקטירן]אַ פּריסטאָוו איז געקומען אין א אידישן מנין, וואס איז ניט געווען געמעלדעט, און דאָרט צוגענומען די ספר־תורה, און אָנגעגעבען אויף זיי אין געריכט.
דער ריכטער איז געווען א גרויסער אידען־פריינט און האָט געזאָגט:
— איידער אידען האָבען מקבל געווען די תורה, האָט גאָט געוואָלט געבען די תורה צו אלע פעלקער, נאָר זיי האָבען ניט געוואָלט נעמען, טאָ וואס האָסטו, פּריסטאוו, זיך איצט מיישב געווען אזוי שפּעט צוצונעמען ביי די אידען די תורה? אלזאָ, גיב זיי גלייך אָפּ צוריק.
איבער אַ קלייניגקייט
[רעדאַקטירן]אַ דינסט־מיידעל האָט גענומען זיבען גילדען א זמן (א האלב יאהר).
די גאנצע זעקס חדשים האָט זי געדינט געטריי און די בעל־הבית׳טע איז פון איהר געווען צופרידען. סוף זמן האָט זי זיך עפּעס צוקריגט מיט דער בעל־הבית׳טע. יענע האָט געגעבען דער דינסט פינף קאָפּיקעס און דעם רובעל (זיבען גילדען איז א רובעל מיט פינף קאָפּיקעס) האָט זי געזאָגט, וועט זי איהר ניט געבען.
— דערלאנג אין געריכט — האָט מען געראטען דער דינסט־מיידעל — דו וועסט געוויס געווינען.
— איבער א רובעל — האָט די דינסט־מיידעל געענטפערט, — לוינט זיך ניט בייז מאכען מיט א בעל־מבית׳טע.
א מתנה
[רעדאַקטירן]אַ רבי איז אמאָל קראנק געוואָרען. האָבען זיינע חסידים איהם געשאָנקען יאהרען, יעדער האָט אויפגעשריבען אויף א צעטעלע וויפיעל ער שיינקט פון זיינע יאהרען דעם רבי׳ן. דעם צעטעל האָט מען אוועקגעטראגען צו דעם רבי׳ן ער זאָל זעהן ווי זיינע חסידים זיינען איהם געטריי. דער רבי האָט געזעהן דאס זיין גבאי האָט איהם געשאָנקען דרייסיג יאהר מיט דריי שעה.
— וואָס איז דאָס פאר א חשבון? — האָט איהם דער רבי געפרעגט.
— א פּראָסטער חשבון, — האָט דער גבאי געענטפערט — דריי שעה שיינק איך אייך פון מיינע יאהרען און דרייסיג יאהר שיינק איך אייך פון מיין ווייבס יאהרען.
פון וואָס זי דיינקט
[רעדאַקטירן]נאדולא, די מוטער פון ראטשילד, האָט געלעבט זעהר לאנג. ווען זי איז אלט געוואָרען ניינציג יאהר, האָט זי זיך דערפיהלט שוואך און זיך געלאָזט קורירען פון אַ גרויסען דאָקטאר.
דער דאָקטאר האָט איהר קורירט א פּאָר חדשים און די מאדאַם ראָטשילד האָט זיך ניט געשפּירט בעסער.
— ווי עס שיינט — האָט זי איינמאָל געזאָגט צום דאָקטאר — האלט איהר, אז איך האָב מיר איינגעבילדעט אַ קריינק, ווייל איהר היילט מיר ניט אויף דעם וואס איך באקלאָג זיך פאר אייך.
— פארצייהען זי מיר, מאדאם, — האָט דער דאָקטאר געענטפערט — פון אלט קען מען ניט מאכען יונג.
אויף דעם האָט איהם מאדאם ראָטשילד געענטפערט.
— ניין, ליבער דאָקטאר, איך דיינק גאר ניט פון דעם איך זאָל ווערען אינגער, איך וויל נאָר ווערען עלטער.
די אַלטע פריילין
[רעדאַקטירן]אן אלטע מיידעל איז אמאָל גערופען געוואָרען אין געריכט אלס עדות.
ווי אלט זיינט איהר, פריילין? — האָט דער ריכטער געפרעגט.
דאָס מיידעל האָט זיך דערשראָקען, און זי האָט געשוויגען.
— איך פרעג דאָך אייך ווי אלט איהר זענט? — האָט דער ריכטער ערנסט געפרעגט.
זי האָט ניט געענטפערט, נאָר זי איז רויט געוואָרען. דער דיכטער האָט באלד פארשטאַנען פארוואס זי וויל ניט ענטפערען, האָט ער צו איהר געזאָגט:
— מיט אייער שווייגען מאכט איהר נאָך ערגער, ווייל וואס עס געדויערט לענגער, ווערט איהר דאָך אלץ עלטער...
אַ ווייבערשע פּרעטענזיע
[רעדאַקטירן]אַ מאן האָט אמאָל געגעבען זיין ווייב געלט זי זאל קויפען פאר איהם א פלעשעל ביער, זי איז געגאנגען, געקויפט. טראָגענדיג אהיים איז זי געפאלען, צובראָכען די פלאש ביער און פארשטאָכען א האנט. זי איז אריינגעפאלען אין שטוב מיט א כעס, גענומען שילטען דעם מאן מיט טויטע קללות, שרייען אויף איהם מיט משונה קולות.
— וואָס בין איך שולדיג? — האָט דער מאן זיך געבעטען רחמים ותחנונים ביי איהר, — וואָס האָסטו צו מיר?
— ער פרעגט נאָך! — האָט זי געשריען — ווער דען איז שולדיג? דו וואָלסט מיר קיין געלט געגעבען, וואלט איך ניט געגאנגען און וואָלט ניט געפאלען...
אַ מיטעל פאר קונים
[רעדאַקטירן]דאָס געשעפט פון סוחר ה׳ דרעהרעדעל איז פון טאָג צו טאָג געגאנגען צום גרונד. ווען ער איז אריינגעגאנגען און געפרעגט זיינע משרתים צו עס זיינען עפּעס געווען קונים, האָבען זיי איהם געענטפערט: „קיין הונט נישט אפילו“.
איינמאָל איז ער זיך מישב און נעמט אראָפּ פון די טהירען ביים געוועלב די מזוזות, נישט צוליעב אפּיקורסות, ער איז א גאנץ פרומער און זאָגט צו זיינע משרתים:
— אצינד וועט כאָטש אין געוועלב אריינקומען אמאָל א שד.
ער וויל אַ סך
[רעדאַקטירן]אדורכפאָהרער איז אריינגעגאנגען אין א קרעטשמע, וואָס איז געשטאַנען אין מיטען וועג בעטען עפּעס וואס צו עסען. דאָרט האָט געוואוינט אן אלמנה.
— האָט איהר אפשר מילכיגס צו עסען? — פרעגט דער אורח.
— איך האָב קיין קוה נישט.
— קריגט מען ביי אייך אייניגע אייער צו קויפען?
— איך האָב קיין היהנער נישט.
— גיט כאָטש א גלאָז טיי, וועל איך עסען מיט ברויט.
— האָט איהר געהערט? — שרייט אויס די בעל־הבית׳טע — א איד זאל אלץ וועלען!
מאן און ווייב ביים רב
[רעדאַקטירן]— איך וויל זיך גט׳ן מיט מיין מאן, ווייל ער שפּילט אין קאָרטען.
— סטראשע מיך נישט, איך גיב דיר שוין נאָך.
משיח׳ס צייטען
[רעדאַקטירן]אַ איד א פּקח, נאָר א פרומער, וואָס האָט ליעב צו מלמד־זכות זיין אויף אידען, האָט אויסגעפונען, אז דאס וואס מיידעלעך און פרויען טראָגען היינט די לאנגע לייב־קאָלירטע זאָקען, איז, ווייל זיי מיינען, דאָס עס איז שוין געקומען משיח׳ס צייט. וואס מיט אזא אופן איז מעגליך צו געפעלען ווערען אין די אויגען פון יונגע לייט, ווי ישעי׳ הנביא האָט געזאָגט: „ירהבו הנער בזקן“, ד.ה. יונגע לייט וועלען שטאָלצירען מיט זאָקען (זקן).
צוויי טייטשען
[רעדאַקטירן]ווען ר׳ אייזעל איז איינמאָל געפאָהרען אין באהן, זיינען אנטקעגען איהם געזעסען צוויי אסימילירטע אידען, „דייטשען“, ווי מען האָט זיי דעמאָלט גערופען אין פּוילען. איינער פון זיי האָט גענומען אָפּלאכען פון ר׳ אייזלען, פון זיין הילוך, פון זיינע פּאות און פון זיין ארט רעדען.
איינעם, וואס איז דערביי געזעסען, האָט עס איהם זעהר פערדראָסען, פרעגט ער ר׳ אייזלען:
— צו קענט איהר דעם דייטש נישט אָפּענטפערען, וואס ער האָט אזא העזה חוזק צו מאכען?
— וואָס זאָל איך טאָן, אז דאס שטאַמט פון רש״י הקדוש — האָט ר׳ אייזעל געענטפערט — דען שטענדיג אין רש״י, וואו עס געפינען זיך צוויי „טייטשען“, איז איינער א „דבר אחר“.
דער דאָקטאר ספּעציאליסט
[רעדאַקטירן]אין א קליין שטעטעל האָט געטראָפען איינער זאל אינמיטען עסען אראָפּשלינגען א טשוועקעל. עס איז געוואָרען א מהומה. גוטע פריינד האָבען געהייסען תיכף נעמען אריינפאָהרען קיין ווארשע צו א גרויסען פּראָפעסאר.
— וואָס איז דאָס געלויף? — רופט זיך אָן א אידענע — מען קען דאָך רופען דעם היגען פעלדשער.
— יענער איז קיין פעלדשער נישט, נאָר א שוסטער, — זאָגען אנדערע.
— אויב ער איז א שוסטער, — גיט די אידענע צו — וועט ער דאָך טאקע קענען ארויסשלעפּען דאָס טשוועקעלע.
ווער עס איז אמת און ווער פאלש
[רעדאַקטירן]אַ געוויסער שווינדלער וועלכער פלעגט אַרומפאָהרען אין די קליינע שטעטלעך און דאָרט זיך פארגעשטעלט אלעמאָל אלס אן אנדער אנגעזעהענער פּארשוין, איז אמאָל געקומען אין א שטעטעל אלס אַ גרויסער רבי.
באַלד האָט ער געפונען זיינע אָנהענגער און זיינען אַרויס אַקעגען איהם. הינטער׳ן שטאָט האָבען זיי אויסגעשפּאנט פון וואָגען די פערד און גענומען אליין שלעפּען דעם וואָגען.
אַ זייטיגער, וועלכער האָט דערקענט דעם שווינדלער, איז צו צו זיי צוגעגאנגען און אזוי געזאָגט:
— דער רבי איז א פאלשער, נאָר די פערד זיינען אמת׳ע פערד.
אן איידעם אויף קעסט
[רעדאַקטירן]איינער האָט אמאָל גענומען אן איידעם אויף קעסט. דעם איידעם האָט מען גערופען ניסן. זעהט דער שווער אז דער איידעם עסט איהם אויף דעם קאָפּ, אַ גרויסער פרעסער געווען, און ער האָט איהם נישט פארגונען. רופט ער זיך איינמאָל אָפּ צום איידעם אין מיטען עסען:
— זעה נאָר, טהייערער איידעם, מילא טבת פרעסט, פערשטעה איך, שבט — געוויס, אָדר — אויך צו דערליידען. אָבער אז ניסן פרעסט, דאָס איז שוין גאָר אן אומגליק.
אַ שווערע אויפגאבע
[רעדאַקטירן]— איך האָב אַ גוטען חתן, א פיינעם חתן, ער ליבט מיך — האָט זיך פּעסעלע געקלאָגט פאר איהר חבר׳טע — דאָך האָב איך מורא, אז ער וועט מיך פער׳מיאוס׳ן, ווייל איך האָב שלעכטע צייהן. וואָס טהוט מען פאָרט? גיב אן עצה.
— זאָלסט האלטען דאָס מויל פארמאכט — האָט זי איהר גע׳עצה׳ט.
אַ מעלה מיט א חסרון
[רעדאַקטירן]צו א גרויסען קארגען איז געקומען א שדכן אָנשלאָגען אַ שידוך פאר זיין טאָכטער.
— איך האָב פאר אייך א שדוך — איז דער שדכן אריינגעפאלען מיט א שמחה — פּונקט ווי פאר אייך צוגעפּאסט. אַ חתן אַ צאַצקע, איהר דארפט איהם קיין סך נדן נישט געבען. וויפיל ↰ 61 איהר וועט איהם סילוק׳ן, וועט ער זעהן דאָפּעלט, מחמת דער בחור קוקט קאַסאָקע.
דער קארגער מחותן איז שוין באלד באשטאַנען אויף דעם שדוך, ער האָט זיך אבער באלד צוריקגעכאפּט.
— אַ חתן וואס קוקט קאַסאָקע טויג נישט פאר מיין טאָכטער — האָט ער דעם שדכן געענטפערט — ער וועט ביי איהר זעהן א דאָפּעלטען הויקער.
צוליעב וואָס ער איז זיך מגייר
[רעדאַקטירן]צו א רב אין א קליין שטעטעל איז געקומען א פּרינץ מיט א בקשה מען זאָל איהם מגייר זיין. תחילת האָט דער רב, מיינענדיג, אז יענער שפּאסט, געפּרובט איהם מיט פערשידענע תרוצים אָפּשטויסען.
דער פּרינץ איז אבער נישט אָפּגעשטאַנען און טאָג־טעגליך געקומען צום רב און מיט טרעהרען אין די אויגען זיך געבעטען, מען זאָל איהם מאכען פון א איד.
צום סוף האָט דער רב אויף איהם רחמנות געהאט. נאָר אזוי ווי עס איז געווען סאמע ערב פּסח און די רבנים זיינען פארנומען מיט כשרות, איז דאָס מגייר זיין אָפּגעלעגט געוואָרען אויף נאָך פּסח.
דערהערענדיג דאָס, האָט דער פּרינץ געזאָגט:
— נאָך פּסח, רבי, וועט מיר נישט לוינען זיך מגייר צו זיין. איך טהו דאָס אצינד נאָר ווייל איך וויל אזוי־ארום ווערען שנעל א מלך.
דער ריכטיגער סימן
[רעדאַקטירן]אַ פרוי, אַ פּאָרטרעט־מאלערין האָט אויסגעשטעלט אין אַ זאַל איהרע בילדער. צווישען די דאָזיגע בילדער האָט זיך געפונען אויך איהר מאנ׳ס א פּאָרטרעט. זי האָט אָבער נישט אויסגעזאָגט, וועלכער פּאָרטרעט דאָס איז.
עס איז געקומען אמאָל צו רייד וועגען דעם און די באזוכער פון דער אויסשטעלונג האָבען זיך געלערענט טרעפען.
— דער דאָזיגער פּאָרטרעט — האָט איינער אָנגעוויזען — זעהט אויס צו זיין איהר מאן.
— אין וואָס דערקענסטו דאָס?
— ווייל ער האָט אַ צודראפּעט פּנים.
ווער איז מעהר משוגע?
[רעדאַקטירן]ר׳ אייזעל איז איינמאָל געווען איינגעלאדען אויף א ברית. דער בעל־הברית, וועלענדיג פערשאפען דעם רב נחת רוח, האָט ער אויפ׳ן טיש אנידערגעלעגט זיין ספר, וואס איז געווען צוזאמענגעבונדען מיט ר׳ יצחק אלחנן׳ס ספר „באר יצחק“.
ר׳ אייזעל האָט באמערקט, אז ר׳ יצחק אלחנן׳ס ספר איז פריהער אין בונד ווי זיינער, רופט ער זיך אָן:
— אַ מאָדנע זאך, די וועלט זאָגט, אז ר׳ יצחק אלחנן איז קלאָר. א חכם, א פּקח און איך בין משוגע. לסוף האָט מען איהם געבונדען פריהער פון מיר.
ווער עס דארף קומען פריהער
[רעדאַקטירן]דער זייגער ווייזט שוין די שעה און איהר חתן האָט געדארפט קומען און איז נישטאָ. פון גרויס עגמת־נפש איז זי געפאלען אין חלשות, מען האָט איהר גענומען מינטערען, זי האָט קוים ארויסגעשטאַמעלט:
— איך וויל אז פריהער זאָל ער צו מיר קומען, ערשט דעמאָלט וועל איך קומען צו זיך.
דער צימעס
[רעדאַקטירן]אַ געוויסער אָרימאן פארזוכענדיג איינמאָל א גוטען צימעס ביי א גביר, פרעגט ער דער מאדאם פארוואס האָט דער צימעס אַזאַ טעם גן־עדן.
— איך האָב אריינגעלעגט א גוט אָנגעפיהלטע היהנערשע העלדזעל — ענטפערט די גביר׳טע.
— און אין מיין צימעם לעגען זיך אריין זיבען העלדזלעך (ער האָט געהאט פינף קינדער) און האָט דאָך קיין שום טעם נישט — לאכט דער אָרימאן.
——————
[רעדאַקטירן]— זיידע, זאָגט אונז דעם אמת, ווי אלט זענט איהר?
— איך ווייס נישט — ענטפערט דער זיידע — ביז 70 יאהר האָב איך געצעהלט און נאָך 70 איז עס א מתנה פון גאָט און געשענקטע צעהלט מען נישט.
דער כשר׳ער רעסטאָראן
[רעדאַקטירן]אין א רעסטאָראן, וואָס איז בעקאנט מיט זיינע פוילע קעלנער, וואָס דערלאנגען עסען די געסט דויערט זעהר לאנג, איז אריינגעקומען א פרומער איד און געהייסען געבען מיטאָג.
נאָכ׳ן פליישיגען מיטאָג האָט ער זיך באלד געהייסען געבען א גלאָז מילך, איז מען צו איהם צוגעגאנגען און געפרעגט:
— היתכן, אזא פרומער איד זאל דאָס טהון?
— איידער מען וועט מיר דערלאנגען דאָס גלאָז מילך — האָט דער איד געענטפערט — וועט סיי ווי געדויערען זעקס שעה.
ער וויל באגראָבען אַ איד
[רעדאַקטירן]אַ גרויסער אנטיסעמיט, וואס האָט גע׳שמט אלס דער פארביסענער יודענפיינד, איז איינמאָל קראנק געוואָרען און ווען ער האָט געהאלטען פאר׳ן טויט, איז ער שנעל אויפגעזעסען און זיך געהייסען רופען דעם רב, ווייל ער וויל זיך מגייר זיין.
אלע אין שטוב האָבען איהם באוואָרפען מיט פראגען: „הא, דו וועלכער האַסט אזוי אידען, געהסטו איצטער אליין ווערען אַ איד?“
דערויף האָט ער געענטפערט:
— איך טהו דאָס, צו וועלכען איך האָב געשטרעבט מיין גאנץ לעבען, איך וויל אצינד באגראבען נאָך א איד.