מאָטקע חב״ד/מאָדערנער אויסלייג

פֿון װיקיביבליאָטעק
מאָטקע חב״ד
מחבר:מ. שטערן
אויסגאַבע:ניו־יאָרק, 1920ער
פאַרלאַג:סטאַר היברו בוק קאָמפּאַני
סקאַנירטע ווערסיע אין Internet Archive:nybc201076
די צאָל זייטן:64


מאָטקע חב״ד


זיינע אַנעקדאָטן, וויצן, סצענעס
און שטוקעס
ניי־באַאַרבעט


פון


מ. שטערן


STAR HEBREW BOOK CO.‎‏




הוצאת:
סטאַר היברו בוק קאָמפּאַני




Printed in the United States of America


עס האָט גאָרנישט געטראָפן[רעדאַקטירן]

מאָטל איז אַמאָל אַריינגעקומען צו אַ ווילנער גביר. גייענדיק צוריק, האָט ער זיך אויסגעגליטשט און אַראָפּגעפאַלן פון אַלע טרעפּ. די שטוביקע האָבן דערהערט דעם פאַל און אַרויסגעלאָפן זען וואָס האָט דאָרט געטראָפן, ערשט זיי זעען, מאָטל קרעכצט פון ווייטיק און באַמיט זיך אויפצושטעלן.

— וואָס איז דאָ געווען? — האָבן זיי אים געפרעגט.

— גאָרנישט — האָט ער זיי געענטפערט — מיין פוטער איז אַראָפּגעפאַלן פון די טרעפּ.

— טאָ וואָס האָט דאָס דערלאַנגט אַזאַ זעץ?

— פאַרשטייט איר מיך — האָט ער געזאָגט קאַלט — דער קלאַפּ איז, ווייל איך בין געלעגן אין פוטער.

זאָל ער נאָר אָנטשעפּען[רעדאַקטירן]

מאָטל האָט איינמאָל געבעטן ביי אַ גביר פינף רובל, וועט ער דערפאַר פאַר אים אַראָפּשלעפּן די זון. דער גביר האָט אים געגעבן די געלט און מאָטל האָט געהייסן, מען זאָל אים ברענגען אַ טישל מיט אַ לאַנגן שטעקן מיט אַ קרוק, אַז מען האָט דאָס אים געבראַכט, האָט ער זיך אַרויפגעשטעלט אויפן טישל און אויפגעהויבן דעם שטעקן אינדערהויך, און געקוקט אויפן הימל.

↤ 4

— פאַרוואָס שלעפּט איר שוין ניט אַראָפּ די זון? — האָט אים דער גביר געפרעגט.

— זייט אַזוי גוט, — זאָגט צו אים מאָטל, — נאַט אייך דעם שטעקן און איר טשעפּעט נאָר אָן די זון אָן קרוק. וועל איך שוין נאַכער אַראָפּציען.

זיי דאַרף מען געבן אַ גאַנצע חלה[רעדאַקטירן]

די פּרנסי־חודש האָבן אַמאָל געשיקט דעם „משרת הקהל“ ער זאָל אַראָפּנעמען ביי מאָטלען די שבת־לייכטער פאַר אַ קהלישן שטייער, וועלכן מאָטל האָט ניט געהאַט צו באַצאָלן.

דער משרת האָט צוגענומען די לייכטער און מאָטל איז אַוועק אין מאַרק, געקויפט אַ גרויסע חלה און אַוועקגעטראָגן אין קהל־שטיבל. די פּני־קהל זיינען אַלע געזעסן אַרום אַ טיש, ווען מאָטל האָט זיי דערלאַנגט די חלה.

— וואָס איז דאָס פאַר אַ חלה? — האָבן זיי אים געפרעגט.

— פאַרשטייט איר מיך — האָט זיי מאָטל געענטפערט — ביי מיר אין שטוב נעמט אַלע שבת אַראָפּ די לייכטער דער „סטאָראָזש“ (באַדינער) פון הויף, גיב איך אים אַן „המוציא חלה“, היינט איר זייט דאָך אַזוי פיל „סטאָראָזשעס“ מוז מען אייך געבן אַ גאַנצע חלה.

↤ 5

ער זאָל רייבן און שווייגן[רעדאַקטירן]

מאָטל האָט אַמאָל גענומען אַ פּרוש אויף וועטשערע. ער האָט געהייסן דעם פּרוש ער זאָל זיך גיין וואַשן. דער פּרוש האָט געוואַשן די הענט און זיך געזעצט ביים טיש. האָט אים מאָטל צוגעטראָגן אַ קעסטל שוועבעלעך און געזאָגט:

— רייבט און שווייגט.

אַ בגד אויף אַלע ימים־טובים[רעדאַקטירן]

מאָטע חב״ד איז אַמאָל געקומען אויף אַ חתונה אין אַ צוריסענעם בגד. רופט זיך צו אים אָפּ דער מחותן:

— פע, מאָטקע, ווי שעמסטו זיך ניט קומען צו אַ שמחה אין אַזאַ צוריסענעם בגד?

— מיט מיין בגד — האָט מאָטל געענטפערט — האָב איך זיך ניט וואָס צו שעמען. דאָס איז אַ בגד, וועלכער דינט מיר פאַר אַלע ימים־טובים: פּסח, למשל, איז אין אים ניטאָ קיין ברעקל; שבועות איז ער דורך מיט אַ תיקון; ראש השנה בלאָזט אין אים פון אַלע זייטן; יום כיפּור טויג ער אויף כפּרות; חנוכה איז ער פול מיט לאַטקעס און פּורים צושיט ער זיך אויף מאָן.

↤ 6

מאָטקע איז אַ שליח[רעדאַקטירן]

מאָטל איז אַמאָל געקומען צו אַ גביר בעטן אַ נדבה. דער גביר האָט גאָר ניט געוואָלט געבן. זאָגט צו אים מאָטל:

— גיט אַ נדבה, ווייל איר וועט ערגער מאַכן.

— וואָס קען איך ערגער מאַכן? — פרעגט דער גביר.

— פאַרשטייט איר מיך — האָט מאָטל געזאָגט — איך בין דאָך דעם דלות אַ שליח, און אויב איר וועט מיר ניט געבן, וועל איך שיקן דעם דלות אַליין.

אונטער די אויגן[רעדאַקטירן]

מאָטלס ווייב איז געקומען צו קהל מסרן אויף מאָטלען: ער האָט איר געשלאָגן מכות אכזריות און האָט איר אונטערגעשלאָגן די אויגן. קהל האָט גלייך געשיקט רופן מאָטלען און אים גע׳מוסר׳ט, פאַרוואָס ער שלאָגט זיין ווייב.

— איך האָב איר געשלאָגן אונטער די אויגן — האָט מאָטל געענטפערט — און אונטער די אויגן מעג מען אַפילו דעם רב אויך שלאָגן.

זייט ניט נעזונט[רעדאַקטירן]

מאָטל איז אַמאָל אַריינגעגאַנגען צו אַ ווילנער גביר און געזאָגט:

— זייט מיר געזונט, איך פאָר אָפּ פון ווילנע און גיט מיר עפּעס אויף דער הוצאה.

↤ 7

דער גביר האָט אים אָבער ניט געוואָלט געבן קיין נדבה. מאָטל איז אַרויס פון הויז און אין אַ רגע אַרום זיך אומגעקערט און געזאָגט:

— ווייסט איר, איך האָב זיך מישב געווען, עס לוינט מיר ניט אַוועקצופאָרן. אַלזאָ, זייט מיר שוין ניט געזונט.

מען האָט אים אונטערגעהאַקט[רעדאַקטירן]

עס האָט געטראָפן, אַז אַ פּריץ האָט אַמאָל אָפּגעשמיסן אַ ווילנער גביר. שפּעטער האָט דער געשמיסענער גביר אָנגעכאַפּט מאָטלען אין גאַס און צו אים געזאָגט:

— מאָטל, זאָג מיר עפּעס אַ וויץ, וועל איך דיר געבן אַ שיינע נדבה.

האָט מאָטל געזאָגט:

— מען האָט דאָך אייך דאָ ניט לאַנג אַזוי אונטערגעהאַקט און איר זייט נאָך אַלץ אַזוי לאַנג...

אָפּגעבן מיט הוילן[רעדאַקטירן]

מאָטקע איז אַמאָל אַריין צו איינעם אַ באַקאַנטן און זאָגט צו אים:

— דו ווייסט, איך גיי ווערן אַ דאָקטאָר?

— דו, מאָטל? — האָט דער באַקאַנטער זיך געוואונדערט — זאָג שוין וואָס מיינסטו דערמיט?

— איך מיין פּשוט, — האָט מאָטל געענטפערט — מען האָט ביי מיר היינטיקע נאַכט אַרויסגע׳גנב׳עט די גאַנצע בעטגעוואַנט, מוז איך זען זיך אָפּלייגן אויף הוילן...

↤ 8

ער מיינט אָן המצאות[רעדאַקטירן]

מאָטקע חב״ד האָט מען איינמאָל איינגעלאַדן צו אַ נגידישע חתונה אין מינסק. מען האָט געגעסן און געטרונקען און אָן מאָטקען אינגאַנצן פאַרגעסן.

שפּעטער נאָך דער סעודה האָט מען זיך געכאַפּט אַז מאָטקע חב״ד איז דאָ און אים געבעטן זאָגן אַן המצאה.

מאָטקע איז געווען אויפגערעגט און געזאָגט:

— ויסעו מסוכות ויחנו ברפידים, געהאַנגען זאָלן ווערן אַלע מינסקער נגידים.

— וואָס איז דאָ די המצאה? — האָט דער רייכער עולם באַליידיקט געפרעגט.

— איך מיין אָן המצאות. — האָט מאָטקע געענטפערט.

פון אַן אויסשטעלונג[רעדאַקטירן]

באַקאַנטע אידן האָבן באַגעגענט מאָטקען גייענדיק אין גאַס.

— פון וואַנען גייסטו, מאָטקע? — האָבן זיי אים געפרעגט.

— פון אַן אויסשטעלונג. — האָט מאָטקע געענטפערט.

— וואָס פאַר אַן אויסשטעלונג?

— דער באַלעבאָס האָט אַרויסגעשטעלט מיינע כלי־בית אויפן גאַס.

↤ 9

אַ קייזער איז טייער[רעדאַקטירן]

דער אַלטער דייטשער קייזער איז אַמאָל געגאַנגען אָנגעטאָן אין ציווילע קליידער און געשפּאַצירט אויף דעם בולוואַר. אַ פרוי האָט פאַרבייגעטראָגן שוועבעלעך צו פאַרקויפן.

— גיב מיר אַ פּעקל שוועבעלעך! — האָט דער קיסר אָפּגעשטעלט דער פרוי.

די פרוי האָט אַ קוק געטאָן אויף דעם מענטשן און גלייך דערקאָנט דעם קיסר. זי האָט אים מיט גרויס ערפורכט דערלאַנגט דעם פּעקל שוועבעלעך.

— וויפל קאָסט דער פּעקל? — האָט דער קיסר געפרעגט.

— הונדערט מאַרק! — האָט די פרוי געענטפערט.

— קאָסט דאָ אין בערלין דען אַזוי טייער שוועבעלעך? — האָט דער קיסר פאַרוואונדערט געפרעגט.

— ניין, — האָט די פרוי געענטפערט — שוועבעלעך זיינען ביי אונדז זייער ביליק, נאָר אַ קיסר איז זייער טייער.

דאָס איז זיין געשעפט[רעדאַקטירן]

אַ געוויסער גנב איז געגאַנגען אין גאַס און געפונען אַ בייטל מיט געלט. קוים האָט ער עס אויפגעהויבן, האָט ער דערזען אַ אידל גייענדיק די הענט פאַרבראָכן און וויינט ביטער.

— וואָס וויינט איר? — האָט דער גנב געפרעגט דעם אידן.

↤ 10

— איך האָב פאַרלאָרן אַ בייטל מיט געלט. — האָט דער איד געקלאָגט.

— וויינט ניט, — זאָגט דער גנב — אָט האָב איך נאָר וואָס געפונען אַ בייטל מיט געלט, זאָגט נאָר סימנים אויב דאָס איז אייערע, וועל איך אייך אָפּגעבן.

דער איד האָט געזאָגט געוויסע סימנים און דער גנב האָט אים אָפּגעגעבן די געלט. דער איד האָט זיך זייער געפרייט, פאָרגעלייגט דעם געפינער עפּעס געלט, אָבער יענער האָט זיך אָפּגעזאָגט פאַר דער מצווה צו נעמען באַצאָלט. דער איד האָט אַריינגעלייגט די געלט אין קעשענע און אַוועק.

אַז ער איז אָבער געקומען אַהיים, האָט ער זיך געכאַפּט ער האָט ווייטער ניט די געלט. דער איד האָט ווייטער גענומען זוכן און מענטשן האָבן אים געזאָגט, אַז זיי האָבן געזען, ווי דער מאַן וואָס האָט אים אָפּגעגעבן די געלט, האָט עס ביי אים דערנאָך צוריק אַרויסגענומען פון קעשענע. דער איד איז אַוועק צום גנב און אים געפרעגט:

— איך פאַרשטיי אייך ניט, אויב איר האָט געוואָלט מיינע געלט, צו וואָס האָט איר עס געדאַרפט פריער מיר אָפּגעבן און דערנאָך ביי מיר צונעמען צוריק.

— דאָס איז גאָר צוויי זאַכן — האָט דער גנב געענטפערט — השבת אבדה איז אַ מצווה און אויף דעם בין איך אַ איד און דאַרף אָפּגעבן; גנבה — דאָס איז אָבער מיין פּרנסה, און קיין אַנדער פּרנסה האָב איך דערווייל ניט.

↤ 11

אין אַזאַ היץ[רעדאַקטירן]

אַ גרויסער גביר אַ קאַרגער איז אַמאָל קראַנק געוואָרן אויף אַ היץ קראַנקהייט. ער איז געווען זייער שוואַך און אַלע דאָקטוירים האָבן אים אָפּגעזאָגט דעם לעבן, דאַן האָבן די ווייב און קינדער אַריינגעפאַלן אין ארון־קודש מיט גרויס געוויין און מנדב געווען פופציק רובל אויף צדקה, דער גביר זאָל געזונט ווערן. שפּעטער האָט גאָט טאַקע געהאָלפן און דער גביר איז געוואָרן געזונט. אין אַ צייט אַרום איז ער געוואָר געוואָרן, אַז מען האָט צוטיילט פאַר זיינעטוועגן פופציק רובל אויף צדקה. האָט זיך דער גביר געבייזערט און געשריען אויף ווייב און קינדער, וואָס זיי האָבן עס אַזוינס געטאָן.

— דו האָסט דאָך אונדז אַליין געהייסן. — האָבן די קינדער מפּני דרכי שלום וועגן געזאָגט:

— אַזוי? — האָט זיך דער גביר געוואונדערט — אין אַזאַ היץ בין איך עס געלעגן, דאָס איך זאָל אַזאַ זאַך הייסן?

מיט וועמען ער וועט ריידן[רעדאַקטירן]

אַ גרויסער גביר, אָבער זייער אַ פּראָסטער מענטש, האָט געמאַכט אַ גרויסן מאָלצייט, אויף וועלכן ער האָט איינגעלאַדן אַלע רבנים און חכמים פון שטאָט. אויך האָט ער איינגעלאַדן אַ פּאָר גבירים, פּראָסטע מענטשן ווי ער אַליין. צו דער איינלאַדונג צו די גבירים, האָט ער צוגעשריבן אַ פּאָר ווערטער בזה הלשון: „איך בעט אייך, טייערע פריינט, קומט צוגיין, ווייל אויב ניט, וועל איך ניט האָבן מיט וועמען אַ וואָרט אויסצוריידן.

↤ 12

אַן עצה צום שלאָפן[רעדאַקטירן]

— וואָס פאַר אַן עצה טוט מען איך זאָל קענען שלאָפן? — האָט אַמאָל אַ גביר נעפרעגט ביי זיינעם אַ באַקאַנטן, אַ קלוגן מענטשן.

— לייגט דעם קאָפּ אויפן קישן — האָט דער באַקאַנטער געראָטן.

— וואָס רעדט איר? — האָט זיך דער גביר געוואונדערט — און אויף וואָס מיינט איר ליגט מיין קאָפּ ביז איצט?

— אייער קאָפּ ביז איצט — האָט דער באַקאַנטער געלאַסן געזאָגט — ליגט אויף שווינדל... דערפאַר קענט איר ניט שלאָפן.

יעדעס יאָר — אַ נייע הגדה[רעדאַקטירן]

צו אַן אויפגעקומענעם גביר, וואָס איז נישט געווען קיין גרויסער חכם און אויך נישט קיין וואַזשנער איד, איז אַמאָל אַריינגעקומען אַ מחבר מיט זיינס אַ פּירוש אויף דער הגדה, ער זאָל ביי אים זיין הגדה קויפן.

— שוין ווידער אַ פרישע הגדה — האָט זיך דער גביר צובייזערט. — כ׳האָב נאָך די פאַראַיעריקע הגדה, צו וואָס דאַרף מען יעדעס יאָר פרישע הגדות?

— מ׳דאַרף יאָ יעדעס יאָר אַ פרישע הגדה — האָט דער מחבר געענטפערט — ווייל, פאַרשטייט איר מיך, דער וואָס איז פאַר אַ יאָרן געווען אַ „תם“ איז שוין היינט אַ גאַנצער חכם, און דער פאַראַיעריקער „שאינו יודע לשאול“ איז שוין גאָר היינט אַ „רשע“...

↤ 13

עס פרייט אים זייער[רעדאַקטירן]

אַ גובערנאַטאָר פון אַ געוויסער שטאָט איז איינגעלאַדן געוואָרן פונעם אויפזעער פון טורמע צו האַלטן אַ רעדע פאַר די אַרעסטאַנטן, ער איז אַרויף אויף דער טריבונע מיט אַ ליבלעכן שמייכל, און האָט אַזוי אָנגעהויבן:

— עס פרייט מיך פון טיפסטן האַרצן צו זען דאָ אַזאַ גרויסן עולם.

— גענוג, מיר ווילן מער ניט הערן. — האָבן די אַרעסטאַנטן זיך צושריען, — לאָזט אונדז צוריק אין אונדזערע געצעלטן.

מעכב דאָס עסן[רעדאַקטירן]

אַ שווער האָט צוגעזאָגט זיין איידעם קעסט, ביז וואַנען אים וועט אויסוואַקסן אַ באָרד. אַז דעם איידעם האָט אָבער אָנגעהויבן וואַקסן אַ באָרד — האָט ער זי אָפּגעגאָלט.

דער שווער האָט אים איינמאָל געכאַפּט ביי דער אַרבעט, און האָט אים אַוועקגעשלעפּט צום רב.

— גוואַלד, רבי, — האָט דער שווער געטענהט — מיין איידעם גאָלט די באָרד.

— וואָס איז דאָס מיט אייך? — האָט דער רב זיך געווענדט צום איידעם — ווי טוט עס אַ איד אַזאַ זאַך?

— רבי, — ענטפערט דער יונגערמאַן — איך מעג עס על־פּי דין. מען ווייס דאָך, אַז די וואָנצעס מעג מען אָפּגאָלן ווען זיי ↰ 14 זיינען מעכב דעם עסן. מיין שווער האָט מיר צוגעזאָגט צו געבן קעסט ביז מיר וועט אויסוואַקסן אַ באָרד, און ווי איך וועל האָבן אַ באָרד, הערט ער אויף מיר צו געבן. נו, איז דאָך די באָרד מעכב דאָס עסן.

ווען זי זאָל עס אָנטאָן![רעדאַקטירן]

די פרוי האָט געוואָלט דער מאַן זאָל איר קויפן אַ מאַנטל, אָבער וועדליק זי האָט אים געקאָנט, האָט זי מורא געהאַט דאָס ביי אים בעטן. זי איז אָבער געפאַלן אויף אַן המצאה און געזאָגט:

— עס האָט זיך מיר היינטיקע נאַכט גע׳חלומ׳ט, אַז דו האָסט מיר געקויפט אַ מאַנטל, מיין מאַן.

— זייער גוט, — האָט דער מאַן אייליק געענטפערט — אין קינפטיקן חלום וועסטו דעם מאַנטל אָנטאָן.

דער מענטש, וואָס אים איז תמיד גוט[רעדאַקטירן]

— כ׳קען אַ מענטשן, וואָס איז אים שטענדיק גוט.

— דהיינו?

— ווינטער איז אים גוט — קאַלט, ווייל ער טראָגט קליידער, וואָס זיינען גוט צוריסן, און שיך, וואָס זיינען גוט — פאַרן טייוול; זומער איז אים גוט — הייס, ווייל ער וואוינט אין אַ שטיבל, וואָס איז גוט — פאַר אַ טורמע; אַ ווייבל האָט ער איז זי אַ גוטע — ארורה, און ווי לאַנג ער לעבט איז ער גוט — אויף צרות.

↤ 15

דעם פּאַרוקמאַכערס שילד[רעדאַקטירן]

א געוויסער פּאַרוקמאַכער האָט אויפגעהאַנגען אַ שילד איבער זיין טיר אויף וועלכן עס איז געווען אויסגעמאָלט ווי אבשלום רייט אויף זיין אייזל, בלייבט הענגען מיט זיינע האָר אָן אַ בוים און יואב שטעכט אים, דערביי איז געווען אונטערגעשריבן „וואָלט ער אָבער געטראָגן אַ פּאַרוק, וואָלט ער ניט געהאַנגען געוואָרן“.

אַ גרויסער העלד[רעדאַקטירן]

אַ איד איז געשטאַנען דערביי ווי אַן אָפיציר איז אַראָפּגעפאַלן פון אַ פערד.

— אַ שאַנדע! — האָט דער איד אויסגערופן — ביי מיר וואָלט אַזוינס ניט טרעפן.

— ביסט דאָס אַזאַ גרויסער רייטער? — האָט מען דעם אידן געפרעגט.

— ניין, — האָט דער איד געענטפערט — איך מיין נאָר ביי מיר וואָלט עס ניט געטראָפן, ווייל איך וואָלט אויף דעם פערד ניט אַרויפגעקראָכן.

שבת׳דיקער קוגל[רעדאַקטירן]

זונטיק בייטאָג איז געקומען אַן אָרעמאַן צו אַ קאַרגן גביר און געבעטן עסן.

— איר וועט עסן שבת׳דיקע קוגל? — האָט דער קאַרגער געפרעגט דעם אָרעמאַן.

↤ 16

— יאָ, — האָט דער אָרעמאַן מסכים געווען.

— וועט איר אַזוי גוט זיין קומען צו מיר דעם קומענדיקן שבת, וועט איר געפינען קוגל... — האָט דער גביר געזאָגט.

טאָ וואָס לערנט ער דאָקטאָר?[רעדאַקטירן]

צוויי קינדער חברים זיינען אַוועקגעפאָרן אין דער פרעמד לערנען און איינמאָל אויף זומער צייט זיך צוריקגעקערט צו זייערס עלטערנס הויז, פרעגט איינער דעם אַנדערן:

— חבר, וואָס איז דיין אידעע אין לעבן?

— לעבן און לאָזן לעבן — האָט דער אַנדערער געענטפערט.

— טאָ פאַרוואָס שטודירסטו דאָקטאָר? — האָט אים דער ערשטער געפרעגט.

אַ סימן[רעדאַקטירן]

אין אַ בויד, וואָס איז געווען פול אָנגעפּאַקט מיט פּאַרשוינען האָט זיך איינער אַנידערגעזעצט אויף אַן אַנדערנס פוס.

— רבותי, זאָגט דעם אמת — האָט ער אַ פרעג געגעבן — אויף וועמענס פוס זיץ איך דאָס?

— אויב דער פוס איז מיט אַ בלויען זאָק, איז ער מיינער — האָט אַ איד אַ חסיד געענטפערט.

↤ 17

פאַרוואָס מען איז רייך אָדער אָרעם[רעדאַקטירן]

אין אַ טעאַטער איז געווען אַ גרויסער אַקטיאָר, וועלכער האָט אַפילו גענומען אַ סך שכירות איז אָבער דאָך געווען זייער אָרעם, ווייל ער פלעגט זיין גאַנצע געלט פאַרטאָן אויף פרויען, אין זעלבן טעאַטער איז אויך געווען אַן אַקטריסע, דווקא ניט קיין גרויסע קינסטלערין, דערפאַר זייער אַ שיינע, און כאָטש זי פלעגט נעמען קליינע שכירות איז זי דאָך געווען זייער רייך, זי פלעגט באַקומען פיל מתנות פון מענער. האָט איינמאָל די אַרטיסטין געפרעגט דעם אַרטיסט:

— וואָס איז די מעשה מיט אייך? דוכט זיך איך נעם אַ העלפט שכירות פון אייך, דאָך בין איך רייכער פון אייך?

— הערט איר — האָט איר דער אַרטיסט געענטפערט — דאָס וואָס אייך מאַכט רייך, מאַכט עס מיר אָרעם.

וואָסערע מאכלים די גבירים קאָכן זיך[רעדאַקטירן]

אַ גבירישער משרת האָט חתונה געהאַט מיט אַן אָרעמע מיידל, ויהי היום האָט ער צו איר געזאָגט:

— איך פלעג זען ווי מיין באַלעבאָס פלעגט עסן פיינקוכן, אפשר וועסטו פאַר מיר אויך מאַכן דעם מאכל?

— איך האָב אָבער ניט קיין פּוטער — האָט די ווייב געענטפערט.

— מאַך אָן פּוטער.

— עס איז אָבער אויך ניטאָ קיין אייער, — האָט די ווייב ווייטער גערעדט.

↤ 18

— מאַך אָן אייער.

— און וואו נעמט מען ווייצענע מעל?

— מאַך מיט קאָרענע מעל.

— און וואָס איז וועגן אַ סקאַוואַראָדע (א באַק פּען)?

— באַגיי זיך אָן דעם.

האָט די ווייב געפאָלגט דעם מאַן, זי האָט גענומען קאָרענע מעל, פאַרמישט מיט וואַסער און דאָס אַרויפגעלייגט אויף הייסע קוילן באַקן.

וואָס עס איז פון דעם געוואָרן, איז לייכט צו פאַרשטיין: פון איין זייט איז דער מאכל פאַרברענט געוואָרן און פון דער אַנדער זייט איז עס געווען רויע טייג, די ווייב האָט דערלאַנגט דעם מאכל דעם משרת. האָט ער עס גענומען עסן, זיך גלייך פאַרקרימט און געזאָגט:

— דער טייוול ווייסט זיי וואָסערע מאכלים די גבירים קאָכן זיך און וואָס זיי האָבן ליב... מען קען דאָך דאָס אין מויל ניט נעמען.

אַ קליינער מאָגן[רעדאַקטירן]

צו אַ קאַרגן גביר איז געקומען אַן אָרעמאַן בעטן, ער זאָל אים נעמען אויף שבת.

— איך וועל קיין סך ניט עסן, ווייל איך האָב אַ קליינעם מאָגן, ווי אַן אַכט־יאָריקער קינד.

דער קאַרגער האָט זיך געלאָזט איינרעדן און האָט דעם אָרעמאַן געלאַדן אויף שבת. ביים טיש האָט דער אָרעמאַן געגעסן פאַר דריי מענטשן, האָט אים דער קאַרגער געפרעגט:

↤ 19

— אַ מענטש וואָס האָט אַ קליינעם מאָגן, ווי אַן אַכט־יאָריקער קינד, ווי קען דאָס אַזויפיל עסן?

— איר האָט מיר ניט פאַרשטאַנען — האָט דער אָרעמאַן געזאָגט — איך האָב געמיינט, אַז מיין מאָגן איז גרויס ווי דער גאַנצער אַכט־יאָריקער קינד.

וואָס איז דאָס פאַר אַ קריינק[רעדאַקטירן]

אַ קליין־שטעטלשע אידענע איז געקומען אין אַ גרויסער שטאָט, זי איז געגאַנגען אין גאַס, זיך אָן עפּעס פאַרטשעפּעט, איז געפאַלן און אָפּגעשלאָגן איר האַנט. זי איז אַוועק זוכן אַ דאָקטאָר, ערשט זי זעט אויף אַ שיינע טיר שטייט אַ קליינע שילד „דאָקטאָר“, איז זי דאָרט אַריין און געבעטן אַ רפואה צו איר האַנט.

— איך בין ניט קיין דאָקטאָר מעדיצין — האָט איר דער מאַן פון הויז געענטפערט — איך בין אַ דאָקטאָר פילאָזאָפיע.

— וואָס איז דאָס פאַר אַ מין קריינק? — האָט די אידענע געפרעגט.

אַלץ ווי מען טראַכט[רעדאַקטירן]

ביי אַ קלוגן רב האָט מען אַמאָל געפרעגט, — עס שטייט דאָך „אל תרבה שיחה עם אשה“, פאַרוואָס רעדט איר מיט ווייבער?

האָט זיי דער רב געענטפערט:

— עס איז בעסער צו ריידן מיט אַ אידענע און טראַכטן וועגן גאָט, איידער צו ריידן מיט גאָט און טראַכטן וועגן אַ אידענע.

↤ 20

איינע פאַר זיך די צווייטע פאַרן אורח[רעדאַקטירן]

איינער האָט געהאַט אַ שלעכטע, בייזע פרוי, זי פלעגט פיינט האָבן אָרעמע לייט. איינמאָל האָט דער מאַן איר געבראַכט אַן אורח אַן אָרעמאַן און איר געפרעגט:

— וואָס האָסטו פאַר אונדז אויף מיטאָג?

— קריינק און יסורים האָב איך פאַר אייך, — האָט זי געזאָגט מיט גרויס צאָרן.

— איינע עס דו און די צווייטע גיב דעם אורח — האָט דער מאַן געזאָגט — פאַר מיר וועל איך שוין אויסגעפינען עפּעס אַן אַנדער מין שפּייז.

אַז מען גיט מכות קריגט מען יסורים[רעדאַקטירן]

צוויי חקרנים האָבן גע׳חקרנ׳ט:

— אין פלוג איז דאָך די קשיא, וואָס טוט דאָ ר׳ יהודה אינמיטן מיט דעם דצ״ך, עד״ש באח״ב.

— דער תירוץ איז פּשוט — האָט דער אַנדערער געזאָגט — ר׳ יהודה האָט דאָך שוין איינמאָל אַ טעות געהאַט מיט תמרן, דעריבער מאַכט ער שוין יעצט סימנים.

— אָבער נעכיי וואָלט ער בעסער געבן תמרן די מכות און אין דער הגדה — דעם זיגל, מיטן שטעקן, מיטן שניפּטוך?

— אַז ער וואָלט געגעבן תמרן מכות, וואָלט זי אים געגעבן יסורים...

↤ 21

פאַראַן נאָך בעסער[רעדאַקטירן]

— בעסער ווי אַ גלאָז וויין איז גאָר ניטאָ — האָט אַ טרינקער אַמאָל געזאָגט אין אַ געזעלשאַפט.

— אַ פלאַש וויין איז בעסער — האָט אַ גרעסערער טרינקער געזאָגט.

ער מוסר׳ט וועמען ער האָט ליב[רעדאַקטירן]

— זאָג נאָר, מיין פרוי, וואָס ביסטו אַזוי אין כעס אויפן מגיד, פאַרוואָס ער האַלט דיר שטענדיק אין איין מוסרן? ווייסטו דען ניט, אַז דער מגיד וויל זיין גלייך צו גאָט, און גאָט וועמען ער האָט ליב, דעם שטראָפט ער אַ סך.

דעם רבינס חקירות[רעדאַקטירן]

א מיידל איז געקומען צום חסידישן רבין מיט אַ שאלה, — מען האָט אַריינגעשטעקט אַ מילכיקע לעפל אין אַ פליישיקן טעפּל.

דער רבי האָט זיך פאַרטראַכט אַ וויילע און דערנאָך געזאָגט אויפן קול:

— לאָמיר באַטראַכטן דעם ענין גוט, אַ מילכיקע לעפל אין אַ מילכיקן טעפּל אַפילו מען זאָל אַריינשטעקן, איז כשר; אַ מילכיקע לעפל אין אַ פליישיקן טעפּל אַז מען זאָל ניט אַריינשטעקן, איז אויך געוויס כשר; ווידער פאַרקערט, אַ ↰ 22 פליישיקע לעפל אין אַ פליישיקן טעפּל איז כשר אַפילו אַריינשטעקענדיק, אין אַ מילכיקן טעפּל מען זאָל די פליישיקע לעפל ניט אַריינשטעקן, איז ווייטער כשר, נאָר די גאַנצע שאלה איז מער ניט, ווייל ביי אייך האָט געטראָפן אַז אַ מילכיקע לעפל האָט מען אַריינגעשטעקט אין אַ פליישיקן טעפּל, נו, דאָס וועט שוין דער מתנגדישער רב אויך וויסן.

אַ קלאַפּ פאַרגייט און אַ וואָרט באַשטייט[רעדאַקטירן]

פּורים בשעת אַלע האָבן געשלאָגן המנ׳ען האָט איינער אַ געוויסער שניידער אַנשטאָט צו שלאָגן אָנגעהויבן המנ׳ען שטאַרק צו שילטן.

— וואָס איז דאָס? — האָט מען אים געפרעגט.

— גאַנץ פּשוט, אַ קלאַפּ פאַרגייט, אַ וואָרט באַשטייט, — האָט ער געענטפערט.

אַ הצלחה פון אַ גוי[רעדאַקטירן]

אין אַ שיינעם פרילינגס־טאָג פאַר פּסח גייט אַ פרומע אַלטע אידענע פון בית מדרש מיטן גראָבן „קרבן מנחה“־סידור אין דער האַנט און גייענדיק אַזוי פאַרטראַכט איז זי אַריין אינמיטן אַ גויאישע לוויה. דערמאָנענדיק זיך, אַז היינט איז ראש־חודש ניסן, שאָקעלט זי מיטן קאָפּ:

— אָט דאָ זעט מען די הצלחה פון אַ גוי! אַ קלייניקייט אַ ביסל אַזאַ זכיה צו שטאַרבן אין ראש־חודש ניסן! וואָס וואָלט עס אַשטייגער געאַרט דעם רבונו של עולם, ווען אויף דעם אָרט פון אַ גוי שטאַרבט בעסער אַן אָרעמער איד?...

↤ 23

אַ מלבוש אויף אַלע ימים־טובים[רעדאַקטירן]

איינער אַן אָרעמאַן, פון די פריילעכע קבצנים, האָט זיך באַרימט, אַז ער פאַרמאָגט ברוך השם, זיין אייגענס אַ מלבוש. איז ער פון די אמתע מלבושי כבוד, צוגעפּאַסט צו אַלע ימים־טובים פון אַ גאַנץ יאָר:

פּסח — איז אין אים נישטאָ קיין גאַנץ ברעקל.

שבועות — איז ער דורך און דורך מיט תיקון.

ראש השנה — פון אַלע זייטן בלאָזט.

יום כיפּור — טויג ער אויף אַכצן כפּרות.

חנוכה — איז ער פול מיט לאַטקעס.

פּורים — צושיט ער זיך אויף מאָן.

אַן אויסגעצייכענטע טרעפערקע[רעדאַקטירן]

מאָטקע חב״ד האָט זיך אַמאָל באַרימט פאַר זיינע פריינד, אַז ער קאָן אַן אויסגעצייכענטע טרעפערקע, וואָס טרעפט אַלעס וואָס זי וואַרפט נאָר אויס, האָבן אים חברה געבעטן ער זאָל זיי ברענגען צו איר, האָט ער זיי גענומען און אַוועקגעפירט צו זיין ווייב.

— וועמען מיינסטו, מאָטקע? — האָבן אים די חברה געפרעגט — דאָס איז דאָך דיין ווייב?

— נו, איך מיין טאַקע איר — האָט מאָטקע געענטפערט — זי איז אַן אויסגעצייכענטע טרעפערקע, ווען נאָר זי וואַרפט אויף מיר מיט אַ טעלער אין קאָפּ, טרעפט זי שטענדיק.

↤ 24

אינטערעסאַנטע דערקלערונג[רעדאַקטירן]

אַ אידישער חקרן האָט אַמאָל געפרעגט: פאַרוואָס רופט מען קרעפּלעך מיטן נאָמען „קרעפּלעך“? האָט אים דער צווייטער חקרן געענטפערט: דריי שפּיצן ווי קרעפּלעך האָבן זיי? און ווייך זיינען זיי אויך ווי קרעפּלעך, היינט זאָגט אַליין, פאַרוואָס זאָל מען זיי נישט רופן קרעפּלעך?

ער איז אַ מלמד[רעדאַקטירן]

איד — רבי, איך בין געקומען צו אייך, איר זאָלט מיך בענטשן, איך זאָל האָבן אַ סך קינדער.

רבי — איר זייט דען אַ „בעזדיעטניק?“

איד — ניין, איך בין אַ מלמד.

אַ למדן[רעדאַקטירן]

אַ ישובניק, וועלכער האָט זיך געהאַלטן פאַר אַ למדן, איז איינמאָל אַריין שבועות ביינאַכט צו נאָך אַ ישובניק אין הויז און האָט געהערט ווי יענער האָט צו קדוש געזאָגט „זמן חרותנו“.

— גראָבער יונג איינער! — האָט דער למדן אויסגעשריען — מילא פּסח זאָגט מען „זמן חרותנו“ עסט מען כאָטש חרוסת, אָבער וואָס איז היינט פאַר אַ חרותנו אויף דיין קאָפּ?

↤ 25

פּשוט דערוואָרגן[רעדאַקטירן]

אַ חסיד איז געקומען צום רבין בעטן פאַר זיין ווייב, וואָס ליגט מסוכן קראַנק.

— גיי אַהיים און זאָרג נישט — זאָגט אים דער רבי.

אין עטלעכע טעג אַרום קומט ווידער דער חסיד מיט אַ געוויין:

— אוי רבי, די פּלוניתטע מיינע איז געשטאָרבן.

— עס קען נישט זיין — מאַכט דער רבי רואיק — איך האָב אַליין אַרויסגעריסן ביים מלאך המות פון די הענט דעם חלף זיינעם.

— רבי זי ליגט דאָך פאָרט אַ טויטע.

— אויב אַזוי — זאָגט דער רבי — איז נישט אַנדערש, אַז דער בעל־דבר האָט זי גענומען און פּשוט דערוואָרגן.

אַ בעל־קורא אַ למדן[רעדאַקטירן]

חברה בעלי־מלאכות האָבן באַשלאָסן זיך אָפּטיילן אין אַ באַזונדער שול. זיי האָבן געפילט, אַז דאָרט ביי די לומדים און גבירים האַלט מען זיי גאָר פאַר קיין מענטשן ניט, זיי קענען קיינמאָל זיך ניט דערשלאָגן צו קיין עליה, צו קיין כבוד. ביי זיי, אין דער אייגענער שול, האָבן זיי דערפאַר באַשלאָסן נעמען נקמה און געמאַכט אַ תקנה, אַז קיין למדן טאָר זיך צווישן זיי ניט געפינען.

↤ 26

איינמאָל האָט זייער בעל־קורא געמאַכט אַ טומל, ער האָט געפונען אַ גרייז אין דער תורה. „קרח“ דאַרף זיין מיט אַ „לאַנגן כף“ און עס איז גאָר מיט אַ „חית“.

ווען חברה האָבן דאָס דערהערט, האָבן זיי זיך אָפּגערופן:

— אָ, ווען דו ביסט שוין אַזאַ למדן צו כאַפּן גרייזן אין דער תורה, טאָרסטו זיך ביי אונדז שוין ניט געפינען.

די אומגליקלעכסטע[רעדאַקטירן]

— מיר זיינען די אומגליקלעכסטע אין דער וועלט — האָט זיך אַ קעכין באַקלאָגט. — קאָכן מיר שלעכט, טרייבט מען אונדז אַרויס; קאָכן מיר גוט, לאָז מען פאַר אונדז אַ מכה; זיינען מיר שיין, ליידן אונדז ניט די בעלי־ביתטעס; זיינען מיר מיאוס — קען דער באַלעבאָס אונדז ניט אָנקוקן.

אַן עצה פון אַ קלוגן[רעדאַקטירן]

צו ר׳ אייזיק מאיר דיק האָט זיך איינגעסען אַ מאַן, וועלכער פלעגט אים בעטן אויף אַלע חתונות. דער בעטער האָט גוט געוואוסט, אַז ר׳ אייזיק מאיר וועט אויף די חתונות ניט גיין, גאָר ביי יעדעס מאָל בעטן פלעגט אים ר׳ אייזיק מאיר געבן עטלעכע קאָפּיקעס, און צוליב דעם פלעגט ער אים בעטן.

ר׳ אייזיק מאיר האָט געזוכט אַ מיטל ווי פון אים פּטור צו ווערן.

↤ 27

איינמאָל, ווען ער האָט אים געבעטן אויף אַ חתונה נעמט ר׳ אייזיק מאיר אַרויס אַ גילדן און בעט ביי אים אויסגאָב.

—איך האָב ניט, — האָט דער בעטער געזאָגט.

— טו, נאַ דיר דעם גילדן און גיי בייט אָפּ.

דער בעטער האָט צוגענומען דעם גילדן, איז אַוועק און שוין מער קיין מאָל ניט געקומען צוריק.

אַן איינלאַדונג[רעדאַקטירן]

אַ שמש האָט איינגעלאַדן אַ באַלעבאָס אויף פיר חתונות מיט איין מאָל.

—,אויף וועלכע זאָל איך פריער גיין? — פרעגט דער באַלעבאָס.

— גייט אויף אַלע פיר — האָט דער שמש געענטפערט.

אַזאַ זאַך צו עסן איז פאַרבאָטן[רעדאַקטירן]

אין דייטשלאַנד, אויף אַ באַל, איז געזעסן אַ פאַרברענטער אַנטיסעמיט, וועלכער האָט אויסגערעדט אויף אידן אַלדאָס בייז. אַנטקעגן אים ביים טיש איז געזעסן אַ אידישע פרוי. די פרוי האָט צופעליק אַ גענעץ געטאָן. דער אַנטיסעמיט האָט דאָס באַמערקט און געזאָגט:

— איר זעט, די אידישע מאַדאַם האָט אויפגעעפענט איר מויל גרייט מיר איינצושלינגען.

— איהר איהרט זיך, מיין הער — האָט די פרוי געענטפערט — אונז אידען איז פאַרבאָטען שוויינען־פלייש צו עסען.

↤ 28

ער דערהערט[רעדאַקטירן]

ריכטער: איך גיב אייך אַ יאָר טורמע.

באַשולדיקטער: איך בין טויב, הער ריכטער, איך הער ניט.

ריכטער: איר זיינט פריי.

באַשולדיקטער: אַ שיינעם דאַנק אייך, הער ריכטער.

„מה נשתנה“[רעדאַקטירן]

א גרויסער אידישער געלערנטער האָט אַמאָל געזאָגט:

— ביי אידן איז מען שוין אַזוי איינגעוואוינט, אַז עס זאָל אין קיין זאַך ניט זיין קיין סדר, אַז ווען עס קומט פּסח, און מען דערזעט פאַר זיך אַ שטיקל סדר, פרעגט מען גלייך די קשיא „מה נשתנה“.

אַ נאַרישער ליגנער[רעדאַקטירן]

אין אַ געזעלשאַפט האָט זיך אַ יונגערמאַן באַרימט, אַז ער איז אויסגעווען גאַנץ אייראָפּע, און האָט געהאַט אויפטראַגע מיט די גרעסטע מענער.

— און מיט די דאַרדאַנעלן האָט איר זיך געזען? — האָט אים איינער פון דער קאָמפּאַניע געפרעגט.

— וואָס הייסט געזען? — האָט דער יונגערמאַן זיך באַרימט — איך האָב מיט זיי וויפל מאָל מיטאָג געשפּייזט אינאיינעם.

↤ 29

פאַרזען די שטריכעלעך[רעדאַקטירן]

אַ חסיד איז געקומען צו אַ רבין בעטן אויף קינדער.

זאָגט דער רבי צו אים:

— גיי אַהיים, איבער אַ יאָר אין דער צייט וועט דיין ווייב האָבן אַן אינגל.

אין אַ יאָר אַרום איז דער זעלבער ווידער געקומען צום רבין און דערציילט אים, אַז זיין ווייב האָט גאָר געהאַט צוויי מיידלעך מיט איין מאָל.

דער רבי האָט זיך פאַרטראַכט און געזאָגט:

— די זאַך איז אַזוי, איך האָב געזען אין הימל שטייט אָנגעשריבן, אַז דיין ווייב וועט היינטיקס יאָר האָבן אַ בן, נאָר דער „בן“ איז געווען פאַרשטריכעלט, און דאָס האָט גאָר באַדייט ב׳ נקבות. און אָט די שטריכעלעך האָב איך ניט באַמערקט.

דער אונטערשייד[רעדאַקטירן]

אַ קלוגער מאַן האָט אַמאָל געזאָגט:

— איך האָב באַמערקט איין וויכטיקן אונטערשייד צווישן די מענער און די פרויען. דער מאַן מוז אימער פאַר עפּעס מורא האָבן. פאַרלירט ער די מורא פאַר גאָט, הייבט ער אָן מורא האָבן פאַר זיין ווייב. ווען, אָבער, אַ פרוי הערט אויף מורא צו האָבן פאַר גאָט, האָט זי שוין אַפילו פאַרן באָרדער אויך קיין מורא ניט.

↤ 30

געוויס אַ חסיד[רעדאַקטירן]

— וואָס זאָגסטו, — האָט איינער געפרעגט ביים אַנדערן — וואָס איז דער יצר הרע, אַ חסיד צו אַ מתנגד?

— געוויס אַ חסיד. — האָט אים יענער געענטפערט.

— פון וואַנען נעמסטו דאָס?

— ווייל מען זעט אים אָפט ביים רבין.

טראָגן נישט[רעדאַקטירן]

— שוין צייט, מיין מאַן, מיר צו קויפן אַ נייע זומער הוט, אַלע מיינע באַקאַנטע טראָגן שוין אַזעלכע שיינע נייע היט.

— פאַרוואָס, מיין ווייב, שטענדיק קוקסטו אויף דעם וואָס טראָגט און קיינמאָל נישט אויף דעם וואָס טראָגט נישט?

— אַדרבא, זאָג דו, ווער, אַ שטייגער, טראָגן נישט?

— ווער, פרעגסטו? די געשעפטן מיינע טראָגן נישט.

מוז אויסשפּייען[רעדאַקטירן]

צוויי סוחרים פון אַ קליין שטעטל זיינען געקומען קיין וואַרשע, בשעת גיין אין גאַס, פלעגט איינער פון זיי אויסשפּייען יעדעס מאָל ווען ער האָט דערזען דורכגיין אַ שיינע פרוי, פרעגט אים דער צווייטער:

— וואָס געפעלן דיר אַזוי נישט די וואַרשעווער פרויען, וואָס דו שפּייסט אַזוי אַפילו אויף די שענסטע פון זיי?

↤ 31

— דו האָסט, גוטער ברודער — ענטפערט יענער — אַ טעות און פּשוט פאַרקערט, ווען איך דערזע דורכגיין אַ שיינע פרוי, דערמאָן איך זיך דאַמאָלס אין מיין ווייב די מיאוס׳קייט, וואָס איך האָב דאָרטן איבערגעלאָזט אינדערהיים און איך מוז אויסשפּייען.

ער האָט באַצאָלט[רעדאַקטירן]

דער רב פון שטאָט האָט אויסגערעדט אַ באַלעבאָס:

— איך האָב געהערט — האָט ער געזאָגט צו אים — אַז דו האָסט שבת אַ גאַנצן טאָג געשפּילט אין קאָרטן. דאָס איז אַ גרויסע עבירה.

— רבי, — האָט דער בעל־עבירה געענטפערט — איר מעגט מיר גלויבן, איך האָב פאַר דער עבירה שוין גוט באַצאָלט.

ער האָט זיך דערמאָנט די סדרה[רעדאַקטירן]

אַ איד האָט אָפּגעשטעלט מאָטקען אין גאַס און אים אַ פרעג געגעבן.

— מאָטקע, וועלכע סדרה גייט היינטיקע וואָך?

— איך האָב טאַקע געהאַט פאַרגעסן די סדרה — האָט אים מאָטקע געענטפערט, — נאָר אַז איך האָב אייך דערזען, האָב איך זיך דערמאָנט, אַז היינטיקע וואָך גייט קרח.

↤ 32

אַ יונגער משיב[רעדאַקטירן]

אין שטעטל ג—א גייט זיך אַהיים פון ביהמ״ד אַן עלף־יעריקער אינגל, אַן עילוי׳ש קעפּל, האַלטנדיק אַ יורה־דעה אונטערן אָרעם. באַגעגענט אים דער שטאָט־אפּיקורס און וויל פון אים קאַטאָוועס טרייבן.

— אינגעלע, אינגעלע, לערנסט דאָך עפּעס יורה־דעה׳ס, וועל איך דיך אַ שאלה פרעגן: מיין ווייב האָט נעכטן באַלד נאָכן אָפּעסן דאָס פליישיק, צוקייעט אַ שטיקל קעז און עס אַראָפּגעלאָזט אין קעל. וואָס טוט מען איצט מיט איר?

— איר ווייסט נישט וואָס? — ענטפערט אים דרייסט דער אינגל — מ׳שטעקט זי איין צען מאָל אין דר׳ערד...

עס ציט זיי צו אומגליקן[רעדאַקטירן]

— האָסטו שוין געהערט די נייעס — האָט איינער דערציילט דעם אַנדערן — מאַקס׳עס ווייב איז אַנטלאָפן מיט אַ שאָפער.

— מאָדנע מענטשן די שאָפערס — האָט דער אַנדערער באַמערקט — נאָר עס ציט זיי צו אומגליקן.

ער האָט מורא[רעדאַקטירן]

ביי אַן אפּיקורס האָט מען אַמאָל געפרעגט פאַרוואָס עס שרעקט זיך, ווען עס הייבט אָן דונערן און בליצן.

— איך האָב מורא, — האָט ער געזאָגט — טאָמער גיט גאָט נאָך אַ תורה.

↤ 33

שלעכט אַזוי און שלעכט אַזוי[רעדאַקטירן]

איינער האָט זיך געקלאָגט:

— שוין נישט איינמאָל האָב איך געפּרואווט דאָ אין שטאָט בעטן מ׳זאָל מיר באָרגן אַ גמילת־חסד, וויל קיינער מיר נישט געטרויען, ווייל איך בין דאָ אַ פרעמדער און קיינער קען מיך נישט, און ביי אונדז אינדערהיים אין מיין שטאָט, הייסט עס, איז געווען אַ פאַרקערטער אומגליק: קיינער האָט מיר נישט געוואָלט באָרגן דערפאַר וואָס מ׳קען מיך, שלעכט אַזוי און שלעכט אַזוי!

אמתע שוסטער![רעדאַקטירן]

אַ אידישע טרופּע האָט זיך פאַרקליבן אויסער דעם תחום־המושב אין רוסלאַנד, וואו זיי האָבן געוואָלט שפּילן אין טעאַטער. דער גובערנאַטאָר האָט די אַרטיסטן אַרעסטירט.

לויפט דער אַנטרעפּענער צום גובערנאַטאָר:

— הער גובערנאַטאָר, בעל־מלאכות מעגן דאָך וואוינען אויסער די טשערטאַ, פאַר וואָס שיקט איר זיי אַרויס?

— אַרטיסטן זיינען נישט קיין בעל־מלאכות. — ענטפערט דער גובערנאַטאָר.

שרייט אויס דער אַנטרעפּענער:

— וואַשע פּראָוואָסלאָדיטעלסטוואָ, זיי זיינען דען אַרטיסטן? דאָס זיינען דאָך אמתע שוסטער!

↤ 34

אויף אַ נייע שמחה[רעדאַקטירן]

אַן אָרעמאַן פלעגט קומען צו זיין רייכן קרוב אויף יעדן יום־טוב און שמחה.

איינמאָל איז ער דאָרט אָבגעזעסן עטלעכע וואָכן פאַר יום־טוב — אַ פּאָר וואָכן נאָך יום־טוב און ענדלעך איז ער אַוועקגעפאָרן. מיט אַ פּאָר טאָג שפּעטער קומט ער צוריק.

— וואָס איז עפּעס?

— פאַרשטייט איר מיך — זאָגט דער אָרעמאַן דעם קרוב — איך האָב שוין אַ חזקה צו זיין ביי אייך אַן אורח אויף אַלע ימים־טובים און שמחות — נאָר אויף איין יום־טוב בין איך נאָך נישט געווען, אויף דעם יום־טוב וואָס איר מאַכט ווען איר ווערט פון מיר פּטור... בין איך דאָס איצט געקומען.

אויב איינער שטאַרבט[רעדאַקטירן]

אַן אַלט פּאָרפאָלק, נאָכדעם וואָס זיי האָבן אויסגעגעבן די אינגסטע טאָכטער זייערע, זיצן זיי פאַרנאַכט־צייט און שמועסן צווישן זיך ווי איינצואָרדנען דאָס לעבן איצט אויף דער עלטער, ווען זיי זיינען געבליבן אַליין „אַ זיידע מיט אַ באָבע“.

— הערסטו, מיין ווייב, וואָס איך וועל דיר זאָגן — מאַכט דער אַלטער — אין אונדזערע יאָרן דאַרף מען געדענקען דעם סוף פון אַ מענטשן און מ׳טאָר נישט פאַרגעסן דעם טויט... אויב איינער פון אונדז ביידע שטאַרבט חלילה, נעם איך תיכף און פאָר אַוועק קיין ארץ ישראל.

↤ 35

אַ שיינער נדן[רעדאַקטירן]

צוויי באַקאַנטע לאַנד־קבצנים, וואָס גייען אַרום אין די הייזער פון שטאָט צו שטאָט, האָבן זיך באַגעגענט, רופט זיך אָן איינער צום אַנדערן:

— מעגסט מיר אָפּגעבן מזל־טוב, גוטער ברודער, גאָט האָט מיר געהאָלפן, איך האָב אויסגעגעבן מיין עלטערע טאָכטער און ווייסטו ווער דער איידעם מיינער איז? דו מוזסט אים אויך קענען, ער איז טאַקע פון אונדזער צעך: פישקע דער האָרבאַטער.

— געוויס קען איך אים. אַ פיינעם איידעם, אַזאַ יאָר אויף מיר, וואָס פאַר אַ נדן האָסטו אים געגעבן?

— פרעג נישט, ס׳איז שוין איינמאָל אַ ממזר־יונג! ער האָט מיר אָפּגעשונדן די הויט ווי ס׳געהער צו זיין! איך האָב אים נעמוזט אָפּגעבן גאַנץ ליטא מיט זאַמוט און אַלע דאָרטיקע הייזער גייען אין זיין גבול אַריין און איך טאָר נישט אַהין מער טאַביק שמעקן. וואָס זאָגסטו?

— אַ, יאָ, אַ שיינער נדן? — הלוואי זאָל איך מיין אינגערער טאָכטער קענען געבן אַזאַ שיינעם נדן!

אַ וואונדערבאַרער חזן[רעדאַקטירן]

בערל: אַך, שמערל, האָב איך לעצטן שבת געהערט אַ חזן, עפּעס וואונדערבאַרעס!

שמערל: מיט וואָס האָט ער דיך אַזוי איבערראַשט?

בערל: וואָס הייסט מיט וואָס? נישט קיין שטימע, נישט קיין נגינה, נישט קיין עברי, און דאָך אַ חזן!

↤ 36

וואָס פון אים וואָלט ווערן[רעדאַקטירן]

מאָטקע חב״ד איז אַמאָל צונויפגעקומען מיט גרויסע רבנים, גדולי־ישראל און פאַר זיי געזאָגט שאַרפע וויצן.

רופט זיך אָפּ איין רב, אַ באַרימטער גאון:

— זע, מאָטקע, שטעל זיך פאָר מיט אַזאַ גוטע קאָפּ ווי דו האָסט, ווען דו וואָלסט זיך גענומען צום לערנען, וואָס פאַר אַ גרויסער גאון פון דיר וואָלט אויסוואַקסן?

מאָטקע איז געשטאַנען טיף פאַרטראַכט אין עפּעס אַ מחשבה.

— וואָס טראַכסטו, מאָטקע? — האָט מען אים געפרעגט.

— איך טראַכט — האָט מאָטקע זיך געווענדט צו דעם גאון, וואָס האָט צו אים גערעדט — ווען איר, אַזאַ גרויסער גאון ווי איר זייט, נעמט זיך דאָס צו וויצן, וואָס פאַר אַ שאַרפער וויצלינג איר וואָלט געווען.

ווי אין ספירה[רעדאַקטירן]

מען האָט אַ אידן, אַ סוחר, געפרעגט ווי גייט עס אים אין מסחר.

— פּונקט ווי אין ספירה. — האָט דער איד געענטפערט.

— וואָס מיינט איר? — האָט מען אים געפרעגט.

— גאָר פּשוט, פּונקט ווי אין ספירה, מען ציילט און מען ציילט, און מען זעט ניט אַ גראָשן פאַר די אויגן.

↤ 37

אַ מיטל קעגן שרעק פון אַ ווייב[רעדאַקטירן]

דער מאַן איז געקומען שפּעט אַהיים, האָט אים די פרוי באַגעגענט מיט אַ געוויין.

— איך האָב דאָ געהאַט אַזויפיל שרעק — האָט די פרוי געקלאָגט — שוין צוויי שעה אַז דו האָסט געדאַרפט קומען, וואָס האָב איך ניט איבערגעטראַכט האָט מיט דיר געטראָפן. די האַרץ פאַלט מיר אַרויס פון שרעק.

— גוט, איך וועל שוין מאַכן, אַז דו וועסט זיך מער ניט שרעקן, — האָט דער מאַן געענטפערט.

— וואָס וועסט דו טאָן?

— איך וועל זיך פאַרסטראַכירן (אינשורען) אויף עטלעכע טויזנט רובל. — האָט דער מאַן געענטפערט.

ער איז שמוציק[רעדאַקטירן]

די באַלעבאָסטע איז אַריין אין קיך, ערשט זי טרעפט די דינסט־מיידל עסט שטייענדיק, פרעגט זי איר:

— שרה, פאַרוואָס עסט דו עפּעס שטייענדיק? פאַרוואָס זעצסט דו זיך ניט צו ווי אַלע מענטשן?

— איך שטיי, ווייל די שטול איז שמוציק. — האָט די דינסט קאַלט געענטפערט.

↤ 38

עס וועלן ניט זיין קיין אַנדערע אָרעמעלייט[רעדאַקטירן]

מאָטקע חב״ד איז אַמאָל אַריין צו אַ גביר בעטן אַ נדבה. דער גביר איז געווען אַ קאַרגער און האָט מאָטקען גאָר ניט געגעבן און נאָך אים געוויזן די טיר.

— איר וועט אינגיכן אַליין ווערן אָרעם. — האָט מאָטקע געזאָגט.

— פון וואַנען ביסטו דאָס אַזוי זיכער? — האָט דער גביר אים געפרעגט.

— גאַנץ פּשוט, — האָט מאָטקע געענטפערט — אָרעמעלייט מוזן דאָך זיין אויף דער וועלט, אויב איר און אייער גלייכן וועלן די אָרעמעלייט גאָר ניט געבן, וועלן זיי דאָך אויסשטאַרבן פון הונגער, וועט איר מוזן ווערן די אָרעמעלייט.

אַ קיילעכדיקער יתום[רעדאַקטירן]

אַ שגץ אין אַ דאָרף איז געוואָרן אין כעס און גע׳הרג׳עט זיין פאָטער און מוטער. האָט זיך אַן אַדוואָקאַט אָנגענומען אים צו פאַרטיידיקן אין געריכט.

ביים משפּט האָט דער אַדוואָקאַט אַזוי געטענהט:

— העררן ריכטער! מיין קליענט האָט טאַקע באַגאַנגען אַ שרעקלעכן פאַרברעכן, כ׳בעט אָבער מען זאָל אים מילדערן די שטראָף, נעמענדיק אין אַכט, אַז ער איז אַ קיילעכדיקער יתום.

↤ 39

די מורא פאַר תחית־המתים[רעדאַקטירן]

העניך האָט געזאָגט קדיש נאָך אַ ווייטן קרוב, וואָס איז געשטאָרבן און אים איבערגעלאָזט אַ רייכע ירושה, פלעגט ער שוין אַלע טאָג דאַווענען פאַרן עמוד. אַז עס איז געקומען ביי דער הויכער שמונה עשרה, האָט ער שטענדיק איבערגעהיפּט דעם „מחיה־המתים“.

נאָך אַ לענגערע צייט אַזוי דאַוונען, האָט אים דער רב גערופן און מיט אים פאַרפירט אַ שמועס:

— וואָס איז מיט אייך, ר׳ העניך, געשען אַזעלכעס וואָס איר האָט אויפגעהערט צו גלויבן אין תחית־המתים?

— חס־ושלום, רבי, — האָט העניך געענטפערט — ווער גלויבט נישט אין דעם? איך זאָג נישט „מחיה־המתים“ ווייל איך האָב מורא, טאָמער מאַכט זיך טאַקע תחית־המתים און מיין רייכער קרוב ווערט צוריק לעבעדיק און נעמט צוריק די ירושה.

נישט באַשערט[רעדאַקטירן]

מען דערציילט, דאָס אין מלחמה צייט ווען ניקאָלאַי דער צווייטער איז דורכגעפאָרן אַ קליין שטעטל איז אויפן גאַס געשטאַנען אַ פרומער איד און האָט זיך שוין מכין געווען צו מאַכן די ברכה: שחלק מכבודו לבשר ודם. פּלוצלונג אָבער איז אים אַריינגעפאָרן אין באַק אַריין אַ געזונטע און גרויסע האַנט פון אַ קאָזאַק, — האָט ער שוין פאַרענדיקט מיט דער ברכה: שכחו וגבורתו מלא עולם...

↤ 40

צען געבאָט פאַר ווייבער[רעדאַקטירן]

(אַרויסגעגעבן פון די מענער)

אנכי — איך, נאָר איך בין דיין מאַן.

לא יהיה לך אחרים — קוק נישט אויף קיין אַנדערע.

לא תעשה לך פּסל — מאַלעווע זיך נישט ס׳פּנים.

לא תשא לשוא — גיב נישט אויס אומזיסט קיין געלט אויף נאַרישקייטן.

זכור את יום השבת — געדענק נישט צו מאָנען אויף שבת.

כבד את — האַלט ערלעך מיין מאַמען, דיין שוויגער.

לא תרצח — כאַפּ נישט די קיך־באָרשט צו מיר.

לא תגנוב — מאַך נישט קיין „קניפּלעך“.

לא תענה עד שקר — טראָג נישט קיין פּלאָטקעס.

לא תחמוד אשת רעך — זאָל דיך נישט פאַרגלוסטן אַזאַ קליידל, וואָס עס טראָגט דיין שכנ׳ס ווייבל.

ער איז אויך דאָסזעלבע[רעדאַקטירן]

איינער האָט אַמאָל אָנגערופן מאָטקען מיט דעם נאָמען שגץ. האָט אים מאָטקע גלייך געענטפערט:

— וואָס וואַרפט איר מיר אַזוי אויף? אַזאַ פּויער ווי איר זייט, האָט איר דאָך אויך געמוזט זיין פריער אַ שגץ.

↤ 41

ווען ווער עס הרג׳עט[רעדאַקטירן]

— וואָס איז דער אונטערשייד פון אַ סאָלדאַט ביז אַ דאָקטאָר?

— אַ סאָלדאַט הרג׳עט ווען ער טרעפט; אַ דאָקטאָר — ווען ער טרעפט נישט.

——————[רעדאַקטירן]

— וועלכע באַשעפעניש גיט מער מילך פון אַ בהמה?

— אַ מילך־הענדלער.

זאָל ער וואַרטן ביז יענעם טאָג[רעדאַקטירן]

אַ שדכן האָט זיך געוואָלט נוקם זיין אָן אַן אַלטן בחור, וועלכן ער האָט נישט געקאָנט צוטרעפן מיט קיין שידוך. קומט ער איינמאָל צו אים און זאָגט:

— איך האָב פאַר דיר זייער אַ גוטן שידוך. די פריילין איז אַ גרויסע יפת תואר, העכסט געבילדעט, קלוג, אַ בת־יחידה ביי רייכע עלטערן פון שווערע טויזנטער, נאָר... זי האָט אַ חסרון: איינמאָל אין דריי יאָר ווערט זי משוגע אויף איין טאָג.

— ס׳מאַכט נישט אויס. איך באַשטיי, — זאָגט דער בחור.

— טאָ וואַרט ביז זי וועט משוגע ווערן...

↤ 42

די גערעכטע קשיא אויף אַלע נעמען[רעדאַקטירן]

— פאַרוואָס האָט מען מיין ווייבל, די מרשעת אַ נאָמען געגעבן — „גיטל“?

— פאַרוואָס הייסט מיין שוויגער, וועלכע פאַרביטערט מיר מיינע יאָרן, — „זיסל“?

— פאַרוואָס רופט מען דער ווייבל, וואָס וואוינט קעגענאיבער, און גיט מיר ניט טאָג און נאַכט קיין רו, גאָר — „מנוחה“?

— וואָס איז דער שכל, אַז דער שטאָטישער באַגרעבער זאָל גאָר הייסן — „חיים“?

— פאַרוואָס זאָל דער נגיד, וואָס האָט פיינט צו געבן אַ נדבה, טראָגן דעם נאָמען — „נתן“?

— דער שמש פון שול, אַ איד אַ חלש, קען קוים אַ טריט געבן — זאָל גאָר הייסן „לייב“?

— איצט, אַשטייגער, אַ מיאוסע מיידל רופט מען גאָר „שיינע“? דעם גרויסן אַטלעט — „קליינמאַן“? דעם בעטלער — „רייכמאַן“ און דעם שטומען — „זינגער“?

— און די לעצטע קשיא: דעם חכם פון שטאָט רופט מען גאָר שעפּס?

פאַרוואָס חזנים זיינען נאַראָנים[רעדאַקטירן]

מען האָט געפרעגט מאָטקען, פאַרוואָס זאָגט די וועלט, אַז חזנים זיינען נאַראָנים?

— גאַנץ איינפאַך, — האָט מאָטקע געענטפערט — ווען זיי וואָלטן זיין קלוגע, וואָלטן זיי נישט געבעטן פאַר יענעם, נאָר פאַר זיך.

↤ 43

אַ כעלמער חשבון[רעדאַקטירן]

א פרעמדער האָט אין כעלם עפּעס געגעסן אין אַ גאַסט־הויז. נאָכן עסן פרעגט ער די באַלעבאָסטע, „וויפל קומט פון מיר?“

רעכענט אויס די אידענע: קרופּניק מיט ברויט — 7 גראָשן, קרעפּלעך מיט פלייש אויך 7 גראָשן. צוזאַמען 11 גראָשן.

— איר האָט אַ טעות 7 און 7 איז 14 — זאָגט דער פרעמדער.

קלערט און קלערט די אידענע און רופט זיך אָן:

—ניין, איך האָב נישט קיין טעות. צוויי מאָל 7 איז 11 און נישט 14. אַ ראיה: איך האָב חתונה געהאַט מיט מיין מאַן, האָב איך געהאַט 4 קינדער און ער אויך 4 קינדער, דערנאָך האָב איך פון אים אויך געהאַט 3 קינדער, הייסט דאָס: איך האָב 7 און ער האָט 7 און דאָך איז ביי אונדז אין שטוב פאַראַן נאָך 11 קינדער.

שווער צו געפינען אַזאַ מענטש[רעדאַקטירן]

עס איז איינער אַוועק פון זיין ווייב. מען האָט אים לאַנג אַרומגעזוכט און אים נישט געפונען. דערנאָך אין אַ צייט אַרום איז ער אַליין אַהיים געקומען. מען האָט אים געפרעגט די סיבה פון זיין באַהאַלטן זיך, האָט ער געענטפערט:

איך האָב דערמיט געוואָלט ווייזן מיין ווייב, אַז איך בין נישט אַבי־ווער, אַז אַזאַ מענטש ווי איך איז שווער צו געפינען...

↤ 44

בלויז לשם מצווה[רעדאַקטירן]

אַ מיידל פון פרומע עלטערן האָט זיך פאַרליבט אין אַ קריסט. יענער האָט זיך מגייר געווען. די עלטערן זיינען אָבער געווען קעגן דעם שידוך און מיט איר כסדר איינגעטענהט וועגן דעם.

— איך האָב זיך פאַרליבט אין דעם גר, — האָט דאָס מיידל געזאָגט — בלויז לשם מצווה, ווייל עס שטייט אין פּסוק: ואהבת את הגר.

זיי שטימען יאָ איין![רעדאַקטירן]

אַ פּאָרפאָלק זיינען געקומען צו אַ רב זיך גטן. דער רב האָט זיי גענומען איבערריידן זיי זאָלן ווערן שלום און ווייטער לעבן צוזאַמען.

— לאָמיר אַקאָרשט הערן, — האָט דער רב געזאָגט — פאַרוואָס ווילט איר זיך דאָס גטן.

— מיר קענען ניט שטימען צוזאַמען. וואָס ביי אים איז נאַכט איז ביי מיר טאָג, און פאַרקערט. — האָט די ווייב געזאָגט.

— טאָ וואָס ווילט איר? — האָט דער רב געפרעגט.

— אַ גט! — האָבן ביידע אין איין קול אַרויסגערעדט.

— אָט זעט איר, — זאָגט דער רב — איר שטימט טאַקע איין אין איין זאַך — אין גט. אפשר וועלן מיר געפינען אַן אויסוועג און איר וועט שטימען אין נאָך זאַכן אויך. לייגט עס דערווייל אָפּ.

↤ 45

זי זעט עס, נעבעך, נישט...[רעדאַקטירן]

אַ כעלעמער אידענע איז געקוטען קיין וואַרשע צו אַ דאָקטאָר:

— פּאַניע דאָקטאָר לעבן, — האָט זי גענומען וויינען, — איך בין קראַנק.

— וואָס איז אייך? — פרעגט דער דאָקטאָר און נעמט זי באַטראַכטן.

— עס איז מיר שלעכט, פּאַניע דאָקטאָר לעבן, איך זע גאָרנישט.

— וואָס הייסט איר זעט גאָרנישט?

— יאָ, יאָ, — וויינט די אידענע מיט ביטערע טרערן — אָט אַזוי ווי איר הערט פּאַניע דאָקטאָר לעבן, איך זע נעבעך גאָרנישט, אָט למשל דאָרט דעם טשוועקעלע אויף דער וואַנט, איר זעט דאָס?

— איך זע עס, — זאָגט דער דאָקטאָר.

— און איך זע דאָס נישט, — האָט זיך צוקרעכצט די אידענע...

ער האָט דריי טעמים[רעדאַקטירן]

מאָטקע איז אַריין צו זיינעם אַ באַקאַנטן, אויפן פרימאָרגן. יענער האָט אים פיין אויפגענומען און געפרעגט צו וועט ער אפשר נעמען אַמאָל אַביסל שנאַפּס?

האָט אים מאָטקע געענטפערט:

— ווי זאָל איך אייך זאָגן. ערשטנס, איז ביי מיר פאַרן דאַוונען; צווייטנס, האָב איך שוין געמאַכט; דריטנס — ווייזט טאַקע אַהער, וועל איך מאַכן שהכל.

↤ 46

ווי ווער עס שטאַרבט[רעדאַקטירן]

ביים טויט פון אַ פּליטהניק זאָגט מען: — „ער האָט זיך אַוועקגעפּעקלט“.

פון אַן אַקטיאָר: — „געענדיקט די קאָמעדיע“.

פון אַן עלעקטראָטעכניק: — „אויסגעגאַנגען די עלעקטריע“.

פון אַ שניידער: — „פאַרטיק מיט דער קאַפּאָטע“.

פון אַ שוסטער: — „אויסגעצויגן די קאָפּיטעס“.

פון אַ בוכהאַלטער: — „געמאַכט דעם סך־הכל“.

פון אַ פידלער: — „געפּלאַצט די סטרונע“.

פון אַ בעל־עגלה: — „אַוועקגעפאָרן“.

געגעסן אָן אַ היטל[רעדאַקטירן]

מאָטקע חב״ד איז איינמאָל אַריינגעפאַלן אין בית המדרש מיט אַ נייס. ער האָט געשוואוירן מיט די האַרבסטע שבועות, אַז ער האָט אַליין געזען ווי דער רב האָט געגעסן אָן אַ היטל. קיינער האָט אים אָבער ניט געוואָלט גלויבן, וואָרעם ווי קען דאָס מעגלעך זיין דער רב זאָל עסן בגלוי ראש.

זאָגט מאָטקע: „אויב איר וועט זיך מיט מיר וועטן אין עטלעכע רובל, וועל איך אייך נאָר דערציילן וויאַזוי דאָס איז פאָרגעקומען, וועט איר מיר שוין גלויבן“.

חברה האָבן זיך אָבער געהאַלטן ביי דאָס זייעריקע, אַז דאָס איז אַ זאַך, וואָס איז אוממעגלעך און האָבן איינגעשטימט זיך וועטן מיט מאָטקען אין דריי רובל.

מאָטקע האָט געהייסן די געלט איינלייגן און געזאָגט:

— געוויס האָב איך געזען דעם רב עסן אָן אַ היטל. נאָר אין אַ יאַרמלקע.

↤ 47

די שכירות פון שענקערס[רעדאַקטירן]

אין אַ קליין שטעטל האָבן כמעט אַלע אידן געהאַלטן שענקען. די פּויערים פון די אַרומיקע דערפער פלעגן קומען צוויי מאָל אין וואָך אין שטעטל און אין שענק און דאָרט לאָזן זייערע געלט.

די שטעטל מיט די שענקערס האָבן אָבער אויך געהאַט אַ רב און זיי האָבן ניט געהאַט מיט וואָס צו צאָלן אים שכירות. האָבן זיי געמאַכט אַן אסיפה און באַשלאָסן, אַז מען זאָל אַוועקשטעלן אַ פעסל און יעדער שענקער וועט אַריינגיסן אַלע טאָג אַ גלעזעלע בראַנפן און מען וועט דאָס פאַרקויפן און דער רב וועט פון דעם ציען זיין חיונה.

אַז עס איז געקומען פרייטיק און מען איז געגאַנגען פאַרקויפן די וויין, כאַפּט מען זיך צום פעסל און מען וויל פאַרזוכן, ערשט עס איז אַ פולע פעסל מיט ריינע וואַסער.

שפּעטער האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז יעדער שענקער האָט אַנשטאָט בראַנפן געגאָסן וואַסער און דאַביי געטראַכט, אַז איין קליינע גלעזעלע וואַסער אין אַ פולע פעסל וועט ניט זיין קאָנטיק.

אַן עצה אין נויט[רעדאַקטירן]

אַ יונגער מגיד איז געקומען אין אַ שול זאָגן די ערשטע דרשה אין זיין לעבן. ער האָט זיך זייער דערשראָקן און פון ציטערניש האָט ער פאַרגעסן זיין דרשה.

דער מגיד האָט זיך אומגעקוקט הין און הער און האָט געזען, אַז די שול איז געפּאַקט, און וואַרט אויף זיינע ווערטער, האָט ער אַ טראַכט געטאָן, אַז ער מוז באַלד אויסגעפינען אַן עצה, ווי צו באַפרייט ווערן פון זיין אומגליק.

↤ 48

— רבותי!— האָט ער פּלוצלונג אויסגעשריען — עס הערט זיך סמאַלינעס, מיר דאַכט זיך, אַז עס ברענט אין שטאָט.

דער גאַנצער עולם האָט זיך געלאָזט לויפן. אין אַ פערטל שעה אַרום איז די שול געוואָרן ליידיק.

דער מגיד איז דערווייל אַוועק אַהיים איינ׳חזרן די דרשה.

זאָל גאָט אַליין טאָן![רעדאַקטירן]

מאָטקע חב״ד האָט גענומען אַ צעטל אין דער לאָטעריי. אַז עס איז געקומען דער טאָג פון ציען, האָט מאָטקע תפילה געטאָן צום רבונו של עולם מיט אַזאַ לשון:

— רבש״ע, גיב מיר דעם גרויסן געווינס, פון 200 טויזנט רובל, איך פאַרזיכער דיר הייליק, אַז אַ העלפט פון דעם וועל איך צוטיילן אויף צדקה, נאָר אויב דו, רבש״ע, גלויבסט מיר ניט, צוטייל אַליין אַ העלפט און די אַנדערע העלפט גיב מיר.

ער האָט ניט געהאַט דעם זכות[רעדאַקטירן]

אין ווילנע איז אויסגעבראָכן אַ שרפה אין דער גרויסער שול. באַלד האָט אַ גרויסער עולם אַרומגערינגעלט דעם אָרט, זיך צוקוקן צו דער שרפה, באַלד איז אָבער אָנגעלאָפן מאָטקע חב״ד און געשריען:

— האָט רחמנות, אידן, רחמנים בני רחמנים, פאַרדינט אַ מצווה און לאָזט מיך אָנקוקן דעם פייער. איך האָב ניט געהאַט דעם זכות צו זען דעם בית המקדש ברענען, לאָזט מיר כאָטש זען, ווי די שול ברענט.

↤ 49

ער עסט ניט פאַרן דאַוונען[רעדאַקטירן]

רפאל דער חזן איז פאַרפאָרן צו גאַסט ביי זיין קוזין אין דער גרויסער שטאָט. דער קוזין איז געווען אַ פרייער, אָבער דער חזן האָט פון דעם ניט געוואוסט. אַז דער חזן איז אויפגעשטאַנען אויף מאָרגן גאַנץ פרי, האָט נאָך זיין קוזין דער באַלעבאָס געשלאָפן. באַלד האָט ער זיך אויפגעהויבן, זיך אַרומגעוואַשן און זיך גלייך געזעצט צום טיש עסן.

איז דער חזן אַריין אין גרויס וואונדער און געפרעגט:

— ווי עסט דאָס אַ איד פאַרן דאַוונען?

— האָט קיין מורא ניט, קוזין, — האָט דער פריינט געענטפערט — איך דאַווען נישט.

ער וועט זיך ניט באָדן, ביז ער וועט קענען שווימען[רעדאַקטירן]

זומער, אין זייער אַ הייסן טאָג, האָט זיך גרשון דער שטאָט־חכם געגאַנגען באָדן. ער איז אַריין אין טייך און פאַרקראָכן אין אַ זומפּ און איז שיער ניט דערטרונקען געוואָרן. מען האָט זיך אָבער פון אַלע זייטן באַלד געלאָזן אין וואַסער און אים געראַטעוועט. אַז מען האָט אים אָפּגעראַטעוועט, האָט גרשון געשוואוירן אַז מהוים והלאה גייט ער ניט אַריין אין וואַסער, ביז ער וועט קענען גוט שווימען.

↤ 50

ער מאַכט פון די מעלות חסרונות[רעדאַקטירן]

ר׳ ירוחם, דער שטאָטישער מיוחס, האָט גענומען אַן איידעם אַ ישיבה בחור פאַר זיין טאָכטער. דער איידעם האָט ערשט געהאַט אָפּגעלעבט אַ שטיקל צייט מיט דער טאָכטער אין שלום, אָבער ר׳ ירוחמן איז ער שוין ניט געווען געפעלן.

— פאַרוואָס געפעלט אייך ניט אייער איידעם? — האָט מען אים געפרעגט.

— ווייל ער קען ניט שפּילן אין קאָרטן און טרינקען קיין בראַנפן, — האָט ר׳ ירוחם געענטפערט.

— נו, דערפאַר האָט איר אים דאָס פיינט? — האָט מען אים געפרעגט — דאָס איז דאָך גאָר מעלות?

— יע, — האָט ר׳ ירוחם געענטפערט — ניט קענען שפּילן און טרינקען איז אַ מעלה, די צרה איז אָבער, וואָס ער קען ניט שפּילן און שפּילט; קען ניט טרינקען און טרינקט.

אַ נייער פּרוש אויף דער הגדה[רעדאַקטירן]

אַ מחבר האָט געמאַכט אַ נייעם פּרוש אויף דער הגדה. האָט ביי אים איינער געפרעגט:

— רבי, איז דען דאָ קנאַפּ פּרושים אויף דער הגדה, וואָס ווילט איר נאָך מיט אייער פּרוש?

— פאַרשטייט איר, — האָט אים דער מחבר געענטפערט — מיט יענע פּרושים קען איך ניט מאַכן דעם פּסח.

↤ 51

פאַר וואָס מען דאַרף דעם בעל־עגלה אין מזרח־וואַנט[רעדאַקטירן]

אַ בעל־עגלה אין אַ קליין שטעטל איז געוואָרן רייך, האָט ער געקויפט אַ שטאָט אין בהמ״ד אין מזרח־וואַנט, לעבן ארון־קודש.

איינמאָל איז אַריין אין בהמ״ד דעם בעל־עגלה׳ס אַלטער באַקאַנטער, ערשט ער זעט, ווי דער פריינט זיינער שטייט אויבן־אָן. איז דאָס אים געווען אַ וואונדער און ער האָט אים געפרעגט:

— ווי קומסטו אויבן־אָן אין מזרח?

— וואָס וואונדערסטו זיך אַזוי? — האָט אים דער רייכער בעל־עגלה געענטפערט — דו זעסט דאָך אַ פולער מזרח מיט פערד, מוז מען דאָך האָבן צו זיי אַ בעל־עגלה.

ער קען ניט קריגן קיין נדבה[רעדאַקטירן]

אַן אָרעמאַן איז אַריין צו אַ גביר בעטן אַ נדבה. דער גביר האָט אָבער אויף דעם אָרעמאַן אָנגעשריען און געזאָגט, אַז קיין אורחים גיט ער ניט קיין נדבות.

— איך בין קיין אורח ניט — האָט דער אָרעמאַן געטענהט — איך בין אַ היגער, אַ געבוירענער.

— עס קען ניט זיין, — האָט דער גביר געענטפערט — ווען דו וואָלסט געווען אַ היגער, וואָלטסטו שוין לאַנג וויסן, אַז איך גיב קיין נדבות ניט; ביסטו דאָך ניט קיין היגער, און אורחים גיב איך ניט.

↤ 52

די „קשיות“ מיט די „תירוצים“[רעדאַקטירן]

צוויי אָרעמע בחורים האָבן זיך געטראָפן צוזאַמען. זאָגט איינער צום אַנדערן:

— איך האָב אַ טאָג, וואָס ווען איך קום עסן, קאָרמעט מען מיר מיט קאַשע, אָבער קאַשע און ווידער קאַשע.

— דו האָסט ניט וואָס צו זינדיקן — האָט דער אַנדערער געענטפערט — איך האָב אַ טאָג, וואו מען קאָרמעט מיר שטענדיק מיט תירוצים, מען האָט גראַדע ניט געקאָכט; די קעכין איז ניט געווען אין שטוב. די ווירטין האָט קיין צייט ניט, א.ז.וו., היינט וואָס איז בעסער די קאַשע צו די תירוצים?

דעם שניידער׳ס ענטפער[רעדאַקטירן]

דער שטאָט־גבאי האָט אויסגערעדט אַ שניידער אַן עזות פּנים און צו אים אַזוי געזאָגט:

— עס איז דאָך ניט אויסצוהאַלטן פון אייערע קינדער. אַ גאַנצן טאָג לויפן זיי נאָך דעם שטאָט־משוגע׳נעם און שעמען זיך ניט.

— איר זייט אַליין שולדיק אין דעם — האָט דער שניידער געענטפערט — אַז איר האָט גענומען אַ פּראָסטן שוסטער און אים אָנגענומען פאַר דעם שטאָט־משוגע׳נעם, האָבן דערפאַר די קינדער פאַר אים קיין דרך ארץ ניט. ווען איר וואָלט אָבער אָנגענומען די שטעלע פאַר זיך און געוואָרן דער שטאָט־משוגע׳נער, וואָלטן די קינדער געהאַט פאַר אייך גרויס דרך ארץ.

↤ 53

ער האָט טויזנט עדות וואָס האָבן ניט געזען[רעדאַקטירן]

— וואָס ענטפערסטו אויף די רייד פון די פינף עדות? — האָט אַ שופט געפרעגט אַ גנב, — זיי אַלע זאָגן דאָך, אַז זיי האָבן אַליין געזען, ווי דו האָסט גע׳גנב׳עט.

— מאַלע, וואָס זיי זאָגן — האָט דער גנב געענטפערט — פינף מענטשן זיינען דאָך ניט די גאַנצע וועלט; אָט קען איך ברענגען טויזנט עדות וואָס האָבן מיך ניט געזען גנבענענדיק.

אַַז ער האָט פריער ניט געוואָלט נעמען — קומט אים איצט ניט[רעדאַקטירן]

אַ פּריסטאַוו איז געקומען אין אַ אידישן מנין, וואָס איז ניט געווען געמעלדט, און דאָרט צוגענומען די ספר־תורה, און אָנגעגעבן אויף זיי אין געריכט.

דער ריכטער איז געווען אַ גרויסער אידן־פריינט און האָט געזאָגט:

— איידער אידן האָבן מקבל געווען די תורה, האָט גאָט געוואָלט געבן די תורה צו אַלע פעלקער, נאָר זיי האָבן ניט געוואָלט נעמען, טאָ וואָס האָסטו, פּריסטאַוו, זיך איצט מישב געווען אַזוי שפּעט צוצונעמען ביי די אידן די תורה? אַלזאָ, גיב זיי גלייך אָפּ צוריק.

↤ 54

איבער אַ קלייניקייט[רעדאַקטירן]

אַ דינסט־מיידל האָט גענומען זיבן גילדן אַ זמן (אַ האַלב יאָר).

די גאַנצע זעקס חדשים האָט זי געדינט געטריי און די באַלעבאָסטע איז פון איר געווען צופרידן. סוף זמן האָט זי זיך עפּעס צוקריגט מיט דער באַלעבאָסטע. יענע האָט געגעבן דער דינסט פינף קאָפּיקעס און דעם רובל (זיבן גילדן איז אַ רובל מיט פינף קאָפּיקעס) האָט זי געזאָגט, וועט זי איר ניט געבן.

— דערלאַנג אין געריכט — האָט מען געראָטן דער דינסט־מיידל — דו וועסט געוויס געווינען.

— איבער אַ רובל — האָט די דינסט־מיידל געענטפערט, — לוינט זיך ניט בייז מאַכן מיט אַ באַלעבאָסטע.

אַ מתנה[רעדאַקטירן]

אַ רבי איז אַמאָל קראַנק געוואָרן. האָבן זיינע חסידים אים געשאָנקן יאָרן, יעדער האָט אויפגעשריבן אויף אַ צעטעלע וויפל ער שענקט פון זיינע יאָרן דעם רבין. דעם צעטל האָט מען אַוועקגעטראָגן צו דעם רבין ער זאָל זען ווי זיינע חסידים זיינען אים געטריי. דער רבי האָט געזען דאָס זיין גבאי האָט אים געשאָנקן דרייסיק יאָר מיט דריי שעה.

— וואָס איז דאָס פאַר אַ חשבון? — האָט אים דער רבי געפרעגט.

— אַ פּראָסטער חשבון, — האָט דער גבאי געענטפערט — דריי שעה שענק איך אייך פון מיינע יאָרן און דרייסיק יאָר שענק איך אייך פון מיין ווייבס יאָרן.

↤ 55

פון וואָס זי דיינקט[רעדאַקטירן]

נאדולא, די מוטער פון ראָטשילד, האָט געלעבט זייער לאַנג. ווען זי איז אַלט געוואָרן ניינציק יאָר, האָט זי זיך דערפילט שוואַך און זיך געלאָזט קורירן פון אַ גרויסן דאָקטאָר.

דער דאָקטאָר האָט איר קורירט אַ פּאָר חדשים און די מאַדאַם ראָטשילד האָט זיך ניט געשפּירט בעסער.

— ווי עס שיינט — האָט זי איינמאָל געזאָגט צום דאָקטאָר — האַלט איר, אַז איך האָב מיר איינגעבילדט אַ קריינק, ווייל איר היילט מיר ניט אויף דעם וואָס איך באַקלאָג זיך פאַר אייך.

— פאַרצייען זי מיר, מאַדאַם, — האָט דער דאָקטאָר געענטפערט — פון אַלט קען מען ניט מאַכן יונג.

אויף דעם האָט אים מאַדאַם ראָטשילד געענטפערט.

— ניין, ליבער דאָקטאָר, איך דיינק גאָר ניט פון דעם איך זאָל ווערן אינגער, איך וויל נאָר ווערן עלטער.

די אַלטע פריילין[רעדאַקטירן]

אַן אַלטע מיידל איז אַמאָל גערופן געוואָרן אין געריכט אַלס עדות.

ווי אַלט זיינט איר, פריילין? — האָט דער ריכטער געפרעגט.

דאָס מיידל האָט זיך דערשראָקן, און זי האָט געשוויגן.

— איך פרעג דאָך אייך ווי אַלט איר זענט? — האָט דער ריכטער ערנסט געפרעגט.

↤ 56

זי האָט ניט געענטפערט, נאָר זי איז רויט געוואָרן. דער דיכטער האָט באַלד פאַרשטאַנען פאַרוואָס זי וויל ניט ענטפערן, האָט ער צו איר געזאָגט:

— מיט אייער שווייגן מאַכט איר נאָך ערגער, ווייל וואָס עס געדויערט לענגער, ווערט איר דאָך אַלץ עלטער...

אַ ווייבערשע פּרעטענזיע[רעדאַקטירן]

אַ מאַן האָט אַמאָל געגעבן זיין ווייב געלט זי זאָל קויפן פאַר אים אַ פלעשל ביר, זי איז געגאַנגען, געקויפט. טראָגענדיק אַהיים איז זי געפאַלן, צובראָכן די פלאַש ביר און פאַרשטאָכן אַ האַנט. זי איז אַריינגעפאַלן אין שטוב מיט אַ כעס, גענומען שילטן דעם מאַן מיט טויטע קללות, שרייען אויף אים מיט משונה קולות.

— וואָס בין איך שולדיק? — האָט דער מאַן זיך געבעטן רחמים ותחנונים ביי איר, — וואָס האָסטו צו מיר?

— ער פרעגט נאָך! — האָט זי געשריען — ווער דען איז שולדיק? דו וואָלסט מיר קיין געלט געגעבן, וואָלט איך ניט געגאַנגען און וואָלט ניט געפאַלן...

אַ מיטל פאַר קונים[רעדאַקטירן]

דאָס געשעפט פון סוחר ה׳ דריירעדל איז פון טאָג צו טאָג געגאַנגען צום גרונט. ווען ער איז אַריינגעגאַנגען און געפרעגט זיינע משרתים צו עס זיינען עפּעס געווען קונים, האָבן זיי אים געענטפערט: „קיין הונט נישט אַפילו“.

↤ 57

איינמאָל איז ער זיך מישב און נעמט אַראָפּ פון די טירן ביים געוועלב די מזוזות, נישט צוליב אפּיקורסות, ער איז אַ גאַנץ פרומער און זאָגט צו זיינע משרתים:

— אַצינד וועט כאָטש אין געוועלב אַריינקומען אַמאָל אַ שד.

ער וויל אַ סך[רעדאַקטירן]

אַדורכפאָרער איז אַריינגעגאַנגען אין אַ קרעטשמע, וואָס איז געשטאַנען אינמיטן וועג בעטן עפּעס וואָס צו עסן. דאָרט האָט געוואוינט אַן אלמנה.

— האָט איר אפשר מילכיקס צו עסן? — פרעגט דער אורח.

— איך האָב קיין קו נישט.

— קריגט מען ביי אייך אייניקע אייער צו קויפן?

— איך האָב קיין הינער נישט.

— גיט כאָטש אַ גלאָז טיי, וועל איך עסן מיט ברויט.

— האָט איר געהערט? — שרייט אויס די באַלעבאָסטע — אַ איד זאָל אַלץ וועלן!

מאַן און ווייב ביים רב[רעדאַקטירן]

— איך וויל זיך גטן מיט מיין מאַן, ווייל ער שפּילט אין קאָרטן.

— סטראַשע מיך נישט, איך גיב דיר שוין נאָך.

↤ 58

משיח׳ס צייטן[רעדאַקטירן]

אַ איד אַ פּיקח, נאָר אַ פרומער, וואָס האָט ליב צו מלמד־זכות זיין אויף אידן, האָט אויסגעפונען, אַז דאָס וואָס מיידלעך און פרויען טראָגן היינט די לאַנגע לייב־קאָלירטע זאָקן, איז, ווייל זיי מיינען, דאָס עס איז שוין געקומען משיח׳ס צייט. וואָס מיט אַזאַ אופן איז מעגלעך צו געפעלן ווערן אין די אויגן פון יונגע לייט, ווי ישעי׳ הנביא האָט געזאָגט: „ירהבו הנער בזקן“, ד.ה. יונגע לייט וועלן שטאָלצירן מיט זאָקן (זקן).

צוויי טייטשן[רעדאַקטירן]

ווען ר׳ אייזל איז איינמאָל געפאָרן אין באַן, זיינען אַנטקעגן אים געזעסן צוויי אַסימילירטע אידן, „דייטשן“, ווי מען האָט זיי דעמאָלט גערופן אין פּוילן. איינער פון זיי האָט גענומען אָפּלאַכן פון ר׳ אייזל׳ען, פון זיין הילוך, פון זיינע פּאות און פון זיין אַרט רעדן.

איינעם, וואָס איז דערביי געזעסן, האָט עס אים זייער פאַרדראָסן, פרעגט ער ר׳ אייזל׳ען:

— צו קענט איר דעם דייטש נישט אָפּענטפערן, וואָס ער האָט אַזאַ העזה חוזק צו מאַכן?

— וואָס זאָל איך טאָן, אַז דאָס שטאַמט פון רש״י הקדוש — האָט ר׳ אייזל געענטפערט — דען שטענדיק אין רש״י, וואו עס געפינען זיך צוויי „טייטשן“, איז איינער אַ „דבר אחר“.

↤ 59

דער דאָקטאָר ספּעציאַליסט[רעדאַקטירן]

אין אַ קליין שטעטל האָט געטראָפן איינער זאָל אינמיטן עסן אַראָפּשלינגען אַ טשוועקל. עס איז געוואָרן אַ מהומה. גוטע פריינד האָבן געהייסן תיכף נעמען אַריינפאָרן קיין וואַרשע צו אַ גרויסן פּראָפעסאָר.

— וואָס איז דאָס געלויף? — רופט זיך אָן אַ אידענע — מען קען דאָך רופן דעם היגן פעלדשער.

— יענער איז קיין פעלדשער נישט, נאָר אַ שוסטער, — זאָגן אַנדערע.

— אויב ער איז אַ שוסטער, — גיט די אידענע צו — וועט ער דאָך טאַקע קענען אַרויסשלעפּן דאָס טשוועקעלע.

ווער עס איז אמת און ווער פאַלש[רעדאַקטירן]

אַ געוויסער שווינדלער וועלכער פלעגט אַרומפאָרן אין די קליינע שטעטלעך און דאָרט זיך פאָרגעשטעלט אַלעמאָל אַלס אַן אַנדער אָנגעזעענער פּאַרשוין, איז אַמאָל געקומען אין אַ שטעטל אַלס אַ גרויסער רבי.

באַלד האָט ער געפונען זיינע אָנהענגער און זיינען אַרויס אַקעגן אים. הינטערן שטאָט האָבן זיי אויסגעשפּאַנט פון וואָגן די פערד און גענומען אַליין שלעפּן דעם וואָגן.

אַ זייטיקער, וועלכער האָט דערקענט דעם שווינדלער, איז צו זיי צוגעגאַנגען און אַזוי געזאָגט:

— דער רבי איז אַ פאַלשער, נאָר די פערד זיינען אמתע פערד.

↤ 60

אַן איידעם אויף קעסט[רעדאַקטירן]

איינער האָט אַמאָל גענומען אַן איידעם אויף קעסט. דעם איידעם האָט מען גערופן ניסן. זעט דער שווער אַז דער איידעם עסט אים אויף דעם קאָפּ, אַ גרויסער פרעסער געווען, און ער האָט אים נישט פאַרגונען. רופט ער זיך איינמאָל אָפּ צום איידעם אינמיטן עסן:

— זע נאָר, טייערער איידעם, מילא טבת פרעסט, פאַרשטיי איך, שבט — געוויס, אדר — אויך צו דערליידן. אָבער אַז ניסן פרעסט, דאָס איז שוין גאָר אַן אומגליק.

אַ שווערע אויפגאַבע[רעדאַקטירן]

— איך האָב אַ גוטן חתן, אַ פיינעם חתן, ער ליבט מיך — האָט זיך פּעסעלע געקלאָגט פאַר איר חברטע — דאָך האָב איך מורא, אַז ער וועט מיך פאַר׳מיאוסן, ווייל איך האָב שלעכטע ציין. וואָס טוט מען פאָרט? גיב אַן עצה.

— זאָלסט האַלטן דאָס מויל פאַרמאַכט — האָט זי איר גע׳עצה׳ט.

אַ מעלה מיט אַ חסרון[רעדאַקטירן]

צו אַ גרויסן קאַרגן איז געקומען אַ שדכן אָנשלאָגן אַ שידוך פאַר זיין טאָכטער.

— איך האָב פאַר אייך אַ שידוך — איז דער שדכן אַריינגעפאַלן מיט אַ שמחה — פּונקט ווי פאַר אייך צוגעפּאַסט. אַ חתן אַ צאַצקע, איר דאַרפט אים קיין סך נדן נישט געבן. וויפל ↰ 61 איר וועט אים סילוקן, וועט ער זען דאָפּעלט, מחמת דער בחור קוקט קאַסאָקע.

דער קאַרגער מחותן איז שוין באַלד באַשטאַנען אויף דעם שידוך, ער האָט זיך אָבער באַלד צוריקגעכאַפּט.

— אַ חתן וואָס קוקט קאַסאָקע טויג נישט פאַר מיין טאָכטער — האָט ער דעם שדכן געענטפערט — ער וועט ביי איר זען אַ דאָפּעלטן הויקער.

צוליב וואָס ער איז זיך מגייר[רעדאַקטירן]

צו אַ רב אין אַ קליין שטעטל איז געקומען אַ פּרינץ מיט אַ בקשה מען זאָל אים מגייר זיין. תחילת האָט דער רב, מיינענדיק, אַז יענער שפּאַסט, געפּרואווט אים מיט פאַרשידענע תירוצים אָפּשטויסן.

דער פּרינץ איז אָבער נישט אָפּגעשטאַנען און טאָג־טעגלעך געקומען צום רב און מיט טרערן אין די אויגן זיך געבעטן, מען זאָל אים מאַכן פון אַ איד.

צום סוף האָט דער רב אויף אים רחמנות געהאַט. נאָר אַזוי ווי עס איז געווען סאַמע ערב פּסח און די רבנים זיינען פאַרנומען מיט כשרות, איז דאָס מגייר זיין אָפּגעלייגט געוואָרן אויף נאָך פּסח.

דערהערענדיק דאָס, האָט דער פּרינץ געזאָגט:

— נאָך פּסח, רבי, וועט מיר נישט לוינען זיך מגייר צו זיין. איך טו דאָס אַצינד נאָר ווייל איך וויל אַזוי אַרום ווערן שנעל אַ מלך.

↤ 62

דער ריכטיקער סימן[רעדאַקטירן]

אַ פרוי, אַ פּאָרטרעט־מאָלערין האָט אויסגעשטעלט אין אַ זאַל אירע בילדער. צווישן די דאָזיקע בילדער האָט זיך געפונען אויך איר מאַנס אַ פּאָרטרעט. זי האָט אָבער נישט אויסגעזאָגט, וועלכער פּאָרטרעט דאָס איז.

עס איז געקומען אַמאָל צו רייד וועגן דעם און די באַזוכער פון דער אויסשטעלונג האָבן זיך געלערנט טרעפן.

— דער דאָזיקער פּאָרטרעט — האָט איינער אָנגעוויזן — זעט אויס צו זיין איר מאַן.

— אין וואָס דערקענסטו דאָס?

— ווייל ער האָט אַ צודראַפּעט פּנים.

ווער איז מער משוגע?[רעדאַקטירן]

ר׳ אייזל איז איינמאָל געווען איינגעלאַדן אויף אַ ברית. דער בעל־הברית, וועלענדיק פאַרשאַפן דעם רב נחת רוח, האָט ער אויפן טיש אַנידערגעלייגט זיין ספר, וואָס איז געווען צוזאַמענגעבונדן מיט ר׳ יצחק אלחנן׳ס ספר „באר יצחק“.

ר׳ אייזל האָט באַמערקט, אַז ר׳ יצחק אלחנן׳ס ספר איז פריער אין בונד ווי זיינער, רופט ער זיך אָן:

— אַ מאָדנע זאַך, די וועלט זאָגט, אַז ר׳ יצחק אלחנן איז קלאָר. אַ חכם, אַ פּיקח און איך בין משוגע. לסוף האָט מען אים געבונדן פריער פון מיר.

↤ 63

ווער עס דאַרף קומען פריער[רעדאַקטירן]

דער זייגער ווייזט שוין די שעה און איר חתן האָט געדאַרפט קומען און איז נישטאָ. פון גרויס עגמת־נפש איז זי געפאַלן אין חלשות, מען האָט איר גענומען מינטערן, זי האָט קוים אַרויסגעשטאַמעלט:

— איך וויל אַז פריער זאָל ער צו מיר קומען, ערשט דעמאָלט וועל איך קומען צו זיך.

דער צימעס[רעדאַקטירן]

אַ געוויסער אָרעמאַן פאַרזוכנדיק איינמאָל אַ גוטן צימעס ביי אַ גביר, פרעגט ער דער מאַדאַם פאַרוואָס האָט דער צימעס אַזאַ טעם גן עדן.

— איך האָב אַריינגעלייגט אַ גוט אָנגעפילטע הינערשע העלדזל — ענטפערט די גבירטע.

— און אין מיין צימעם לייגן זיך אַריין זיבן העלדזלעך (ער האָט געהאַט פינף קינדער) און האָט דאָך קיין שום טעם נישט — לאַכט דער אָרעמאַן.

——————[רעדאַקטירן]

— זיידע, זאָגט אונדז דעם אמת, ווי אַלט זענט איר?

— איך ווייס נישט — ענטפערט דער זיידע — ביז 70 יאָר האָב איך געציילט און נאָך 70 איז עס אַ מתנה פון גאָט און געשענקטע ציילט מען נישט.

↤ 64

דער כשר׳ער רעסטאָראַן[רעדאַקטירן]

אין אַ רעסטאָראַן, וואָס איז באַקאַנט מיט זיינע פוילע קעלנער, וואָס דערלאַנגען עסן די געסט דויערט זייער לאַנג, איז אַריינגעקומען אַ פרומער איד און געהייסן געבן מיטאָג.

נאָכן פליישיקן מיטאָג האָט ער זיך באַלד געהייסן געבן אַ גלאָז מילך, איז מען צו אים צוגעגאַנגען און געפרעגט:

— היתכן, אַזאַ פרומער איד זאָל דאָס טון?

— איידער מען וועט מיר דערלאַנגען דאָס גלאָז מילך — האָט דער איד געענטפערט — וועט סיי ווי געדויערן זעקס שעה.

ער וויל באַגראָבן אַ איד[רעדאַקטירן]

אַ גרויסער אַנטיסעמיט, וואָס האָט גע׳שמ׳ט אַלס דער פאַרביסענער יודענפיינד, איז איינמאָל קראַנק געוואָרן און ווען ער האָט געהאַלטן פאַרן טויט, איז ער שנעל אויפגעזעסן און זיך געהייסן רופן דעם רב, ווייל ער וויל זיך מגייר זיין.

אַלע אין שטוב האָבן אים באַוואָרפן מיט פראַגן: „האַ, דו וועלכער האַסט אַזוי אידן, גייסטו איצטער אַליין ווערן אַ איד?“

דערויף האָט ער געענטפערט:

— איך טו דאָס, צו וועלכן איך האָב געשטרעבט מיין גאַנץ לעבן, איך וויל אַצינד באַגראָבן נאָך אַ איד.