לדלג לתוכן

לאמיר זיך אומקערן אידאלאך

פֿון װיקיביבליאָטעק

געזונגען דורך יום טוב עהרליך


לאמיר זיך אומקערן אידאלאך

בעזרת ה' דא ניט ווייט אויף די וועגן
א טריין (=א באן) פול מיט מענטשן עס פארט
איין טריין פארט גלייך און דער צווייטער אנקעגן
אוי יעדער צו זיך אויף זיין ארט

פארן זיך אידן פארוקט אין א ווינקל
אוי יעדערער אהיים צו זיך פארט
ס'איז צייט דאוונען מנחה עס איז שוין באלד טונקל
און פרעמד אומבאקאנט איז דער ארט

איינער גייט צו צום קאנדוקטאר עם פרעגן
און קומט גלייך צוריק מיט א גוואלד
מיר האבן פארבלאנדשעט אויף אנדערע וועגן
מיר מוזן זיך אומקערן באלד

אוי לאמיר זיך אומקערן יודאלאך
צוריק אויף דעם ריכטיגן וועג
אוי לאמיר זיך אומקערן ברידארלאך
איידער דער טאג גייט אוועק

ווייל א מענטש איז ניט מיין (= מער), פון פלייש און פון ביין
און ער קאן מאכן א פעלער
און ווער עס האלט קאפ, שטעלט זיך גלייך אפ
און טוט זיך אומקערן וואס שנעלער

ביי דעם בארג סיני האט מען אונז געגעבן
א גלייכן און זיכערן וועג
וואס פירט בשלום א דורך אונזער לעבן
און פירט נאך אונז ווייטער אוועק

עס האט זיך געטראפן עס האבן פיל יודן
אביסל אין זייט זיך אוועק
און האבן פארזען די סימנים צו היטן
און זיינען אראפ פון דעם וועג

מען טראגט פרעמדע נעמען מען עסט פרעמדן עסן
מען האט נישט קיין אידישן בליק
זיי האבן שוין נעבעך אינגאנצן פארגעסן
אז ס'איז דא א וועג אויף צוריק

אוי לאמיר זיך אומקערן יודאלאך
צוריק אויף דעם ריכטיגן וועג
אוי לאמיר זיך אומקערן ברידארלאך
צוריק צו אמאליגע טעג

א מענטש איז ניט מיין (= מער), פון פלייש און פון ביין
און ער קען מאכן א פעלער
ווער עס האלט קאפ, שטעלט זיך גלייך אפ
און טוט זיך אומקערן וואס שנעלער

אוי לאמיר זיך אומקערן יודאלאך
כל זמן די זון נאך זי שיינט
אוי לאמיר זיך אומקערן ברידארלאך
וואס גיכער וואס שנעלער נאך היינט

אנטקעגן טוט שטיין, א ליידיגער טריין (= באן)
אהיים באלד צוריק וועט ער פירן
וואס גווען איז געווען, וואס געשען איז געשען
אזוינס טאר שוין מער נישט פאסירן

עס איז היינט געווארן די וועלט פארגעשריטן
מען לעבט אין א צייט פון אטאם
אבער פארדארבן מען איז היינט אין זיטן (= מדות)
פונקט ווי אין צייטן פון סדום

מען וויל שוין היינט פליען אויך צו דער לבנה
זיי ווילן נאך העכער שוין גיין
און אלע ווייסן מיר דאך די כוונה
צו קאנען פארניכטן וואס מיין (= מער)

מיר האבן די וואונדער געזען וואס זיי קאנען
וואס לעצטע טעכניק האט געמאכט
אזוי שנעל און פונקטלעך פארברענען מיליאנען
וואס האבן עס גארנישט דערווארט

עס האט די קולטור פאר די מענטשן געגעבן
נאר צער מיט פארדרוס מיט געוויין
מען זאגט צו א שענערן בעסערן לעבן
און ס'קראכן א פליין נאך א פליין

אוי לאמיר זיך אומקערן יודאלאך
אנטלויפן פון זיי ווי געשווינד
אוי לאמיר זיך אומקערן ברידארלאך
ווייל זיי סם'ען אפ אונזערע קינד

ווייל די גאנצע וועלט, איר כבוד איר געלט
די גאנצע הנאות פון לעבן
זיינען נישט גערעכט, און זיינען נישט ווערט
אפילו א קרעכץ פאר זיי געבן

אוי לאמיר זיך אומקערן יודאלאך
צום טאטן אין הימל צוריק
אוי לאמיר זיך אומקערן ברידארלאך
פארזיכערט אייך אייביקן גליק

לאמיר נאר זען, ווי שיין איז געווען
די צורה פון אלטיטשקן זיידן
געלעבט אויף דער וועלט, ס'האט גארניט געפעלט
אצינד פרייט ער זיך אין גן עדן

דער רבונו של עולם עם בענטשן און לויבן
האלט אפן דעם טויער פון גליק
און אלע טאג שרייט א בת קול פון אויבן
קערט זיך אום קינדער צוריק

און אט דער בת קול פארשטעלט זיך פארשיידן
ווי ס'איז ביים בארג סיני געווען
וכל העם רואים את הקולות די קולות דעם רעדן
האט מען אפילו געזען

דער בת קול טוט זיך אין דעם הארץ אריינקריכן
און עס ווערט א בענקעניש דארט
אמאל ווי א בילד און אמאל ווי א ניגון
און אמאל ווי א פשוטער ווארט