לדלג לתוכן

יענקעלע

פֿון װיקיביבליאָטעק

יענקעלע פון מרדכי געבירטיג


מרדכי געבירטיג

שלאָף זשע מיר שוין, יענקעלע, מײַן שיינער,
די אייגעלעך די שוואַרצינקע מאַך צו,
אַ ייִנגעלע, וואָס האָט שוין אַלע ציינדעלעך,
מוז נאָך די מאַמע זינגען אײַ־לו־לו.

אַ ייִנגעלע, וואָס האָט שוין אַלע ציינדעלעך
און וועט מיט מזל באַלד אין חדר גיין,
און לערנען וועט ער חומש און גמרא,
זאָל וויינען ווען די מאַמע וויגט אים אײַן.

אַ ייִנגעלע, וואָס לערנען וועט גמרא –
אָט שטייט דער טאַטע, קוועלט און הערט זיך צו
אַ ייִנגעלע, וואָס וואַקס א תּלמיד־חכם,
לאָזט גאַנצע נעכט דער מאַמען נישט צורו.

אַ ייִנגעלע, וואָס וואַקס אַ תּלמיד־חכם
און אַ געניטער סוחר אויך צו גלײַך,
אַ ייִנגעלע, אַ קלוגער חתן־בחור,
זאָל ליגן אַזוי נאַס ווי אין אַ טײַך.

נו, שלאָף זשע מיר, מײַן קלוגער חתן־בחור,
דערווײַל ליגסטו אין וויגעלע בײַ מיר –
ס'וועט קאָסטן נאָך פֿיל מי און מאַמעס טרערן,
ביז וואַנען ס'וועט אַ מענטש אַרויס פון דיר.