לדלג לתוכן

יידיש

פֿון װיקיביבליאָטעק

מלך ראוויטש (1976 – 1893)


"ייִדיש"

באַלאַנגען באַלאַנג איך צו דעם מ-הארץ,
שרײבן קען איך נישט קײן לאָקשן-קדוש,
רײדן רײד איך מיט דעם פּראָסטן לשון
פֿון די אַמעראַצעם. (= עם הארצים)

און מײן טאַטע איז זיך סתּם אַ ייִד, אַ גראָבער יונג,
אַ בטלן פון בטלנים-לאַנד,
אַ װאַלד-סוחר, אָבער גאָר אַ שלעכטער סוחר,
אַ גליק, װאָס כאָטש איך בין אַ דיכטער –

האָב איך מיט די קפּצנישע מסחרים זײנע
נישט געמאַכט אײן האַנט.
און איך אַלײן בין יאָרן לאַנג ערגעץ װאו פאַרװאָרפן:
צען שעהן אין אַ טאָג אין דעם פּרנסה-יאָך געשפּאַנט;

צװײ שעהן אין דער נאַכט בין איך אַ דיכטער
און האָב דיר אַזאַ כּוח אין די גראָבע הענט,
צו טאַנצן אױף די דינסטע סטרונעס מיט די דינסטע טענער,
און צו זבענקען אױף די גרעבסטע סטרונעס מיט די גרעבסטע קולות:

אָט אַזױ װי אַלע דיכטערס;
כאָטש שרײבן שרײב איך נישט קײן לשון-קדוש,
װײל די פײנקײט האָב איך פײנט בתּכלית-שׂינאה מין השׂינאה.
מעגסט חכם-העברעיִסט בײ אָט די װערטער

פאַרציִען דײן זױערסטע מינע!
און זײן בין איך, בײם טיש פון מײנע גוטע ברידער,
אַ גאַנצער איחסן און אַ גאַנצער פּריץ:
איך בין דער דיכטער פון דעם מ-הארץ!