טעג אין נויט

פֿון װיקיביבליאָטעק

פֿ‏‎ון אליעזר שינדלער (1892 – 1957)


טעג אין נויט

טעג אין נויט געלעבטע,
פֿענצטערלעך פֿאַרקלעפּטע,
אָפּגעהאַקט פֿון ליכט און שײַן —
יונגט מײַן...

עופֿעלעך אין זעק גענאַרטע,
פֿײגעלעך אין שטײַג פֿאַרשפּאַרטע,
אין ענגעניש און צוואַנג —
יואָרן לאַנג.

מקורות[רעדאַקטירן]

שינדלער, א. „לידער‟. ווילנע: גרינינקע בײמעלעך, 1929. ז. 22.